טיפע רעיונות פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פריילעך אידל האט געשריבן:ייש"כ ספוסמאן, שיינע זאכן.

איך האב מיך גלייך סובסקרייבט צו באקומען נאטעפיקאציעס...

וועגען דעם זענט איר א פריילעך אידל

א יישר כוחכם פאר אלע באדאנקערס. דער אמת'ע דאנק וועט זיין אויב מען וועט זיך משתתף זיין. (ברענגען נאך, אדער קאמענטירען, אדער צו לייגען הערות אויף זיינע רעיונות)

ס'דא צענדליגער טויזענטער געדאנקען וואס מען קען ברענגען פון אים (דער אדם הגדול בענקים) וואס ער האט איבערגעלאזט בכתב אדער בעל פה (אויף טעיפס); ומי יותן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וואס מיינט נישט ריכטיגע בטחון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Where Do Good Middos Come From?

He must also do what is necessary to acquire good character qualities (middos) and avoid the opposite. A person may not say, "I'll trust You Hashem to teach me to be patient." He has to train himself to overcome his anger and not be impetuous. He may not say, "I'm going to trust Hashem to keep me from being prideful and arrogant." No, he has to work on himself and become modest and humble. He has to change his middos by himself. He may not leave it up to Hashem

-- Ohr Avigdor Shaar Bitachon

--
אין איבערזעצונג:
פון ווי קומען גוטע מידות?

א מענטש דארף אויך טוהן אלעס וואס איז נאר מעגליך צו עררייכען גוטע מידות, און זיך אויס מיידען פון דאס פארקערטע.

א מענטש מעג נישט זאגען "איך וועל האבען בטחון אין דיר באשעפער אז די וועסט מיר לערנען (אנטוויינען) צו האבען געדולד". ניין, ער דארף זיך אליין אויס לערענען איבער צו קומען זיין כעס און נישט זיין האסטיג.

ער מעג נישט זאגען "איך גיי האבען בטחון אין באשעפער אז ער וועט מיר צוריק האלטען פון זיין א בעל גאה און אראגאנט". ניין; ער דארף ארבעטען אויף זיך און ווערען באשייידען און האבען ענוה. ער דארף זיך אליין טוישען זיינע מידות; ער מעג עס נישט איבער לאזען אז דער באשעפער וועט עס שוין טוהן פאר אים.

--אור אביגדור שער בטחון
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג מאי 19, 2017 11:05 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

SPUSMN האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:What Happens When You Pray for Others
?
You can practice training yourself to think unselfishly whenever you see a frum Jew in the distance. Simply say a prayer out loud wishing him hatzlachah in all his endeavors. Nobody will know that you said it, but this totally unselfish act will have an effect on you
— Ohr Avigdor Shaar Avodas Elokim
--
בערך'דיגע איבערזעצונג:

וואס געשעהט ווען די ביזט מתפלל פאר יענעם?

די קענסט פראקטיצירען זיך איין געוואוינען צו טראכטען דאס פארקערטע ווי סעלפיש, ווען אימער די זעהסט א פרומע איד פון דער ווייטענס. זאלסטו פשוט שעפשען א תפילה צום באשעפער, גענוג הויעך זיך אליין צו הערען ווינטשענדיג אים הצלחה און אלעס וואס ער טוהט.

קיינער וועט נישט וויסען אז די האסט עס געזאגט, אבער דער לגמרי'דיגע אנ-סעלפיש טאהט דיינע וועט עפעקטירען און האבען א ווירקונג אויף דיר.
—אור אביגדור, שער עבודת אלקים

ענליכעס האב איך געהערט פון אים, אז ווען מען הערט א הצלה אמבולאנס פליען מיט סיירענס, וואס זאל מען טוהן?

זאל מען זאגט א קפיטל תהלים אז דער חולה זאל האבען א רפואה שלימה.

און אזוי פירט מען זיך ביי מיר אין קאר (און אין הויז אויך ווען מעגליך); אז ווען מען הערט א סיירען זאגט די גאנצע משפחה הויעך צוזאמען די קפיטל פון שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה'.

מען געוואוינט איין די קינדער מיט אהבת ישראל און זיך משתתף זיין בצערם.

Wow
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

Ten steps to Greatness

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער אמת איז אז דאס פארדינט זיך א אשכול פאר זיך.

Ten steps to Greatness by Rav Avigdor Miller z''l

Do the following once a day. (if this is too much, maybe do one/day)

1. Spend 30 seconds thinking of Olam Haba
2. Say once "I love you Hashem"
3. Do one hidden act of chesed.
4. Be like Hashem who lifts the humble, say something to encourage someone.
5. Spend 1 minute about what happened yesterday (cheshbon hanefesh).
6. Your actions should be l'shem shamayim (say once during meals)
7. Look into someone's face and think - I'm seeing a tzelem Elokim
8. Just like Hashem's face shines on us, give someone a big smile.
9. When saying "malbish arumim", think about the great gift of garments.
10. When reciting the words, "If I forget you, Yerushalayim...," sit on floor and think of loss of Yerushalayim (privately, 1 second).

* * *
He recommended doing the above exercises for thirty days. "If you feel exhausted, take a break and come back slowly. To become great, you have to be extreme."
--
10 טרעפ צו גרויסקייט

טוה די פאלגענדע איין מאל א טאג. (אויב דאס איז צו פיל, איז אפשר טוה איינס פון דיע א טאג [און אין 10 טעג וועסטו האבען געטוהן אלע]).

1. נעם זיך 30 סעקונדעס און טראכט פון עולם הבא.
2. זאג איין מאל "איך האב דיר ליעב באשעפער".
3.טוה איין באהאלטענע מעשי חסד.
4. זיי אזוי ווי דער באשעפער וואס הייבט אויף דער אראפ געקלאפטע; זאג איינעם עפעס אים צו מוטיגען, מעודד זיין.
5. נעם זיך 1 מיניט צו טראכטען וואס איז געשעהן נעכטען (חשבון הנפש).
6. דיינע מעשים זאל זיין לשם שמים (זאג איינמאל ביים עסען).
7. קוק אריין אין איינעם'ס פנים און טראכט - איך זעה דא א צלם אלקים.
8. פונקט ווי דער באשעפער'ס פנים שיינט אויף אונז, גיב איינעם א גרויסען שמייכל.
9. ווען די זאגסט "מלביש ערומים", טראכט וועגען דער גרויסע מתנה וואס דער באשעפער האט געגעבען, דער מתנה פון בגדים.
10. ווען די זאגטס די ווערטער "אם אשכחך ירושלים וגו', זיץ אויף דער ערד און טראכט פונעם פארלוסט פון ירושלים (טוה עס בצנעה פאר 1 סעקונדע).

נישט קיין וואונדער ווי ער איז גרויס געווארען! אלעס וואס ער געצה'ט צו טוהן האט ער אליין געטוהן, און נישט פאר סעקונדעס.

דברי המגיע פון ווי כ'האב עס גענומען: ער האט רעקאמענדירט דאס צו טוהן פאר 30 טעג. אויב די פילסט איבער געמיטשעט, מאך א הפסק און קום צוריק שטייטליך. צו ווערען גרויס דארף מען זיין עקסטרעם.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג מאי 19, 2017 11:02 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער לעצטע שורה וואס יענער שרייבט אז "צו ווערען גרויס דארף מען זיין עקסטרעם". זעה איך נישט קיין עקסטרעמקייט דא, נאר א עובד השם באמת.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

יישר כח הרב שפויזמאן
אשכולות כזו ירבו באייוועלט!!!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

נאר זיך נישט, זיי נישט קיין שוטה; ווייס וואס דו ביסט בכח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-52-b)

דער מענטש באהאלט זיך פונעם אויבערשטן, זאגט דער אויבערשטער איכה - וואו ביסטו?

דאס מיינט, וואו ביסטו דער ריכטיגער "דו"; נישט וואס דו מיינסט דו ביסט, נאר קוק טיפער און זעה וואס דו ביסט באמת.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 4:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

Why Is Torah Study Difficult?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:Walk into any Yeshiva and you will see the men there tearing each other's throats. It seems they are going to attack each other physically, but they won't. The Oral Torah wasn't written down, because it had to be discovered by toiling in it., and that is the greatness of the Jewish people
-- The Truth of the Torah

פארוואס דארף מען זיך מוטשען צו לערנען תורה?

וואק אריין אין וועליכע ישיבה נאר און די וועסט זעהן ווי די בני תורה רייסען זיך דארטען ביי די גארגלעך. ס'זעהט אויס ווי זיי גייען זיך אטאקירען איינער דעם אנדערען פיזיש; אבער זיי וועלען נישט.

תורה שבעל פה לא ניתן להיכתב און איז נישט (מעיקרא) אפגעשריבען געווארען ווייל דאס דארף מען אליין משיג זיין דורך יגיעת התורה און עמלה בתורה; און דאס איז דאס גרויסקיייט פון דאס אידישע פאלק.

--
א ייש"כ און א ברכה אויף דיין קעפעלע פאר עס ברענגען.

ווער ס'וועט ברענגען עפעס (אייער טשויס וואס צו ברענגען) וועליך עס בל"נ פרובירען איבערזעצען.
--
אמר הזעציר (כ'זעץ קיינעם נישט), היינטיגע סדרה: אם בחקותי תלכו, זאגט רש"י: שתהיו עמלים בתורה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

viewtopic.php?f=25&p=1446134#p1446134
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

SPUSMN האט געשריבן:דער לעצטע שורה וואס יענער שרייבט אז "צו ווערען גרויס דארף מען זיין עקסטרעם". זעה איך נישט קיין עקסטרעמקייט דא, נאר א עובד השם באמת.

ער מיינט וואס "אונז" "נארמאלע" מענטשן רופן דאס עקסטרעם,
די כוונה איז שטרעבן צום שלימות ממש, גיין מיט דעם ביזן סוף נישט קוקונדיג אויף גארנישט.

א דאנק פארן כסדר'דיג ברענגען די פערל-ווערטער.



אך... הערן רבי אביגדור'ן, א תענוג נפלא!
רייכע געדאנקען, טיעפע יסודות, דברי חכמה, ועל כולם די פעלזן פעסטע אמונה בה' ובתורתו שבכתב ובעל פה וכו'.
ווערן 'דעליווערט' רוהיג, געלאסן, מסודר, נאבעל, אבער מיט גליענד-קאכעדיג-פייערדיג אמונה!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בעאבאכטער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער לעצטע שורה וואס יענער שרייבט אז "צו ווערען גרויס דארף מען זיין עקסטרעם". זעה איך נישט קיין עקסטרעמקייט דא, נאר א עובד השם באמת.

ער מיינט וואס "אונז" "נארמאלע" מענטשן רופן דאס עקסטרעם,
די כוונה איז שטרעבן צום שלימות ממש, גיין מיט דעם ביזן סוף נישט קוקונדיג אויף גארנישט.

כמו שכתב החזון איש זי"ע:

"חובת חינוכינו לקיצוניות"
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

האבען א רעאליסטישע בילד פון גהינום, יציאת מצרים, און מתן תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

How Important Was the Giving of the Torah?

You must think about Gehinom; that's one of the big influences in life. How can a Jew go all through his life without thinking a realistic picture of Gehinom? You have to think about all the great issues. You have to think of Yitzias Mitzrayim (leaving Egypt) every day. You have to think of Matan (the Giving of the) Torah. You must let this picture be transmitted from generation to generation. It should never be forgotten

-- Illuminating the Mind (#009)

ווי וויכטיג איז געווען מתן תורה?

די מוזט טראכטען פונעם גהינום; דאס איז איינס פון די גרעסטע משפיעים איבער דאס לעבען. ווי קען א איד א דורך גיין זיין גאנץ לעבען אן אריין טראכטען און האבען א רעאליסטישע בילד פון גהינום?

דו דארפס טראכטן איבער אלע העכסט וויכטיג ענינים. די דארפסט צו טראכטען פון יציאת מצרים יעדען טאג. די דארפסט צו טראכטען פון מתן תורה. דו מוזט לאזן דאס בילד [פון יציאת מצרים און פון מתן תורה] אריבער גיין מדור לדור, עס זאל קיינמאל נישט ווערן פארגעסן.
--
(נישט לייכט איבער צוזעצען פינקטליך אויפען האר (און עס איז א אחריות אויך) אבער מען פראבירט. די סוגריים איז וואס כ'קלער ער מיינט, ושגיעות מי יבין)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 7:18 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ווערען וואס מען קען זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-51-b) #332

א מענטש דארף במשך זיין לעבן אויף טוהן, אז דורך זיין מחשבה, דיבור, און מעשה, זאל ער ארויס ברענגן בפועל די גרויסקייט וואס ער האט בכח; און ער זאל טאקע ווערען דאס וואס ער קען זיין.
--
די נקודה איז שוין בארירט אויבען:
viewtopic.php?p=1445416#p1445416
און דא אויך
viewtopic.php?p=1443032#p1443032
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מיר זענען דער תכלית הבריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

For whom did Hashem create the Universe?

The entire Torah speaks of how He chose us and only us. He has no business with any other nation in the world

"Shelo asanu k'goyai haaratzos v'lo samanu k'mishpachos haadamah."; He did not make us like the other nations of the world

We need trees, we need flowers, but the Jewish people - they are the ones for whom the world was made. We are the holy nation, the purpose of the universe

-- Perfection in Marriage
--
פאר וועם האט דער באשעפער באשאפען די וועלט (די בריאה)?

די גאנצע תורה רעדט פון וויאזוי דער באשעפער האט אונז אויס געקליבען, און נאר אונז. דער באשעפער האט נישט קיין שום געשעפטען [משא ומתן] מיט קיין איינע פון די אנדערע פעלקער פון דער וועלט.

שֶׁלֹּא עָשָׂנוּ כְּגוֹיֵי הָאֲרָצוֹת, וְלֹא שָׂמָנוּ כְּמִשְׁפְּחוֹת הָאֲדָמָה; ער האט אונז נישט געמאכט ווי די אנדערע פעלקער פון דער וועלט.

מיר דארפען ביימער, מיר דארפען בלומען, אבער דאס אידישע פאלק - זיי זענען פאר וועם דער וועלט איז באשאפען געווארען. אונז זעמער דער עם קדוש דער הייליג פאלק; דער תכלית הבריאה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

SPUSMN האט געשריבן:How Important Was the Giving of the Torah?

You must think about Gehinom; that's one of the big influences in life. How can a Jew go all through his life without thinking a realistic picture of Gehinom? You have to think about all the great issues. You have to think of Yitzias Mitzrayim (leaving Egypt) every day. You have to think of Matan (the Giving of the) Torah. You must let this picture be transmitted from generation to generation. It should never be forgotten

-- Illuminating the Mind (#009)

ווי וויכטיג איז געווען מתן תורה?

די מוזט טראכטען פונעם גהינום; דאס איז איינס פון די גרעסטע משפיעים איבער דאס לעבען. ווי קען א איד [ווי קען מען זיין א איד און] א דורך גיין זיין גאנץ לעבען אן אריין טראכטען און האבען א רעאליסטישע בילד פון גהינום?
דו דארפס טראכטן איבער אלע העכסט וויכטיג ענינים, די דארפסט צו טראכטען פון יציאת מצרים יעדען טאג. די דארפסט צו טראכטען פון מתן תורה. די מוזט האלטן דער דאזיגע בילד [פון יציאת מצרים און פון מתן תורה] עס זאל אריבער גיין פון דור צו דור. עס זאל קיינמאל נישט ווערען פארגעסען [מען טאר דערפון קיינמאל נישט פארגעסען].
--
(נישט לייכט איבער צוזעצען פינקטליך אויפען האר (און עס איז א אחריות אויך) אבער מען פראבירט. די סוגרים איז וואס כ'קלער ער מיינט, ושגיעות מי יבין)

יישר כח נאכאמאל און נאכאמאהל.
מחיבת הקודש, האב אביסעלע גפיקסט אייער איבער זעצונג, איך מיין אז עס 'הערט' זיך אביסל בעסער. [זעה בלוי קאלער אין אייער טעקסט]
("You have to think about all the great issues" האט איר ווארשיינליך פארגעסן צו איבערזעצן)

----
נישט געזועהן דאס לעצטע, יישר כח! האלט אן!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גערעכט, פארזעהן א שורה. אדרבא ואדרבא, וועל צוריק גיין און פארעכטען דער איבעזעצונג, און א יישר כח פאר נעמען די טירחה מעורר צו זיין.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:"א ווארט פון רבי אביגדור זצ"ל" אין די קלעסיפיידס. (Y-51-b) #332

א מענטש דארף במשך זיין לעבן אויף טוהן, אז דורך זיין מחשבה, דיבור, און מעשה, זאל ער ארויס ברענגן בפועל די גרויסקייט וואס ער האט בכח; און ער זאל טאקע ווערען דאס וואס ער קען זיין.
--
די נקודה איז שוין בארירט אויבען:
viewtopic.php?p=1445416#p1445416

קומט אויס לויט דעם (לויט ביידע שטיקלעך פון רבי אביגדור) אז א איד וואס עס גייט אים נישט אן צו ווערען וואס ער קען זיין; הייסט עס ער באהאלט זיך פון באשעפער, ער בלענקט אויס דער באשעפער ווי ס'איז אים באקוועם.

רבי אביגדור טייטשט דאס אין "וַיֹּאמֶר לוֹ אַיֶּכָּה" וואס דער אייבערשטער האט גערופען צו אדם הראשון. כ'מיין אולי, אז דער צווייטע חלק פונעם געדאנק קען אפשר ליגען אין די ווערטער פון קין צום באשעפער "הֵן גֵּרַשְׁתָּ אֹתִי הַיּוֹם מֵעַל פְּנֵי הָאֲדָמָה וּמִפָּנֶיךָ אֶסָּתֵר" (טייטשט דער תרגום אונקלוס "ומן קדמך לית אפשר לאיטמרא"). נאכדעם ויצא קין מלפני ה' וישב בארץ נוד קדמת עדן, ברענגט רש"י דער מדרש רבה, ויצא קין: יצא בהכנעה, כגונב דעת העליונה.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מאי 23, 2017 5:50 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

@בעאבאכטער

פאראכטען ווי איר האט געזאגט, נאר ביי איין ווארט בין איך נישט זיכער אז עס איז ריכטיג איבערגעזעצט

די מוזט "האלטן" דער דאזיגע בילד
אדער
די מוזט "לאזען" דער דאזיגע בילד
אדער גאר א כתוב השלישי
די מוזט "מאכען" דער דאזיגע בילד

די חילוקים זענען דקות'דיג אבער עס מאכט אויס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

SPUSMN האט געשריבן:@בעאבאכטער

פאראכטען ווי איר האט געזאגט, נאר ביי איין ווארט בין איך נישט זיכער אז עס איז ריכטיג איבערגעזעצט

די מוזט "האלטן" דער דאזיגע בילד
אדער
די מוזט "לאזען" דער דאזיגע בילד
אדער גאר א כתוב השלישי
די מוזט "מאכען" דער דאזיגע בילד

עס איז דקות'דיג אבער עס מאכט אויס.

"מאכן" געוויס נישט.

פאר וואס איז לענ"ד די בעסטע "האלטן"?
ווייל דער ענין איז דאך אז ער זאל אריבער גיין מדור לדור. און אין אנדערע ווערטער די מסורת וואס גייט מאב לבן מדור לדור.
מסורת "בלייבט" נישט איבער, מסורת "גיט" מען איבער, ממילא, נישט מען 'לאזט' די בילד (פאסיוו) נאר מען "האלט" דאס בילד (אקטיוו)


איך טראכט היצט א "כתוב השלישי", אן אנדער איבערזעצונג, און איך מיין אפשר אז דאס איז דאס ריכטיגסטע אין "איבערזעץ",

You must let this picture be transmitted from generation to generation. It should never be forgotten
דו מוזט לאזן דאס בילד אריבער גיין מדור לדור עס זאל קיינמאל נישט פארגעסן ווערן.

מסכים?
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ׁ(פון זכרון ארויס, נישט פונקטליך די ווערטער פון ר' אביגדור)

א מענטש אין זיינע ד' אמות ווערט פאררעכענט פונקט ווי דער גרעסטער קעניג פון די גרעסטע מדינה,

סיי ווען ער איז מצליח און סיי ווען ער פאלט דורך...

ודפח"ח ש"י
----

ייש"כ ספוסמאן פאר'ן אשכול גאר רייך,
זוכט איר דוי?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין דונש.

און בעאבאכטער, בין מסכים. כ'האב נאר געטוישט פלאץ פון די לעצטע 2 ווערטער (ענליך צו "לא תשכח" וואס כ'מיין איז שטערקער).

ליין עס איבער; גוט אזוי?
--
ולהוי ידוע אז פון מיין זייט גיב איך רשות צו ניצען מיין ארבעט אין דער אשכול, ולהגדיל תורה ולהאדירה. אויף יענעם'ס ארבעט בין איך נישט בעל הבית.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

יא, ס'איז גוט.

און נאכאמאל א יישר כח אויפן גאנצן געדאנק פון עפענען דעם רייכן אשכול - כה לחי!

מיינע הצעות איז מחמת גודל חביבות הדברים, מען זאל 'שפירן' די ווערטער.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין פון 'שפירן' די ווערטער, מוז איך זאגען וואס אונז ווייסען אבער די וואס האבען נאך נישט דער עפרישיעישאן (און אים נישט געזעהן בפועל רעדן) ווייסען נישט; אז רבי אביגדור מיללער האט פארמאגט א מוראדיגע כח פון "picturesque speech" דאס הייסט ער האט אויס געמאלען ווערטער מיטען מויל און ס'געווען א בחינה פון רואין את הקולות (אינו דומה שמיעה לראיה) מען האט געזעהן ממש מיט די אויגען וואס ער מיינט צו זאגען.

ער האט גערעדט שטייט, אבער דער מח פון אלע צוהערערס זענען געווען אויפען זעלבען וועיו-לענס מיטהאלטענדיג, און האבען נישט פארפעלט א ביעט (beat) פון זיין מוראדיגע קולע אל השערה'דיגע שפראך. יעדער מאל כ'בין דארטען געווען ביים שיעור האביך געהאט א תשוקה נאכאמאל צו קומען; מען רופט עס באגאפט פון זיין רעדען און פון די אינהאלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

איך האב אים [צו מיין באדויערן] נישט געהערט לייוו, אבער איך הער אים א סאך, און דאס וואס איר שילדערט האב איך די הרגשה ביים הערן, ער 'נעמט מיר איין' גענצליך.

דאס איז למעשה געווען מיין הרגשה ווען איך האב געשריבן: "מען זאל 'שפירן' די ווערטער".

ווען איך זעה אייערע ווערטער וואס איר ברענגט אהער, 'הער' איך יעדע סענטנס מיטן 'אתנחתא' און 'סוף פסוק'...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”