די יוגנט ווערט נמשך נאך ציוניזם - אלען דערשאוויץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג מאי 01, 2017 10:10 pm

צום ענין, אויב איך מעג זאגן מיין מיינונג פארוואס די שיטה איז אפגעקילט ביי א פראצענט סאטמערע חסידים, איז ווייל אנשטאט צו איבערגיבן די שיטה אלס א חפצא און קעגן די פורקי עול האט זיך עס אריבער געצויגן צו גברא צו רבנים יראי השם וואס זענען נישט געגאנגען בשיטה פון רביה''ק זצ''ל זענען זיי געווארן ציונים און זענען עובר אויף יהרג ואל יהרוג, און מען וואקסט אויף מיט שנאה קעגן קהילות קדושות בישראל.

און ווען מען וואקסט אונטער און מען ווערט געוואר אז טשעבינע רב איז געווען א גדול און ר' משה פיינשטיין איז געווען א גדול וכו' ווערט מען צומישט און מען שלאגט כפרות מיט גאנץ ציונות...

ווען די חינוך וואלט געווען מער אויסגעהאלטן איבערגיגעבן וואלט עס מער אנגעהאלטן
א'מונה ב'טחון ג'עלט

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג מאי 01, 2017 10:22 pm

אז עמעיזינג רעדט וועגן די סיבה, וויל איך אויך זאגן מיין מיינונג, ליין מאטריאל, ליין מאטריאל, ליין מאטריאל.

צי עס איז מאגאזינען, צי עס זענען וועכנטליכע צייטונגען, אדער.... טריי צו צוטרעפן... 'אינטערנעט', יא אמאל האט מען געוואוסט אז מען ליינט נישט אלעס, היינט זענען ליידער פיל גדרים געבראכן געווארן.

א יונגערמאן געבוירן און זיך געהאדעוועט אין סאטמאר, און דרייט זיך נאך אלץ אין סאטמאר, וועמען איך וויל נישט מרחק זיין, טרעפט מיר פון מאל צו מאל, און האט שטענדיג נאכצוזאגן פון א קליפ פון נתניהו'ס דרשה, אדער א ויכוח צווישן ציוני פלוני, און לינקער אלמוני וכו' וכו', איך פרוביר אים צו זאגן אז ער זאל אכטגעבן נישט צו פארקריכן, אבער ליידער העלפט עס ווייניג, זיין מיינונג איז היינט, אז סאטמאר רב איז געווען ממש א יחידאה, און מען דארף אים נישט אננעמען מער ווי קוק וכו' וכו'.

זאל משיח שוין קומען אינגיכן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג מאי 01, 2017 10:29 pm

איך מיין אז אויב וואלט מען איבערגיגעבן די שיטה אויף די ריכטיגע אופן וואלט ער ווען נישט פארקראכן אפילו ער ליינט זיך אן.

למעשה כמעט וואס מען לערנט נישט מיט די יוגענט די יסודות אין טומאת הציונות, די עיקר איז מען פארנומען מיט די בחירות המסתייעף וואס דאס איז א פרט היוצא מן הכלל טומאת הציונות,

און דאס פרעדיגען פרטיתדיג קעגן גדולים איז ממש א פארברענגן ווייל ווען ער וואקסט אויף און ווערט געוואר אז דו האסט סתם איינגערעדט שקרים פארעקלט ער זיך אין די גאנצע שיטה.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מאי 01, 2017 10:56 pm

Amazing האט געשריבן:צום ענין, אויב איך מעג זאגן מיין מיינונג פארוואס די שיטה איז אפגעקילט ביי א פראצענט סאטמערע חסידים, איז ווייל אנשטאט צו איבערגיבן די שיטה אלס א חפצא און קעגן די פורקי עול האט זיך עס אריבער געצויגן צו גברא צו רבנים יראי השם וואס זענען נישט געגאנגען בשיטה פון רביה''ק זצ''ל זענען זיי געווארן ציונים און זענען עובר אויף יהרג ואל יהרוג, און מען וואקסט אויף מיט שנאה קעגן קהילות קדושות בישראל.

און ווען מען וואקסט אונטער און מען ווערט געוואר אז טשעבינע רב איז געווען א גדול און ר' משה פיינשטיין איז געווען א גדול וכו' ווערט מען צומישט און מען שלאגט כפרות מיט גאנץ ציונות...

ווען די חינוך וואלט געווען מער אויסגעהאלטן איבערגיגעבן וואלט עס מער אנגעהאלטן

האסט נישט געהערט פון א סאטמערן זאגן אז טשעבינע רב אדער מהר׳א מבעלזא איז נישט קיין ערליכע איד, פארקערט גאר, מיר האט מען געלערנט אז זיי זענען געווען גרויסע גדולים נאר האבן געהאט א טעות לויט אונזער שיטה...

דאס אז מען פאוקעסט היינט מער אויף בחירות און גיוס ווי די עצם פראבלעם פון ציונות ביסטו גערעכט, מען דארף מער רעדן פון די שורש, אבער דאס מיינט נישט רעדן ווייניגער פון די גזירת וואס קומט ארויס פון זיי.

שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » מאנטאג מאי 01, 2017 11:13 pm

איינער קען ביטע ברענגען די ווידיא דערפון?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 01, 2017 11:20 pm

דערשאוויטץ איז א לויער און רעדט פאקטן.
Pages from תזריע טהרה תשעז (2).jpg


וואס איז נישט אמת פון די רייד?

ער רעדט פון סאטמאר נאר כלפי די פאקט אז מ'פארט אהין אין גרויסן, ליידער האלט עס אבער סאך ווייטער ווי דאס ביי א חלק עולם. מ'האלט מיט די גאנצע פאליטיק, מ'גלייכט עס, מ'האט הנאה פון דעם געריבענם ביבי, אדער פון זיינע געלונגע דרשות, פארשטייט זיך אלעס איז באופן פון 'נישט אום שבת (ציונות) גערעדט'...

די אמאליגע סאטמערע אידן האבן אויך געהאט אנהייב א געפיל און א משיכה צו איזרעאל, נאר דער רבי זצ"ל מיט זיינע הייליגע בכיות האט עס אויסגעריסן פון זיי, אבער די היינטיגע אינגווארג, וואס ווייסן זיי? ווען האבן זיי געהערט אן אמת'דיגע געוויין וועגן "מחשבת מינות"? ממילא איז קיין וואונדער ווי די מצב האלט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג מאי 01, 2017 11:25 pm

איך כאפ נישט וואס די וואונדער איז, אייוועלט יוכיח רבבות פעמים וויאזוי די בליק איז אויף די מדינה, צו ווען מען באהאנדלט איר אינערליכע פאליטיק, אמעריקעס פאליטיק כלפי די מדינה, די יו ען, איראן, וכו וכו, קיינמאל ווערט נישט פארפעלט זיך אנצונעמען מיטן גאנצע שמאלץ, אוודאי דערשאוויץ טאר עס נישט פארציילן, ער איז א שגץ פארן פארציילן.... אבע דער אמת פאטשט ליידער אין פנים מדי יום ויומו.

און ליטטל דאוס עני באדי קעיר אז איר לערנט אין בהמד א שטיקל דברי יואל, כדי זיך צובארוהיגן אז מהאט יוצא געווען מצוות אנטי ציונית, עט די ענד אף די דעי שטיצט מען די מדינה אויף אלע הינזיכטן, צו סזאל זיין מיטן שטיצן די מער עקסטרעמערע קאנדידאטן נוטה צו די מדינה, צו סזאל זיין מיטן פארן ווען אימער קיין מדנ"י, דערשאוויץ גייט ווייניג אן אז איר געט געלט פאר מוסדות על טהרות הקודש, עד די ענד איז נישטא קיין גרויסע חילוקים פונעם סאטמארע ביזן נישט סאטמארן.

_______

נא שכל האקט בערך די זעלבע

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג מאי 01, 2017 11:47 pm

אז ביי די פאליטישע נייעס פון די מדינה דא אויף אייוועלט האט איינער געקענט שרייבן אן קיין בושות ווען מ'האט גערעדט וועגן דאס ארויסטרייבן די אראבער אז 'סוף כל סוף איז עס אונזער לאנד', און קיינער האט עם נישט אראפגעריסן פארדעם, פארוואס איז עס געווען אונזער לאנד און ווער האט עס אונז געגעבן, און ווער האט עס ציגענומען פון אונז. שטייען מיר טאקע זייער שלעכט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג מאי 02, 2017 1:39 am

וואס דארפסטו מער אז אלע גראסעריס אין וויליאמסבורג(כמעט אלע סאטמאר בעלי בתים) זענען אנגעפאקט מיטן לעצט וואכעדיגע טריפה'נע זמן מאגאזין און אויפן פראנט פעידזש איז דא א גרויסע בילד פונעם ראש הכופרים ביבי שר''י און האט דארט און אינטערוויו מיט אים, ואין פוצה פה, אמאל וואלט אזאנס נישט פאסירט.
און די זעלבע מיט בינה און עמי וואס באשריבן א ראש דארט אדער א מיניסטער צו סתם א מלחמה צו אקציע פון די מדינה איז א דבר מצוי, און מאסן סאטמאר אידן קויפן עס.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג מאי 02, 2017 1:44 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:וואס דארפסטו מער אז אלע גראסעריס אין וויליאמסבורג(כמעט אלע סאטמאר בעלי בתים) זענען אנגעפאקט מיטן לעצט וואכעדיגע טריפה'נע זמן מאגאזין און אויפן פראנט פעידזש איז דא א גרויסע בילד פונעם ראש הכופרים ביבי שר''י און האט דארט און אינטערוויו מיט אים, ואין פוצה פה, אמאל וואלט אזאנס נישט פאסירט.
און די זעלבע מיט בינה און עמי וואס באשריבן א ראש דארט אדער א מיניסטער צו סתם א מלחמה צו אקציע פון די מדינה איז א דבר מצוי, און מאסן סאטמאר אידן קויפן עס.

גענוי דאס שרייט דער בעל דרשן אויף קול נטרונה,
מיין קויפט און לייענט די אלע אויסגאבעס וואס צי מאל איז עס מלא ציונות אדער סתם לטובת המדינה, און נאכדעם קוקט מען אזוי אויס.
לעצט פאראכטן דורך ראפאט קראמפלי אום דינסטאג מאי 02, 2017 12:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2770
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג מאי 02, 2017 3:04 am

גייט סאטמאר לייקענען אז ס'איז דא א מדינה? האט סאטמאר אמאל געזאגט אז ס'איז נישטא קיין פריים מיניסטער אין די מדינה? מ'מיינט אין סאטמאר אז וואס טוט זיך אפ אין די מדינה איז נישט נוגע דירעקט פאר פולע הונדערטע טויזנטער ערליכע אידן שותמ"צ?
און פון צווייטן זייט, איז סאטמאר ווייניגער געבונדען מיט ארץ הקודש פון אמאלעדיגע ערליכע אידן ווייל מ'האט דארט אויפגעשטעלט א מדינה? איז סאטמארער רב זי"ע ווייניגער באזוכט אין אר"י אין דורש געווען בשלומה ובשלום יושביה???
ס'האט צו טוהן די זאכן הודו מיט כוש.
נאר וואס דען. 3 זאכן וואס דאס זענען די יסודות פון די שיטה הקדושה וואס מ'דארף זיך כסדר איבערחזרן:
א. דאס עצם מדינה פאר ביאת המשיח איז כפירה במלכות שמים און כפירה בגאולה העתידה. פונטל.
ב. זייערע געזעצן איז אלעס נגד כל התורה כולה, מינות מיט אפיקורסות אויף די ערגסטע פארנעם. טראפ.
ג. און נאך דערצו, די רשעי ישראל וואס שטיין בראש, שריה ויועציה ושופטיה, זענען די ערגסטע רודפים פאר אידישקייט. זיי פראבירן מיט אלע מיני אופנים שטערן און אפצוהאלטן אידן פון מקיים זיין מצוות און גלייבן בה' ובתורתו.
אז מען געדענקט די יסודות, מ'לעבט אזוי, מ'פארשטייט דאס מיט די גאנצע משמעות, איז וואס פאר א פגם קען שוין זיין?

ארץ ישראל, און נישט מדינת ישראל, איז ארץ הקודש, ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית שנה ועד אחרית שנה, המקום אשר בחר ה', וואס דורות אויף דורות האבן זיך געבענקט און געדאוונט מיר זאלן שוין זוכה זיין אז די אייבערשטער זאל אונץ דאס צוריק געבן.
ארץ ישראל, איז כהיום הזה, די פלאץ וואו וואוינען די מערסטע אדער מערערע ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות מיט אלע דקדוקיה ופרטיה.
ארץ ישראל איז די פלאץ וואו אויף די ערד איהערע האבן זיך געדרייט די הייליגע אבות ואמהות, די הייליגע נביאים, די הייליגע תנאים און אסאך פון די אמוראים, און דארטן באערדיגן זיי עד ביאת הגואל תחיית המתים. דארטן איז געווען די סנהדרין מיט ביהמ"ק, און דארט איז נתחבר געווארן די משניות דאס יסוד פון תושבע"פ, דארט האט רשב"י וחבריא קדישא מגלה געווען די זוהר הקדוש, דארטן די אר"י הקדוש איבער געגעבן די תורת הנסתר.
דאס אלעס פארמאגט נאר אר"י, איז דאן א פלא אז יעדן איד וואס עפעס אמונה אין די הייליגע תורה הקדושה וחכמי הדורות איז ביי איהם אין מוחו ולבו, שפירט אזוי נאנטקייט צו דעם פלאץ ועל יושביה עליה?
פארקערט גאר, א' ערליכע איד איז געבונדן צו אר"י און בענקט זיך אז די אייבערשטער זאל שוין שיקן זיין לעכטיגקייט בביאת הגואל באמת [און נישט חלילה מיט פאלשע דמיונות פון "אתחלתא" רח"ל] און שוין זאל זיין אור חדש על ציון תאיר, און יעדע ערליכע איד אינטרעסירט זיך וואו אזוי שלומי אמוני ישראל וואס וואוינען אין ארה"ק אונטער די מינים רשעים ואפיקורסים שטיין פעסט מיט זייערע אמונה אין שמירת תורה ומצוות.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג מאי 02, 2017 4:29 am

נא_שכל האט געשריבן:דערשאוויטץ איז א לויער און רעדט פאקטן.
Pages from תזריע טהרה תשעז (2).jpg


וואס איז נישט אמת פון די רייד?

ער רעדט פון סאטמאר נאר כלפי די פאקט אז מ'פארט אהין אין גרויסן, ליידער האלט עס אבער סאך ווייטער ווי דאס ביי א חלק עולם. מ'האלט מיט די גאנצע פאליטיק, מ'גלייכט עס, מ'האט הנאה פון דעם געריבענם ביבי, אדער פון זיינע געלונגע דרשות, פארשטייט זיך אלעס איז באופן פון 'נישט אום שבת (ציונות) גערעדט'...

די אמאליגע סאטמערע אידן האבן אויך געהאט אנהייב א געפיל און א משיכה צו איזרעאל, נאר דער רבי זצ"ל מיט זיינע הייליגע בכיות האט עס אויסגעריסן פון זיי, אבער די היינטיגע אינגווארג, וואס ווייסן זיי? ווען האבן זיי געהערט אן אמת'דיגע געוויין וועגן "מחשבת מינות"? ממילא איז קיין וואונדער ווי די מצב האלט.

די אמאליגע האבן נישט געהאט די משיכה און געפיל וואס מ'האט היינט, זיי זענען נישט געווען געווען קלאר אין עניני השתתפות לכנסת ובחירות ועוד בדרך זו. נישט זיך געפרייט מיט פושעים חלילה.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מאי 02, 2017 4:35 am

אז מען איז דן וועגן די סיבה
קען זיין אז היות ס'שוין קרוב צו 40 יאר וואס די מייסד הקהילה מרן זי"ע לעבט שוין נישט
און צווישן די טויזענטער סאטמארע תלמידים אין יארגאנג צווישען 50-20 איז היינט דא א קליינע פראצענט וואס לערנט רעגלמעסיג דברי תורתו דו"ק ותשכח וויפיל פראצענט קען נאכזאגען וועכנטליך דברי תורה פון דעם צדיק, און אז מען לערנט נישט דברי תורתו, מאידך גיסא די בלעטער פון צייטונגען ווערן מער פון וואך צו וואך ,
אז ס'גייט נישט אריין די ניצוץ אחד פינעם תורת הצדיק וואס האט דאס מנחיל געווען לדורות הבאים ווער זאל פארברענען כל הפשתן הזה.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג מאי 02, 2017 4:41 am

רצון טוב האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:וואס איז אונז אפילו א נפקא מינה וואס דער כופר ופוקר און פרייער איד שרייבט און רעדט, אומגלויבליך ווי פארקרומט מאנכע קענען זיין. עמיצער וואס ווייסט בכלל ווער דער בהמה דערשאוויץ איז


די ביטערע מציאות היינט איז:
הרב רבי מאיר וועבערמאן
הרב רבי געציל בערקאוויטש
הרב רבי משה בער בעק
הרב רבי זלמן לייב פילאף
הרב רבי בנציון לאוב
הרב רבי מנשה פילאף
הרב רבי טודרוס זילבער
הרב רבי נפתלי הירצקא צוויבל
הרב רבי מאיר יודא טענענבוים
הרב רבי שלמה לייב וויינבערגער
הרב רבי מאיר צוויבל
הרב רבי יואל מארגענשטערן
הרב רבי אדמו"ר מהרי"י
הרב רבי דוד שלמה עקשטיין
הרב רבי משה מנחם טירנויער
הרב רבי אדמו"ר מהר"א
הרב רבי חיים דוד כ"ץ
הרב רבי שמואל שלמה טעללער

קענען אלע מעורר זיין בתוך דבריהם נגד קליפת הציונות און די חיוב התרחקות פון זיי וכו'

עס וועט אבער מער א שאקל טון דעם עולם א לעקציע פון דעם דערשאוויצען
גדולה הסרת טבעת יותר...

ריכטיג, די למה יאמרו הגוים ציפט שטארקער.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג מאי 02, 2017 4:45 am

רצון טוב האט געשריבן:אז מען איז דן וועגן די סיבה
קען זיין אז היות ס'שוין קרוב צו 40 יאר וואס די מייסד הקהילה מרן זי"ע לעבט שוין נישט
און צווישן די טויזענטער סאטמארע תלמידים אין יארגאנג צווישען 50-20 איז היינט דא א קליינע פראצענט וואס לערנט רעגלמעסיג דברי תורתו דו"ק ותשכח וויפיל פראצענט קען נאכזאגען וועכנטליך דברי תורה פון דעם צדיק, און אז מען לערנט נישט דברי תורתו, מאידך גיסא די בלעטער פון צייטונגען ווערן מער פון וואך צו וואך ,
אז ס'גייט נישט אריין די ניצוץ אחד פינעם תורת הצדיק וואס האט דאס מנחיל געווען לדורות הבאים ווער זאל פארברענען כל הפשתן הזה.

ס'איז אמת א ווייטאג פאר יעדע איד וואס פאלט אוועק מדרך אבות, אבער כלל ישראל איז נישט תלוי אין נומבערס כי אתם המעט, אז ס'וועלן בלייבן נאר צוויי הונדערט אידן פון צווישן טויזנטער נאמנים לדרך היהדות הצרופה וועט די הייפעלע זיין די המשכה פון כלל ישראל. ענדערש הונדערט ארגינעלע אידן ווי טויזנטער וואס פארקרומען ד מסורה.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג מאי 02, 2017 9:09 am

בלעטל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דערשאוויטץ איז א לויער און רעדט פאקטן.
Pages from תזריע טהרה תשעז (2).jpg


וואס איז נישט אמת פון די רייד?

ער רעדט פון סאטמאר נאר כלפי די פאקט אז מ'פארט אהין אין גרויסן, ליידער האלט עס אבער סאך ווייטער ווי דאס ביי א חלק עולם. מ'האלט מיט די גאנצע פאליטיק, מ'גלייכט עס, מ'האט הנאה פון דעם געריבענם ביבי, אדער פון זיינע געלונגע דרשות, פארשטייט זיך אלעס איז באופן פון 'נישט אום שבת (ציונות) גערעדט'...

די אמאליגע סאטמערע אידן האבן אויך געהאט אנהייב א געפיל און א משיכה צו איזרעאל, נאר דער רבי זצ"ל מיט זיינע הייליגע בכיות האט עס אויסגעריסן פון זיי, אבער די היינטיגע אינגווארג, וואס ווייסן זיי? ווען האבן זיי געהערט אן אמת'דיגע געוויין וועגן "מחשבת מינות"? ממילא איז קיין וואונדער ווי די מצב האלט.

די אמאליגע האבן נישט געהאט די משיכה און געפיל וואס מ'האט היינט, זיי זענען נישט געווען געווען קלאר אין עניני השתתפות לכנסת ובחירות ועוד בדרך זו. נישט זיך געפרייט מיט פושעים חלילה.


ס'איז א שאד אז פונקט דו זאלסט זיין פון די וואס פארקרומען די מסורה, און נישט פון די 'הייפעלע'... ביינונז ווייסט מען זייער קלאר אז ווען נישט דעם רבי'ן זי"ע וואלט יעדער געווען פארכאפט אין גראבע ציונות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג מאי 02, 2017 9:18 am

מי חכם האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דערשאוויטץ איז א לויער און רעדט פאקטן.
Pages from תזריע טהרה תשעז (2).jpg


וואס איז נישט אמת פון די רייד?

ער רעדט פון סאטמאר נאר כלפי די פאקט אז מ'פארט אהין אין גרויסן, ליידער האלט עס אבער סאך ווייטער ווי דאס ביי א חלק עולם. מ'האלט מיט די גאנצע פאליטיק, מ'גלייכט עס, מ'האט הנאה פון דעם געריבענם ביבי, אדער פון זיינע געלונגע דרשות, פארשטייט זיך אלעס איז באופן פון 'נישט אום שבת (ציונות) גערעדט'...

די אמאליגע סאטמערע אידן האבן אויך געהאט אנהייב א געפיל און א משיכה צו איזרעאל, נאר דער רבי זצ"ל מיט זיינע הייליגע בכיות האט עס אויסגעריסן פון זיי, אבער די היינטיגע אינגווארג, וואס ווייסן זיי? ווען האבן זיי געהערט אן אמת'דיגע געוויין וועגן "מחשבת מינות"? ממילא איז קיין וואונדער ווי די מצב האלט.

די אמאליגע האבן נישט געהאט די משיכה און געפיל וואס מ'האט היינט, זיי זענען נישט געווען געווען קלאר אין עניני השתתפות לכנסת ובחירות ועוד בדרך זו. נישט זיך געפרייט מיט פושעים חלילה.


ס'איז א שאד אז פונקט דו זאלסט זיין פון די וואס פארקרומען די מסורה, און נישט פון די 'הייפעלע'... ביינונז ווייסט מען זייער קלאר אז ווען נישט דעם רבי'ן זי"ע וואלט יעדער געווען פארכאפט אין גראבע ציונות.

כ' וואלט ווען געענטפערט די פוסטע רייד, ווען דער רמב"ם אין ע"ז פ"ב ה"ט לאזט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג מאי 02, 2017 9:23 am

אקעי אקעי אלע סימנים צייגן אז דו ביסט יא פון די הייפעלע.. (כאטש דיינע סקילס אין ציטירן רמב"ם'ס קענען שוין נוצן אן אויפפרישונג).

טאקע פאר דעם האב איך געשריבן אז ס'איז א שאד דו זאלסט נישט זיין טאקע פון די ריכטיגע 'הונדערט' אידן, און אנשטאט זאלסטו זיין פון די אנדערע טויזנטער אידן, כמוך ככל בית ישראל. אבער אז דו פארקרומסט די מסורה און קבלה, אפילו מיט א משהו, ביזטו שוין נישט פון די אויסדערוועלטע. א שאד
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 02, 2017 10:23 am

בימי אליהו הנביא לא היו יותר מ'שבעת אלפים ברכיים אשר לא כרעו לבעל'!!
מען רעדט ווען גאנץ כלל ישראל איז באשטאנען פון אריבער א מיליאן זיכער [און מסתמא פיל מער]

מלכים א יט יח
וְהִשְׁאַרְתִּי בְיִשְׂרָאֵל שִׁבְעַת אֲלָפִים כָּל הַבִּרְכַּיִם אֲשֶׁר לֹא כָרְעוּ לַבַּעַל וְכָל הַפֶּה אֲשֶׁר לֹא נשק לו

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג מאי 02, 2017 12:10 pm

א דוגמא פון דעם אז היימישע צייטונגען פרעדיגן ציונות:

א יונגערמאן האט מיר געזאגט, ער האט געוואלט אויספרובירן זיינע קינדער, האט ער געפרעגט די פאלגענדע שאלה: וואס איז שלעכט ווען מען הערט דערציילן א נייעס מיט די ווערטער: די מדינת ישראל סאלדאטן האבן באשאסן די אראבישע טעראריסטן.

די קינדער האבן פרובירט אלע וועגן, ביז איינער א געריבענער האט געכאפט: אז דא ווערט כלאחר יד לעגיטימיזירט די אקציע, אז די ציונים זענען סאלדאטן, און די אראבער זענען טעראריסטן.

איך גיין נישט לייקענען אז די אראבער זענען טעראריסטן, אבער מיט דעם וואס דער וואס געבט איבער די נייעס זאגט עס אויף דעם אופן, האט ער אויסגערופן: מדינת ישראל טוהען גוט, און די אראבער זענען נישט גערעכט, דאס איז א קליינע משל פון ציונות, און דאס הערט מען און מען ליינט אין די היימישסטע ליניעס און צייטונגען.

נאך א משל: ווען א איד וואלט געדארפט דערציילן אז פלוני וואס האט אמאל אנגעשלאגן דעם איד'ס טאטע, האט פארדינט געלט, אדער אז ער האט געמאכט א געשעפט, אדער וואס אימער, וועט ער קיינמאל נישט פארגעסן צו זאגן: יענער רשע ימח שמו האט פארדינט געלט וכו', אויב לעבט מען מיט דעם אז זיי זענען משנאי ה' און שונאי ישראל, קען נישט איבערגעגעבן ווערן 'טרוקענע נייעס', אלעס ווערט באגלייט מיט א ימח שמם, אדער די רשעים, וכו'.

ווער עס האט נאך דוגמאות קען עס ארויסברענגען בעסער.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג מאי 02, 2017 12:19 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:א דוגמא פון דעם אז היימישע צייטונגען פרעדיגן ציונות:

א יונגערמאן האט מיר געזאגט, ער האט געוואלט אויספרובירן זיינע קינדער, האט ער געפרעגט די פאלגענדע שאלה: וואס איז שלעכט ווען מען הערט דערציילן א נייעס מיט די ווערטער: די מדינת ישראל סאלדאטן האבן באשאסן די אראבישע טעראריסטן.

די קינדער האבן פרובירט אלע וועגן, ביז איינער א געריבענער האט געכאפט: אז דא ווערט כלאחר יד לעגיטימיזירט די אקציע, אז די ציונים זענען סאלדאטן, און די אראבער זענען טעראריסטן.

איך גיין נישט לייקענען אז די אראבער זענען טעראריסטן, אבער מיט דעם וואס דער וואס געבט איבער די נייעס זאגט עס אויף דעם אופן, האט ער אויסגערופן: מדינת ישראל טוהען גוט, און די אראבער זענען נישט גערעכט, דאס איז א קליינע משל פון ציונות, און דאס הערט מען און מען ליינט אין די היימישסטע ליניעס און צייטונגען.

ככל הנראה מאכסטו א פיינעם טשאלנט צווישן זיין אויסגעהאלטן תורה'דיג, און להבדיל פאליטיש גערעכט, אין דיין משל זענען די ציונים מעגליך פאליטיש גערעכט, אין זיי זענען אפשר די סאלדאטן אין די אראבער די טעראריסטן, דאס מאכט זיי אבער נישט קיין טראפ מער אויסגעהאלטן עפ"י דת אמת תורתינו הק', ודוק כי קצרתי

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג מאי 02, 2017 12:31 pm

צד תמות האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:א דוגמא פון דעם אז היימישע צייטונגען פרעדיגן ציונות:

א יונגערמאן האט מיר געזאגט, ער האט געוואלט אויספרובירן זיינע קינדער, האט ער געפרעגט די פאלגענדע שאלה: וואס איז שלעכט ווען מען הערט דערציילן א נייעס מיט די ווערטער: די מדינת ישראל סאלדאטן האבן באשאסן די אראבישע טעראריסטן.

די קינדער האבן פרובירט אלע וועגן, ביז איינער א געריבענער האט געכאפט: אז דא ווערט כלאחר יד לעגיטימיזירט די אקציע, אז די ציונים זענען סאלדאטן, און די אראבער זענען טעראריסטן.

איך גיין נישט לייקענען אז די אראבער זענען טעראריסטן, אבער מיט דעם וואס דער וואס געבט איבער די נייעס זאגט עס אויף דעם אופן, האט ער אויסגערופן: מדינת ישראל טוהען גוט, און די אראבער זענען נישט גערעכט, דאס איז א קליינע משל פון ציונות, און דאס הערט מען און מען ליינט אין די היימישסטע ליניעס און צייטונגען.

ככל הנראה מאכסטו א פיינעם טשאלנט צווישן זיין אויסגעהאלטן תורה'דיג, און להבדיל פאליטיש גערעכט, אין דיין משל זענען די ציונים מעגליך פאליטיש גערעכט, אין זיי זענען אפשר די סאלדאטן אין די אראבער די טעראריסטן, דאס מאכט זיי אבער נישט קיין טראפ מער אויסגעהאלטן עפ"י דת אמת תורתינו הק', ודוק כי קצרתי
איך מיין אז לגבי אונזער מיינונג איז נישט שייך צו זאגן פאליטיש, למשל: איינער וועט זאגן אז פאליטיש מעגן די ציונים מחלל שבת זיין, ניין, זיי זענען נישט גערעכט ווייל זיי זענען נישט גערעכט, זיי טוהען אקעגן רצון השם, און דאס קען נישט ברענגען נאר שלעכטס רח"ל.

נאך א משל: פאליטיש דארף א גנב נישט באצאלן כפל, נאר די תורה האט עס ארויפגעלייגט, אדער 'נארמאל' דארף א מענטש נישט באצאלן בושת, נאר די תורה האט געהייסן, ביי אידן איז די תורה אמת ויציב, און דאס ווערט א חלק פון א אידישן שכל, און נישט קיין 'שיטה הקדושה'.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג מאי 02, 2017 12:46 pm

ווייל דער דערשאוויץ זאגט אז אויב מען פארט קיין ארץ ישראל איז מען שוין אויטאמאטיש נענטער צו ציונות זעה איך א חיזוק גדול פאר די ערליכע אידן נישט צו פארען קיין ארץ ישראל מאויבי תחכמינו אין עס ווערט קלארער דעם רבינ'ס ווערטער אז ווען מען גייט אויף די אלע מקומות וואס די ציונים ימ"ש האבן איינגענומען איז א נותן יד לפושעים אין חיזוק לרשעים
(נישט רעדענדיג פון די אידן וואס פארען נאר צו א ציל מירון חתונה א.ד.ג. אהין אין צוריק)

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג מאי 02, 2017 1:12 pm

רצון טוב האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:וואס איז אונז אפילו א נפקא מינה וואס דער כופר ופוקר און פרייער איד שרייבט און רעדט, אומגלויבליך ווי פארקרומט מאנכע קענען זיין. עמיצער וואס ווייסט בכלל ווער דער בהמה דערשאוויץ איז


די ביטערע מציאות היינט איז:
הרב רבי מאיר וועבערמאן
הרב רבי געציל בערקאוויטש
הרב רבי משה בער בעק
הרב רבי זלמן לייב פילאף
הרב רבי בנציון לאוב
הרב רבי מנשה פילאף
הרב רבי טודרוס זילבער
הרב רבי נפתלי הירצקא צוויבל
הרב רבי מאיר יודא טענענבוים
הרב רבי שלמה לייב וויינבערגער
הרב רבי מאיר צוויבל
הרב רבי יואל מארגענשטערן
הרב רבי אדמו"ר מהרי"י
הרב רבי דוד שלמה עקשטיין
הרב רבי משה מנחם טירנויער
הרב רבי אדמו"ר מהר"א
הרב רבי חיים דוד כ"ץ
הרב רבי שמואל שלמה טעללער

קענען אלע מעורר זיין בתוך דבריהם נגד קליפת הציונות און די חיוב התרחקות פון זיי וכו'

עס וועט אבער מער א שאקל טון דעם עולם א לעקציע פון דעם דערשאוויצען
גדולה הסרת טבעת יותר...

האסטו דא געמישט נעמען פון אלע זייטן, יונג און אלט, דיינים און בעלי מספרים, רבי זכרונו לברכה אידן און היינטיגע סאטמאר אידן, פון דעם עולם און להבחל''ח פון יענעם עולם, לאנג יעריגע דיינים און לעצטיגע דיינים וכו',
און לייקן נישט דיינע ווערטער אבער צו מאכן אזאן ליסטע דארף מען בעסער וויסן וואס ס'טוהט ווייל אזוי זעהט אויס ווי סתם געפיקט נעמען פון אנשי שלומינו ביכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג מאי 02, 2017 2:00 pm

ווי האלט איך דא האט געשריבן:ווייל דער דערשאוויץ זאגט אז אויב מען פארט קיין ארץ ישראל איז מען שוין אויטאמאטיש נענטער צו ציונות זעה איך א חיזוק גדול פאר די ערליכע אידן נישט צו פארען קיין ארץ ישראל מאויבי תחכמינו אין עס ווערט קלארער דעם רבינ'ס ווערטער אז ווען מען גייט אויף די אלע מקומות וואס די ציונים ימ"ש האבן איינגענומען איז א נותן יד לפושעים אין חיזוק לרשעים
(נישט רעדענדיג פון די אידן וואס פארען נאר צו א ציל מירון חתונה א.ד.ג. אהין אין צוריק)

דערשאוויץ מאכט נישט דיינע האקעלע חילוקים צו מ'פארט קיין מירון אדער קיין טבריה. ביי אים איז אלעס איינס.עס ווייטוגט שוין נישט אהינצוקומען. מ'פילט זיך שוין דארט באקוועם.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דוד גרינבערג, פלעסטיק, שוין און 25 געסט