שאלי שרופה באש: וואס האט די פייער פארברענט אין בית המדרש הגדול?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שאלי שרופה באש: וואס האט די פייער פארברענט אין בית המדרש הגדול?

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 15, 2017 4:26 pm

ווי שוין ברייט באריכטעט אויף אנדערע מקומות בתוכינו און ארום, האט נעכטן ל"ג בעומר תשע"ז, פאסירט א העלישער שריפה אינעם בנין פונעם היסטארישער בית המדרש הגדול אין ניו יארק, אין וועלכע דער בנין איז טאטאל פארניכטעט געווארן.

אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער איר רייכע היסטאריע, און וועלן נאך געשריבן ווערן אין די קומענדיגע טעג און וואכן אין ליכט פונעם פייער.איך האב געהאט אפגעשריבן די פאלגענדע אפשאצונג פון מיין פערספערטיוו, אלס א חבר פון די שוין היינט בארימטע 'מורשת חכמי אמעריקא' וועמענס ציהל עס איז מנציח צו זיין זכרונם הבהיר פון די פילצאליגע רבנים ויושבים על מדון, און די צענדליגע קהלות קדושות ובתי מקדש מעט, אין די בראשית יארן פון אמעריקא.

נאכן באקומען פילע באמערקונגען און קאמענטארן אויף די קורצע ארטיקל, האב איך געבעטן די מנהלים אפצוטיילן די אפהאנדלונג אלס באזונדערע אשכול, ותשוח"ח להם פארן נאכקומען די פארלאנג און אריינלייגן די צוגעלייגטע שורות.

-

שאלי שרופה באש - די פייער אין בית המדרש הגדול און וואס מיר האבן דערמיט פארלוירן
הרב יעקב דוב מיללער
מורשת חכמי אמעריקא


פון איין זייט האט די שוהל געהאט גאר א רייכע אידישע היסטאריע, דא האבן געדאוונט טויזנטער אידן לאורך הדורות אין שפיץ פון די אויסגערופענסטע רבנים מפורסמים וואס האבן נאר באטראטן די אמעריקאנער באדן, די אידן האבן דא שופך שיח געווען און פארגאסן טרערן אז זייערע דורות וועם די השגחה פרטיות האט פארווארפן אינעם גלות החירות זאלן זיך ספראווען מיט די נסיונות און בלייבן אידן.

לעומת זה האט דער בנין די לעצטע צענדליגע יארן בלויז געדינט אלס א שטיינערנע מצבה פאר טויזנטער אידישע משפחות וועלכע זענען ליידער גענצליך אסימילירט געווארן נישט איבערלאזנדיג קיין שריד ופליט בבית ה', די שכינה הקדושה האט געהאט א געוואלדיגע צער, אוי להם לבנים שגלו מעל שלחן אביהם. רוב פון די אידן וואס האבן דא געדאוונט, האבן ליידער נישט קיין איין איינציגע פארבליבענע ערליכע צווייגל בכרם ה', די יוגגנט אין די איסט-סייד איז געלאפן צו די אידישע טעאטער אויף די בראדוויי אסאך שנעלער ווי מיט די אלטע עלטערן אין די שוהלן, "בית המדרש הגדול" האט ליידער נישט געדינט אלס א "בית גדול שמגדלין בו תורה", די שכינה הקדושה האט געוויינט ראו גידולין שגידלתם.

אוודאי קען מען נישט דן זיין די אידן, און מ'קען נישט זאגן אז דער אדער יענער איז שולדיג אין די חורבן הדורות די אלע יארן, אבער די שריפה פון די שול האט נישט פאסירט נעכטן, די שריפת הנשמות וגופין קיימין האט פאסירט אין די יארן ווען די איסט-סייד האט געשפרידלט אלס די מערסט באוואונטע אידישע געגענט אין ניו יארק, ביז ווען די שול איז געווארן גענצליך אויסגעליידיגע מבלי באי מועד, און נעכטן האט עס באקומען די ענדגילטיגע מיתת נשיקה, גוילין נשרפין ואותיות פורחות באויר, ווען די גשמיות דיגע ווענט האבן נאכגעגעבן פאר די העלישע פייער צינגען און די לעצט-פארבליבענע רוחניות'דיגע אטמאספערע און שיריים פון די הייליגע תפלות האבן געמאכט זייער וועג ארויף אין הימל, געבנדיג א וועג פארן אמעריקאנעם דאלאר, רייכער צו מאכן נאך עטליכע פון די ביז-יעצטיגע עשירים און ריעל-עסטעיט מאגנאטן מיט א גלעזערנעם וואלקן קראצער איבערן וויליאמסבורג בריק.

די שאלה איז נישט "וואס האבן מיר פארלוירן" - "מיר" האבן נעכטן שוין גארנישט פארלוירן, די שאלה איז "וואס האבן מיר אמאל געהאט", פאר וועם האט די שוהל געדינט, און וואס קענען מיר זיך לערנען פון איר היסטאריע.

אני כלשעצמי בין איך נישט עמפינדליך צו עצים ואבנים וואס ווערן פארברענט, ובפרט ווען דאס האט שוין יארן נישט געדינט אלס א געהעריגע בית הכנסת, עס איז אבער צייט אויפצוברענגען די זכרונות פון די מסירות נפש רבנים און ראשי הקהלה, און סתם ערליכע אידן וועלכע האבן מיט זייערע לעצטע כוחות געקעמפט מיטן שטן אנצוהאלטן אז נצח ישראל לא ישקר אז אויך דא אויפן הארטן אמעריקאנער באדן זאל דער אייבירשטער כביכול שעפן נחת פון זיינע גלות-קינדער

ברם זכור אותו האיש לטוב, הרב ר' יונה לאנדא הי"ו וועלכער האט אין די לעצטע יארן געמאכט א שטארקע התעוררות צו פאראייביגן דעם זכרון פונעם רב הכולל רבי יעקב יאזעף זצ"ל וואס האט טאקע געדינט אלס רב אין די שוהל, סיי מיטן גיין צו זיין ציון ביום היארצייט און אויך מיט זיין נפלא'דיגען חיבור "דער רב הכולל און זיין תקופה" וועלכע שטעלט אוועק א בילד פון די גאנצע תקופת התייסדות פון ביהמ"ד הגדול, און בכלל אויף די אידישע לעבן אין די לאוער איסט סייד פון יענע יארן.

שאלי שרופה באש, פארשט נאך דעם ביהכנ"ס וואס איז פארברענט געווארן! און לאמיר זיך לערנען און נעמען א מוסר וואס האט פאסירט מיט א קהלה קדושה וואס איז געבויעט געווארן מיט מסירת נפש, דער יצר הרע שלאפט נישט, ער האט גענצליך נייע טאקטיקן געאייגנט פאר די 'דראון עפאכע', ער ווייסט אויך אז א אידישע טעאטער אויף בראדוויי איז נישט אינטערעסאנט פאר 'עמעזאן שאפערס' און ער פארשטייט אויך אז די היינטיגע 'עפפ יוגנט' האט אנדערע באגערן, און ער טוט זיין ארבייט אויף די היינטיגע לעוועל, השי"ת ירחם עלינו ועל דורותינו למנוע משחית ומחבל מכרמינו.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג מאי 15, 2017 4:38 pm

אין אחר דברי הרב מסקרענטאן כלום.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג מאי 15, 2017 4:59 pm

הרב מיללער מסקראנטאן!
דיין אפשאצונג איז ווערט א מעדאל!
דברי פי חכם חן!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 15, 2017 5:06 pm

הרב מיללער; געשטעלט דער ריכטיגער פערספעקטיוו; עס גענאגעלט!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מאי 15, 2017 5:36 pm

SPUSMN האט געשריבן:הרב מיללער; געשטעלט דער ריכטיגער פערספעקטיוו; עס גענאגעלט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מאי 15, 2017 5:49 pm

דיינע ווערטער שטעכן און מאנען, ובפרט די לעצטע פאראגראף, אזוי ריכטיג צו פינפוינטען לפי ערך דעם היינטיגן מצב הדור.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 15, 2017 5:57 pm

כיהודה ועוד לקרא, מיללער האט עס זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.

א קליינע הוספה לפי דבריו, אז בעצם זענען די עצים ואבנים פונעם בנין נישט געווען הורתם ולידתן בקדושה, ס'געווען קודם א בעטפיסט קירכע, און מ'האט עס אפגעקויפט, און פארשטייט זיך ס'געווען היתרים דערויף (אזוי זאגן די באריכטן). נאר די עיקר קדושה פון דעם בנין זענען טאקע אזוי ווי מיללער האט געשריבן די אותיות פורחות באויר, די תפלות פון די מתפללים, די פייערדיגע דרשות פונעם רב הכולל און פון די אנדערע רבנים, און די מומע"ט וואס מ'האט דארט געטון, אבער דאס איז שוין ליידער לאנג נישט געווען. און דאס גיט טאקע א ציפ וואס ס'קען ליידער פאסירן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 16, 2017 12:14 pm

אבל יחיד עשו לך, אוי ואובי, שאלו שורפה באש, מיר האבן כמה תפילות געדאווענט אין דעם שוהל, נאך ביים רב הרב אשרי זצ"ל, וויפיל היסטאריע זענען געליגן אין די ווענט דארט? וויפיל תפילות, מסי"נ און צדקה וחסד איז ארויס פון דעם פלאץ.

יא אי, דער סקרענטאנער איז גערעכט, שריפות הנשמות איז שוין געווען ליידער זייער לאנג צוריק, אסאך פון די מתפללים אין דעם שוהל האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין המשכה מיט דורות ישרים מבורכים, דער שוהל איז געווען א שטומער מציבה איבער די מאסן אסימילאציע וואס דער אמעריקאנער שמעלץ טאפ האט אנגעברענגט.

עס איז ערווארטער אז דער מורשת חכמי אמעריקא זאלן ארויסקומען מיט אן אפיציעלער סטעיטמענט פאר די אידישע וועלט.

ויה"ר שנשמע ונתבשר בשו"ט, אמן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 16, 2017 12:46 pm

מיללער לעבן,
דיין תגובה דערמאנט מיך פון ריבניצער צדיק. בחייו האט קיינער קוים געוואוסט פון אזא איד, איין מאל ער איז אוועק האט זיך אנגעהויבן א געפארעכטץ און געטועכטץ צום ציון.
ווען אדער וואו איז געווען באשריבן אין מורשת אדער דא אין וועלטל איבער דעם שוהל און אירע אויפטוהן?
אין אנדערע ווערטער וואס איז דיין שייכות מיט דעם שול אז דו שרייססט שוין דברי הספד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג מאי 16, 2017 12:54 pm

14137 תגובות אין וועלטל דא זייט 2006
אין ווייסט נישט פון דעם?
עפעס איז זייער פאני
יחי המלך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 16, 2017 1:57 pm

אדרבה שיק אפאר לינקס.
קען זיין כ'האב עס געמיסד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מאי 16, 2017 6:57 pm

זבחי צדק האט געשריבן:הרב מיללער מסקראנטאן!
דיין אפשאצונג איז ווערט א מעדאל!
דברי פי חכם חן!

כל מלה מתוק מדבש
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג מאי 16, 2017 8:06 pm

שטארקע דיבורים
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג מאי 16, 2017 9:20 pm

פיין געזאגט הרב מיללער,

אויב מעג איך צולייגן, סאיז נישט באקאנט ווער און פארוואס און וויאזוי די פייער איז געשעהן, אבער דאס אמאל זיכער סאיז געשטאנן אין אונזער בעקיארד א אור אלטע היסטארישע געביידע, און סהאט פאר זייער ווייניג פאראינטערעסירט איר צו פאראייביגן, אפשטויבן די שטיגן, פערזערווירן די אמרליגן מקום קדוש למען דורותינו , כמעט קיינער נישט געקימערט דערויף.

ווידעראום, אויב איז דא א האלב פארצייטישע געביידע אין איירופה, אינוועסטירט מען מיליאונן זיכער צומאכן סזאל בלייבן אין א גוטע צושטאנד, מגייט כסדר וויזיטן די ארטיגע בנינים, אבער דא? א בילדינג אין מאנהעטן? וועם פאראינטערעסירט עס? אפגעשימלט ליידער כדומם על פני השדה, אויב מעג מען זאגן קוקט אויס ווי נישט עפעס אנדערש ווי כבודו יתברך די מסבב כל הסבות האט אוועקגענומען די חילול המקום דורכן שריפה.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג מאי 16, 2017 10:29 pm

עס איז איבריג צו קאמענטירן הרב מיללער פאר זיינע ריכטיגע און ווייטאגליכע דיבורים, ווייל רובם ככולם איז ער איתמחי גברא וקמיע מיטן ארויסברענגן ריכטיגע פונקטן, און יעדעס לויב-ווארט איז בלויז איבריג.

-
הרב 'נו שוין', צו וואס ברויכט איר קריכן ביז די ווייטע אייראפע?

מיט עטליכע גאסן דערנעבן, עקזיסטירט א שפרודלדיגער ביהמ"ד מיט מוסדות, דער ביאליסטאקער שוהל, וואס דארט זענען דא מתפללים וואס דאווענען שוין דארט 'דורות'.

אויך איז פארהאן די עלדרידש שוהל וואס עקזיסטירט מיט איר פראכט, און איז אפן פאר באזוכער.

אלא מאי, מ'קען נישט באשולדיגן דעם המון עם פארן צולאזן דעם שוהל צוצוקומען צו איר צושטאנד צו וואס זי איז געווען. די אנדערע אויבן-דערמאנטע שוהלן האבן אייניקלעך וואס זארגן זיך פאר איר עקזיסטענץ, וכו'.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17094
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 16, 2017 10:37 pm

אבער אמאל זענען דא בעלי בתים וואס לאזן אנדערע גארנישט טון און פרובירן צו פארהוילן זאכן וואס קען יא העלפן און זיין אינטערסאנט פאר אנדערע, כ'מיין נישט דווקא דא אבער ווער ס'מיינט כ'מיין נישט אים אים מיינעך טאקע

אופס אפאר לויב ווערטער אין ריכטונג פון הרב מסקרענטאן, איז אזוי ...דא פילט מען אריין ס'איבריגע אקעי ווי זאגט נאר וויכי יר"ה ער איז שוין זאט ביז איבערס א יאר פייסעח

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » מיטוואך מאי 17, 2017 3:29 am

יוראפ האט געשריבן:אופס אפאר לויב ווערטער אין ריכטונג פון הרב מסקרענטאן, איז אזוי ...דא פילט מען אריין ס'איבריגע אקעי ווי זאגט נאר וויכי יר"ה ער איז שוין זאט ביז איבערס א יאר פייסעח


;l;p-
די אלטע גווארדיע פון אייוועלט איז דא מיטן פילן פראכט...

(איך אלס פרישע ניק האב רשות כתיבה אין די אשכול...?)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך מאי 17, 2017 4:05 am

הערליכע ווערטער הרב מיללער, דו האסט אויפגעברענגט א ווייטאגליכע ענין, עס איז ליידער נישט געבליבן קיין זכר פון די הינדערטער טויזענט אידן וואס האבן דא געלעבט אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, די זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר שבת, און די אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי שטאמען פון די הייליגע פאלק, עס איז א ווייטאג, און עס ווייזט אז קיינער איז נישט פארזיכערט...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אברעמיל
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 4:09 pm

פראקטישער פראגע

תגובהדורך אברעמיל » מאנטאג מאי 22, 2017 9:49 am

ווען איך האב דארט געכאפט מנחה ומעריב אין בית מדרש בגדול 20 יאהר צוריק האב איך געזעהן אסאך גמרות אונד אנדערע ספרים אין אלע זייטן פון בית המדרש (די אונטערשטער שטאק ווי מ'האט געדאוונט אין יענע תקופה בחיי הרב אשרי זצ"ל) זענען זיי אלע פארברענט? זענען אריין מענשען פון חברא קדישא צו נעמען אנדערע תשמיש קדושה קובר צו זיין? זענען נאך גיווען דארט ספרי תורה?
אויך דארף מען נישט צו ברייט ווארפן דעם נוסח אז ס'איז נישט געבליבן קיין זכר פון די אמאליגער אערוקאנער יידנטום אין אללע קרייזען הינט זענען דא עטליכער משפחות וואס זענען דאהי דורי דורות. די פלאהר משפחה (מיין איך) האבן געדאוונט אין בית המדרש הגדול פון נארפאלק סטריט און האבען הערליכע דורות הונדערטע יראים ושלמים


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויל וועלן און 20 געסט