דער באדראג-קערעסטור טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך יוני 14, 2017 9:26 pm

געוואלדיג הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יוני 15, 2017 9:50 am

יעדע שורה צום באלעקן. שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון אן ארטיקל אויף אייוועלט. יישר כח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:05 am

א זעלטנהייט פון אן ארטיקל, אויף אזויפיל פראנטן; די שריפט, געפיל, היסטאריע, געאגראפיע.

א גרויסן ישר כח מונאוויטש פאר'ן אונז מהנה זיין צום וויפילטן מאל.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:16 pm

פלטיאל האט געשריבן:א גין-גאלדענעם שריפט, זעלטן וואס מען טרעפט אזאנס.

ייש"כ מונאוויטש מיר האבן אפגעלעקט יעדעס פאראגראף און שורה...

א דאנק.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג יוני 15, 2017 2:26 pm

מונאוויטש!!!

א קנאק פון א דייערי! פליסיגע שריפט געשמאק צו ליינען! טיילמאל ארויפגעברענט נאסטאלגישע זכרונות !

ייש"כ
זוכט איר דוי?

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » דאנארשטאג יוני 15, 2017 2:35 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:א זעלטנהייט פון אן ארטיקל, אויף אזויפיל פראנטן; די שריפט, געפיל, היסטאריע, געאגראפיע.

א גרויסן ישר כח מונאוויטש פאר'ן אונז מהנה זיין צום וויפילטן מאל.

רט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג יוני 16, 2017 10:59 am

בענקעל האט געשריבן:איך האב דא געמאכט א טעות.
איך האב געמיינט צושרייבן אז אינעם בריוו פון שנת שכ"ו, ווערט עס אנגערופן אובֿן שטאט (ליין אויבן שטאט) נישט אלט אויבן קוק אינעם בריוו.

אובן איז לכאורה די זעלבע ווי בודא, וואס איז אגב פילע יארן געווען די עיר הבירה פון די אמאליגע אונגארישע מלוכה. אבער לבי אומר לי אז הערשט ווען די גרויסע אובן/בודא איז אויפגעבויעט געווארן האט די קליינע בודא דערנעבן געקריגן דעם נאמען אלט-אויבן/אובן ישן; אין אונגאריש: Obuda.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין 'לומדות'." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

מרת חנה יטל עקשטיין (פריינד) ע"ה

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג יוני 18, 2017 5:34 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די ערשטע און גרעסערע העלפט פונעם בית עלמין איז דעזיגנירט פאר די נעאלאגישע געמיינדע; אין צענטער שטייט א גרויסער מעטאלענעם מגן דוד וואס האט ביזן קריג פיגורירט אויפן זייער טעמפל, היינט א קאנצערט זאל. דערנאך גייט מען אריבער א שטיינערנעם גדר צו די ארטאדאקסישער ביה"ח‏. פון די מצבות קוקט אויס אז די שטאטוסקווא מעמבערס ליגן אויך אין דעם חלק. אויבן אן ליגט די פרוי פון די שטאטוסקווא רב אין קאשוי הרב מנחם עקשטיין (גראדע א תלמיד פון פרעשבורג); ער איז אומגעקומען ביים קריג. די אויפשריפט אויפן מצבה פון זיין פרוי, וואס איז נפטר געווארן אין ת"ש, ליינט זיך "מרת חנה יטל ע"ה בת הצדיק ר' יצחק פריינד ז"ל". (מצאצאי רבי יושע קראלער?)

- תיקון טעות: ווען איך האב איבערגעקוקט די בילדער האב איך געזעהן אז מרת עקשטיין, די פרוי פון דער שטאטוסקווא רב, ליגט יא אין די נעאלאגישע חלקה.

- אויף די Geni.com פאמיליע בוים שטייט אז איר פאטער רבי יצחק פריינד ב"ר דוב ע"ה איז געווען אן אייניקל פון דעם נייטרא דיין רבי אליעזר פריינד (טרענטשינער) זצ"ל.

די מצבה אין קאשוי:

חנה יטל עקשטיין.jpg
חנה יטל עקשטיין.jpg (246.65 KiB) געזעהן 1598 מאל

הרב מנחם עקשטיין:

מנחם עקשטיין.jpg
(קרעדיט: דברי ימי קהילות קושיצה - NYPL)
מנחם עקשטיין.jpg (23.25 KiB) געזעהן 1598 מאל
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין 'לומדות'." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יולי 17, 2018 7:00 pm

בעזהשי"ת זעצן מיר פאר מיטן (פארשפעטיגטן) תשע"ז טאג בוך.


— ערב שב"ק טהרה.

אוהעל, אונגארן:

פרייטאג מיטאג זענען מיר צוגעפארן קיין אוהעל‏, מקום מנוחתו פון דעם הייליגן ישמח משה זצ"ל (רבו של הרה"ק מ'ליסקא זצ"ל, רבו מובהק של הרה"ק רבי ישעי' מ'קערעסטיר זצ"ל). נאכן זיך מטהר זיין לכבוד שבת קודש אין דעם איבערגעבויטן מקוה בבנין החדש והמפואר וואס געפינט זיך הארט נעבן דעם אלטן ביה"ח, זענען מיר אריינגעגאנגען דעם טויער און פוקד געווען דעם ציון הקדוש. (אגב, דארט אין אוהעל שטייט אויך די מצבה פון הרבנית שרה ע"ה, די מוטער פון הרה"ק מ'ליסקא זצ"ל. מען פלעגט איר רופן "שרה די בעקערין".)

שפעטער זענען מיר ארויף אינעם חדר האוכל אויפן עליה און טועם געווען אביסל צובייס פאר טועמיה. דארט האבן מיר באגעגנט קבוצה'לעך פון אנ"ש, טייל וואס זענען ווי אונז אויפן וועג ללכת קערעסטירה, און אנדערע וועלכע וועלן קונה שביתה זיין בבתי מלונות ואכסניות דא אין אוהעל אדער אין אנדערע שטעט אין די געגנט.‏‏ איינער פון פארזאמלטע האט איבערגעגעבן א וואונדערליכן סיפור, א פערזענליכע בדידיה הוה עובדא וואס עס האט דערציילט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווירצבערגער ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר פון בני ברק יצ"ו. (איך שרייב נאר דעם שפיץ פון די עובדא מפי זכרון. מעגליך אז איך האב אויסגעלאזט געוויסע פרטים וואס איך געדענק נישט אזוי קלאר.)

אין די ימי הזעם איז רבי שלמה זלמן ע"ה, צוזאמען מיט א גרופע‏ צוואנגס-ארבייטער אונטערן אויפזיכט פון אפיצירן, אדורכגעפארן דעם שטאט אוהעל. וילן שם כי בא השמש, און רבי שלמה זלמן קלערט צו זיך: אפשר שעברתי על מקום שהתפללו אבותי ולא התפללתי בו. אין דעם סאמען פינסטערע אשמורה, מיט די כוכבי אור אלץ שמירה, ער שארט זיך ארויס פון זיין אכסניא און שפאנט געשווינד צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה. צי לאנג האט ער זיך נישט געקענט אויפהאלטן; מיט א לב נשבר שטעלט ער זיך ביים ציון, ער זאגט א פאר קאפיטלען תהלים און תיקף ער דרייט זיך אויס ארויסצוגיין. אבער צו זיין שרעק ער באמערקט אז דער קלאמקע אויפן דלת איז נעול מאחוריו! ווארטן ביז אינדערפרי אז עמיצער זאל עפענען דעם פארקלאפטן ריגל קומט געוויס נישט אין באטראכט. אויב זיינע אויבערהארן וועלן דערשמעקן אז דער אידל איז נעלם געווארן איז דאך אחת דתו. בצר לו, החזיר פניו צום ציון פונעם גרויסן צדיק און איז ווייטער מתפלל אז ער זאל ניצל ווערן מכל צרה וצוקה.

מיטאמאל הערט א קול פון קוויטשנדע אנגלען. אינסטיקטיוו, ער דרייט זיך אויס און ער זעהט ווי אן עלטערע איד עפנט דעם טיהר און קומט אריין אין ביה"ח. דער איד ווענדט זיך צו אים און זאגט "בחור'ל, וואס זוכסטו דא אינמיטן די נאכט. גיי אהיים געשווינד!" רבי ש"ז האט נישט געזוימט קיין רגע. מיט די נשמה אין די האנט ער גליטשט זיך ארויס פון בית עלמין און פליהט צוריק צו זיין קוואטיר כמתחוי קשת, אן דעם וואס א שווארץ אויג זאל באמערקן אז ער איז אנטרינען פאר א וויילע.

א יאר-צוויי שפעטער, ווען דער ביטערער קריג איז שוין געווען פאריבער, איז רבי ש"ז אנגעקומען אין א ביהמ"ד אין א געוויסע אשכנז'ישע שטאט, און ער באמערקט דארט א ספר ישמח משה ליגן אויפן טיש. ער עפנט אויף דעם ערשטן בלאט, און זעהט אז עס איז דארט אריינגעקלעבט א בילד (פילייכט דעם באקאנטן בילד) פונעם בעל מחבר, דער הייליגער ישמח משה. ער שפירט ווי זיין הארץ פארפעלט א קלאפ! — "דאס איז דאך גענוי דער זקן וואס האט מיר געעפענט דעם טויער דארט ביים ציון!" איצט האט ער פארשטאנען אז דער הייליגער צדיק אליין האט זיך אין יענע קריטישע מינוטען מטריח געווען אים צו ראטעווען פון א סכנה.

ביי איינע פון די נסיעות פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל קיין ארץ הקודש האט רבי שלמה זלמן ע"ה דערציילט דעם דאזיגן עפיזאד, און רבינו הק' — וועלכער איז כידוע געווען א קנאפע חסיד פון סתם מעשיות — איז געווען שטארק מרוגש, און ער האט אים אויסגעפרעגט און איבערגעפרעגט אלע פרטים פון די מעשה.

(עיין בספה"ק ישמח משה שלהי פרשת תצוה דרוש נפלא על מאמר חז"ל גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, עיי"ש. זכותו יגן עלינו.)

פיזיש ערשעפט אבער גייסטיש ערוועקט, מיר שפאנען מיט שוועבנדע טריט צום אוטא, און מיר שטעלן אן אונזער דעסטינאציע צום הויכפונקט פון אונזער נסיעה: Bodrogkeresztúr

* * *

— שבת קודש פרשת טהרה

באדראג-קערעסטור, אונגארן:

ויצא יעקב מבאר שבע. שיציאת הצדיק מן המקום עושה רושם, שבזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה, יצא משם פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה. (רש"י הק' פ' ויצא)

די וועלט איז מדייק די שינוי לשון פון 'יצא' צו 'פנה'; אדער וואלט געברויכט שטיין יצא משם יצא הודה, אדער פנה משם פנה הודה. ‏ערקלערט דער הייליגן מאור ושמש (וקרוב לזה בשפת אמת ובשאר ספרי קודש) אז ווען דער צדיק געפינט זיך אין א באשטימטע מקום לאזט ער איבער א פערמענאנטע רישומא דקדושה און א השפעה נצחי וואס פארבלייבט אין די אויר אויף שטענדיג. און אפילו שפעטער נאכדעם וואס דער צדיק האט שוין פיזיש איבערגעלאזט די שטאט, איז עס פארט נישט א פולשטענדיגע יציאה, נאר ער איז בבחינת "ויפן", ווייל די רושם בלייבט אויף שטענדיג צו משפיע זיין אלעס גוטס. אמנם, אחרי כי אף בצאתו נשאר רשימת קדושתו ואינו מסתלקת מכל כל. ע"כ מרמז המדרש, יצא משם פנה הודה פנה זיוה‏, כי פנה הוא מלשון ויפן אחריו, ר"ל שמניח אחריו הרשימו והנה הוא כאלו חוזר לאחוריו להשפיע כל טוב. ע"כ.

מיט נאסטאלאגישע געפילן, און מיט א חרדת קודש גרייטן מיר זיך אפצורעכטן א לעכטיגן ‏שבת קודש בצל כנפיו, אנשעפן השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות אונטערן הייליגן שאטן פונעם גרויסן צדיק. אזוי ווי דער צדיק אליין האט מבטיח געווען, כפי עדותו של חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי שמואל גראס זצ"ל הי"ד בספרו עלה שמואל: אמר מו"ח הה"צ זצ"ל קודם פטירתו, ששאלו אותו האיך מניח אותנו, והשיב שבאם יבואו לביתו יוושעו כמו עד עתה. אויב אידן וועלן קומען צו מיין שטוב, וועלן זיי געהאלפן ווערן אזוי ווי ביז היינט!

נכספה וגם קלתה נפשי. קרוב צו צוויי יובל יארן זענען אריבער פון יענע לעכטיגע תקופה ווען דער הייליגער צדיק וצאצאיו הקדושים האבן באשיינט די שטאט מיט זייער קדושה ועבודת הקודש. זכרנו ימים מקדם, די גירסא דינקותא ווען מיר האבן אין די אינגע יארן פארברענגט מיט אונזערע איר עלטערן תושבי וחסידי קערעסטיר און איינגעזאפט סיפורים, ענינים, און היסטאריע פון יענע גלארייכע תקופה. תהלה להשי"ת אז מיר שוין אינעם עבר געהאט די זכי' צו פוקד זיין דעם הייליגן ציון און מיטלעבן דעם רישומי דקדישא בזמן שהצדיק בעיר ביומא דהילולא. אבער מעלין בקודש. איצט איז בעזר ה' אינטערגעקומען די געלעגנהייט להסתופף בצילא דמהימנותא ביומא דהילולא קדישא שחל להיות בשבת קודש.

דיו אילו ימי וקני כל חורשתא, די הארטע בליי איז צו ארעם און די טריקענע פאפיר איז צו בלאס — די קאלטע געצייגן זענען נישט ביכולת צו שילדערן די אויסטערלישע געגועים און הרגשים ‏וואס מיר האבן געשפירט במשך דעם שבת קודש נועם הנשמות: די ווארימע תפילות אין חצר, די הייסע קאפיטלען אין קוויטל שטוב, די התעוררות ביים ציון, די הערליכע סעודות, די געהויבענע מלוה דמלכה משולב מיטן סעודת הילולא — א חטיבה אחת פון התעלות והתרוממות. אין דעם פאלגנדן איינטראגע וועלן מיר בעזר השם קאנצעטרירן דעם געדאנק און געפיל, און איבערגעבן א לעבעדיגע כראנאלאגיע — באגלייט מיט געדאנקען, קרישקעלעך, און אנעקדאטן — פון די קנאפע צוויי מעת לעת וואס מיר האבן פארברענגט דארט באתרא קדישא.

*

דער וועג פון אוהעל קיין קערעסטיר איז א שפאציר פון קנאפע 40 קילאמעטער. דער געטרייער אוטא ריקט זיך נענטער און נענטער, און פון דורך די שויבן עס הויבן אן שפראצן בערגלעך און פעלדער וואס זענען איבערגעצויגן מיט פריש-געפלאנצטע כרמי טאקאי. (די בארימטע וויין-הויפטקוואטיר טאקאי (Tokaj) איז א קליינע שטאט נעבן קערעסטיר. די גאנצע וויין ראיאן, וואס ליגט אויסגעשפרייט אין צפון אונגארן ודרום סלאוואקיע, נקראת על שמה). ווען מען פארט אריין בגלילות עיר קערעסטיר וועט א געניטער אויג גלייך א שפרינג טאן צו די קוימענס און די עלעטראנישע שטאנגען וואו עס הויערן די ריזיגע נעסטן פון די אומ-כשר'ע עוף חסידה (Storch), אן אומאפיציעלע סימבאל פון קערעסטיר. די קערעסטיר לאנדסלייט פארציילן א דבר פלא, אז די גרויסע פייגלען, וואס האלטן איצט אינמיטן זייער יערליכע זומער מיגראציע, פלעגן אנקומען קיין קערעסטיר אין פרשת שמיני און פלעגן פארלאזן די שטאט סוף זומער אין פרשת ראה, נעמליך די צוויי סדרות וואו די תוה"ק רעכנט אויס די עופות שאינו טהורות.

מיר פארן אריין אין קערעסטיר, און עס באווייזט זיך א געווירבל פון הונדערטער היימישע אידן מלובש בבגדי שבת וועלכע שפאנען, שפאצירן, שלעפן, פרעגן, צייגן, העלפן, שמועסן, טעלעפאנירן, פלאצירן; יעדער מיט זיין לעצט-מינוט'יגע הכנה לכבוד שבת. דער 'מצב' — אן אפשפיגלונג פון א טיפישע ערב יו"ט געפילדער בחצרות האדמורי"ם שליט"א — איז געווען א מחזה הוד וועלכע די שווקות פון קערעסטיר האבן נישט מיטגעלעבט פאר איבער 70 יאר. (יאך בין נישט אויסגעקאכט אין די פונקטליכע ציפערן, אבער שמעתי אז צווישן די צוויי הויפט קבוצות, האבן פארברענגט אין קערעסטיר א קיימא לן פון איבער 1,200 געסט בלע"ה! איך ווייס נישט צו די דארף האט אין די שענסטע צייטן געזעהן אזויפיל ערוואקסענע אידן אין איין שבת.)

מיר האבן געלאנדעט דעם אוטא און מיר זענען אריבער לחצר בית המלך וואו מיר זענען אנטפאנגען געווארן דורך דעם עסקן הרב תאומים ווערטהיימער וועלכער האט מיט עקפערטיז אנגעפירט מיט די קוואטירן. ער האט אונז צוגעוויזן א שלאף צימער אינעם גרויסן ווייסן פלוכענעם בנין, א פראוויזארישער האטעל/באראק וואס די בעלי אכסניא האבן געלאזט אויפבויען אין א פעלד אויף די אנדערע זייט גאס אקעגן איבער בית רבינו.

דער תוכן איז באשטאנען פון צוויי לאנגע לייכט-באלאכטענע קארידארן, ווען אויף די צדדים זענען אויסגע'שורה'ט מערערע קלענערע האטעל צימערן — שאטער בתוך שאטער — יעדעס איינס אויסשטאפירט מיט 5 מיליטערישע בעטן מיט דיזפאזישע קישענעס און קאלדרעס. מיר האבן זיך גערישט אויף דאס ארגסטע; הונדערטער נשמות אינטער איין שאטן, דערינטער א הייפעלע אינגע, 'הויכע' שבב'ניקעס מארץ הקודש... אבער הודו לה' אז דער קוואטיר איז אדורך בשלום, בגוף ובממון. ב"ה אז דער וועטער האט אויך פיין צוגעשפילט; קיל, אבער נישט צו קאלט, אזוי אז מען האט נישט געברויכט אנשטעלן די שטיקנדע הייצונג בלאזערס.

לקראת שבת לכו ונלכה. די תפילת שבת זענען אפגעהאלטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם אין א ספעציעל געבויעטן שאטער אינעם חצר הינטערן רבין'ס הויז. (עלי אדמות סוכת של רבינו זצ"ל בשנים קדמוניות.) די בעלי תפלה זענען געווען הרבנים הגאונים שליט"א נכדי בעל יומא דהילולא.‏ מנחה האט געדאווענט הגה"צ אב"ד אדווארי שליט"א (אביו הגה"צ אב"ד אדווארי זצ"ל היה חתן אב"ד עדעלין זצ"ל, חתן רבינו זצ"ל). דער רב שליט"א האט מיט א ברען אנגהויבן הודו לה' כי טוב וגו', און דער גאנצער עולם איז מיטגעשלעפט געווארן מיטן ווארימען שבת'דיגן נוסח. עס האט מיר דאן אנגעכאפט אזא מין התרגשות — א מנחה ערב שבת קודש ביי רבי ישעי'לע אין חצר! יא, אויפן זעלבן מקום וואו דער זיידע ע"ה האט זיך געווייקט ביים צדיק מיט יארן צוריק. איך האב מיך כמעט געציפט צו זעהן צו עס איז נישט קיין חלום! צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען האדמו"ר מקאסאן-פארשעי שליט"א (אמו הרבנית מקאסאן ע"ה היה בת הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין זצ"ל מקערעסטיר, הי"ד). נאך עלינו האט דער פארשעי רבי אוועקגעטרעטן פונעם עמוד, און צו ספירת העומר איז צוגעגאנגען האדמו"ר מסטראזניץ שליט"א (חתן רבי בעריש רובין זצ"ל אדמו"ר מקערעסטיר-ב"פ, בן רבי מאיר יוסף זצ"ל).

גלייך נאכן דאווענען האבן די חשובע עסקנים געבעטן אז דער עולם זאל ביטע פארלאזן דעם שאטער פאר א וויילע כדי מען זאל קענען צורישן די טישן פאר סעודה. אויפן וועג ארויס פונעם היכל באמערק איך ווי רבי שמואל גראס (בן רבי נפתלי זצ"ל, אדמו"ר קערעסטיר-בערבערשט) שארט זיך צו צו האדמו"ר מקאסאן-פארשעי און רופט אויס "רבי, אז מ'האלט שוין אן דעם ברעטל, ווי לאזט מען ארויס א ספירת העומר פון די האנט...?"

"שמואל, איך מעג דאך עפעס לאזן פאר א צווייטן איד..."

"רבי, איך וועל אייך דערציילן. ווען איך בין געווען אין לאגער אין עסטרייך אלץ א אינג קינד, האט כמה פעמים פאסירט אז מיין מוטער ע"ה זאל מיר מאכן אוועקגעבן פאר א צווייטן הונגעריגער איד א חלק פון מיין פארציע (וואס איז באשטאנען פון א קארגע רעפטל כמו-ברויט). די הונגער וואס איך האבן דעמאלס געשפירט ליגט מיר נאך אין די ביינער. אבער עס האט זיך געלוינט!"

(רבי שמואל'ס מוטער, הרבנית מלכה גראס ע"ה — בת הרה"ק רבי אברהם מקערעסטיר זצ"ל, א צדיקת וואס איר גאנצע וועזן איז געווען א דמות פון די אמאליגע נשים צדקניות פון די אלטע היים — און אירע קינדער זענען געווען פון די ענגע גליקליכע וועלכע זענען נישט אנגעקומען קיין מחנה אוישוויץ. נאכן דעפארטירן פונעם דעברעצין'ער געטא זיי זענען אפגעשיקט געווארן צו א קאנצענטראציע לאגער אין עסטרייך, פון דארט קיין בערגן בעלזן און דערנאך קיין טרעזינשטאט, וואו זיי זענען ענדגילטיג באפרייט געווארן דורך די סאוויעטן. די שואה איבערלעבענישן פון די גראס פאמיליע איז דעטאלירט באשריבן געווארן דורך רבי רפאל גראס ז"ל, דער קערעסטירער רב אין מיאמי, אין זיין בוך Our Miraculous Survival. די בוך, געשריבן אין די ענגלישע שפראך, איז באצירט מיט הארציגע הסכמות פון סענאטאר יוסף ליעבערמאן, אלי וויזעל, און אנדערע וויכטיגע לייט.

דער עלטסטער ברודער הרה"ג רבי ישעי' ז"ל איז דער איינציגסטער פון די גראס געשוויסטער וועלכער איז נישט מיטגעגאנגען מיט די פאמיליע ביים דעפארטירן. ער האט זיך באהאלטן מיט אנדערע אידן אין א בונקער אונטער איינע פון די הייזער. שפעטער האבן אים די רשעים געכאפט, און ער איז עווענטואל אנגעקומען קיין אוישוויץ און דערנאך צו די צוואנגס לאגערן אין דייטשלאנד, וואו ער איז דורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנום.‏ די שווערע גלגולים עד שבא לכלל ישוב האט ער אויספירליך באשריבן איז זיין באקאנטע בוך "פון קערעסטיר ביז אמעריקע".

אין די שפעטע תש"מ יארן, נאכן פטירה פון זיין פאטער רבי נפתלי ז"ל, האט רבי ישעי' ז"ל געעפענט זיין בית המדרש בית נפתלי ישעי' קערעסטיר-בערבערשט העכער זיין דירה אויף פען סטריט אין וומ"ס. דאס שטיבל איז א באשיידענע מקום תורה ותפלה וואו די אטמאספערע אטעמט "קערעסטיר".‏ דער דיין הקהילה איז געווען זיין פלימעניק הרה"ג רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א, היינט אב"ד סאטמאר מאנסי.

רבי ישעי' ז"ל האט ליידער נישט זוכה געווען לזש"ק. יהא זכרו ברוך.)

*

די סעודה איז אדורך מיט אן אייגנארטיגן און אחדות'דיגן חן, א שטייגער וואס מען געפינט ביי אלגעמיינע נסיעות למקומות הק', ווען געוועזענע-אומבאקאנטע טרעפן זיך מיטאמאל אלץ שכנים און פריינד, און פארברענגען אינאיינעם ביים זעלבן שבת טיש. איך האב זיך אביסל אומגעקוקט אויפן עולם ביי די סעודה, דאס רוב פונעם ציבור איז געוויס באשטאנען פון אונגארישן געזעלשאפט, אבער מיר האבן אויך געזעהן אידן פון יעדע סארט טראגע — פון ארץ ישראל ביז וויען; פון סקווירא ביז בעלזא; פון פוילישע הויך-שטריימלען ביז אויבערלענדישע האמבורגן. א כובע של קש מיט א קאלירטע פעדערל; יא, דאס האב מיר אויך פארמאגט.

איך שרייב 'סעודה', אבער באמת איז יעדע סעודה באשטאנען פון פיר באזונדערע סעודות: די צענטראלע סעודה וואו דער גאנצער עולם געסט בראשות הרבנים הגאונים שליט"א נכדי רבינו האבן געגעסן; א באזונדערע סעודה פאר די נשים צדקניות אין פארנט שטוב פון רבי ישעי'לס הויז; א פריואטע סעודה פאר משפחת ריעדער אין איינע פון די גרעסערע שטובער אין הויז; און די סעודה בראש האדמו"ר מקאסאן-פארשעי שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א טיש צוזאמען מיט בני קהילתו אין א שאטער אויף די אנדערע זייט גאס (אינעם פארקינג לאט פון אונזער 'האטעל').

(די חשוב'ע נגידים למשפחת ריעדער שיחי', הואיל והזכירם אספר בשבחם. זייער פאטער רבי שלמה ריעדער ז"ל ואחיו רבי יעקב ז"ל, בני הרבני הנגיד רבי שמואל יוסף ז"ל הי"ד, זענען געווען די נחשונים וועלכע האבן געלייגט דעם אבן הפינה פארן היינטיגן התחדשות אין קערעסטיר. אין די ערשטע צענדליגע יארן נאכן חורבן איז די הייליגע שטוב געווען געפאנגען בידי זרים, דער בית אלקים ווי דער צדיק פלעגט אפרעכט זיין עבודת הקודש איז ליידער געווען משופלת עד שאול תחתיה. די אמאליגע באזוכער דערציילן מיט ווייטאג אז אויף די כותלי הבית פלעגט הענגען א בילד פון רבינו זצ"ל פאראלאל מיט א שתי וערב רח"ל! מיט בערך 20 יאר צוריק איז געלונגען פאר די ריעדערס אויסצולייזן דעם פאדערשטן חלק פונעם הויז (די קוויטל שטוב און ארום). שפעטער האט מען אויך אפגעקויפט די רעשט פונעם הויז, און דערנאך דאס גאנצע בית אויפן צווייטן זייט חצר, והנה דער היינטיגער קערעסטירער הויף. (אגב, די זיידע רבי שמואל יוסף ז"ל, א העלדישער קעמפפער ביים ערשטן וועלט'ס קריג, האט ביים דעפארטירן געקריגן ערלויבעניש פון די אונגארישע באעהרדע צו בלייבן וואוינען אין קערעסטיר. אבער מיט זיין ווארעם הארץ, ער האט נישט געוואלט איבערלאזן זיינע ברודער. ער איז אויף די אייגענע האנט געפארן צום געטא, און פון דארט אנגעקומען קיין אוישוויץ. הי"ד.)

אנקומענדיג אהער קיין אמעריקע, האבן די חשובע אחים ריעדער מצליח געווען אין מסחר און זענען שטענדיג געשטאנען ראש וראשון לכל דבר שבקערעסטיר. דער עלטסטער ברודער רבי שלמה ז"ל איז אויך יארן לאנג געווען דער ראה"ק בק"ק קערעסטיר אין ב"פ. בערך א יאר צוריק איז נפטר געווארן דער אינגערער ברודער, הרה"ח רבי ישעי' ז"ל. א קורצע תקופה בעפאר זיין פטירה האבן מיר געהאט די זכי' צו פארברענגן מיט רבי ישעי' בשעת א לופט צווישן וומ"ס און בארא פארק, און די גאנצע וועג איז געווען איין שטיק קורת רוח, מלא וגדוש מיט ענינים, דברי תורה און פערל געדאנקען. איך דערמאן זיך איין אינטערעסאנטע פערזענליכע אנעקדאט וואס ער האט דערציילט. געווען איז דאס צוויי וואכן בעפאר זיין בר מצוה און זיינע עלטערן האבן אינאכט גענומען אז זיי האבן פארזעהן דעם ריכטיגן דאטום; זיי האבן איבערגערעכנט זיין געבורטס טאג און זיי האבן געזעהן אז ער ווערט באמת דרייצן א וואך פריער ווי געמיינט. דערציילט רבי ישעי', אז ער האט זיך שוין געהאט צוגעגרייט א שמעתתא וואס ער האט משלב געווען מיט פרשת השבוע, אבער איצט אז מען שלעפט צוריק זיין בר מצוה מיט א וואך וועט דאך דער גאנצער פשט'ל נישט זיין גילטיג. אבער נישט געזארגט. דער קליינער ישעי', א וואך-צוויי בעפאר זיין בר מצוה, האט זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש און מחדש געווען א פרישע פשט'ל!

רבי ישעי' ז"ל איז געווען א תלמיד חכם און אן עילוי אבער פארט אן ענוותן ושפל ברך און א בעל מידות. ער האט ליידער נישט זוכה געווען אויפצושטעלן אן אייגענעם שטוב, ועיקר תולדותיהן של צדיקים הם המעשים טובים.)

"קערעסטיר" לויפן סינינאם מיט הכנסת אורחים בהרחבה גדולה - אין היינטיגן לעקסיקאן "נוסח קערעסטיר"... און איך וויל דא אויסדריקן מיין הכרת הטוב פאר די בעלי אכסני', בראשות די חשובע משפחת רובין פארן זיך אהערשטעלן ברוחניות ובגשמיות, פיל בעסער ווי ערווארטעט. אז מ'רעדט פון די סעודה, מוז מען באמערקן אז אלע מאכלים - אנגעהויבן פון די בארכעס ודגים ביז די בשר ולפתן, און אלעס אינדערמיט, כולל די מזונות צובייס דורכאויס דעם שבת - זענען געווען פריש צוגערישט דארט אינעם קאך, און אלעס מיט א זעלטענעם היימישן געשמאק אזש פארן טאג-בוך האט זיך געקאנט דאכטן אז מען זיצט ביי א סעודה אין א פריוואטע שטוב. די פעולות אינעם בית התבשיל האט אנגעפירט דער קעיטערער רבי פייוויש גרינוואלד נ"י, וועלכער האט שוין די חזקה מיטן צושטעלן קערעסטירער יארצייט סעודות, כאטשיק קיינמאל אויף אזא גרויסן פארנעם. דער פייוויש איז א זוהן פון דעם יליד קערעסטיר רבי משה גרינוואלד ע"ה פון ב"פ. מיט יארן צוריק ביי א נסיעה קיין קערעסטיר, האט אן עלטערע גוי'שע פרוי‏ פון טאקאי אים דערציילט א מופת וואס איר זון האט בייגעוואוינט ביי רבי ישעי' זצ"ל. זי פארציילט אז דער זוהן מיט א שותף זיינער האבן זיך אפגעגעבן מיט פישעריי. איז געווען אין א געוויסע טאג וואס די פאנג האט נישט געטויגט. זיי האבן פארארבעט מעשים מיט די מצודות, אבער ווי פיל זיי האבן פראבירט איז זייער ארבעט געגאנגען לטמיון. האט דער שגץ, דער זוהן פון דעם פרוי, געזאגט פאר שותף אז ער האט געהערט אז נישט ווייט וואוינט א אידישע ראבינער א הייליגער מאן, און ער וויל אריבערגיין צו אים פאר א ברכה.‏ דער שותף האט זיך אויסגעלאכט, אבער אז דער ערשטער איז געגאנגען איז ער אויך מיטגעגאנגען. רבי ישעי'לע האט אויסגעהערט זיין פראבלעם און ער האט אים אנגעוואונטשן אז ער זאל האבן הצלחה ביי די ארבעט. דאן האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום שותף און געזאגט "דיך וואונטש איך נישט אן, ווייל דו גלייבסט נישט!".

אינמיטן די סעודה האט אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א משמיע געווען דברי תורה מעניני דיומא. בתוך דבריו האט ער נאכגעזאגט א ווארט פונעם פריעדיגן בעלזער רב זצוק"ל, אז די יארצייט פון א צדיק איז אזוי ווי א חתונה, דעריבער ווערט די טאג אנגערופן "יומא דהילולא". און פונקט ווי ביי א חתונה איז דער מנהג צו געבן דרשה-געשאנק, קריגט אויך דער צדיק דרשה-געשאנק פון הימל, נעמליך א ספיציעלע כח צו משפיע זיין ברכות וישועות‏ פאר כלל ישראל.

(פארזעצונג קומט בעזהשי"ת)
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין 'לומדות'." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:46 pm

געליינט מיט הנאה, כ'ווארט אויפן המשך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:23 pm

כ׳בין אנגעקומען אהער דורך דא און זיך נישט געקאנט אפרייסן, אפלעזענדיג פון אנהייב ביז׳ן סוף אין איין שאס.

געשריבן געשמאק און אינהאלטספול!
ווארט מיר אויף דעם המשך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט