SPUSMN האט געשריבן:When Are The Best Times To Think About Hashem?
It's one of the three foundations of our existence, to walk secretly with Hashem. When you are sitting home and eating breakfast, you're thinking of Hashem. In the place of where you work, in your office, you're thinking of Hashem. In the Yeshiva, you're thinking of Hashem. When driving in your car (of course you have to drive carefully), you're thinking of Hashem.
-- Fundamental Principles (#E-201)
ער זאגט אז דאס איז איינע פון די דריי יסודות פון אונזער עקזיסטענס. איז וואס דענמאלט זענען די אנדערע צוויי? ביטע קומט אריין און העלפט מיר ארויס.
--
לכאורה דארף איינער זיין (און די סאמע ערשטע) שויתי ה' לנגדי תמיד. אבער דאס איז נישט וועליכע ער רעכענט דא אויס, ווייל ער שרייבט to walk "
secretly" with Hashem
וואס דאס איז והצנע לכת עם ה'.
און וואס קען זיין דער דריטע? אפשר צו טוהן דער רצון השם, עשה רצונו כרצונך.
--
דער אלעם ערשטען דארף זיין שויתי ה' לנגדי תמיד (אן דעם הייבט זיך גארנישט אן), מען דארף גלייבען און שפירען (זעהן) אז דער באשעפער איז דא און שטייט דא קעגען מיר.
נאכדעם, אז א איד רירט זיך נישט אן דער באשעפער; ער דארף זיך אלעמאל פרעגען, מעג איך אדער טאר איך נישט; זאל איך, אדער זאל איך (בעסער) נישט; און דארף אלעמאל טראכטען אויף שריט און טריט, וואס וויל דער באשעפער? וואס איז ריכטיג אינעם יעצטיגען מצב, און אויף וועליכע אופן איז עס אויס געהאלטען.
--
דער פסוק והצנע לכת עם ה' שטייט אין מיכה (ו', ח'). אין פסוק שטייט:
הִגִּיד לְךָ אָדָם מַה טּוֹב וּמָה ה' דּוֹרֵשׁ מִמְּךָ כִּי אִם עֲשׂוֹת מִשְׁפָּט וְאַהֲבַת חֶסֶד וְהַצְנֵעַ לֶכֶת עִם אֱלֹקיךָ
דארף מען וויסען ווי די מפרשים טייטשען דארט, און צו רבי אביגדור מיללער רעדט פון דעם פסוק, און צו דא דארף מען טרעפען די דריי יסודות.