בלאט 8 פון 8

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 1:43 am
דורך יוראפ
יסוד ארי האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מ'קען אהינגיין ביינאכט?
איך קלער צי גיין אהין דינסטאג נאכט

אליינס זיכער נישט

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:10 am
דורך יסוד ארי
b8327477fd7848c8a7454b8e0b3df739.jpg
b8327477fd7848c8a7454b8e0b3df739.jpg (91.1 KiB) געזעהן 3444 מאל

בחור מקיבוץ בישיבת דושינסקיא בירושלים חלם פעמיים

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:44 pm
דורך Zeltzer
חרדים 4.8.2019

בחור מקיבוץ בישיבת החסידות בירושלים חלם פעמיים איך שהרבי הקודם שהלך לעולמו לפני 16 שנה, מגיע אליו בחלום הלילה ולומד עמו הלכות סת"ם, כשבדק את המזוזות בכל הקומה,מסעיר את החסידות הירושלמית הגדולה: סיפור שהחל לפני למעלה מחודשיים והסתיים ממש בימים האחרונים, הגיע לידיעת 'בחדרי חרדים'.

אחד הבחורים המבוגרים מבני הקיבוץ בישיבת 'מהרי"ץ דושינסקיא' ברח' שמואל הנביא בירושלים, חלם בלילה, שהרבי הקודם הגה"צ מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל, הגיע אליו בחלום הלילה ולמד עמו הלכות סת"ם.
הבחור קם משנתו ולא התייחס לחלום, וחשב לעצמו "חלומות שווא ידברון".
לאחר כמה ימים זה חזר על עצמו, הוא שוב חולם בלילה, איך שהרבי המהרי"ם זצ"ל מגיע אליו ולומד עמו הלכות סת"ם, ושואל אותו שאלות ותשובות.
הבחור התעורר והפעם בבהלה.
לאחר שחשב מעט, הוא החליט להוריד את המזוזה בחדרו שבקומות החדרים של "הקיבוץ", לאחר בדיקה קצרה, הוא נבהל כשהמגיה אמר לו שהמזוזה פסולה ורק אז התחבר הכל התחבר לו והבין מה פשר החלום המסעיר.
לאחר מספר ימים, החליט הבחור להוריד את כל המזוזות בכל חדרי בחורי הקיבוץ ונבהל כשרובם של המזוזות נמצאו פסולים.

כאן הסיפור עדיין לא נגמר, ל'בחדרי חרדים' נודע כי אחד הבחורים המבוגרים ביותר בקיבוץ התארס לפני כמה ימים ובחסידות תולים זאת ללא ספק בתיקון המזוזות.
הסיפור מסעיר את החסידות ואת כלל בחורי הישיבה ובחורי הקיבוץ בפרט, איך שראו בחוש את הרבי המהרי"ם זי"ע, כשהוא דואג מלמעלה לכלל הבחורים - בחייו ובמותו.
יצוין כי לבחורי הקיבוץ בישיבת דושינסקיא בירושלים, יש אגף בנפרד מכל הישיבה, והאדמו"ר מתפלל איתם ומוסר להם שיעורים מיוחדי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:36 am
דורך איישישאק
איך מערק אז אסאך שרייבערס שפירן אז עפעס טויג נישט מיט די גאנצע חלום סומאטוכע, נאר זיי האבען נישט די ווערטער דאס ארויס צו ברענגן, ממילא זוכט מען צו זאגען פשט דערין. מ'זוכט מסביר צו זיין די הרגש וואס מ'האט אן די הסבר.

וועל איך זאגען מיינס.

א מענטש איז געלייגט געווארען אין דער וועלט צו ווערן בעסער, זיך אויסצופוצען פון זיין ארציות און צו ווערען א דערהויבענע מענטש. צו דעם דארף ער הארעווען אין תורה און דרך ארץ, פאררעכטן זיין דאווענען אז ער זאל מכוין זיין ריכטיג, ביז ער קומט אן צום מדרגה פון דער טור פון התפשטות הגשמיות, ער דארף בעסער לערנען און מער לערנען, זיך פירען מיט אנדערע אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, ועוד ועוד.

אם רואה אדם יסורין באין עליו יפשפש במעשיו, ער דארף זוכען וואס טויג נישט ביי זיין לעבן, און יעדער ווייסט דער אמת ביי זיך וואס איז דאס, און דאס פאררעכטן כדי אויסצופיהרען זיין פליכט אויף דער וועלט. די יסורים האבען א תכלית, זיי זענען נישט עפעס א שטרויכלונג פון וואס מ'דארף פטור ווערען. ט'פארוואס טוט ער עס נישט? פארוואס פאררעכט ער נישט זיין מעשים? ווייל ער נוצט אויס די התעוררות אויף נאנסענס! ער קען אויפהערן באגנבנ'ן קאסטומערס אדער דער רעגירונג, אדער קען ער פארען און כליפעצן אין ליזענסק. וועלכע ברירה זאל ער נעמן? וועלכע ברירה וועט ער נעמן? און אפילו ווען ער טוט נישט די ריכטיגע טריט פון מתקן זיין בין אדם לחבירו, כאטש קען ער פאררעכטן זיין דאווענען דאהי, קומען באצייטענס אז ער זאל קענען אויסזאגען יעדער ווארט כמונה מעות, ער קען זיך לערנען טייטש אין די ווערטער, ער קען דאווענען פאר זמן תפלה, ועוד ועוד. ער פאטשקעט אוועק די התעוררות דורך סווייפען פאר דער כולל, דורך צאלען א צווייטען זאל זאגען תיקון חצות פאר איהם (האסט אמאל געהערט אזא משוגעת אין דיין לעבן? תיקון חצות איז א התעוררות צו פארגעסן פון זיך און טראכטן פון צער השכינה, גייט מען צאלען יענעם צו זיין אויסגעארבעט פאר דיר?! און יענער טוט עס לשם שמים פאר די געלט אפצאל?! אפשר קען איך צאלען יענעם צו האבען מדות טובות פאר מיר? אפשר קען איך צאלען א צווייטען זאל זיך שיין אויפפיהרען צו זיין ווייב און אזוי וועל איך אויך יוצא זיין? אפשר זאל יענער מחנך זיין זיין קינדער פאר מיין טוועגן?). ער האט געהאט א טייערע דיאמאנט אין האנט וואס רופט זי יסורים, וואס דערמיט קען ער צוריק קומען צום אויבישטער, און ער האט גענוצט דער דיאמאנט צו באצירען זיין פידזשאמאס!

און דאס איז די חילוק צווישען דאס און סושי. סושי איז שטותים, וועמען גייט עס אן וועלכע פיש מ'עסט? אבער אידישקייט איז אן ערנסטע זאך, פאטשקע נישט דערמיט!

ליפא האלבערשטאם

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 28, 2019 7:21 am
דורך צפרא טב
היינט געווען מפורסם אין צייטונג 'המודיע' ארץ ישראל, אז א איד יוסף האגער, האט זיך געזעהן אין חלום א בחור ער זאגט אים ייש"כ פארן זאגן קדיש אין לינץ
זעה המודיע

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 28, 2019 9:20 pm
דורך ויתן לך
צפרא טב האט געשריבן:היינט געווען מפורסם אין צייטונג 'המודיע' ארץ ישראל, אז א איד יוסף האגער, האט זיך געזעהן אין חלום א בחור ער זאגט אים ייש"כ פארן זאגן קדיש אין לינץ
זעה המודיע

מער קלאר
https://www.dropbox.com/s/mp6555njn7ikx ... 2.pdf?dl=0
ועיין:
viewtopic.php?f=31&t=3723&start=175

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 12:42 pm
דורך farshlufen
די פרט אז מ'האט נישט געוואוסט איבבער מקום מנוחת ר' מרדכי יודא פריינד זצ"ל וכו' איז אביסל צוגעפוצט, ווי מ'זעהט אינעם דערמאנטן שנירל אז ס'איז געוועזן א דבר ידוע פאר טייל חברים דא.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 12:56 pm
דורך ויתן לך
farshlufen האט געשריבן:די פרט אז מ'האט נישט געוואוסט איבבער מקום מנוחת ר' מרדכי יודא פריינד זצ"ל וכו' איז אביסל צוגעפוצט, ווי מ'זעהט אינעם דערמאנטן שנירל אז ס'איז געוועזן א דבר ידוע פאר טייל חברים דא.

ער שרייבט אז מען איז געוואר געווארן פאריגע זומער, די זעלבע צייט וואס די ידיעה איז דא ארויפגעקומען, והיינו הך

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 1:12 pm
דורך farshlufen
דער קליינווארדיינער האט שוין דארט געהאט א ידיעה פון פריערט.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 1:30 pm
דורך ויתן לך
farshlufen האט געשריבן:דער קליינווארדיינער האט שוין דארט געהאט א ידיעה פון פריערט.

אביסל פריערט, קען זיין אז איינמאל מען האט געוואוסט אז ער איז געווען אין מאטהאזן האבן עס צוויי מענשטן באזונדער געטראפן
עניעווי עס מאכט נישט אויס

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 29, 2019 2:46 pm
דורך נא_שכל
זייער אינטערסאנט!

ווייסט מען שוין ווען ער איז אוועק?

ס'איז נוגע לגבי א קרוב וואס ס'איז אויך נתגלה געווארען דורך די ארכיוון אז ער למעשה אוועק אין מוטהאוזן, און לפי זה מעגליך אז ער ליגט גאר אין לינץ?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 7:14 am
דורך צפרא טב
נא_שכל האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!

ווייסט מען שוין ווען ער איז אוועק?

ס'איז נוגע לגבי א קרוב וואס ס'איז אויך נתגלה געווארען דורך די ארכיוון אז ער למעשה אוועק אין מוטהאוזן, און לפי זה מעגליך אז ער ליגט גאר אין לינץ?


ווייסט מען שוין ווען ער איז אוועק?

ס'איז נוגע לגבי א קרוב וואס ס'איז אויך נתגלה געווארען דורך די ארכיוון אז ער למעשה אוועק אין מוטהאוזן, און לפי זה מעגליך אז ער ליגט גאר אין לינץ?[/quote]


מיר האבן געפרעגט פאר איינער וואס האט געטהון אי די נושא אין ער איז געווען דארטן אין דא איז דא פרטים:
די קבר פון ר' מרדכי יודא האט שוין זיין ברודער ר' משה אריה געוואוסט יארן פריער אבער נישט אלע האבן געוואוסט פון דעם, ר' משה אריה איז געוואר געווארן פון דעם ווען ער איז שוין געווען אין ארץ ישראל, פון א תלמיד פון רמ"י וואס האט אים באגראבן, אדער געווען בשעת מעשה,
בשנת תשמ"ג איז ר' משה אריה געווען אין זעמערינג -עסטרייך אין ער האט דעמאלטס מברר געווען די פרטים אין ער איז געווען ביי דעם קבר (געהערט פון דעם משמש וואס איז געווען מיט אים, ער וואוינט היינט וומ"ס), אן קיין מנין, ער איז געווען דארט איבער שעה צייט אין געזאגט תהלים מיט בכיות נוראות.
(די תלמידים וואס זענען מו"ל זיינע ספרים האבן דאס גזעהן אין א בריוו וואו ר' משה אריה שרייבט אז ער וויל גיין צו זיין קבר האבן זיין דאס מברר געווען וואו עס געפונט זיך שפעטער האבן זיי געהערט אז ר' משה איז טאקע שוין אויכט געווען דארט, אבער יעצט איז דארט געווען לכאורה א ערשטע מאל א מנין מיט א קדיש נאך אזויפיל יארן)
ווען ער איז אוועק ווייסן זיי פון די דייטשע דאקאמענטן (צוגעלייגט) דארט שטייט כא סיון תש"ה, אויכט די בוך פון די קהל'ס געמיינדע שטייט די דאטום, עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז די טאג פון בהערדיגונג, אבער ער איז אוועק א וואך פריער.
דארט אין לינץ אליין איז נישטא קיין סאך קברים פון מלחמה איבערלעבער נאך ארום 20/30 א חלק פון דעם זענען אוועק שפעטער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. די היימישע נעמען וואס ער האט געזעהן דארטן: צוויי ווערצבערג'ס בחורים פון דעש, אויכט איינער יהושע בן אשר לעמיל שווארץ.
אבער וואו מיר פארשטייען פון די יודעי דבר איז די געגנט פיל מיט אידישע קברים אפילו אין גויאישע בתי קברות,
אויכט זאגט יענער א אינטערסאנטע זאך א איינער פון ר' משה ארי'ס מקורבים האט אים געזאגט אז נאכן קריג ווען זיי האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר האט ער געזעהן אינדערהיים ביי ר' משה ארי' א האנצוג (א מאדערנע) ער געפרעגט די רביצין בזוו"ש וואס דאס איז האט זי אים געזאגט אז דאס פון ר' משה ארי'ס זהון ברוך וואס האט באקומען פון די אמעריקאנער נאכן קריג, אין ווען ער איז אוועק האט מען דאס נאכגעשיקט זי האט אים געזאגט אז ער איז אוועק נאכן קריג פון טיפוס אין ער איז בהערדיגט אין וויען, למעשה אבער קיינער ווייסט נישט פון דעם אין וואו ער ליגט,

ר' יהושע ב''ר אשר לעמיל שווארץ

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:29 am
דורך קליינווארדיין
ר' יהושע שמואל וויינבערגער נ''י פון וויליאמסבורג איז אן אייניקל פון דעם ר' יושע שווארץ.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:32 am
דורך farshlufen
הרב צפרא, אין די באגרעבעניש ליסטע איז נישט דערמאנט קיין האלבערשטאם?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:48 am
דורך צפרא טב
farshlufen האט געשריבן:הרב צפרא, אין די באגרעבעניש ליסטע איז נישט דערמאנט קיין האלבערשטאם?


גערעכט,
דאס איז די אינטערסאנקייט פון זיין חלום ווייל דארט איז נישטא אזא מצבה אויכט נישט וויפיל מ'ווייסט,
אין דער הרב האגער האט קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא נאמען 'ליפא האלבערשטאם', אבער דאך קען דאס זיין א 'חלומות שוא ידברו'

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:41 am
דורך צפרא טב
אין ספר לפיד אש שטייט אזוי:
image001.jpg
image001.jpg (23.58 KiB) געזעהן 788 מאל

מחנה פלדפינג קרוב למינכן, ושלש וחצי שעות נסיעה מלינץ.


אבער דאך אויף א חלום קען מען גארנישט בויען

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 5:52 am
דורך צפרא טב
farshlufen האט געשריבן:הרב צפרא, אין די באגרעבעניש ליסטע איז נישט דערמאנט קיין האלבערשטאם?


אויכט די נאמען פון צבי אלימלך ווערצבערגער איז נישט דערמאנט דארטן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:20 am
דורך פליגל
איך ווינדער זיך אויפן לשון וויזוי דער נפטר זאל זיך האבן אידענטיפיצירט: "שמי הלברשטאם".. אויף יענער וועלט באניצט מען זיך נישט מיט קיינע לעצטע נעמען..

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:36 am
דורך פעטער יעקל
פליגל האט געשריבן:איך ווינדער זיך אויפן לשון וויזוי דער נפטר זאל זיך האבן אידענטיפיצירט: "שמי הלברשטאם".. אויף יענער וועלט באניצט מען זיך נישט מיט קיינע לעצטע נעמען..

מנא לך?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:28 pm
דורך פליגל
פעטער יעקל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:איך ווינדער זיך אויפן לשון וויזוי דער נפטר זאל זיך האבן אידענטיפיצירט: "שמי הלברשטאם".. אויף יענער וועלט באניצט מען זיך נישט מיט קיינע לעצטע נעמען..

מנא לך?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:38 pm
דורך הערשקא
Screenshot_20191031-183643_WhatsApp.jpg
Screenshot_20191031-183643_WhatsApp.jpg (304.26 KiB) געזעהן 526 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 7:04 pm
דורך טראק דרייווער
ווי איז די מציבה און וואס איז פשט דערפון

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:36 pm
דורך פעטער יעקל
פליגל האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:איך ווינדער זיך אויפן לשון וויזוי דער נפטר זאל זיך האבן אידענטיפיצירט: "שמי הלברשטאם".. אויף יענער וועלט באניצט מען זיך נישט מיט קיינע לעצטע נעמען..

מנא לך?

וואנעט נעמסטו אז אויף יענעם וועלט באנוצט מען זיך נישט מיט לעצטע נעמען?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:38 pm
דורך פליגל
איין ראי' האסטו; מען שרייט עס נישט אריין אין קבר ביי סתימת הגולל.