טרעיד מארק: מיר בארויבן די מענטשהייט זינט 1956

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

טרעיד מארק: מיר בארויבן די מענטשהייט זינט 1956

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סאיז בכלל נישט קיין פשוטע זאך! מען געוואוינט זיך צו צי די צרות און מען טראכט אפילו נישט אריין פארוואס עס איז אזוי

עס איז ווי איינער וואס כאפט א שמיץ, צוערשט וועט ער זיך אינסטינקטיוו אויסדרייען צו זעהן ווער די שלעגער איז. אבער נאך עטליכע יאר כאפן יעדן טאג א שמייס געוואוינט ער זיך צו און הערט זיך אויף ארומדרייען

ווער רעדט נאך אויב מען שמייסט שוין פאר עטליכע דורות! מען האט שוין געשמיסן דיין זיידע, דיין טאטע, און יעצט שמייסט מען דיך. מען ווערט אזוי פארטעמט אז מען שפירט ניטאמאל אז איינער שמייסט, עס ווערט א חלק פון לעבן!

און אפילו ווען איין טאג ערוועקט זיך דאך א נייגער און מען דרייט זיך יא ארום, דאן איז שוין צו שפעט! מען זעהט שוין נישט דעם שלעגער. מען פרעגט "פארוואס שמייסטו?" און מען הערט א ווידערקויל, צעהן תירוצים וואס קיין איינס דערפון הערט זיך נישט ווי דער אמת

אויב איז דאס נישט גענוג, הערט מען צווישן צווישן די תירוצים "סאיז פאר דיין טובה". סארא חוצפה! פאר מיין טובה?! ווער ביסטו מיר צו זאגן וואס איז פאר מיין טובה? כאטש פרעג מיך אויב איך וויל עס, אדער עכ"פ גיב מיר די מעגליכקייט עס צו ענדיגן ווען כ'וויל!

מען טאפט א וואנט! און מער דרייט מען זיך נישט אויס. מען ליידט אין שווייגעניש, און מען ביטערט איינזאם.

כלפי מה דברים אמירים...

די סנוז קנעפעל!!

ווער שפילט די מיינד געימס דא? איך ברויך ליגן אין בעט האלב אויף האלב שלאפעדיג, און אויסרעכענען וויפיל 3 מאל "9" איז?!

איך האב אנגעשטעלט מיין זייגער אויף א "איווען" נאמבער ווייל אזוי האב איך געוואלט! כ'האב באצאלט פאר דעם זייגער טאפ דאלער! כ'פארלאנג אז מיין סנוז קנעפעל זאל זיך צושטעלן ווי די קליינע נאַר וואס ער איז! איז דעט טו מאטש טו עסק?! דו רשע פארוואס מאכסטו מיר קאמפליצירט דאס לעבן?

העי! דשי-אי! דשי-אי!! יא, צו וועם דען רעד איך? קודם כל אז מען רעדט שוין, פארוואס פלעגט עס הייסן טעיפ "רעקארדער"? הא? אפשר זאל עס הייסן "טעיפ ריוויינדער" ווייל מען קען אויך ריוויינדען דערמיט, טיפש איינער

צווייטענס דו קומסט מיר 8,548 מינוט שלאף! אהער דערמיט זאפארט!

10#_מינוט_סנוז
#פרא_סנוז_טשאויס
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ספארא אויפשטויס דאס... זעט אויס אז היינט איז דאס אויפשטיין געווען גאר שווער... איי פיל יאר פעין.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

:lol: פיין!
א פשוטע איד.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

ברירה, הער מיר אויף העצן דא... הערסטע??

דער סנוז-קנעפל איז א ידיד נעורי"ם מיינע...

פיין האב איך געלאכט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

געוואלדיג!!!

יישר כח פארן שמייכל אין א רעגן טאג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך מוז דיך איבערבעטן יש-ברירה, איך בין פון דיינע געטרייסטע חסידים אויפן וועלטל, אבער איך כאפ עפעס נישט דעם ארטיקל... מעגליך אז איך קען מיך נישט אויס מיט דעם זייגערל פון וואס דו רעדסט, אדער דער קעפל צומישט מיך.

א ביאור וועט האפנטליך העלפן. א דאנק.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

וואו איז די סנוז קנעפל?? כ'מיין.. וואו איז לייק קנעפל?

זייער הנאה געהאט ברירה! גיימער זיך צוריקלייגן פאר נאך 9 מינוט...
זיכערער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכערער »

אז מרעדט שוין וואלט איך ליבערשט געוואלט א 90 מינוטיגע סנוזער
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחח פיין געשמייכלט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

דער נושא פונעם ארטיקל פאר זיך איז נישט אזוי מוראדיג, אבער דער טריק וויאזוי איר קומט אן אהין,,,, איז געוואלדיג,
געוואלדיגע טאלאנט צו מאכען א לערע ארטיקל ליינבאר, אין א ליידיגע דרשה הערבאר,, סליחה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואס דער מאכט מיר אן דא.. דעם גאנצן מושב זקינים האסטו מיר שוין ארויס געשלעפט פון די בעטן!...

כ'קעניש סטאפן לאכן...

דערעמעס איז, פון מיר אויס זאלן זיי מאכן גלאטע איין שעה'יגע דרימלערס והכל יבא על מקומו בשלום ינוחו בשלום על משכבותם
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ישר כח געליינט און הנאה געהאט, יא יא, טאקע דע הנאה וואס מ'האט ווען מ'געט א האק אויפן סנוז קנעפל... ווייסט וואס כעמיין

ש'כח קרעדיט אויסגערעכנט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פאקטען האט געשריבן:ישר כח געליינט און הנאה געהאט, יא יא, טאקע דע הנאה וואס מ'האט ווען מ'געט א האק אויפן סנוז קנעפל... ווייסט וואס כעמיין

ש'כח קרעדיט אויסגערעכנט

עס איז מיר א כבוד אפילו אויב נאר איינער האט געטון וואס מען דארף.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יש ברירה! ;l;p- A-1

פיין געלאכט!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

:lol:
אז יענער קען קענסטו אויך
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

;l;p- יש ברירה עז יוזשעל :lol:
פאר קריטיק דריקט דא
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אנגעקומען צו ליינען- נישט געוויסט אז איך גיי האבען פארטנערס ווען איך גיי זיי סוען. לול פיין האמיר געלאכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

א שכח פאר אלע באדאנקער וואס האבן נהנה געוועהן פון מיין כעס אויסברוך...

נעקסטע מערכה: פארוואס האבן שויערס די אפציע פון ווערן אזוי הייס אזש נאך א שויער ווערט אמאל די מקוה א טשאפעל!

געוויסע ציען א פאראלעל מיט די פאקט אז א קאר קען גיין ביז 160 מייל א שעה פאר נאו גוד ריזען!

סתם רשעות - מיטל אלטער סטייל - זיך צו רייצן מיט דיר יעדעס מאל וואס מען בליקט אויפן דעש באורד

"העי, דא האסטו! קענסט גיין ביז 160 מפש. יא, 160 מפש! ווייסט ווי געשמאק דאס איז?! פיקטשער עס, די פליעסט מיט א סמאָדקייט, ווי געשמאק, אה מען שפירט די אדרענעלען קומט אריין אין מח, מען שמייסט שטרעקעס מיט הערליכע בערג ביי די זייטן אבער די וועסט עס קיינמאל נישט קענען טוען!!!! הההההההה (שפאטישע געלעכטער פון א גוי וואס קען נישט זאגן א ח)"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הההההההה (שפאטישע געלעכטער פון א גוי וואס קען נישט זאגן א ח)

וואספארא פראבלעמען דער ברירה טרעפט נישט אויס...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”