מאראלישע דילעמא #2

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

מאראלישע דילעמא #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נעכטן אינדערפרי באקום איך א טעלעפאנישע רוף פון א נאנטן חבר, א ידיד מיט וועמען איך רעד כמעט אויף א טעגליכן באזיס, מיר קענען זיך טאקע נאר פון ביזנעס (מיר זענען אין די זעלבע ליניע), אבער דאך פארברענגן מיר ווי אלטע גוטע פריינט.

ווען ער רופט מיר געווענליך, ווייס איך אז ער ברויך הילף אין די ביזנעס, א קלייניגקייט דא, א גרעסערע זאך דארט, געווענליך פרוביר איך אים ארויסצוהעלפן, ווייל: וואס טוט מען נישט פאר א חבר?

הכלל, די נעכטיגע טעלעפאן רוף איז אבער געווען אנדערש ווי געווענליך, עס האט זיך טאקע אנגעהויבן מיטן געווענליכן "גוט מארגן" "וואס מאכט מען?", אבער איך האב גלייך באמערקט אויף זיין שטימע אז עפעס האט פאסירט.

איך האב פרובירט דערשנאפן אויב ער האט חלילה געהאט א דורכפאל אין די ביזנעס, האט אים נאך א קאסטומער אויסגעשפילט? וויל ער בעטן א הלואה?

עס האט נישט לאנג גענומען און ער איז צוגעקומען צום פינטל: מיין פריינט - זאגט ער מיר - איך וויל דיר עפעס פרעגן...

דא האט ער זיך גענומען רעדן מיט א געשטיקטע שטומע א לענגערע דרשה, לאמיר אים איבערגעבן דאס ווארט:

"נעכטן נאכט האט זיך איינער אריינגעכאפט צו מיר אין אפיס, ער האט געזוכט און גענישטערט אויפן אינטערנעט אן מיין רשות. היינט אינדערפרי האב איך פרובירט נאכצוקוקן וואס יענער האט אזוי וויכטיג געברויכט אויפזוכן, בין איך שאקירט געווארן צו טרעפן - נישט מער און נישט ווייניגער - ער האט זיך באנוצט מיט מיין קאמפיוטער אויף שמוציגע אקטיוויטעטן וואס די האר פון די קאפ וועלן זיך דיר אויפשטעלן הערנדיג וואו ער האט אלץ באזוכט און מיט וואס ער האט זיך אלץ אנגעטראפן..."

מיין חבר איז א ערליכע און פרומע אינגערמאן, און ער קענטיג געווען צושוידערט ביז גאר פון די אומאיינגענעמע פאסירונג, אבער נאך מער האט אים געעגבערט: וואס טוט מען דא ווייטער?

זאל ער קאנפראנטירן יענעם און אים אנשייגעצן כמו שכתוב לקיים מה שנאמר הוכח תוכיח את עמיתך, אדער וועט זיך יענער צו שטארק פארשעמען און עס וועט נישט האבן די ריכטיגע השפעה. זאל ער דאס איבערגעבן פאר זיין מורה דרך? פאר יענעם'ס גוטן איד? זאל ער דאס לאזן לויפן?

ער ווייס נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם שווערן דילעמא און אומאיינגענעמען סיטואציע, רבותי, לייגט צו אייערע צוויי צענט און צען פינגער דערצו.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ערשט'נס פארוואס האט ער נישט קיין פילטער אדער J נעט?

שנית קען ער איהם זאגן אז ער האט באקומען געפערליכע וירוס'נס אין זיין קאמפיוטער, צו ער ווייסט וואס איז געשעהן, און בתוך הדברים זאל ער רעדן על לבו, דברים המתיישבים על הלב, אז סוכ"ס וואס האט מען פון זינדיגן, מ'ליידט דאך אויף ביידע וועלטן, וכו' וכו', אלע דיבורים און מחשבות וואס האלטן איהם זעלבסט צוריק פון זינדיגן, און לאמיר האפן אז ער זאל מצליח זיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

לשיטתי (כאטש קען זיין אז איך בין אזוי בטבע), ברויך ער אים קלאר אפן קאנפראנטירן.

ער קען אים זאגן זייער פשוט: מיך גייט גאנץ קנאפ אן וואס דו טוסט פאר דיר, און ווי דיין יראת שמים מעסטל האלט. און כאטש באמת אלס גוטער חבר וואלט איך זיך ווען געוואונטשן אז דו זאלסט נישט האלטן ווי דו האלטסט. אבער עכ"פ, ביי 'מיר' אויפן קאמפיוטער האסטו נישט קיין שום רעכט ארום צו פיסטעווען אויף אזוינע פלעצער, שוין אפגערעדט פונעם חלק הרוחני, וואס דו האסט מיך אליין מכשיל געווען זיך אנצוטרעפן מיט דיינע תאוות. אבער אפילו בגשמיות ברענגען די סייטס אלע ערליי וויירוס'ן, און עס קען מיך מאכן גרויס שאדן. אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אין דיינע געשעפטן, אבער 'דו' ביזט דער וואס האט מיר אריינגעמישט, מעגסט ווען האבן שכל נישט צו גיין אויף אזאנע פלעצער אויף יענעמ'ס קאמפיוטער.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

בדידי הוא עובדא
בערך אזא וואס, אין כ'האב געטוהן פונקט ווי יענטאאש שרייבט אבער ס'האט אזויפיל אויפגעטוהן אז די נעקסטע מאל וואס ער איז דארט געווען האט ער אויסגעמעקט די גאנצע היסטערי, פייל'ס, קוקי'ס, אלעס אלעס ,
ס'האט אזוי לאנג אנגעהאלטן ביז מ'האט אים געמוזט מיט שיינעם מסביר זיין אז עס איז צייט אז ער זאל זיך אליין פארזארגען מיט א קאמפיוטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד האט געשריבן:בדידי הוא עובדא
בערך אזא וואס, אין כ'האב געטוהן פונקט ווי יענטאאש שרייבט אבער ס'האט אזויפיל אויפגעטוהן אז די נעקסטע מאל וואס ער איז דארט געווען האט ער אויסגעמעקט די גאנצע היסטערי, פייל'ס, קוקי'ס, אלעס אלעס ,
ס'האט אזוי לאנג אנגעהאלטן ביז מ'האט אים געמוזט מיט שיינעם מסביר זיין אז עס איז צייט אז ער זאל זיך אליין פארזארגען מיט א קאמפיוטער.


...און זינט דאן פארמאגט :evil: [נאמען געהיטן אין רעדאקציע] א קאמפיוטער!

ערנסט גערעדט: יענער חברה'מאן האט אויך אויסגעמעקט אלע קיכלעך/פיילס/היסטאריע, אבער מיין חבר זאגט אז ער קען נאך אלץ באיזה אופן איבערזען אלע בילדער וואס יענער האט געזען (איך בין אויך נייגעריג וויאזוי דאס ארבעט).
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האב געטראכט אז ער זאל אים יא זאגן, אבער צו לייגן אז ער האט א שומר פראגראם וואס לאזט אים פונקטליך וויסן ווי זיין קאמפעיוטער האט אלץ באזוכט, איך גלייב נישט אז נאכדעם אלעם זאל ער נאך אלץ האבן חשק דאס צו טוהן דוירעך א פרעמדע קאמפעיוטער.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

דאן ווייס איך שוין נישט וואו ווייט דו גייסט
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

קרעמער

דאס איז זיכער אז עס איז דא א מצוה פון הוכח תוכיח, און דאס דארף מען מקיים זיין, צי יענער פארשעמט זיך צי נישט. נאר די שאלה איז אויב איז דא א בעסערע וועג וואס וועט לכאורה מער אויפטון אויפן צוקונפט איז מעגליך אז דאס דארף צוגיין אויף יענעם וועג.
יעצט איך מיין אז קיינער קען דיר נישט ענטפערן א קלארן תירוץ און אנווייזן כזה תעשה, ווייל מען דארף וויסן און קענען דעם יונגערמאן, זיין טיפ, זיין היסטאריע, צי ער באהאלט זיך, צי ער איז לפנים א פרומער , וכדומה , וואס די אלע זאכן דארפן גענומען ווערן אין באטראכט , און ביי יעדן פעלט זיך אויס א באזונדערע צוגאנג, וויאזוי יענער וועט - אויסער הערן א פארציע מוסר - אויפנעמען די רייד, אדער צי מ'קען אים דערשרעקן אז מ'וועט דאס זאגן פאר די וואס ער וויל נישט זאלן וויסן, וכדומה, וואס בעיקר דארף מען פרובירן און צילן צי מ'קען עפעס כאטש אויפטון אויפן עתיד, אז ער זאל מורא האבן צו נוצן א צווייטנס קאמפיוטער, צוליב די שווערע איבערגאנג און בושות וואס ער וועט איצט ליידן, און מ'קען זיך מיט קיין געפילן נישט רעכענען.

דעריבער דו פרעגסט: "זאל ער קאנפראנטירן יענעם און אים אנשייגעצן כמו שכתוב לקיים מה שנאמר הוכח תוכיח את עמיתך?
וואספארא פראגע איז דאס. א אפענער פסוק. הוכח תוכיח מיינט קאנפראנטירן דאכצעך.

פרעגסט: "אדער וועט זיך יענער צו שטארק פארשעמען און עס וועט נישט האבן די ריכטיגע השפעה?

מוסר זאגן ביחיד, איז לכאורה נישטא קיין שאלה אז יענער וועט זיך סוכ"ס פארשעמען, און אפילו שטארק פארשעמען. און וואסערע שלעכטע השפעה קען עס דען האבן? קען עס דען ערגער מאכן? ער וועט עס דען אנהויבן טון אפטער וווייל איינער האט אים קאנפראנטעט אויף זיינע גרויליגע חטאים?

פרעגסט: "זאל ער דאס איבערגעבן פאר זיין מורה דרך? פאר יענעם'ס גוטן איד? "
אויב עס איז שייך און עס קען אויפטון, אוודאי. אבער דאס איז געווענליך נישט דער קעיס, און לשון הרע קען אפשר זיין א שאלה, אויב איז דאס זיכער ארויסגעווארפן סתם איבערצוזאגן.

פרעגסט: זאל ער דאס לאזן לויפן?
א מין גערעדעכץ. חס ושלום. ער מוז כאטש פרובירן ראטעווען אוף ווי ווייט ער קען. און אויב קען ער נישט, זאל ער כאטש אויפטון אויף צו מינימיזירן די שאדן וואס יענער קען טון פאר אנדערע , אים דערשרעקן, אז אנדערע ערליכע זאלן נישט טרעפן אויף זייער סקרין וואס דיין חבר האט געטראפן.

איך האף האסט באקומען א צענט מיט כאטש ניין פינגער.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

תוהו
={'} ;l;p-
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

תוהו בכלל דברי דבריך, יישר כוח פאר'ן דאס אזוי שיין ארויסברענגן, קענסט ווען מער מסביר זיין דיין הערה אויף די רייד פון קרעמער: זאל ער קאנפראנטירן יענעם און אים אנשייגעצן כמו שכתוב לקיים מה שנאמר הוכח תוכיח את עמיתך?. אויב לקיים מה שנאמר איז סוף פסוק שטייט ולא תשא עליו חטא. אנשייגעצן איינעם האט נאך לדעתי נישט געהאלפן קיינעם אויפהערן טוהן עבירות פאר זיך אליין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

דאן ווייס איך שוין נישט וואו ווייט דו גייסט


וואס מיינט דאס "וואו ווייט דו גייסט"? ביסט מיר חושד אז איך בין עס געווען?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטערמיינד האט געשריבן:תוהו
={'} ;l;p-


גם אני מצטרף!

יישר כח תוהו!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויב יענער האט אויסגעמעקט אלע היסטארי, צו וואס האט אויסגעפעלט פאר דיין חבר אפיר צוזוכן אוואו ער האט באזוכט? ווער האט אים געבעטן?

אגב, אויב דיין חבר איז א גוטער בעל מוסר קען ער קומען צו מיר אויך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

דאן ווייס איך שוין נישט וואו ווייט דו גייסט


וואס מיינט דאס "וואו ווייט דו גייסט"? ביסט מיר חושד אז איך בין עס געווען?

איי העיט וואן ליינערס, איי ריעלי דאא,

באט קרעמער,

ח"ו
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און בעיקר השאלה, די "מעשה" איז א מאראלישע, אבער די "דיון" איז א הלכה'דיגע. אנדערש ווי די פאריגע אשכול 'מאראלישע דילעמאס 1'.

הוכח תוכיח מיט באשייגעצן איז צוויי באזונדערע זאכן, לדעתי.

'לאזן לויפן'. צי מיינט דאס אז דער חבר זיינער קומט רעגלמעסיג צו זיין אפיס און די שאנס איז גאר שטארק אז דאס זאל זיך איבערחזרן, אדער מיינט דאס אז ער וועט זיך אנזעהן ערגעץ אנדערש?

און בעצם וואלט איך געראטן פאר דיין חבר, אז אויב איז ער טאקע אזוי ערליך און גלייבט די חזל אז אין אפוטרופוס, זאל ער מוחל זיין און ארויסווארפן זיין קאמפיוטער וואס איז שוין אנגעפיקעוועט מיט די אלע בילדער וואס ער האט אפירגעקראצט, און קויפן א שפאגל נייעם וואס איז נאך ריין. שומר על גבוה שומר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

האט שוין יענער געזאגט פאר דזשעינעט אז זיי זאלן בלאקן יענע סייטס?
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

קרעמער האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

דאן ווייס איך שוין נישט וואו ווייט דו גייסט


וואס מיינט דאס "וואו ווייט דו גייסט"? ביסט מיר חושד אז איך בין עס געווען?


לכאורה וויל ער פרעגן, אויב איז דאס אמת אז JNET לאזט אריין אין יענע סייט'ס קען דאך דאס נישט זיין אזוי געפערליך. אויף דעם האט ער געזאגט איך ווייס נישט וואו ווייט דו גייסט. כנלע"ד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איר וועט אפשר זיין שאקירט, אבער די סייט הייסט "היידפארק"! רעגולער היידפארק איז נישט געווארן בלאקירט דורך מיין חבר'ס חבר'ס דזשעינעט (כ'ווייס נישט וועלכע לעוועל דזשעינעט ער פארמאגט).
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער האט געשריבן:איר וועט אפשר זיין שאקירט, אבער די סייט הייסט "היידפארק"! רעגולער היידפארק איז נישט געווארן בלאקירט דורך מיין חבר'ס חבר'ס דזשעינעט (כ'ווייס נישט וועלכע לעוועל דזשעינעט ער פארמאגט).

איך מיין אז ער מיינט נאר אז ער האט דזשעינעט.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער האט געשריבן:
פענסטער האט געשריבן:נעכטן האט מיר קרעמער פארציילט די מאנסע, האט ער מיר געזאגט אז זיין חבר האט J NET, און אעפ"כ איז דא פלעצער וואס וואלטן געדארפט זיין געבלאקט און ס'איז נישט.


גראדע האט מיין חבר נישט קיין דזשעי-נעט, נאר אן אנדער סארט פילטער (כ'ווייס נישט דעם נאמען דערפון), אבער נאך די שוידערליכע פאסירונג האט ער זיך פאראינטערסירט ביי אנדערע, און איז געוואויר געווארן אז די יעניגע סייטס וואס יענער האט באזוכט ווערן נישט געבלאקט אפילו דורך דזשעי-נעט!

קרעמער
דא שרייבסטו אז ער האט נישט קיין ג.נעט סאו מן הסתם איז עס וועגען דעם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א מעסטערמיינד טאר נישט אזוי שנעל צומישט ווערן.

ליין איבער אלע מיינע תגובות (אויב דו האסט געדולד און צייט) וועסטו זען אז דא האנדעלט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן, מיין "חבר" האט נישט קיין דזשעי-נעט, נאר א צווייטע סארט פילטער, און זיין חבר, דאס הייסט מיין "חבר'ס חבר", פארמאגט יא דזשעי-נעט, און קיינע פון די פילטערס האבן נישט געבלאקט די רעגולער היידפארק פאר יענעם צוקוקער.

דריי-מאל-נול;
AND THAT'S A FACT
ווער ביסטו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 2:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער ביסטו »

זייער מאדנע.
זשעי. נעט בלאקט געהעריג היידפארק, מכל וכל.
אפילו נארמאלע זאכן וואס מ'דארף אנקומען צו היידפארק (למשל שינוי פרטים) קען מען נישט טון דורך זשעי.נעט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אפשר ווענדט זיך עס וועלכע לעוועל מען פארמאגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”