מיין מיינונג בנוגע נאכשרייען חרד"קים

אחראי: יאנאש

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אנעים זמירות האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
עכ"פ א שיינע שפראך האסטו דאס זענען אלע מודה, און אז מ'דארף פארשרייען א חרד"ק זענען אויך אלע מודה
ווען איינער איז בפועל מסית ומדיח דארף מען טאקע יא מוחה זיין, און אפילו מציל זיין דעם מוסת בנפשו של מסית. אבער ווען א פרומע חייל טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגענט איז פשוט וברור אז עס איז אסור איהם צו טשעפען.

ר' אנעים, די ווערטער שטעכט געפערליך, אבער ס'פשוט ווייל איר קענט נישט דעם מציאות

איז לאמיר אייך זאגן

א) ס'איז כמעט נישטא אזא זאך "א פרומער חייל", אויב איז ער שוין א חייל, איז זיין גאנצע פרומ'קייט אויף גענזן פיס (יא ער גייט נאך מיט צוויי לאנגע לאצעס ביי די זייטן פון זיין פארפוילטן קאפ, אבער מיט פיאות האט דאס גארנישט, און ס'ענגט נאך די שטריקן פון זיין ארבע כנפות, אבער מיט ציצית האט דאס גארנישט, וואס יא, ס'האט מיט דעם 'חזיר' הפורש טלפיו כלומר ראו כי כשר אני).

ב) 'טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגנט', דער פאקט האט באוויזן אז זיי טוען נישט בלויז ערשיינען, ווייל ער וויל כאפן א מנחה מעריב, נאר ער טוט ערשיינען כדי אונזערע קינדער/בחורים זאלן זעהן, אז דאס איז א נארמאלע זאך, מ'קען בלייבן פרום און גיין מיט די שמונה בגדים, און נאך אלץ זיין א חייל, און גיין שב"ק מיט ווייסע זאקן, און א גרויסן גארטל.

ג) פשוט וברור אז ס'איז אסור אים צו טשעפען, ס'איז גארנישט אזוי פשוט און גארנישט אזוי ברור, און אוודאי נישט אסור, אונזערע רבנים מאורי הדורות, חברי הביד"ץ (דער גאב"ד גענוג א סאלידער איד) האלטן אנדערש, און שטיצן דאס מוחה זיין און פארשרייען די אומ'פארשעמטע יונגען וואס דרינגען אריין אין אונזער מחנה מיט די גרינע פארשמירטע קליידער,

דעריבער ר' אנעים ביטע קודם ווער געוואר פאקטן פאר איר שרייבט. (איך מיין דיר נישט פערזנעליך, נאר דיין יעצטיגע תגובה).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

רצון טוב האט געשריבן:@אנעים אנעים
ביסטי דער וואס האט פארפאסט אזויפיל הערליכע מאמרים די נחיצות צו דערווייטערן מינים און דעות כוזביות פינעם אידישן פאלק ?
כ'דערקען נישט היינט די אמאליגע שרייבער פון די הערליכע מאמרים געשריבן קעגן מינים ומלשינים.

איך בין דער זעלבע און די צוויי זאכען האבען נישט קיין שייכות. ווען עס קומט צו זיך אליין מוז מען זיך אפהיטען מיט'ן גרעסטען מאס זהירות, און דאס מיינט שטיין ווייט פון יעדע זאך וואס קען אפקילען פון יודישקייט. משא"כ ווען עס קומט צו באשייגעצען יענעם דארף מען דערויף האבען א קלארע מחבר וגוערין בו, און נישט אויספאקען מדות גרועות אונטער א שלייער פון קנאות.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

איך בין דער זעלבע און די צוויי זאכען האבען נישט קיין שייכות. ווען עס קומט צו זיך אליין מוז מען זיך אפהיטען מיט'ן גרעסטען מאס זהירות, און דאס מיינט שטיין ווייט פון יעדע זאך וואס קען אפקילען פון יודישקייט.

פון דעם רעדט מען דא
מענטשן ווערן געצאלט גרויס געלט אויף אריינצוקומען מיט א עיר קאנדישען ביי אינזערע געגנטער אפצוקילען דאס ווערן א חלק פון מינות ואפיקורסות,
ווי קען מען שטיין גלייכגילטיג און אפלאכן פון רבנים וואס הייסן די חברה צו פארשרייען.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

בראשית ברא האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.

ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.

די נקודה איז געווען, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן פון א מנאץ, און פון א חשש אז אינגע וועלן זיך אפלערנען עד כדי א תמי' עצומה פון צולאזן און נישט ארויסטראגן מיט מכות, עיין בדבריו הקדושים וואס באדערט אים, ס'איז נישט נאר חילול שבת.

ער רעדט פון קומען עובר זיין אן עבירה חמורה בפרהסיא. צום ערשט מוזטו מברר זיין אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אן עבירה חמורה.

באמת איז דאס אבער א זייטיגע נקודה צום עיקר פליאה וואס איך האב אויף דיר. דו הסט געברענגט א פלאמפייערדיגע שטיקעל פונ'ם מחנה חיים, אבער פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט דארט און האסט נישט געברענגט דעם נעקסטע שטיקעל וואס איז ממש אן ענטפער צום קעפעל פונ'ם אשכול?

ואתם לא עשיתם מאומה רק הגדתם לי אני אתן תודה על זה כי דעו שמנהיג ושופט לא ישפוט כן לחגור חמת אדם כחז׳יל אצל פנחס אשר קנא לד' והרג
אח זמרי אמרו הם [הלכה ואין מורין כן] אילו שאל פנחס למשה לא היה מתיר לו להרוג אח זמרי הגם שהעיז לנאץ אח קדוש ישראל. ולכן אם אמנם מי שמחלל שבת הוא בעונש סקילה אין לנו לדון דיני נפשות כעת רק יש לדון אותם כפי פסק השולחן ערוך.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

אנעים
שפ"י משיב דברים נכוחים
רצון טוב, וועלכער רב 'הייסט' זיי פארשרייען חוץ הרב זארגער?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מאטעס האט געשריבן:וועלכער רב 'הייסט' זיי פארשרייען חוץ הרב זארגער?

די ווילסט אריינגיין אין טענה'רייען איבער ווער און וועלכע רב זאגט יא אדער נישט
נישט דא די ארט
דער אויסדרוק אז זיי לייגן די שלעכטע מדות אריין אין תורה, איז א ביליגע אטאקע קעגן רבנים.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

א דאנק בערלע קבצן פאר אייערע תגובות אין די אשכול, ביי מיר איז ברוור אז איר זענט גערעכט,
כל בר דעת פארשטייט אז לאזן חיצונית'דיגע פרומע זעלנער זיך דרייען צווישען די היימישע קען ח"ו ברענגן צו א רוחניות'דיגע קאטסטראפע, כי בנפשינו הוא הדבר, די עצם עקזיסטענץ פון יהדות החרדית איז אין א סכנה אויב פרומע זעלנער ווערט אקצעפטירט.

די צושטעל צו אמאל אז אמאל האט מען אויך געטיילט מכות איז ריכטיג,
מען קען נישט זיין קיין יפה נפש ועדין המידות ווען עס קומט איינער וואס וויל אויסרייסען די פינטעלע איד.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

דאכצעך מיר אז מרן רביה"ק זי"ע שרייבט אין ויואל משה (דאכצעך מיר סוף מאמר שלש שבועות אדער אין עהגוע"ת) אז עס זענען פארהאן מענטשן וואס ווען זיי הערן אז מ'שעלט די רשעים שפרינגען זיי אויף, אהבת ישראל, שנאת חינם, וכו' וכו', אבער ווען ס'קומט צו ערליכע אידן וואס זענען מוחה אויף די רשעים, דארטן גייט נישט אהן די אלע מצוות, זיי מעג מען באשמיצן באזידלען אינטעררייסן.

איך מיין אז אזא מין מהלך המחשבה כאפט זיך אריין ביי געוויסע פון אונז, מען שרייט כסדר דרכי נועם, קנאות לשם שמים, איינגעהאלטנקייט, מתינות, וכו' וכו', אבער ווען ס'קומט צו מוחה זיין 'קעגן די מוחים' דארטן גייען נישט אן די אלע כללים, דארטן גייט מען בכל חומר הדין. אתמהה?!

איך האב א זיסן קליפ פון א איד (קוקט אויס מעדת ספרד) וואס רעגט זיך אויף די מוחים אין ירושלים, ער שרייט "ואהבת לרעך כמוך" מדארף ליב האבן די מיליטער און די חרדקי"ם, און ער פירט אויס "אם היה ר' עקיבא פה, היו סוקלים אותן באבנים, זה לא ואהבת לרעך כמוך"... די מוחים דארף מען פארשטיינערן...

https://www.dropbox.com/s/5z1xln9m3m9j4 ... A.mp4?dl=0
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

עס איז ביי מיר קלאר אז אויב אנעים וואלט געוואסט וואס די מדינה וויל טוהן צו אונז מיטן אריינשלעפן אונזערע בחורים'לעך און די ארטיגע מיליטער וואלט ער אנדערש געשריבן, עס קומט סך הכל מחוסר ידיעה.

איינער וואס איז געווען אמאל שוואך און איז אדורך געגאנגען דעם שאול תחתית פון די פארשאלטענע מיליטער האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט געפעלט קיין האר אז ער זאל זיין פריי, ער האט געהאט ספעציעלע זכויות און דער אייבישטער האט אים געהאלפן. ער האט געוויינט צו מיר אז מען טאר נישט גיין אין מיליטער. און נישט אלץ קנאות נאר אלץ אידישקייט.

אנעים זיי אביסל מברר וואס דארט טוט זיך אפ.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אולי האט געשריבן:ער זאגט. אם היום היה ר' עקיבא, פה היו סוקלים אותו באבנים,

ביסט גערעכט, האב איך א טעות געהאט, אבער מאכט נישט קאליע מיין פוינט.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יאפין האט געשריבן:עס איז ביי מיר קלאר אז אויב אנעים וואלט געוואסט וואס די מדינה וויל טוהן צו אונז מיטן אריינשלעפן אונזערע בחורים'לעך און די ארטיגע מיליטער וואלט ער אנדערש געשריבן, עס קומט סך הכל מחוסר ידיעה.

איינער וואס איז געווען אמאל שוואך און איז אדורך געגאנגען דעם שאול תחתית פון די פארשאלטענע מיליטער האט מיר געזאגט אז ס'האט נישט געפעלט קיין האר אז ער זאל זיין פריי, ער האט געהאט ספעציעלע זכויות און דער אייבישטער האט אים געהאלפן. ער האט געוויינט צו מיר אז מען טאר נישט גיין אין מיליטער. און נישט אלץ קנאות נאר אלץ אידישקייט.

אנעים זיי אביסל מברר וואס דארט טוט זיך אפ.

מען מישט אויס עטליכע נקודות. משלה"ד איינער שרייבט מען דארף דיך פארשטייניגען ווייל דו נוצט אינטערנעט וואס האט שוין אראפגעפירט אזויפיהל יודען.

דאס אז די מדינה וויל אריינשלעפען בחורים קען זיין אמת, און דאס אז דער ארמיי איז א סכנה ברוחניות קען אויך זיין אמת. דאס מאכט אבער נישט עס זאל זיין מותר צו פארשרייען א פרומע זעלנער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אפילו ווען דער פרומער זעלנער איז דא להסית ולהדיח?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

גראדע בנוהג שבעולם ווען איינער גייט אנגעטוהן בגדים צואים טוט מען עם אן א פעמפער....
סאו איז דאך נישט מער ווי פאסיג אזא איינער שפאצירט אזוי געמיטליך מיט בגדים צואים, מען זאל אים טאקע באווארפן מיט פעמפערס...
בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

דעת תורה איבער שרייען חרדקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתר המדריגה »

[image][/image]
אטעטשמענטס
ח.PNG
ח.PNG (120.2 KiB) געזען 4796 מאל
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ראספשע האט געשריבן:אפילו ווען דער פרומער זעלנער איז דא להסית ולהדיח?

מידיעה אדער השערה בעלמא?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ראספשע האט געשריבן:גראדע בנוהג שבעולם ווען איינער גייט אנגעטוהן בגדים צואים טוט מען עם אן א פעמפער....
סאו איז דאך נישט מער ווי פאסיג אזא איינער שפאצירט אזוי געמיטליך מיט בגדים צואים, מען זאל אים טאקע באווארפן מיט פעמפערס...

האסט מיר געמאכט לאכן..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אנעים זמירות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אפילו ווען דער פרומער זעלנער איז דא להסית ולהדיח?

מידיעה אדער השערה בעלמא?

אז כ'וועל דיר זאגן 'מידיעה' וועסטו טוישן דיין מיינונג?
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אנעים,
ס'איז מיר אייביג שווער געווען די מאמר חז"ל אז משיח וועט קומען צו א דור שכולו זכאי או כולו חייב, קוקט דען אויס אז אונזער דור קען זיין כולו זכאי?!
נאר אפשר מיינט זכאי אז מ'וועט זיין זייער נזהר ח"ו נישט נאכשרייען א צווייטן יוד בשום פנים ואופן אפילו יענער רייסט אויס יודישקייט און האלט אפ די גאולה, אזא דור זכאי קען אפשר זיין אינעם היינטיגן דור.
בדרך אפשר..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אנעים זמירות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:@אנעים אנעים
ביסטי דער וואס האט פארפאסט אזויפיל הערליכע מאמרים די נחיצות צו דערווייטערן מינים און דעות כוזביות פינעם אידישן פאלק ?
כ'דערקען נישט היינט די אמאליגע שרייבער פון די הערליכע מאמרים געשריבן קעגן מינים ומלשינים.

איך בין דער זעלבע און די צוויי זאכען האבען נישט קיין שייכות. ווען עס קומט צו זיך אליין מוז מען זיך אפהיטען מיט'ן גרעסטען מאס זהירות, און דאס מיינט שטיין ווייט פון יעדע זאך וואס קען אפקילען פון יודישקייט. משא"כ ווען עס קומט צו באשייגעצען יענעם דארף מען דערויף האבען א קלארע מחבר וגוערין בו, און נישט אויספאקען מדות גרועות אונטער א שלייער פון קנאות.

ווען דו וואלסט געוואוסט וויפיל מאל ס'שטייט אין שו"ע ונו"כ, די ווארט 'וגוערין בו', אדער ומבזין אותו ומחרפין אותו וכדומה, און ווען דו וואלסט געוואוסט אויף וועלכע עבירות.. מ'רעדט, וואלסטו דיר זיכער נישט צו נאר געלייגט.. און נישט געפאדערט א מחבר אויף וגוערין..
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אנעים זמירות האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:אה פונ'ם מחנה חיים האב איך געהערט, אבער נישט געוואוסט שם המחבר. ייש"כ פאר בארייכערען מיינע ידיעות.

ועל ראשון אחרון (איידי דחביבי האב איך פריער זיך באצויגען צום ידיעה הנ"ל, און מהפך געוועהן דעם סדר), האסט געברענגט א שיינע שמועס בנוגע א מחלל שבת בפרהסיא. כדי צו זאגען אז עס האט א שייכות אהער מוזטו ערשט מברר זיין להלכה אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אינ'ם זעלבע בחינה.

די נקודה איז געווען, דאס זיך נישט קענען איינהאלטן פון א מנאץ, און פון א חשש אז אינגע וועלן זיך אפלערנען עד כדי א תמי' עצומה פון צולאזן און נישט ארויסטראגן מיט מכות, עיין בדבריו הקדושים וואס באדערט אים, ס'איז נישט נאר חילול שבת.

ער רעדט פון קומען עובר זיין אן עבירה חמורה בפרהסיא. צום ערשט מוזטו מברר זיין אז טראגען מונדירען פונ'ם ארמיי איז אן עבירה חמורה.

באמת איז דאס אבער א זייטיגע נקודה צום עיקר פליאה וואס איך האב אויף דיר. דו הסט געברענגט א פלאמפייערדיגע שטיקעל פונ'ם מחנה חיים, אבער פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט דארט און האסט נישט געברענגט דעם נעקסטע שטיקעל וואס איז ממש אן ענטפער צום קעפעל פונ'ם אשכול?

ואתם לא עשיתם מאומה רק הגדתם לי אני אתן תודה על זה כי דעו שמנהיג ושופט לא ישפוט כן לחגור חמת אדם כחז׳יל אצל פנחס אשר קנא לד' והרג
אח זמרי אמרו הם [הלכה ואין מורין כן] אילו שאל פנחס למשה לא היה מתיר לו להרוג אח זמרי הגם שהעיז לנאץ אח קדוש ישראל. ולכן אם אמנם מי שמחלל שבת הוא בעונש סקילה אין לנו לדון דיני נפשות כעת רק יש לדון אותם כפי פסק השולחן ערוך.

פארוואס ביסט דיר מעלים עין מדבריו הק'. איך קען נישט א גאנצע צייט איבערזאגן דא האסטו יעצט א שטיקל קוק נאכאמאל.

ונקל היא שצעירי ימים ילמדו ח״ו לעשות כמותם שיאמינו שהותר הדבר ויהי׳ לכאב לב אבותם עד שירדו שאולה ביגון באבדן עמלם אלה הבנים .

און די אנדערע שטיקל האסטו נישט פארשטאנען, ער ווייטאגט פארוואס קומט מען אים פרעגן, דאס איז נישט א זאך וואס מ'פרעגט און מ'עפנט א שלחן ערוך נאר ווי מ'זעט ביי פנחס, ווי ער האט געשריבן אויבן וואס א איד דארף צו טון און וואס ער האט ערווארטעט פון זיין עדה הק'.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שוין אנעים, האמיר דא דעת ר' חיים, מ'דארף מיר שויניש מער.

און אגב אנעים, כאב אן השערה אז דו ביסט סתם דא צו אנדרייען א קאשע. דו ווייסט פונקט ווי יעדער דא וואס די ציונים ימ"ש וזכרם ונמח זכורם מלהזכירם בזכרון קדוש ווילן דא מיט'ן נעמען חרדקים זיך דרייען אין מא"ש, כ'דארף אפילו נישט אנקומען צו דעם וואס זיי זאגן קלאר אז איצט איז צייט פון הסתגלות, כ'דארף נישט ברענגן א ראי' פון דעם וואס די בלשים זענען גרייט אויפ'ן פלאץ מער ווי איינס צו ארעסטירן מיט אכזריות אויף יעדע זאך וואס קען נאר זיין קעגן געזעץ. נאר כ'בין אזוי זיכער אז דו ווייסט דאס פון זייער שלעכטיגקייט פונקט ווי מיר.

סאו איך פלאן צו אינגנארירן דיינע ווייטערדיגע וויכוחים, ווייל דו זוכסט אגאנצן צייט עפעס מן הצד אויף וואס זיך אנצוכאפן אז דו זאלסט קענען אנגיין מיט די טענה פון ווער זאגט? גא פארווערד זאגט מען אין ענגליש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

סאכדעס האט געשריבן:שוין אנעים, האמיר דא דעת ר' חיים, מ'דארף מיר שויניש מער.

און אגב אנעים, כאב אן השערה אז דו ביסט סתם דא צו אנדרייען א קאשע. דו ווייסט פונקט ווי יעדער דא וואס די ציונים ימ"ש וזכרם ונמח זכורם מלהזכירם בזכרון קדוש ווילן דא מיט'ן נעמען חרדקים זיך דרייען אין מא"ש, כ'דארף אפילו נישט אנקומען צו דעם וואס זיי זאגן קלאר אז איצט איז צייט פון הסתגלות, כ'דארף נישט ברענגן א ראי' פון דעם וואס די בלשים זענען גרייט אויפ'ן פלאץ מער ווי איינס צו ארעסטירן מיט אכזריות אויף יעדע זאך וואס קען נאר זיין קעגן געזעץ. נאר כ'בין אזוי זיכער אז דו ווייסט דאס פון זייער שלעכטיגקייט פונקט ווי מיר.

סאו איך פלאן צו אינגנארירן דיינע ווייטערדיגע וויכוחים, ווייל דו זוכסט אגאנצן צייט עפעס מן הצד אויף וואס זיך אנצוכאפן אז דו זאלסט קענען אנגיין מיט די טענה פון ווער זאגט? גא פארווערד זאגט מען אין ענגליש.

סאכדעס, יפה אמרת, טוב אמרת

אבער ר' אנעים, גיי אן, ווייל נאר אזוי קאכט זיך אויס די נושא נאך און נאך, ס'קומט צו נאך אידן צו שרייבן דעם אמת הצרופה, קעגן די שמוציגע ציונים, און די פארשעמטע גרינע פארשמירטע קליידער טראגער'ס.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

שמו האט געשריבן:
ב) 'טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגנט', דער פאקט האט באוויזן אז זיי טוען נישט בלויז ערשיינען, ווייל ער וויל כאפן א מנחה מעריב, נאר ער טוט ערשיינען כדי אונזערע קינדער/בחורים זאלן זעהן, אז דאס איז א נארמאלע זאך, מ'קען בלייבן פרום און גיין מיט די שמונה בגדים, און נאך אלץ זיין א חייל, און גיין שב"ק מיט ווייסע זאקן, און א גרויסן גארטל.

איך גיי נישט אריין אין די הלכהדיגע חלק און איך האלט אז עס טויג נישט אז זיי דרייען זיך אזוי
אבער וויסען זאלסטו אז לויט די געזעץ מיזען זיי גיין אזוי און דאס איז נישט קיין נייע געזעץ וואס דו זאלסט קענען זאגען אז עס האט מיט די פרימע
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
ב) 'טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגנט', דער פאקט האט באוויזן אז זיי טוען נישט בלויז ערשיינען, ווייל ער וויל כאפן א מנחה מעריב, נאר ער טוט ערשיינען כדי אונזערע קינדער/בחורים זאלן זעהן, אז דאס איז א נארמאלע זאך, מ'קען בלייבן פרום און גיין מיט די שמונה בגדים, און נאך אלץ זיין א חייל, און גיין שב"ק מיט ווייסע זאקן, און א גרויסן גארטל.

איך גיי נישט אריין אין די הלכהדיגע חלק און איך האלט אז עס טויג נישט אז זיי דרייען זיך אזוי
אבער וויסען זאלסטו אז לויט די געזעץ מיזען זיי גיין אזוי און דאס איז נישט קיין נייע געזעץ וואס דו זאלסט קענען זאגען אז עס האט מיט די פרימע

געזעץ אויפן פאפיר, זיי פלעגן ערלויבן די חרדי'שע סאלדאטן אויסצוטוהן די בגדים ווען זיי קומען אהיים, אבער זייט ס'האט זיך געטוישט די אטמאספער, און מ'זוכט דוקא צו אפקילן די חרדי'שע ציבור, דאן איז די געזעץ געווארן א געזעץ למעשה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ווערעצקי האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
ב) 'טוט בלויז ערשיינען אין א היימישע געגנט', דער פאקט האט באוויזן אז זיי טוען נישט בלויז ערשיינען, ווייל ער וויל כאפן א מנחה מעריב, נאר ער טוט ערשיינען כדי אונזערע קינדער/בחורים זאלן זעהן, אז דאס איז א נארמאלע זאך, מ'קען בלייבן פרום און גיין מיט די שמונה בגדים, און נאך אלץ זיין א חייל, און גיין שב"ק מיט ווייסע זאקן, און א גרויסן גארטל.

איך גיי נישט אריין אין די הלכהדיגע חלק און איך האלט אז עס טויג נישט אז זיי דרייען זיך אזוי
אבער וויסען זאלסטו אז לויט די געזעץ מיזען זיי גיין אזוי און דאס איז נישט קיין נייע געזעץ וואס דו זאלסט קענען זאגען אז עס האט מיט די פרימע

געזעץ אויפן פאפיר, זיי פלעגן ערלויבן די חרדי'שע סאלדאטן אויסצוטוהן די בגדים ווען זיי קומען אהיים, אבער זייט ס'האט זיך געטוישט די אטמאספער, און מ'זוכט דוקא צו אפקילן די חרדי'שע ציבור, דאן איז די געזעץ געווארן א געזעץ למעשה.

עס איז נישט א געזעץ אויף פאפיר זיי פלעגען אלעמאל שטראפען אויף דעם
נאר א שטיק צייט האבען זיי זיך נישט וויסינדיג געמאכט ווען די פרומע חיילים האבען נישט געגאנגען ווייל זיי האבען געטאנעט אז זיי האבען מורא דאס האבען זיי אויפגעהערט
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”