אשרי מי שחלם שראה פניו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג מאי 02, 2017 9:22 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:כהאב גיהערט דעם שבת אין קערעסטיר פון ר׳ ד ס א אונגארישע איד, ער האט א וויין פארבריק אין טאקיי (נישט כשר) ער פארמאגט א הויז אין מאד און איז דארט עטליכע מאל א יאר, אז אלע גוים פון מאד הענגן ביי זיי דאס בילד פון רבי ישעי׳לע פאר א סגולה קעגן מייז.

פון וואו וויסן דאס די גוים? מוז זיין די זאך איז יא אמת און עס האט בשעתו געהאט א מעכטיגע אפקלאנג עד היום הזה.

נאר אידן קען מען איינרעדן שטותים, און פאר גיום נישט, ער האט מן הסתם אמאל געגעבן א קמיע קעגן מייז, אזוי די עצי חיים פלעגט טיילן, און עס האט פארשטייט זיך געהאלפען, און מען האט געמאכט א מצב פון זיין פיקטשער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 02, 2017 10:21 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:כהאב גיהערט דעם שבת אין קערעסטיר פון ר׳ ד ס א אונגארישע איד, ער האט א וויין פארבריק אין טאקיי (נישט כשר) ער פארמאגט א הויז אין מאד און איז דארט עטליכע מאל א יאר, אז אלע גוים פון מאד הענגן ביי זיי דאס בילד פון רבי ישעי׳לע פאר א סגולה קעגן מייז.

פון וואו וויסן דאס די גוים? מוז זיין די זאך איז יא אמת און עס האט בשעתו געהאט א מעכטיגע אפקלאנג עד היום הזה.

נאר אידן קען מען איינרעדן שטותים, און פאר גיום נישט, ער האט מן הסתם אמאל געגעבן א קמיע קעגן מייז, אזוי די עצי חיים פלעגט טיילן, און עס האט פארשטייט זיך געהאלפען, און מען האט געמאכט א מצב פון זיין פיקטשער.

אין פראג קענסטו טרעפן אין יעדן סאווינעיר געשעפט גולמים, וואס דארף זיין א אנדענק צום גולם מפראג
איז עפעס א הוכחה פון דעם אויפן אמיתות הגולם?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג מאי 02, 2017 12:11 pm

ראספשע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:כהאב גיהערט דעם שבת אין קערעסטיר פון ר׳ ד ס א אונגארישע איד, ער האט א וויין פארבריק אין טאקיי (נישט כשר) ער פארמאגט א הויז אין מאד און איז דארט עטליכע מאל א יאר, אז אלע גוים פון מאד הענגן ביי זיי דאס בילד פון רבי ישעי׳לע פאר א סגולה קעגן מייז.

פון וואו וויסן דאס די גוים? מוז זיין די זאך איז יא אמת און עס האט בשעתו געהאט א מעכטיגע אפקלאנג עד היום הזה.

נאר אידן קען מען איינרעדן שטותים, און פאר גיום נישט, ער האט מן הסתם אמאל געגעבן א קמיע קעגן מייז, אזוי די עצי חיים פלעגט טיילן, און עס האט פארשטייט זיך געהאלפען, און מען האט געמאכט א מצב פון זיין פיקטשער.

אין פראג קענסטו טרעפן אין יעדן סאווינעיר געשעפט גולמים, וואס דארף זיין א אנדענק צום גולם מפראג
איז עפעס א הוכחה פון דעם אויפן אמיתות הגולם?
אפשר טאקע יא?!
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דינסטאג מאי 02, 2017 6:58 pm

סידיראם האט געשריבן:
בּרזל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:כ'וועל עס ענטפערן מיט א פראגע.

וואס האט אונטערגעברענגט די אלע אידישע טרעידס וואס האט געברענגט פרנסה פאר אידן (און אין אלגעמיין) אין די פריערדיגע יאהרן ווי צב"ש, די ניטינג טרעיד, און דיימאנטן וכו'?

די תירוץ איז אז, genuine איז ערזעצט געווארן מיט synthetic, און נאכמאכערס פון כינע, אינדיע אד"ג האבן ערזעצט די ערפינדערס און פרייוועט ביזנעס וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די אינדעווידואלן.

עס איז מעגליך גוט פאר די נויטיקייט פון מאסן פראדוקציע, אבער פארמאגן נישט די זעלבע לאנגיעריגע דויערהאפטקייט.

טשיעפ אין פרייז און טשיעפ אין מאטריאל.

והנמשל מובן


אין ליין מיט דאס

Untitled.png

חזרה
Untitled - Copy.png

יעפּ, וואס וואלט ער היינט געזאגט??


איך מיז טאקע נישט גלייבן דעם איש האמת הרב טעללער וואס האט געשריבן די מעשה כנוסח המקובל בסאטמאר אפצולאכן פון מעשיות, ממילא גלייב איך נישט אז דער רבי זי"ע האט אזוי געזאגט.

בכל אופן אין ספר דברי דוד פון הרה"ק רבי דוד משה טשארטקאווער זי"ע שטייט פונקט פארקערט, אז עס איז א טובה פאר א מענטש צו גלייבן אין א רבי וכו' אפילו אויב דער רבי איז נישט ווער ווייסעך וואס, ווייל אז ער איז א גלויביגער און ער קאכט זיך אין אמונה וועט ער קומען דורכדעים אויך צו גלייבן אין ריכטיגע הייליגע זאכן, עיין שם דברים כדרבונות.


לו יהא אז טעלער איז נישט הלכה למשה מסיני, אבּער פארט א גאר שטארקע סתירה פאר איינעם וואס טענה׳ט אז מ׳דארף ממש אלעס גלייבן, אינקלודעד א יעדע חלום פון קול מבשׂר, נישט צו גלייבּן פונקט דעי מעשׂה...

בד״וו, די ׳נוסח המקובל' ווי דו רופסט עס האט טאקע דער רבי ז״ל איינעפירט, ממילא שטומט שוין נישט די ווערטער "ממילא גלייב איך נישט אז דער רבי זי"ע האט אזוי געזאגט"...

און אז איר ברענגט שוין יא צו די דברי דוד, צייכענט כאטש צו א מראה מקום. זאגט ער דארט נאר רבּי׳ס, אדער ממש אין יעדע חלום מפּי יעדן ירח בן יומו אויכעט?

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דינסטאג מאי 02, 2017 7:23 pm

סארקאזי האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
בּרזל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:כ'וועל עס ענטפערן מיט א פראגע.

וואס האט אונטערגעברענגט די אלע אידישע טרעידס וואס האט געברענגט פרנסה פאר אידן (און אין אלגעמיין) אין די פריערדיגע יאהרן ווי צב"ש, די ניטינג טרעיד, און דיימאנטן וכו'?

די תירוץ איז אז, genuine איז ערזעצט געווארן מיט synthetic, און נאכמאכערס פון כינע, אינדיע אד"ג האבן ערזעצט די ערפינדערס און פרייוועט ביזנעס וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די אינדעווידואלן.

עס איז מעגליך גוט פאר די נויטיקייט פון מאסן פראדוקציע, אבער פארמאגן נישט די זעלבע לאנגיעריגע דויערהאפטקייט.

טשיעפ אין פרייז און טשיעפ אין מאטריאל.

והנמשל מובן


אין ליין מיט דאס

Untitled.png

חזרה
Untitled - Copy.png

יעפּ, וואס וואלט ער היינט געזאגט??


איך מיז טאקע נישט גלייבן דעם איש האמת הרב טעללער וואס האט געשריבן די מעשה כנוסח המקובל בסאטמאר אפצולאכן פון מעשיות, ממילא גלייב איך נישט אז דער רבי זי"ע האט אזוי געזאגט.

בכל אופן אין ספר דברי דוד פון הרה"ק רבי דוד משה טשארטקאווער זי"ע שטייט פונקט פארקערט, אז עס איז א טובה פאר א מענטש צו גלייבן אין א רבי וכו' אפילו אויב דער רבי איז נישט ווער ווייסעך וואס, ווייל אז ער איז א גלויביגער און ער קאכט זיך אין אמונה וועט ער קומען דורכדעים אויך צו גלייבן אין ריכטיגע הייליגע זאכן, עיין שם דברים כדרבונות.


אין שיחות הר''ן שטייט א קלארע שיחה (איך געדענק נישט יעצט דעם אות אבער סאיז באקאנט)
אז ענדערש זאל א מענטש זיין א פתי יאמין לכל דבר ווי איידער נישט גלייבען אין גארנישט
אין אנדערע ווערטער קיינער האט נישט דעם ריכטיגען שיקול ווי עס איז דער ליין,וואס מע טאר נישט קראסען
לכן זאל מען ענדערש איבערגיין דעם ליין אויף מער גלייבען, ווי איידער איבערציען אויף ווייניגער גלייבען,
סקען נאך אלץ זיין אז רביה''ק מסאטמאר האט געהאלטען אנדערש, ווייל ער האט געזען ווי אזוי חסידותער זענען נוטה פונעם דרך המסורה, אלעס מיט אמונה,
פארדעם האט ער אוועק געמאכט אמונת טפילות
אלענפאלס דאס ווייזט אבער אויפן טריקעניש פונעם דור, אז מיט אלע גרויסע הצלחות פון אונזער סאסייעטי ב''ה, איז מען אויסגעדארשט צו א אטעם פון א צדיק אמת,
מע כאפט זיך ארויפ דערויף ווי אויף א געבראטענס


איקזעקטלי דאס וואס האמיר גערעדט. אויב גלייבט איר נישט יעדן דמיון, ווערט איר שוין געשטעלט אין א קאטאגאריע אז איר גלייבט אין גארנישט, און דאס איז גאר די תירוץ פ״וו יא צו גלייבן אין אלע שטותים. איז איינעמ׳ס אמונה אזוי פיצי, אז נישט גלייבּן אין אזאנע פערדעריי איז אים אזוי נאנט צו גלייבן אין גארנישט ח״ו?

כ׳מיין נישט אייך רב סארקאזי (פ״וו זענט איר נישט אריינגעשפרינגען נאכאמאל אינעם פראנצעזישן פארמעסט??) , כ׳פארשטיי איר האט געשריבן די ווערטער לפום ריהטא פונ׳ם שמועס, מ׳מיינט די גאנצע פּוינט פונ׳ם שמועס.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג מאי 02, 2017 7:33 pm

חסד ואמת האט געשריבן:כידוע פלעגט דער ברידער פון ר' ישעי' שטענדיג גיין נאך געלט דאהי ביי די אמעריקאנע יודן, ער פלעגט זאגן, איך האב א ברידער אין קערעסטיר וואס האט א גאסט הויז און בעט נישט קיין געלט.

דער ברידער פלעגט אנווינטשען אין נאמען פון ר' ישעילע, דער עולם האט געזעהן ווינדער.

ס'דא א באקאנט מעשה, שוין געווען דא אויפן וועלטעל. א יוד וואס האט געהאט א לאנדרי און א גוי האט אנטגעקן איבער די גאס האט געפענט נאך א לאנדרי, דאס האט געדראט פאר'ן צו פארלירן די פרנסה, ער האט געגעבן א שיינע נדבה פאר ר' יהודא צבי פאר ר' ישעילע'ס גאסט הויז, ר' יהודא צבי האט אריבער געשיקט דאס געלט קיין קערעסטיר אינאיינעם מיט די בקשה פונעם נדבן, ר' ישעי'לע האט צוריקגעשיק פאר ר' יהודא צבי א קמיא וואס ער יוד זאל אויפהענגן אויף זיין געשעפט

קוק דא די מעשה וואס עס האט פאסירט דערנאך
viewtopic.php?f=31&t=32595&start=25&hilit=#p1428714


די מעשה איז געברענגט אין מופת הדור אין ווערט גארנישט געברענגט אז עס האט עפעס געהאט מיט זיין ברודער

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג מאי 05, 2017 12:53 pm

שמע קולינו, חוס ורחם עלינו
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (59.42 KiB) געזעהן 4488 מאל
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג מאי 14, 2017 4:33 pm

פריש געבאקענע אינפארמאציע אריינגעקומען. פון דא

קערעסטיר האט געשריבן:א שטיקל אפדעיט פונעם וואך אין קערעסטיר אין רבי ישעי׳לעס גאסט הויז,

״דינסטאג״ איז געפראוועט געווארן א גרויסע יארצייט סעודה געפראוועט ע״י הרב משה יוסף פריעדלענדער מיט קרוב צו 50 געסט לע״נ אחיו של רבינו זצוק״ל שנטמן ב׳סטעטן איילענד ניו יארק
וואס רבינו הקדוש האט עהם ארויס געשיקט קיין ניו יארק זמלן געלד פאר די עניים וואס די רבי האט פארטיילט,
וואס איז אינטערסאנט צו ביימערקן אפאר יאר צוריק ווען מהאט איבערגעמאכט איינע פון די צימערן על יד בית רבינו האט מען געפינען א אלטע אמעריקנע $5 ביל מיט א $1.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 5:14 pm

די ברודער ביזנעס גייט אן פול פארס. היינט אדווערטייזט

Untitled.png
Untitled.png (125.6 KiB) געזעהן 4113 מאל

וועט איר פרעגן: וואס האט ארענשטיין מיט לאווי?
וועט מען אייך ענטפערן: נו, זיי נישט קיין אויבער חכם

נא, ווער נאך האט עפעס א ברודער אוועילעבל???

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג מאי 25, 2017 5:19 pm

און וואס האט זאגן תפלת השל"ה ביי קברים פארשטייסטו שוין?
[ווי אזוי איז דער ארנשטיין א ברודער מיטן טאשער רבין?]

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 5:42 pm

זבחי צדק האט געשריבן:און וואס האט זאגן תפלת השל"ה ביי קברים פארשטייסטו שוין?
[ווי אזוי איז דער ארנשטיין א ברודער מיטן טאשער רבין?]


כ׳האדיך געוואוסט אז ס׳וועלן זיין חכמים...פ״וו קענט איר נישט האבן א ביסעלע אמונה פשוטה??

פרעגט איר וואס עס האט מיט קברים? די זעלבע וואס עס האט מיט דעים

Untitled.png
Untitled.png (572.96 KiB) געזעהן 3969 מאל

קען זיין בדרך אפשר, מ׳מאכט א גזירה שוה של״ה מיט של״ה, און דא שטייט עפעס א מעשה מיט ׳קבורתו׳, ווייטער איז דא עפעס פון 'אחד הראשונים', איז שוין פארענטפערט כמין חומר פ״וו חצות כולל האט אדווערטייזט זיי גייען צום קבר הרמב״ם היינט, די פראגע איז נאר וואס טוט זיך מיט׳ן חיד״א וואס ווערט אויך דארט דערמאנט? עני יוניטס(כ׳מיין כולל) עוועילעבעל??
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:13 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:01 pm

מ'דארף זאגן פאר די רבי'שע ברידער אז זיי זאלן שלום מאכן באצייטנס, ווייל אז נישט וועט מען זיי נאך שיקן פאר שלוחים לעולם העליון צו ברודער, ס'וועט זיין זייער אובאטאמט..

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:05 pm

גלאזער האט געשריבן:מ'דארף זאגן פאר די רבי'שע ברידער אז זיי זאלן שלום מאכן באצייטנס, ווייל אז נישט וועט מען זיי נאך שיקן פאר שלוחים לעולם העליון צו ברודער, ס'וועט זיין זייער אובאטאמט..


פונקט דאס געטראכט, אז פאר מ׳גייט צו ברודערס קברים דארף מען טשעקן היסטארי צו זיי זענען אפילו אין טאלקינג טערמס...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג מאי 25, 2017 6:19 pm

בּרזל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:אגב: א ספעציעלע קאמפלימענט, דער קעפל איז זייער א שיינער


ג״א מצטרף. לפי ווי רבי מרדכי דוד קאהן ז״ל פלעגט זאגן: נישט האסט געזען דעם רבּי׳ן אין חלום, האסטיך גע׳חלומ׳ט אז די האסט געזען דעם רבּי׳ן...

און ער האט צוגעלייגט, והא ראיה אז ווען דו חלומסט פון אן עלעפאנט זאגסטו נישט אז דער עלעפאנט איז דיר געקומען אין חלום....
זוכט איר דוי?

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:19 pm

זבחי צדק האט געשריבן:און וואס האט זאגן תפלת השל"ה ביי קברים פארשטייסטו שוין?
[ווי אזוי איז דער ארנשטיין א ברודער מיטן טאשער רבין?]

זעה דא:
viewtopic.php?p=1449872#p1449872

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

קערעסטירע סעודות

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:15 pm

לעצט געהערט פון איינער וואס האט געזאגט אז ער פארט נישט אויף קערעסטיר.
מ'האט איהם געפרעגט פארוואס?
האט ער גע'ענטפערט, ווייל ער איז יעצט אויף דייעט!!!.

איך מאך נישט ח'ו אוועק דאס טוהן א נחת רוח פאר א צדיק, נאר פשוט די קאפ ווערט פארדרייט אינגאנצן ווי משוגע פון די אלע געפיראכצער.
לאמיך זעהן זאלסט עפענען דיין בערזעל (מיט די אויגן אינאיינעם..), און אנהייבן גיסן נדבות לע''נ ר' ישעי'לע, פאר געלט-גייער'ס און ארימעלייט,
אנשטאט טיילן סעודות, סעודות, נאכאמאל סעודות פאר זאטע מענטשן וואס עסן על השובע, אין צייט וואס די פיקעל'ס און מילך ביי זיי אינדערהיים ווערט פארדארבן.

ס'שוין לאנג נאך ג' אייר, אבער וואס זאלעך טוהן, כ'האב יעצט אריינגעוואנדערט דא.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:21 pm

איך מעג גיין א טריט ווייטער?

איך וואלט געעפנט א באזונדערן אשכול דערפאר, אבער איך האב פארט מורא פון די היץ, וועל איך עס שרייבן דא אין א תגובה בתוך שאר התגובות.

די אלע געפארעריי אויף קברי צדיקים, די אלע סגולות וואס עס איז לעצטנס געווארן א ווינט דערפון, איז א חשש עבודה-זרה, דורש אל המתים ועוד ועוד. איך האלט זיך נישט דאס צו זאגן פאר חברים וידידים און ווער עס איז מיר גרייט צו הערן, דער עולם כאפט נישט דעם חומר הדבר דערפון.

אפילו ווען מען גייט צו קברי צדיקים, דארף מען וויסן ווי אזוי צו מתפלל זיין, מען זאל חלילה נישט אריינפאלן אין חשש כפירה. אבער צו מאכן א מצב דערפון, אדווערטייזן בראש כל חוצות אז דער קבר העלפט פאר דער זאך, שטיפן דער ביזנעס שלא לשם שמים, שטיפט מען אידישע נאאיווע קינדער צו עבודה-זרה, די מענטשן אליין ווייסן נישט ווי הארב דאס איז.

אין ספרי קודש ווערט געברענגט עניני סגולות. דעריבער, איינער וואס איז זיך סומך על אילנא רברבא יש לו על מה לסמוך. אבער גיין און שטיפן סגולות אשר לא שיערים אבותינו, געבויעט אויף חלומות און צווייפלהאפטיגע מקורות אשר אין להם שחר, איז אסור בתכלית האיסור און מען איז מכשיל דערמיט אלפים מישראל מיט חשש עבודה זרה.

בכלל, דאס געפארעריי אויף קברי צדיקים איז א נייע זאך אינגאנצן. אויסער אויפן קבר פונעם רבי'ן ר' אלימלך און צו ר' ישעי'לע קרעסטירער, איז קיין ערגעץ נישט געווען אזא געפאראכטס. מען דערציילט אז ווען מען האט געוואלט נאכן קריג נאכגיין וואו עס איז געווען דער ציון פונעם רוזשענער, האבן די ארטיגע אידן געזאגט "וועמען האט אינטערעסירט וואו דער צאדיק ליגט, עס איז געווען א לעבעדיגע רבי און מען איז צו אים אריינגעגאנגען", און דא רעדט מען פון דער מלך ישראל, דער הייליגער רוזשענער צדיק.

אמאליגע טעג פלעגט מען גיין בעת צרה צום דגון, פסל מיכה, בעל פעור, און בעל זבוב, אדער האט מען מבכה געווען דעם תמוז און מעביר געווען בנו למולך, היינטיגע טעג טוט מען זיך אן רינגלעך, מען גיסט וויין, מען גיבט געלט פאר קבר דן בן יעקב, מקובלי'שע אויל, שיקט עסן קיין סגולות הרשב"י, און מען דרייט ליידער איבער קברי צדיקים אויף מפוקפקדיגע צוועקן, גלויבנדיג אין חלומות.

פאראיאר ל"ג בעומר ביינאכט, האב איך זיך משתתף געווען אין א הדלקה דאהי אין ניו-יארק (אויך א נייער מושג אשר לא שיערים אבותינו - נאך אביסל וועט מען האלטן אז איינער וואס איז זיך נישט משתתף ביי א הדלקה ל"ג בעומר, איז א חצי משכיל...). ווען מען האט שוין פארלאשן די הדלקה, און עס איז נאך געווען גחלים עוממות, זעה איך ווי א חניאקישער יונגערמאן קומט צו לויפן מיט נאסע פיאות, מיט איין אומפעט, ער שטעלט זיך אוועק נעבן די כמעט אויסגעלאשענע פייער, און נעמט שנעל ארויס דעם זאגער און הויבט אן זאגן בר-יוחאי... איך בין צוגעגאנגען צו אים און געזאגט "ר' איד, לויטן רמב"ם זענט איר יעצט עובר אויף א ספק יהרג ואל יעבור" - וואס איז דאס, ער גלויבט אינעם פייער? - על-כל-פנים פאגאניות איז דאס זיכער, כמנהג הגוים בארצות עולם השלישי.

אט האט איר א נייער אנשיקעניש, אין די לעצטע פאר יאר. איך ברענג דא א שטיקל בראשור וואס איז נתפרסם געווארן אין ארץ-ישראל. קיין איין איינציג ווארט ווערט דארט נישט דערמאנט איבער דעם באשעפער, בלויז איבער רבי שמעון בר יוחאי, כאילו רבי שמעון ברענגט דיר (אויף זיכער) אלע השפעות טובות. איז דאס נישט (אויסער גניבה און שקר, אויך) כפירה?
צוגעלייגטע
2016.jpg
2016.jpg (500.64 KiB) געזעהן 3932 מאל
2016 שער אחורי.jpg
2016 שער אחורי.jpg (486.11 KiB) געזעהן 3932 מאל
2016 א.jpg
2016 א.jpg (467.42 KiB) געזעהן 3932 מאל

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:23 pm

המשך צו די פריעדיגע תגובה.

דער באשעפער געפינט זיך נישט דא, בלויז רבי שמעון, דורך גניבה, בלאף און שקר... עבודה-זרה במיטבו. - ליידער.
צוגעלייגטע
מחירון הילולה.JPG
מחירון הילולה.JPG (478.47 KiB) געזעהן 3930 מאל
TIKUN LAG BAOMER001.jpg
TIKUN LAG BAOMER001.jpg (521.72 KiB) געזעהן 3930 מאל
2016ב.jpg
2016ב.jpg (503.19 KiB) געזעהן 3930 מאל

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:38 pm

חסדי אבות האט געשריבן:איך מעג גיין א טריט ווייטער?

איך וואלט געעפנט א באזונדערן אשכול דערפאר, אבער איך האב פארט מורא פון די היץ, וועל איך עס שרייבן דא אין א תגובה בתוך שאר התגובות.

די אלע געפארעריי אויף קברי צדיקים, די אלע סגולות וואס עס איז לעצטנס געווארן א ווינט דערפון, איז א חשש עבודה-זרה, דורש אל המתים ועוד ועוד. איך האלט זיך נישט דאס צו זאגן פאר חברים וידידים און ווער עס איז מיר גרייט צו הערן, דער עולם כאפט נישט דעם חומר הדבר דערפון.

אפילו ווען מען גייט צו קברי צדיקים, דארף מען וויסן ווי אזוי צו מתפלל זיין, מען זאל חלילה נישט אריינפאלן אין חשש כפירה. אבער צו מאכן א מצב דערפון, אדווערטייזן בראש כל חוצות אז דער קבר העלפט פאר דער זאך, שטיפן דער ביזנעס שלא לשם שמים, שטיפט מען אידישע נאאיווע קינדער צו עבודה-זרה, די מענטשן אליין ווייסן נישט ווי הארב דאס איז.

אין ספרי קודש ווערט געברענגט עניני סגולות. דעריבער, איינער וואס איז זיך סומך על אילנא רברבא יש לו על מה לסמוך. אבער גיין און שטיפן סגולות אשר לא שיערים אבותינו, געבויעט אויף חלומות און צווייפלהאפטיגע מקורות אשר אין להם שחר, איז אסור בתכלית האיסור און מען איז מכשיל דערמיט אלפים מישראל מיט חשש עבודה זרה.

בכלל, דאס געפארעריי אויף קברי צדיקים איז א נייע זאך אינגאנצן. אויסער אויפן קבר פונעם רבי'ן ר' אלימלך און צו ר' ישעי'לע קרעסטירער, איז קיין ערגעץ נישט געווען אזא געפאראכטס. מען דערציילט אז ווען מען האט געוואלט נאכן קריג נאכגיין וואו עס איז געווען דער ציון פונעם רוזשענער, האבן די ארטיגע אידן געזאגט "וועמען האט אינטערעסירט וואו דער צאדיק ליגט, עס איז געווען א לעבעדיגע רבי און מען איז צו אים אריינגעגאנגען", און דא רעדט מען פון דער מלך ישראל, דער הייליגער רוזשענער צדיק.

אמאליגע טעג פלעגט מען גיין בעת צרה צום דגון, פסל מיכה, בעל פעור, און בעל זבוב, אדער האט מען מבכה געווען דעם תמוז און מעביר געווען בנו למולך, היינטיגע טעג טוט מען זיך אן רינגלעך, מען גיסט וויין, מען גיבט געלט פאר קבר דן בן יעקב, מקובלי'שע אויל, שיקט עסן קיין סגולות הרשב"י, און מען דרייט ליידער איבער קברי צדיקים אויף מפוקפקדיגע צוועקן, גלויבנדיג אין חלומות.

פאראיאר ל"ג בעומר ביינאכט, האב איך זיך משתתף געווען אין א הדלקה דאהי אין ניו-יארק (אויך א נייער מושג אשר לא שיערים אבותינו - נאך אביסל וועט מען האלטן אז איינער וואס איז זיך נישט משתתף ביי א הדלקה ל"ג בעומר, איז א חצי משכיל...). ווען מען האט שוין פארלאשן די הדלקה, און עס איז נאך געווען גחלים עוממות, זעה איך ווי א חניאקישער יונגערמאן קומט צו לויפן מיט נאסע פיאות, מיט איין אומפעט, ער שטעלט זיך אוועק נעבן די כמעט אויסגעלאשענע פייער, און נעמט שנעל ארויס דעם זאגער און הויבט אן זאגן בר-יוחאי... איך בין צוגעגאנגען צו אים און געזאגט "ר' איד, לויטן רמב"ם זענט איר יעצט עובר אויף א ספק יהרג ואל יעבור" - וואס איז דאס, ער גלויבט אינעם פייער? - על-כל-פנים פאגאניות איז דאס זיכער, כמנהג הגוים בארצות עולם השלישי.

אט האט איר א נייער אנשיקעניש, אין די לעצטע פאר יאר. איך ברענג דא א שטיקל בראשור וואס איז נתפרסם געווארן אין ארץ-ישראל. קיין איין איינציג ווארט ווערט דארט נישט דערמאנט איבער דעם באשעפער, בלויז איבער רבי שמעון בר יוחאי, כאילו רבי שמעון ברענגט דיר (אויף זיכער) אלע השפעות טובות. איז דאס נישט (אויסער גניבה און שקר, אויך) כפירה?

הייליג גערעכט מיט יעדע ווארט
איך בין מיך טאקע נוהג ווען איך ביי קברי צדיקים צו בעטן די אויבשטער בזכות הצדיק, היות במקום קבר פין א צדיק הערשט השראת השכינה, אין נישט רעדן צום שטיין צדיק העלף מיך צדיק איך דארף גוטע קינדער וכו

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג מאי 25, 2017 8:39 pm

ר' חסדי, דו האסט רעכט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 25, 2017 9:45 pm

שטייט טאקע מ'זאל גיין צו קברי צדיקים, ווייל דארט איז א מקום קדוש ראוי לקיבול תפלות
און בעטן דעם באשעפער בזכות הצדיק שוכני עפר (אנדערע בעטן דער צדיק זאל זיין א גוטער בעטער אויבן אין הימל כמו עורך דין להבדיל)


איך האב א אריכות אין דער נושא פון 'דורש אל המתים', אבער כנראה וועט דאס שוין ווארטן אויף נאך שב"ק
כשמ"ו כן הוא

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מאי 25, 2017 10:01 pm

הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האט א שיינער ליקוט וועגן דעם ענין פון מתפלל זיין ביי קברי צדיקים אינעם ספר אויף הל' אבילות.

אגב, האט ער א שיינעם שמועס וועגן דאס אראפלייגן א זעקל מיט קוויטלעך ביים צדיק לאחר פטירתו, קען ער דען לייענען?

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » פרייטאג מאי 26, 2017 1:15 pm

שפתים יושק חסדי אבות. שוין לאנג וואס כ׳וויל מאכן אזא אשכול וואלט איך געהאט מער צייט, (און אויך ווי איר זאגט, זיין גרייט אויף די היץ...עפטער אלל ווער וועט זיך משדך זיין מיט אזא כופר...)

סאטמאר רב ז״ל איז שוין מאריך בספריו איבער אטטא דאס, די דורש אל המתים חלק פון גיין אויף קברים, און בכלל די הארבקייט פון גיין אן מתקן זיין די חטאים בעפאר.

ס׳קען נאר זיין אז ס׳נישט קיין גרויסע פראבלעם, ווייל א ריזיגע פראצענט גייען נישט אלס׳ן באשעפער און נישט אלס׳ן צדיק. די שוואכערע סארט גייט פאר די פאן, און די מער ערענסטערע אלס׳ן ווערן איבערגענומען פון די נוקבא געפילן פון די ווינט/מופתים פי. אר. איז ממילא אין כאן דורש אל המתים, אבל יש כאן דורש אל טשאדעלע באדעלע.
אוודאי איז דא וואס גייען מיט׳ן ריכטיגן ציל, מ׳רעדט בכלליות.

און דאס וואס איר זאגט אז מ׳ווערט שוין ׳כמעט׳ א חצי כופר מיט׳ן נישט גיין צו קיין הדלקה, כ׳האב פאר אייך סעד ניוז אז איר זענט היבש בעקדעיטעד. אויף דעם וואס איר קווענקעלט נאר דערויף זענט איר זעכער אן אפיקורס דאורייתא, אבער אפילו אויפ׳ן בלויז נישט אטענדן וועלן שוין גענוג אידן נישט לאזן זייערע קינדער רעדן מיט אייך....וכבר הארכתי כאן
viewtopic.php?p=1432130#p1432130

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג אפריל 17, 2018 9:25 pm

איך בין דא ייעטץ אנגעקומען , די אלע וואס קענען נישט ליידען דער געפארעכטץ/ דורש אל המתים. דארף מען נאר וויסען וועלכע קרייז זיי געהערען ווייל אמאל באדערט זיי אז ביי זייער קרייז האלט מען פאר דער דער גרעסטער
אין עס טיט זיך נישט א געפארעכטץ , אבער ווען מען ווואלט געפארען צי זייערס דעמאלסט וואלטען זיי פארשטאנען , אבער מען זעהט זאכען בחוש אז פין אויבען פירט זיך עס אזוי ווי עס זאל זיין א עולם מען פארשטייט גארנישט

אין בכלל עס פלעגט זיין א געפארעכטץ נאך אינדערהיים צי קברי צדיקים , למשל צי ר ר אלימלך פלעגט זיין ריזיגער נסיעות , איז על דעת הראשונים אנו עושים ועל דעת הצדיקים וואס זענען געפארען מיט חסידים ואנשי מעשה מיט פשוטי עם צי קברי צדיקים זיך אויסבעטען ישועות ורפואת וכל מילי דמיטב
זאל טאקע ר ישע׳לה אויסבעטען פאר כלל ישראל
ישועות אמן ואמן

Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

תגובהדורך Out of towner » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:18 pm

עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט