אשרי מי שחלם שראה פניו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

תגובהדורך Out of towner » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:22 pm

בּרזל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:כ'וועל עס ענטפערן מיט א פראגע.

וואס האט אונטערגעברענגט די אלע אידישע טרעידס וואס האט געברענגט פרנסה פאר אידן (און אין אלגעמיין) אין די פריערדיגע יאהרן ווי צב"ש, די ניטינג טרעיד, און דיימאנטן וכו'?

די תירוץ איז אז, genuine איז ערזעצט געווארן מיט synthetic, און נאכמאכערס פון כינע, אינדיע אד"ג האבן ערזעצט די ערפינדערס און פרייוועט ביזנעס וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די אינדעווידואלן.

עס איז מעגליך גוט פאר די נויטיקייט פון מאסן פראדוקציע, אבער פארמאגן נישט די זעלבע לאנגיעריגע דויערהאפטקייט.

טשיעפ אין פרייז און טשיעפ אין מאטריאל.

והנמשל מובן


אין ליין מיט דאס

Untitled.png

חזרה
Untitled - Copy.png

יעפּ, וואס וואלט ער היינט געזאגט??

כמאמר חז"ל אל תפנו אל האלילים אל תפנו אל מדעתכם.

Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

תגובהדורך Out of towner » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:40 pm

חסדי אבות דברים כדרבונות.
אגב, האב איך געוואלט צולייגן נאך א נקודה. עס שטייט אין ספה"ק בית אהרן, כשם שהקב"ה הקב"ה לכל כך רבי שמעון רבי שמעון לכל אפי' לפחותים.
ס'זייער מפורסם לעצטענס, אבער מיט א קליינע שינוי. דהיינו, כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל. ח"ו פה קדוש יאמר דבר זה.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:49 pm

Out of towner האט געשריבן:חסדי אבות דברים כדרבונות.
אגב, האב איך געוואלט צולייגן נאך א נקודה. עס שטייט אין ספה"ק בית אהרן, כשם שהקב"ה הקב"ה לכל כך רבי שמעון רבי שמעון לכל אפי' לפחותים.
ס'זייער מפורסם לעצטענס, אבער מיט א קליינע שינוי. דהיינו, כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל. ח"ו פה קדוש יאמר דבר זה.


Wow
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:13 am

Out of towner האט געשריבן:חסדי אבות דברים כדרבונות.
אגב, האב איך געוואלט צולייגן נאך א נקודה. עס שטייט אין ספה"ק בית אהרן, כשם שהקב"ה הקב"ה לכל כך רבי שמעון רבי שמעון לכל אפי' לפחותים.
ס'זייער מפורסם לעצטענס, אבער מיט א קליינע שינוי. דהיינו, כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל. ח"ו פה קדוש יאמר דבר זה.

ביטע ערקלער דעם חילוק צווישן די צוויי.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:16 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:איין גוטע זאך ליגט אין דאס גיין צום ברודער, אז מען מאכט אן אויפוואכונג ביים ציבור איבער גיין באזוכן אלטע בתי חיים אין אמעריקע, אזוי ווערן זיי אפגעהיטן, ווי דער מציאות איז, אז פילע בתי חיים ווערן חרוב און פארנאכלעסיגט, וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל שפעטער עס פארבויען ח"ו, אדער ענליך.

אבער אויסער דעם איז עס זייער שיינע חלומות.

און אויב איינער וויל צוטרעפן ווי אזוי אזא חלום איז צושטאנד געקומען, פאלגענד זענען די שטאפלען טריט ביי טריט:

1) א איד וואס האט זייער שטארק געוואלט פארן צו ר' ישעי'לע זצ"ל.

2) די אומשטענדן האבן אים אפגעהאלטן, געלט, די שטוב, זיין דזשאב, וכדומה.

3) געטראכט דערפון טאג און 'נאכט' איך וויל זייער שטארק פארן, א שאד איך קען נישט וכו' וכו'.

4) זיך דערמאנט אז געהערט אמאל אז ר' ישעי'לע זצ"ל האט א ברודער ליגן דא.

5) איידערן איינשלאפן געטראכט דערפון נאכאמאל.

6) א געוואלדיגער חלום איז געבוירן געווארן.

אויב ווילט איר אויך האבן דעם זעלבן חלום, פירט אויס די אינסטראקשענס, צופרידנהייט גאראנטירט


האסט שוין פרובירט צו טראכטן פון א צדיק א גאנצן טאג און נאכדעם אים געזעהן אין חלום??

אן אריינגיין צו די חלום איז אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, איז אבער זיכער אז זעהן אין חלום א צורה פון א צדיק איז א גוטע זאך אפילו אויב די קענסט אריינטייטשן אז דאס איז געשעהן ווייל דו האסט געטראכט פון אים. אדרבה אויב איינער דא האט אמאל געטראכט פון א צדיק א גאנצן טאג און זיך געחלומט די צורה ביינאכט קען ער זיך פילן גוט.

איך וועל אי״ה ברענגן א מקור צו מיינע שורות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:41 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:חסדי אבות דברים כדרבונות.
אגב, האב איך געוואלט צולייגן נאך א נקודה. עס שטייט אין ספה"ק בית אהרן, כשם שהקב"ה הקב"ה לכל כך רבי שמעון רבי שמעון לכל אפי' לפחותים.
ס'זייער מפורסם לעצטענס, אבער מיט א קליינע שינוי. דהיינו, כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל. ח"ו פה קדוש יאמר דבר זה.

ביטע ערקלער דעם חילוק צווישן די צוויי.

דו זעסט נישט אליין?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:50 pm

כשם שהקב"ה, אזוי ווי דער אויבערשטער איז א הקב"ה לכל - כך רבי שמעון, אזוי אויך איז רבי שמעון, א רשב"י, לכל אפי' לפחותים

פאשטאנען? הקב"ה הוא הקב"ה, ורבי שמעון הוא רבי שמעון
פשוט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:01 pm

יהיה כן האט געשריבן:כשם שהקב"ה, אזוי ווי דער אויבערשטער איז א הקב"ה לכל - כך רבי שמעון, אזוי אויך איז רבי שמעון, א רשב"י, לכל אפי' לפחותים

פאשטאנען? הקב"ה הוא הקב"ה, ורבי שמעון הוא רבי שמעון
פשוט


אין קץ לדברי.... אוודאי איז דאס די כוונה פון דעם בית אהרן געווען, אבער יתכן אז די לשון איז יא כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל, נאר די זעלבע כוונה ליגט אין ביידע נוסחאות. אבי זיך ארויפגעכאפט. כנלפע"ד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:04 pm

סידיראם האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כשם שהקב"ה, אזוי ווי דער אויבערשטער איז א הקב"ה לכל - כך רבי שמעון, אזוי אויך איז רבי שמעון, א רשב"י, לכל אפי' לפחותים

פאשטאנען? הקב"ה הוא הקב"ה, ורבי שמעון הוא רבי שמעון
פשוט


אין קץ לדברי.... אוודאי איז דאס די כוונה פון דעם בית אהרן געווען, אבער יתכן אז די לשון איז יא כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל, נאר די זעלבע כוונה ליגט אין ביידע נוסחאות. אבי זיך ארויפגעכאפט. כנלפע"ד.

לא הבנתי דבריך, במחילה

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:05 pm

מה לא הבנת?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:07 pm

ס'גוט, כ'פארשטיי שוין

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:10 pm

Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:16 pm

סידיראם האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.

ווער סי'ז געפארן איז געפארן...,
פראצענטועל ווי גרויס דער חסידישער ישוב איז געוועזן, איז גאר א קליינער ציבור געפארן,

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:29 pm

סידיראם האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.

מ'איז דוקא נישט געפארן צו יעדעם. בלויז געוויסע צדיקים האב געהאט א געפארעכץ. ז' אדר ביי ר' אייזיקל קאלעווער איז געווען א גרעסערער ציבור ווי במשך 20 שבועות'ער אין מעזשיבוזש. (און עס האט נישט מיט אונגארישע ווס. אוקראינע, ווייל ביים יש''מ אין אוהעל איז אויך נישט געווען קיין גרויס געפארעכץ.) ביים רבי ר' מיילעך איז געווען א געםארעכץ און ביין גרויסן מגיד נישט. ועוד ועוד.

צדיקים האבן געזאגט אז רוב צדיקים ווען זיי גייען ארויף האבן זיי מער נישט קיין שייכות מיט די וועלט, און מ'קען שווער פועל'ן ביי זייערע ציונים וויבאלד זיי זענען אזוי הויך אז זיי קענען נישט רילעיטן צו עולם הזה מיט אירע געברויכן. בלויז געוויסע צדיקים בלייבן מקושר מיט די וועלט, און ביי זיי קען מען פועל'ן גרינג. און די סימן איז, א ציון וואס האט א געפארעכטס איז פשט אז ער איז געבליבן מקושר.
איך בין אבער שטארק מסופק איבער א צדיק וואס האט נישט געהאט קיין געפארעכטס ביז איינער האט מחליט געווען צו מאכן געלט אויף אים, צו דאס שלעפט צוריק די נשמה צו האבן שייכות מיט די וועלט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

משהלע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:40 pm

אינדערהיים אין אויבערלאנד און אונגארן איז געווען א גרויסע געפארעכץ קיין אונסדארף אויף די יארצייט פון די באר שמואל י"א סיון.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך אפריל 18, 2018 1:42 pm

Think and Thank האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.

מ'איז דוקא נישט געפארן צו יעדעם. בלויז געוויסע צדיקים האב געהאט א געפארעכץ. ז' אדר ביי ר' אייזיקל קאלעווער איז געווען א גרעסערער ציבור ווי במשך 20 שבועות'ער אין מעזשיבוזש. (און עס האט נישט מיט אונגארישע ווס. אוקראינע, ווייל ביים יש''מ אין אוהעל איז אויך נישט געווען קיין גרויס געפארעכץ.) ביים רבי ר' מיילעך איז געווען א געםארעכץ און ביין גרויסן מגיד נישט. ועוד ועוד.

צדיקים האבן געזאגט אז רוב צדיקים ווען זיי גייען ארויף האבן זיי מער נישט קיין שייכות מיט די וועלט, און מ'קען שווער פועל'ן ביי זייערע ציונים וויבאלד זיי זענען אזוי הויך אז זיי קענען נישט רילעיטן צו עולם הזה מיט אירע געברויכן. בלויז געוויסע צדיקים בלייבן מקושר מיט די וועלט, און ביי זיי קען מען פועל'ן גרינג. און די סימן איז, א ציון וואס האט א געפארעכטס איז פשט אז ער איז געבליבן מקושר.
איך בין אבער שטארק מסופק איבער א צדיק וואס האט נישט געהאט קיין געפארעכטס ביז איינער האט מחליט געווען צו מאכן געלט אויף אים, צו דאס שלעפט צוריק די נשמה צו האבן שייכות מיט די וועלט.


געהערט אמאל בשם איינע פון די פריעדיגע רבי׳ס אז ס׳איז דא אזא זאך ווי א צדיק באקומט צוריק א קשר מיט די וועלט במילא הייבט זיך אן א געפארעכטץ צו יענע ציון.
האב איך געטראכט קען זיין אז פון הימל פירט מען צו איינעם זאל בייפאלן צו מאכן א מצב ווייל מ׳וויל פון אויבן אז מ׳זאל אהין פארן.

נ.ב. מ׳מעג זיך קריגן מיט מיר, איך האב נאר געטראכט א סברה...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:43 pm

Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


איז עפעס געווען א הכרזה אז ביי ר אייזיקל זי״עאיז נישט דא קיין פראבלעם פין דורש אל המתים
אין איז געווען א הקפדה נישט צי פארען צי אנדערע חוץ פין דער בייוויסטע ווי מען איז געפארען
נאר עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אין ייעדער קען זאגען הסברים פארוואס, איך האב מיך נאר בייצויגען צי דער פראבלעם פין דורש אל המתים וכו׳ וואס אויב איז נישט געווען דארט א פראבלעם איז דאס נישט קיין נייע זאך בכלל אז יידען בעטען זיך אויס בפרט ובכלל

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:52 pm

Think and Thank האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.

מ'איז דוקא נישט געפארן צו יעדעם. בלויז געוויסע צדיקים האב געהאט א געפארעכץ. ז' אדר ביי ר' אייזיקל קאלעווער איז געווען א גרעסערער ציבור ווי במשך 20 שבועות'ער אין מעזשיבוזש. (און עס האט נישט מיט אונגארישע ווס. אוקראינע, ווייל ביים יש''מ אין אוהעל איז אויך נישט געווען קיין גרויס געפארעכץ.) ביים רבי ר' מיילעך איז געווען א געםארעכץ און ביין גרויסן מגיד נישט. ועוד ועוד.

צדיקים האבן געזאגט אז רוב צדיקים ווען זיי גייען ארויף האבן זיי מער נישט קיין שייכות מיט די וועלט, און מ'קען שווער פועל'ן ביי זייערע ציונים וויבאלד זיי זענען אזוי הויך אז זיי קענען נישט רילעיטן צו עולם הזה מיט אירע געברויכן. בלויז געוויסע צדיקים בלייבן מקושר מיט די וועלט, און ביי זיי קען מען פועל'ן גרינג. און די סימן איז, א ציון וואס האט א געפארעכטס איז פשט אז ער איז געבליבן מקושר.
איך בין אבער שטארק מסופק איבער א צדיק וואס האט נישט געהאט קיין געפארעכטס ביז איינער האט מחליט געווען צו מאכן געלט אויף אים, צו דאס שלעפט צוריק די נשמה צו האבן שייכות מיט די וועלט.


קענסט מסביר זיין אז מען איז דוקא נישט געפארען
אדער זאג בעסער מען איז דוקא יא געפארען ! איז געווען א פראבלעם אין דערהיים צי פארען צי אנדערע צדיקים

אפילו לט דער הסבר וואס די געבסט איז א הסבר צי פארשטיין פארוואס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט
אבער דער פראבלעם פין דורש אל המתים זעהט מען איז נישט דא אין מען קען פארען ווי עס געליסט אז מען קען פוילען , אין אויב עס האט זיך פין אויבען אויסגעשטעלט אויף ר ישע׳לה איז לאז עס אויכעט

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:53 pm

הרב חסדי אבות (אויף די פאריעריגע תגובה) איך ווייס נישט וואס עס טוט אייך וויי
יעדער איז א אפיקורס ,פארען צו קברי צדיקים איז א אפיקורסות, מאכען הדלקה איז אפיקורסות, גלייבן אין סגולות איז אפיקורסות,
אודאי איז דא איידעלע נקודות וואס איר האט רעכט, כלפי ווי אזוי צו פארען, וויאזוי מתפלל צו זיין, וכו' אבער עס מאכען אזוי בלעק און ווייט, איז ווייט פון חכמה און פון אמת,
מאיז אלעמאל געפארען צו צדיקי הדורות און אפילו די וואס מהאט געזאגט אז זיי האבען נישט קיין שייכות צו די וועלט איז מען געפארען ביומא דהילולא, וואס דעמאלטס קומט יעדע נשמה אראפ כמובא,
נאכאלץ איז היינט דא אסאך א גרעסערע געפארכט לאין ערוך ווי אמאל, צוליב עטליכע סיבות

1)סאיז א דור יתום מכאפט זיך ארויף אויף וואס מהאט, אמאל האט מען מער געלעבט און זיך אנגעלאנט אויף לעבעדיגע צדיקים, הן ביי אשמחה, אדער ח''ו בעת צרה, פאר א דיסישען וכדומ', היינט אפילו די וואס האלטן אן דעם דרך, אבער סאיז לפנים כדי די גאלדענע קייט זאל ווייטער בליען, אבער בתוך תוכיות לופט מען צו קברי צדיקים און מרייסט זייערע ציונים,

2) סאיז זייער א באקוועמע וועלט, ספארט זיך גרינגער, סאיז אלעס צוגעשטעלט פארוואס נישט? סאיז א טריפ אן אויטינג על טהרות הקודש,

3) די אומאויפהערליכע פראפאגאנדע פון די בעלי הממון, צו איז דאס טרעוועל אגענטען, אדער האטעל'ס, אדער מפעלי פועלי ישועות למיניהם, אטאמאטיש ווערט א מענטש נשפע, און מפארט

און נאכאמאל סאיז אמת אז מדארף נזהר זיין וויאזוי צו פארען, אבער בכלליות איז עס זייער א פאזאטיווע זאך,
הן ברוחניות א מענטש באקומט א קשר צו די צדיקים, ער לערנט וועגן זיי, ער גלייבט און מדריגות צדיקים הקודמים, ער נעמטו זיך פאר קבלות צו גיין בדרכיהם הקדושים, יעדער לפי דרגתו
והן בגשמיות סאיז א זייער א געזינטע זאך צו ריטשארדשען דעם מוח, אנטשטאט צו פארען קיין וועניס, אדער וועגעס, אדער מעקסיקאו, זאל ער פארען קיין דינוב, יאמפולע, קערעסטיר, וכו' איך זעה נישט אז מזאל דארפען מוחה זיין אויף דעם

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:56 pm

פסיקתא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
Out of towner האט געשריבן:עס פלעגט נישט זיין א געפארעכץ צו קברי צדיקים אינדערהיים. מ'איז געפארן נאר צו געוויסע.
לדוגמא די רבי ר' אלימלך זי"ע, צאנזער רב זי"ע, ר' אייזיקל קאלובער זי"ע.
היינט איז געווארן אז מ'פארט צו יעדע רעקלאמע. אונזערע רבי'ס האבן דעס קיינמאל נישט געטון.


אינדערהיים איז מען געפארן צו אלע גרויסע צדיקים, צו רבי ר' מענדעלע רימנובער, צו די רבי ר' אלימלך, צום צאנזער רב, צום ציון פון רמ"א, צום עטרת צבי י"א תמוז, צו רבי אייזיקל קאלובער און צו נאך.

רוב מענטשן כאפן זיך נישט צו צו יעדע רעקלאמע, מען פארט צו די גרויסע לייבן שהעניקו אמת שהעניקו חמה בקומתם.

מ'איז דוקא נישט געפארן צו יעדעם. בלויז געוויסע צדיקים האב געהאט א געפארעכץ. ז' אדר ביי ר' אייזיקל קאלעווער איז געווען א גרעסערער ציבור ווי במשך 20 שבועות'ער אין מעזשיבוזש. (און עס האט נישט מיט אונגארישע ווס. אוקראינע, ווייל ביים יש''מ אין אוהעל איז אויך נישט געווען קיין גרויס געפארעכץ.) ביים רבי ר' מיילעך איז געווען א געםארעכץ און ביין גרויסן מגיד נישט. ועוד ועוד.

צדיקים האבן געזאגט אז רוב צדיקים ווען זיי גייען ארויף האבן זיי מער נישט קיין שייכות מיט די וועלט, און מ'קען שווער פועל'ן ביי זייערע ציונים וויבאלד זיי זענען אזוי הויך אז זיי קענען נישט רילעיטן צו עולם הזה מיט אירע געברויכן. בלויז געוויסע צדיקים בלייבן מקושר מיט די וועלט, און ביי זיי קען מען פועל'ן גרינג. און די סימן איז, א ציון וואס האט א געפארעכטס איז פשט אז ער איז געבליבן מקושר.
איך בין אבער שטארק מסופק איבער א צדיק וואס האט נישט געהאט קיין געפארעכטס ביז איינער האט מחליט געווען צו מאכן געלט אויף אים, צו דאס שלעפט צוריק די נשמה צו האבן שייכות מיט די וועלט.


קענסט מסביר זיין אז מען איז דוקא נישט געפארען
אדער זאג בעסער מען איז דוקא יא געפארען ! איז געווען א פראבלעם אין דערהיים צי פארען צי אנדערע צדיקים

אפילו לט דער הסבר וואס די געבסט איז א הסבר צי פארשטיין פארוואס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט
אבער דער פראבלעם פין דורש אל המתים זעהט מען איז נישט דא אין מען קען פארען ווי עס געליסט אז מען קען פוילען , אין אויב עס האט זיך פין אויבען אויסגעשטעלט אויף ר ישע׳לה איז לאז עס אויכעט

דער פראבלעם פון דורש אל המתים איז נישט ערפינדן געווארן אןיף אייוועלט. גדולי ישראל האבן שוין גערעדט דערוועגן, כמבואר באשכול שלו.
אודאי איז די עצם פארן נישט קיין פראבלעם, אבער מען דארף וויסם די צוגאנג דערצו.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך אפריל 18, 2018 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

תגובהדורך Out of towner » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:58 pm

סידיראם האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כשם שהקב"ה, אזוי ווי דער אויבערשטער איז א הקב"ה לכל - כך רבי שמעון, אזוי אויך איז רבי שמעון, א רשב"י, לכל אפי' לפחותים

פאשטאנען? הקב"ה הוא הקב"ה, ורבי שמעון הוא רבי שמעון
פשוט


אין קץ לדברי.... אוודאי איז דאס די כוונה פון דעם בית אהרן געווען, אבער יתכן אז די לשון איז יא כשם שהקב"ה לכל כך רבי שמעון לכל, נאר די זעלבע כוונה ליגט אין ביידע נוסחאות. אבי זיך ארויפגעכאפט. כנלפע"ד.

עי' בספה"ק בית אהרן כדברי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:59 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איין גוטע זאך ליגט אין דאס גיין צום ברודער, אז מען מאכט אן אויפוואכונג ביים ציבור איבער גיין באזוכן אלטע בתי חיים אין אמעריקע, אזוי ווערן זיי אפגעהיטן, ווי דער מציאות איז, אז פילע בתי חיים ווערן חרוב און פארנאכלעסיגט, וואס דאס איז א סגולה אז מען זאל שפעטער עס פארבויען ח"ו, אדער ענליך.

אבער אויסער דעם איז עס זייער שיינע חלומות.

און אויב איינער וויל צוטרעפן ווי אזוי אזא חלום איז צושטאנד געקומען, פאלגענד זענען די שטאפלען טריט ביי טריט:

1) א איד וואס האט זייער שטארק געוואלט פארן צו ר' ישעי'לע זצ"ל.

2) די אומשטענדן האבן אים אפגעהאלטן, געלט, די שטוב, זיין דזשאב, וכדומה.

3) געטראכט דערפון טאג און 'נאכט' איך וויל זייער שטארק פארן, א שאד איך קען נישט וכו' וכו'.

4) זיך דערמאנט אז געהערט אמאל אז ר' ישעי'לע זצ"ל האט א ברודער ליגן דא.

5) איידערן איינשלאפן געטראכט דערפון נאכאמאל.

6) א געוואלדיגער חלום איז געבוירן געווארן.

אויב ווילט איר אויך האבן דעם זעלבן חלום, פירט אויס די אינסטראקשענס, צופרידנהייט גאראנטירט


האסט שוין פרובירט צו טראכטן פון א צדיק א גאנצן טאג און נאכדעם אים געזעהן אין חלום??

אן אריינגיין צו די חלום איז אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, איז אבער זיכער אז זעהן אין חלום א צורה פון א צדיק איז א גוטע זאך אפילו אויב די קענסט אריינטייטשן אז דאס איז געשעהן ווייל דו האסט געטראכט פון אים. אדרבה אויב איינער דא האט אמאל געטראכט פון א צדיק א גאנצן טאג און זיך געחלומט די צורה ביינאכט קען ער זיך פילן גוט.

איך וועל אי״ה ברענגן א מקור צו מיינע שורות.


מיר האבן אין פלאן צו עפענען א 'חלומות כולל' אין די נאנטע צוקונפט
פאר א ביליגע אפצאהל וועלן א מנין ת"ח חלומ'ען פאר אייך וואס איר וואונטש אייך,
עס איז אין פלאן צו פארברייטערן די סערוויסעס אויך פאר פתרונות
פרטים יבואו....
[כ'האב נאר גע'חלומ'ט]

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:03 pm

איך זאג נאר אז ביי חסידים גייט עס שוין אן איבער הינדרעט יאר אין דאס איז אויך נישט קיין נייע זאך פין תשע״ח צי האבען טענות אז מען טיט נישט ריכטיג
עס שטייט טאקע אין ספרים אז מען בעט בזכות דער מעשים טובים פין דער צדיק זאל ער גיין צים כסא הכבוד
אין בעטען ישועות ורפואת אויף דער וועלט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:10 pm

פסיקתא האט געשריבן:איך זאג נאר אז ביי חסידים גייט עס שוין אן איבער הינדרעט יאר אין דאס איז אויך נישט קיין נייע זאך פין תשע״ח צי האבען טענות אז מען טיט נישט ריכטיג
עס שטייט טאקע אין ספרים אז מען בעט בזכות דער מעשים טובים פין דער צדיק זאל ער גיין צים כסא הכבוד
אין בעטען ישועות ורפואת אויף דער וועלט

דאס קאמירישלייזן קברים און עס פארוואנדלען אין א ביזנעס, אריינגערעכנט די ביזנעס פון תהלים כוללים ביי די טויטע, שיקן קוויטלעך ביזנעס, וכו' וכו', איז א נייע ערשיינונג, חדשים לבקרים אשר לא שערום אבותינו

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:15 pm

אגב איך מיין ביי די לעבעדיגע היינטיגער צייטען איז דא אסאך א גרעסערע פראבלעם , איז ביז מען האט טענות צי פארען צי דער שוכני עפר, איז זאל מען האבען טענות דאס
גלייבען אין ....


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמחהלע קאפשטיק און 23 געסט