מיין טאגביך באתרא קדישא מירון ל״ג בעומר תשע״ז

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

מיין טאגביך באתרא קדישא מירון ל״ג בעומר תשע״ז

תגובהדורך כלל וכלל » מיטוואך מאי 17, 2017 1:59 pm

מיין טאגביך באתרא קדישא תשע״ז


יא! מהאמיר געהאט די זכיה צי זיין דריי טאג, איבער זיבעציג שעה באתרא קדישא.
א שרייבער בין איך נישט , און די הרגשים שטורעמען נאך, כאבעס נאכנישט דידזשעסטעט געהעריג. וועל מיר שרייבן אומפראפעשענעל, און נאר ביישרייבן די טריקענע דברים כהוייתן

דאנערשטיג 10:00

מהאט קוים געלאנדעט בארצינו הקדושה, געווען אין ירושלים אויף א קורצע באזיך, און מאיז פיינעלי אויפן וועג למאור גליל העליון.
‎נישט וויסענדיג צי קארס זענען נאך ערלויבט אריינציפארן אין מירון, זעמיר קודם אהינגעפארן, סאיז געווען א טאטאלע סטענדסטיל פין הינדערטער באסעס און קארס, אלע טויערן זענען שוין געווען פארשלאסן, האמיר אנגעהויבן זיכן פארקינג אינטן פונעם בארג און אין די דערנעביגע פארקינג לאטס, נאכן זיכן פאר איבער א שעה האט מען אינז געמאלדן אז אלע פארקירטע קארס וועלן ווערן אוועקגעשלעפט פרייטיג ציפרי.. שוין ... א שעה אין מיסט קאסטן..

האמיר זיך דערזעהן קרוב צי דרייע ביינאכט מיט צוויי ברירות, אדער גיימיר קיין צפת אין מנעמט א טעקסי פון דארט, אדער פרוביר מיר נאכאמאל אריינציפארן.. רבו עלי חבירי, און מבאשליסט צי פרובירן עוד הפעם..

מקים מיר אן צי איינע פון די טויערן אין סמאכט זיך אויף פאר א קאר וואס וויל ארויספארן, מטראכט נישט קיין צוויי, ממאכט א שארפע רעכטס, מגיבט געז.. אין מזעמיר אין מירון פארנט פין אינזער דירה!
די אזוגעריפענע משטרה/שונאי הדת שרייען נאך מסתם יעצט..

(אלס איינער וואס איז שוין געווען אין מירון כמה פעמים איס דאס בכלל נישט געווען קיין חידוש, מהאמיר נאך יעדע יאר געהאט מעשות כלשון הג׳ לך אצל רבי שמעון דמלומד בניסים הוא)




פרייטאג פארטאגס 5:00

נאכן זיך וואלגערן אין בעט פאר איבער א שעה, האמיר אפיציעל אויפגעגעבן אויפן שלאף, מטיט זיך אן, מפרעגט א שאלה וועגן ברכת התורה, אין משלעפט זיך ארויף די בארג לעסוק בדברי תורה במחצתו של רשבי.
(נאך א מזל די צייט לויפט אנדערש אין ניו יארק, אזו האמיר געקענט האבן א חברותא אויפן טעלעפאון אוויעלבעל. אין א זייטיגע בענעפיט, אז אזוי קען מען נישט רעדן מוצש״ק קיין ניו יארק ביז פירע פארטאגס, אין די מחמירים בתוכינו וואס זענען מקפיד אויף פרישה ביום הקדוש הזה.. שיקן א טעקסט דריי דרייסיג פארטאגס אז מלייגט זיך שוין, אזו האבן זיי מנוחה ביז פינעפע נאכמיטאג...)

מענדיגט לערנען אפאר שעה, מגייט אויפוועקן די חברים, משטעלט זיך דאווענען מיט א ברען און סאיז שוין חצות היום.

טייל עולם נעמט א באס קיין צפת כאפן א טבילה אין אר״י הקדוש׳ס מקווה, און טייל כאפן א דרימעל צי זיין אביסעל אויסגעריט צום געהויבענעם שבת הבא לקרתינו לשלום.



זמן כניסת השבת 6:00

מגיימיר ארויף צים מערה מקבל שבת צי זיין, און עס אנטפלעקט זיך א הערליך בילד. כבין נישט די איינציגסטע גאסט אויף שבת! די חצר און מערה זענען איבערגעפילט עד אפס מקום!

מגיימיר אריין צי איינע פן די היכלות אינעם מערה, און משטעלט זיך דאווענען מיט א פלאם.
ס׳איז אים מעגליך צי באשרייבן די התעוררת און התרוממת. די מנין איז באשטאנען פין מאוסטלי אמעריקאנע באלעבאטים, אין ביי בואי בשלום האט מען געזינגען א דריי פעלער ניגון גאנצע דריי מאל אן קיינער זאל עס בעטן.. אזו נאטירלעך.. דערווייגן זאל זיך די רב אין מיין שול עס צי טון נעקסטע וואך.. ער פארלירט האלב מתפללים... אה! סאיז א העכערע אוויר!

אוי האט נאכדעים געקאכט א בר יוחאי. די מנין בעפאר אינז האט אויך געזנגען אמר רבי עקיבה, האמיר אינז אויך מוסיף געווען ואמרתם, און אזוי איז עס שוין געבליבן ביי רוב פון די צענדליגער מנינים דערנאך..
( יעצט פארשטיי איך שוין וויאזו טייל ״מנהגים״ ווערן געבוירן...)


מגיימיר צים סעודה וואס איז ציגעשטעלט פאר א היימישע קבוצה אינגעלייט, סאיז זייער שיין געווען, נאר אביסעל לאנג, פון דארט גיימיר צום באטע וואס ווערט געפירט אין אוהל אליעזר דורך ר׳ אלימלך בידערמאן.
פון די ארגינעלע פלאן צי זיין דארט א האלבע שעה, איז געווארן כמעט צוויי שעה, ביז ווען די שכן רוימט מיר אריין אין אויער אז ר׳ אלימלך פלאנט צי פירן ביזן נץ.. האבעך געמאכט פליטה. כקען מיר נישט ערלויבן צי פארפאסן נאך א נאכט שלאף..


מלייגט זיך נאך דרייע, כווייס נישט וואס סגייט פאר מיט די בעטן און מירון, אבער סהאט מיר שוין אויסגעשפיגן האלב זיבן.



שבת ציפרי 7:00

מכאפט א טבילה, און מגייט ארויף צים מערה מיט א תהילים׳ל אינטערן ארעם. מקימט אריין אין מערה, אין די אויג קען נישט זאט ווערן, א פיל געפאקטער מערה מיט תהילים זאגערס, בכיות און קולות פין יעדער ווינקעל!! רבי שמעון לכל! יעדער שפירט אז וזה שער השמים. א געוואלדיגע התעוררת, מעפענט די תהילמל אין די קוואל טרערן וואס איז מאוסטלי פארשלאסן דורכאויסן יאר, עפענט זיך דא אויף אן קיין איבעריגע פלאג. א געווענטליכע סיום ספר תהילים פון צוויי שעה ווערט דא דריי. נאכן ענדיגן כאפ איך מיר אז די פלאן איז נישט געווען צי ענדיגן, כהאב נאר געוואלט זאגן פאר א האלבע שעה.. אבער שוין, כאנישט חרטה געהאט..


סאי׳ז שוין צענע, די מצב קיקט אויס ווי אין א גרויסע סאטמערער ביהמ״ד שמחת תורה אינדערפרי. איין ווינקעל זיכט מען א צענטער, די אנדערע ליינט מען. אין די דריטע ווינקעל מאכט מען שוין קידוש מיטן טלית אויפן פלייצע. און אין פערטע ווינקעל לערנט מען נאך חסידישע ספרים פארן מקווה...


משטעלט זיך דאווענען, מזינגט א ווארעמע ממקומך, מזיכט א ספר תורה צי ליינען, סווערט א דעבאטע אויב מקען ליינען אין א ספרדישע ספר, למעשה האט מען גענדיגט אינעם דערנעביגן מנין, שוין, האמיר שוין א היימיש ספר..


נאכמיטאג האט מען פרובירט צי שלאפן פאר א שעה, נאכדעים איז מען אריבער צים גרויסן היכל התורה וואס ווערט אויפגעשטעלט אין מירון די פארגאנגענע פאר יאר, זיכער צי מאכן צי זיין אפ טו דעיט מיט די שיעורים קבועים, ס׳געווען א געפאקט היכל מיט לומדי תורה, זאל די זכות ביישטיין פאר די עסקנים ונדבנים.

(ס׳געווען ציגעשטעלט ספעציעלע ביה״כ פאר די לומדים..מיט ספעציעלע תקנות ווער סמעג עס ניצן.. כבין נישט אנגעקימען צי כאפן א בילד אבער ס׳געווען קאמיש ביז גאר.. צווישן אנדערע, מעג מען עס נאר ניצן אויב מהאלט אינמיטן לערנען אין מפלאנט ממשיך צי זיין דערנאך, אדער אויב מגייט זיך גלייך דערנאך זעצן לערנען פאר מינימום א האלבע שעה... מהאט געברויכט באקימען א קארטל פין די ממונים, און נאר דעמאלטס האט מען עס געקענט ניצן..

ווער סקען די מצב מיט די בייתעקיסעס ל״ג בעומר.. פארשטייט די נחיצות פין דעי תקנות.. כבין נאר נייגעריג וויאזו ס׳האט געארבעט אין פראקטיק..)




שב״ק נאכמיטאג 7:00

מדאווענט מנחה אין חצר, מהאלט מיט א הפגנה קעגן די רשעים וואס האבן נישט געקענט ווארטן א האלבע שעה, נאר האבן גימיזט אריינכאפן מחלל שבת צי זיין, און קימען אין חצר מיט די סעלפאונס און ציגרעטליך.. ימח שמם!

(ווי איז אביסעל רעספעקט?? קיינער בעט זיי נישט צי היטן שבת. אבער ווען ער פארט קיין אינדיע צי רוים צי סיי וועלעכע קירכע, וועט ער רעספעקטירן מנהג המקום, ווען דער גוי קימט אין א מקום קדוש וועט ער אנטוהן א קאפל און רעספעקטירן די מנהג המקום, אין דא ווען קיינער ריפט אים נישט, סאיז דאך דא א אייגענע סעקיורעטי קאמפאני, מיז ער דווקא קימען אין פארשוועכן א מקום קדוש??? עמי בבית?? אביסעל ריספעקט די רשע!! ישראל כשהם יורדים.. שוין.. סארי פאר די אויסבראך..)

זעמיר שוין אויפן וועג צים געהויבענעם של״ס במחיצות רב בידערמאן, אדער וואזו רבי אלימלך ריפט עס אן, די קבלת פנים און חופה, זייט די יומא דהילילא איז דאך די חתונה אליינס כידוע.

סווערט געפראוועט מיט א גרויס התעוררת, מיט נגיני התעוררת און דברי התחזקות. מגייט שוין אריין אין רבי שמעוןס טאג!! מי שיש לו אמונה ברשב״י יש לו חיזוק ברשב״י!! (כלשונו) והציל הלחוצים אדנינו בר יוחאי!! יעדער האט דאך א ליסטע מיט זיינע לחוצים, מפרובירט אביסעל אנציצינדען די נשמה וואס איז גאנץ פארשלאפן במשך׳ן יאר.. מקאכט אריין מיט א ׳לב טהור ברא לי אלקים׳ מאיז מתפלל מיט א ׳למקדשך תוב ולקודש קידשין׳. פארפאלן, רבי אלימלך׳ס התקשרות אין פלאם צי רבי שמעון כאפט זיך אריבער אויף אלע באטייליגטע.. מאיז נאך ווייט פון גרייט, אבער ס׳איז שוין כמעט דריי שעה נאכן זמן משטעלט זיך מעריב, מציילט ספירה, און מאיז שוין אפיציעל און רבי שמעון׳ס טאג!!


גלייך ביים זמן כניסת היום טוישט זיך די אטמאספער אין דארף מקצה אל הקצה. א שמחה רבה נעמט ארום דעים גאנצן דערפל. הדלקות ברענען אין יעדע צווייטע ווינקעל. מוזיק הערט זיך פין איבעראל. טאטעס מיט משפחות, מיט הינדערטער חאלאקע קינדער אין די קערידזשעס, שלעפן זיך ארויף דעים שווערן בארג, מיט אזא שמחה, אזא דערהויבענקייט. די שטאט לעיבט אויף אלע באקן!! רבי שמעון׳ס מאמר ׳חס ושלום שתשתכח תורה מישראל שנאמר כי לא תשכח מפי זרעו׳ שרייט ארויס פין זיך אליינס.

מגיימיר צי די רידה זיך אנגרייטן. פארשטייט זיך מברויך טאמס נאך אן איזרעילי סעודה.. אין סאיז שוין חצות הלילה.

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » מיטוואך מאי 17, 2017 2:01 pm

ביז דא בינעך אנגעקימען צי שרייבן אויפן פליגער אהיים.. אויס סוועט זיין א פארלאנג וועט מען פרובירן ממשיך צי זיין

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מאי 17, 2017 2:08 pm

א שאלה זיכער זאלסטו שרייבן ווייטער. ווי קענסטו מיר איבערלאזן ממש ביים כניסת היום איך בין שוין געווען גרייט מיטצוגיין מיט דיר צום הדלקה. און בומפס
א'מונה ב'טחון ג'עלט

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך מאי 17, 2017 2:16 pm

במחילת כבודכם, איר האט אנגעפאנגען מיט א ליגענט.. איר האט דירעקט יא א גוטע פעדער!

ביטע שיין זייט ממשיך! שכח.
1 + 1 = חלה דעקל...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך מאי 17, 2017 2:23 pm

זייער ווארעם און שיין.

זמן כניסת השבת 6:00 איז לכאורה א טעות איך גלייב עס איז געווען 7:00 אדער שפעטער.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » מיטוואך מאי 17, 2017 2:34 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:זייער ווארעם און שיין.

זמן כניסת השבת 6:00 איז לכאורה א טעות איך גלייב עס איז געווען 7:00 אדער שפעטער.


די זמן איז געווען 6:50, אין אינזער דירה איז געווען א צוואנציג מינוט שפאציר פין מערה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 17, 2017 4:05 pm

זייער שיין, נאטורליך און אומגעקינצלט. שרייב ווייטער ביטע.
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מיטוואך מאי 17, 2017 4:17 pm

איך האף אז דו ביסט נישט אוועק געגאנגען נאך מעריב, אויב יא קוק וואס די האסט פארפאסט
http://www.kolhalashon.com/New/Media/Pl ... Video=True

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 17, 2017 4:17 pm

Waiting

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » מיטוואך מאי 17, 2017 4:52 pm

דאווענט מנחה אין חצר, מהאלט מיט א הפגנה קעגן די רשעים וואס האבן נישט געקענט ווארטן א האלבע שעה, נאר האבן גימיזט אריינכאפן מחלל שבת צי זיין, און קימען אין חצר מיט די סעלפאונס און ציגרעטליך.. ימח שמם!

האסט זיי אינזין געהאט ביי והחזירינו בתשובה שלימה לפניך אדער ביי וכל המינים כרגע יאבדו?

ישראל אף על פי שחטא ישראל הן....

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

המשך פינעם טאגבוך (חלק ב׳)

תגובהדורך כלל וכלל » מיטוואך מאי 17, 2017 5:09 pm

ליל ל״ג בעומר 12:30

מקימט אן צים גרויסן צענטראלן באיאנער הדלקה. פארשטייט זיך ס׳איז שוין פיל געפאקט, משטיפט זיך אריין. מזאגט ויתן לך ברוב עם. אפאר מזמורי תהלים אין די רבי איז שוין דא.

מי שלא שמע נגיני התעוררת זו לא .... מימיו.. דער פראנק מיטן קלירנעט, די זינגערס. די ׳רחמיך מתגולים על עם קדשיך׳. די אלטע ארגינעלע ווארעמע ניגינים. סצינעמט א שטיין! א אפען הארץ סערדזשערי.. די פליס פין טרערן שפעטיגט נישט צי קימען.. אזו ווארעמט מען זיך אן פאר א גיטע פאר מינוט.


ווען די רבי איז שוין גרייט צי צינדן זינגען זיי א ווארעמע ויהי נועם ניגון. ווייניג מאל וואס א ניגון איז אזו אין פלאץ! כווייס נישט ווער די מחבר איז, אבער ס׳ציט, ס׳מאנט, אין ס׳נאגט צי קרבת אלקים! ׳ומעשי ידינו כוננה עלינו׳ זייער א שטארקע ניגון!

גלייך דערנאך, צינדט די רבי אן דו אבוקה. די עולם ווישט שנעל אפ די אויגן. יעצט איז א צייט פאר שמחה. אין די משוררים הייבן אן ׳לכבוד התנא אלקי׳, די גאנצע חצר מיט די פארענטשעס זענען אין די ליפטן!! זקנים עם נערים.

בכלליות בינעך זייער איבערגינימען פינעם ביאנער הדלקה. די מוזיק איז צים זאך, די ׳אשרינו מה טוב חלקינו׳ דינערט. די צווייטע בר יוחאי מיט די הפסקה יעדע האלבע שטיקעלאיז דיפרענט. די ווארעמע ניגונים זענען אן הפסקות. אין די טאנצן איז מיט א ברען אן קיין הפסקות. מטאנצט פאר רבי שמעון אין נישט פאר די חסידות. כווייס סאיז קעגן די תקנות דא, וועליך נישט רעדן פון לעבעדיגע אדמורים, אבער די חסידישע נאכמיטאג הדלקות האבן זיך אסאך וואס אפצילערנען.. ודי בזה..


נאכן טאנצן ביים הדלקה א גיטע צוויי שעה אן קיין הפסקות, גייט מען אריין אין חצר טאנצן אביסעל. סגיבט א בליק אויפן זייגער, סשוין כמעט פירע. מלויפט זיך לייגן. מדארף האבן כח, עוד היום גדול.

אויפן וועג אראפ זעהט מען טויזענטער אידן עסן מלווה מלכה אין אלע הכנסת אורחים שאטערס, און פרישע טויזענטער מיט די בגדי חול אין די טלית ותפילין אינטערן ארעם, זיך ארויפיאגענדיג די בארג צי כאפן וותיקון. א קאלערפול פאלק דעי כלל ישראל..


ווען מלייגט זיך איז שוין קרוב צי פינעווע. אין די מירונע בעטן שפייען שוין אויס אכט דרייסיג.. וואס קען מען טיהן.


ל״ג בעומר אינדערפרי 9:15

לויט מיין עקספיריענס פין די פארגאנגענע יאר, איז א געוואלדיגע טומעל אין די שטיבלעך נעבן מערה. האמיר זיך געשטעלט שחרית אין א שטילע ווינקעל. אינטען פין בארג. געדאווענט מיט א רוהיגקייט. געזאגט אלעס אין סידור וואס מקען זאגן. פין רבי אלימלך׳ס תפילה, ביז אלע פרשיות נאכן דאווענען. געגעסן פרישטאג.

אין מאיז גרייט! מגייט זיך באווייזן דאס פנים בקודש הקדשים. שופח שוח זיין דארט ווי פעסער דמעות של אהבה זענען שוין פארגאסן געווארן! דארט ווי סאיז א דרך הטבע געהאלפן צי ווערן שלא כדרך הטבע!! אויפן זעלבן מקום ווי די חבריא קדישא. די אר״י הקדוש. די מנחת אלעזר. ר׳ אשר זעליג מרגליות. דער דברי יואל ז״ל האבן מתפלל געווען אין געזען ישעות חוץ לדרך הטבע, גיי איך, יא אני הקטן, האבן די זכיה מתפלל צי זיין אין מעורר זיין רחמים. רבי שמעון לכל אפילו לפחותים אינקלוד מיר אויך!


פארשטייט זיך מלייגט אריין א באטעל וואסער אין טאש, אן דעים איז כמעט נישט מעגליך צי ענדיגן מיט א רוהיגקייט תהלים אין מערה. אין מזעהט זיך אינעווייניג!! די קולות איז עד לב השמים. מקען נישט הערן די אייגענע קול. יעדער פאר מינוט פירט מען ארויס האלב צי גאנץ פארחלישטע פין די טירן. מקיקט אריין אין תהלים, מאיז זיך מצמצם אביסעל. מווייסט אז מדארף אהיימפארן מיט גאנצעטע זעק ישועות, אז נישט איז א שאד אויף די שפעזן. אין סהייבט זיך אן צי זאגן קאפיטעל נאך קאפיטעל. מיט א געוואלדיגע מתיקות און נעימות. סזאגט זיך גרינג. ס׳בעט זיך איינגענעם. די בני יששכר זאגט אז סאיז בבחינת יוה״ק, הלוואי זאל אינזער יוה״ק אויסקיקען אזוי..


המשך יבא אי״ה

באגלייבט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

תגובהדורך באגלייבט » מיטוואך מאי 17, 2017 5:18 pm

זייער זייער שיין. א גרויסן יישר כח. קיפ גאויאינג.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4581
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 17, 2017 6:39 pm

הערליך!!! קיעפ איט קאמינג.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 17, 2017 7:19 pm

אזוי אריגינאל, ליינט זיך געשמאק.
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מאי 17, 2017 8:08 pm

זייער אריגינעל און אינטערסאנט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מאי 17, 2017 8:19 pm

זייער ווארים. איך בענק מיך אמת'דיג אהין!! ווען איך זאל דאס ווען ליינען ל"ג בעומר נאכט וואלטן טרערן זיכער גערינען פאר התרגשות.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך מאי 17, 2017 8:23 pm

הערליך שיין! אזא שריפט!
דו פירסט מיך אריין אינעם מצב ממש ווי איך וואלט אליינס דארט געווען.

זאלסט האבן געפועל'ט אלעס גוטס.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך מאי 17, 2017 8:54 pm

הערליך! אזוי ארגינעל!

מי יתן ואזכה לכך...

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך מאי 17, 2017 9:00 pm

הערליך שיין keep it up יישר כח פארן שרייבן
כמדומה מיר האבן געדאווענט ביים זעלבן מנין לכה דודי, איי איז דארט געווען געגועים

אוועטאר
מי אני
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 19, 2014 2:21 am

תגובהדורך מי אני » מיטוואך מאי 17, 2017 10:22 pm

מטעמים האט געשריבן:הערליך!!! קיעפ איט קאמינג.

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מיטוואך מאי 17, 2017 11:08 pm

Wow
א הערליכע דזאב געמאכט זייער שיין אראפגעלייגט אריגינאל

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מאי 17, 2017 11:14 pm

יישר כח.

אונז ווארטן ( אן שפאנונג... ) אז דו זאלסט מסיים זיין ספר תהילים און זיך אנפילען מיט ישועות.
און אונז זעמיר גרייט ממשיך צו זיין מיט דיר ווייטער
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך מאי 17, 2017 11:23 pm

געוואלדיגע פעדער, עס דערקענט זיך די געשמאקייט אין דיין שפראך.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך מאי 17, 2017 11:39 pm

הערליך שיין!
יעצט האב איך חרטה פארוואס איך בין ערשט געפארן זונטאג פארטאגס צו מירון.... אבער שבת און ירושלים איז אויך נישט אוועקצומאכן!
איזי

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » מיטוואך מאי 17, 2017 11:43 pm

טראבל מעיקער האט געשריבן:הערליך שיין!
יעצט האב איך חרטה פארוואס איך בין ערשט געפארן זונטאג פארטאגס צו מירון.... אבער שבת און ירושלים איז אויך נישט אוועקצומאכן!

גערעכט באט מירון איז מירון


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט