סידיראם האט געשריבן:בּרזל האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:כ'וועל עס ענטפערן מיט א פראגע.
וואס האט אונטערגעברענגט די אלע אידישע טרעידס וואס האט געברענגט פרנסה פאר אידן (און אין אלגעמיין) אין די פריערדיגע יאהרן ווי צב"ש, די ניטינג טרעיד, און דיימאנטן וכו'?
די תירוץ איז אז, genuine איז ערזעצט געווארן מיט synthetic, און נאכמאכערס פון כינע, אינדיע אד"ג האבן ערזעצט די ערפינדערס און פרייוועט ביזנעס וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די אינדעווידואלן.
עס איז מעגליך גוט פאר די נויטיקייט פון מאסן פראדוקציע, אבער פארמאגן נישט די זעלבע לאנגיעריגע דויערהאפטקייט.
טשיעפ אין פרייז און טשיעפ אין מאטריאל.
והנמשל מובן
אין ליין מיט דאס
Untitled.png
חזרהUntitled - Copy.png
יעפּ, וואס וואלט ער היינט געזאגט??
איך מיז טאקע נישט גלייבן דעם איש האמת הרב טעללער וואס האט געשריבן די מעשה כנוסח המקובל בסאטמאר אפצולאכן פון מעשיות, ממילא גלייב איך נישט אז דער רבי זי"ע האט אזוי געזאגט.
בכל אופן אין ספר דברי דוד פון הרה"ק רבי דוד משה טשארטקאווער זי"ע שטייט פונקט פארקערט, אז עס איז א טובה פאר א מענטש צו גלייבן אין א רבי וכו' אפילו אויב דער רבי איז נישט ווער ווייסעך וואס, ווייל אז ער איז א גלויביגער און ער קאכט זיך אין אמונה וועט ער קומען דורכדעים אויך צו גלייבן אין ריכטיגע הייליגע זאכן, עיין שם דברים כדרבונות.
אין שיחות הר''ן שטייט א קלארע שיחה (איך געדענק נישט יעצט דעם אות אבער סאיז באקאנט)
אז ענדערש זאל א מענטש זיין א פתי יאמין לכל דבר ווי איידער נישט גלייבען אין גארנישט
אין אנדערע ווערטער קיינער האט נישט דעם ריכטיגען שיקול ווי עס איז דער ליין,וואס מע טאר נישט קראסען
לכן זאל מען ענדערש איבערגיין דעם ליין אויף מער גלייבען, ווי איידער איבערציען אויף ווייניגער גלייבען,
סקען נאך אלץ זיין אז רביה''ק מסאטמאר האט געהאלטען אנדערש, ווייל ער האט געזען ווי אזוי חסידותער זענען נוטה פונעם דרך המסורה, אלעס מיט אמונה,
פארדעם האט ער אוועק געמאכט אמונת טפילות
אלענפאלס דאס ווייזט אבער אויפן טריקעניש פונעם דור, אז מיט אלע גרויסע הצלחות פון אונזער סאסייעטי ב''ה, איז מען אויסגעדארשט צו א אטעם פון א צדיק אמת,
מע כאפט זיך ארויפ דערויף ווי אויף א געבראטענס