ידיעות שונות האט געשריבן:Think and Thank האט געשריבן:שמואל אלצווייסער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:ניין נישט קלאר
גראדע, עס שטייט נישט אין ערגעץ נישט אז אמונת השארת בנפש מיינט גלייבן אין חלומות, שכר ועונש גן עדן און גיהנם, האט נישט צוטוהן צו מען חלומט צו נישט, די גמרא זאגט שוין אין חלום בלא דברים בטלים, ווער ס'גלייבט נישט אין חלומות, [אדער אין צי ס'קען זיין חלומות] איז נאך נישט קיין כופר בהשארת הנפש
[איך האב בכלל נישט זיך באצויגן צו עס איז היינט דא אזא זאך ווי אמת'ע חלומות, איך האב דערפון בכלל נישט גערעדט, איך האב גערעדט פון די נייע ערשיינונג אז יעדער שמויטע-פאנע חלומ'ט און פארציילט מעשיות אותות ומופתים, און איך מוז זיין יעדנ'ס אפגעריסענער נאר און גלייבן]
די פריעדיגע ספרים זענען פיל פון מעשיות מיט חלומות. קענסט זאגן אן אנדערע סיבה פארוואס דו גלייבסט נישט אז אין 2018 קען דאס אויך פאסירן?
אגב, די גמרא אין ברכות ברענגט א ראיה צו דעם פון די חלום פון יוסף הצדיק. משם ראיה אז אפילו ווען די חלום איז א אמת׳ע איז אייביג דא ״עפעס״ וואס איז דברים בטלים.
דער סאטמארער רבי זי''ע האט געזאגט אז די גאנצע ענין פון חלומות איז נאר ביי איינער וואס איז נישט מסיח דעת פונ'ם אויבערשטן במשכ'ן טאג. ער האט זאגאר אוועקגעמאכט דאס פאסטן אויף חלומות וואס אין גמ' און אין שלחן ערוך שטייט אז מעו דארף דערויף פאסטן, זאגנדיג אז עס מיינט נישט ווען די האסט געטראכט דערפון פאר דעם חלום.
ער פאר זיך פלעגט יא פאסטן כסדר תענית חלומ'ס און מאכ'ן הטבת חלום.
ס'טאקע געווען אזוי אנגענומען אין רוב מקומות אז מ'האט בכלל נישט געמאכט קיין עסק פון א חלום, עד כדי כך אז מ'האט אפילו נישט געזאגט דער געהעריגער סדר פון הטבת חלום, בלויז חלמא טבא חזאי, און אויך דאס נאר אויב ס'האט זיך געמאכט גאהר אן ערנסטע זאך ווען איינער האט זיך באמת שטארק דערשראקן, אבער סתם אזוי איז נישט באקאנט אויף קיין שום רבי, בפרט דא אין אמעריקע נאכן קריג, וואס זאל הייסן פאסטן א תענית חלום, און זיכער נישט אום שב"ק.
אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע ידוע אז די צדיקים פאר זיך אליין פלעגן יא חושש זיין, ווי טינק ברענגט שוין אויף הרה"ק מסאטמאר, אזוי אויך איז באקאנט אז הרה"ק ר' טובי' משענדישוב פלעגט גאהר אפט פאסטן צוליב תענית חלום, עד כדי כך אז רוב פונעם יאהר האט ער געפאסט, און בעיקר איז געווען דער טעם אלס תענית חלום, הרי נראה מכל זה אז ביי צדיקים אדער ביי העכערע און דערהויבענע אידן, פאר זיי מיינט א חלום עפעס אנדערש, אבער פאר'ן פשוט'ען ציבור איז תעניתים און פותר חלום זיין נישט קיין עסק, פשוט ווייל דער גאנצער עסק פון חלומות האט נישט ביי זיי די זעלבע משמעות.
איר מישט אויס חלומות פון צדיקים וואס זיי איז מען מבשר און מגלה און חלום געוויסע זאכן, מיט א חלום וואס א מענטש קען האבן צוליב א געוויסע ענין וואס איז אים נוגע, ווי למשל א בקשת מחילה, חובות אדער אנדערע ענינים, וואס גראדע ווייס איך פערזענליך פון צוויי מעשיות וואס האבן פאסירט.
איך האב נישט געהייסן קיינעם ווערן דערשראקן יעצט און גיין פאסטן אבער דאס איז קלאר אז דאס קען פאסירן.