האלט! - ס'איסריכאג....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

האלט! - ס'איסריכאג....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

ס'איסריכאג מאוד!....

וואס פארשטייט דען א גוי? יעדן טאג די זעלבע מהלך הלבנה... די שטערענס לויפן אייביג אויף זייער פון פאראויס באשטומטע דרך... דער גוי זיצט אין טרעפעיק טעגליך...

אההה.. אבער דער איד... דער איד.... דער איד האט א איסריכאג!
א טאג מיט א אייגענארטיגען שטריך!!

די מאגן ברענט,
די ביגבאס שעלט,
די קעפ צופראסקעט,
די ארבייט פארטאכלעוועט.

די פוס ווייאיג,
די בויר דרייאיג,
די קאווע קאלט!
די מילך אלט....

די קיבארד קלעיביג,
די טיש שטויביג,
די רעדער פארשטיינערט,
די קארפעט פארכאזערט.

די גארבידש פול,
די האלועיס שטיל,
די קאנפרענס רום ליידיג,
די בתי כבוד רייע'דיג.

ועל כולם:
פרישע ברויט מיט טונא,
אדער אייער און טאמאטעס דינע,
א יאגארט צויי פאר פרישטאק,
און א קרעכץ ‏פארן ווינדאוס אוטלוק....

א מיטארבייטער באבלאזען,
שטויביגע גלאזען,
פון דאך ס'רינט,
די פאון קלינננננגט.

ספירה איט איז,
די ספיקערס צוקריצט,
ש'טא קיין מוזיג(ק),
דער שכן איז כעס'יג.

נאך א קאווע, אינאך א קאווע,
נו! "מינכע! מינכע!",
שריי שויניש די פגע,
לאז מנוחה א רגע.

ענדליך אהיים גייטמען,
איט-טשא!, א שטויס פון די קניידלען,
מען הינקעט און שלעפט זיך,
עהההענדליך די טאג אדורך.

אין בעט אריין טראסקעט,
נישט דאס ערווארטעט,
זיך דערוועקט פירע,
אוטש, ש'געציילט ספירה...

א פרישע מארגן,
ש'טא קיין זארגען.



איי ווען איז שוין נאכאמאל איסריכאג......
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

שכוח ר' שמאטע פארן ארויפברענגען א שמייכעל אויף מיינע לעפצן!!!
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

נאך א מעלה האט איסריכאג, אז שמאטע איז דא מיט אן ארטיקל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פארגעסן צו שרייבן אז די שמאטעס פארשמאטעווען זיך דאן לגעלעכטער כל בית ישראל

שכח!!
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

איך וויל נישט הערען פון קיין שמאטעס פאר די קומעדיגע פאר וואכען!!
איזי
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

אוי ביסטו גוט
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

שמאטע, קומט אריין שטארק, כדרכו..
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שמאַטע שכח פארן דערמאנען צו ציילן ספירה, יעצט אהיימגעקומען פון מעריב און נישט געציילט :oops:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שמאַטע שכח פארן דערמאנען צו ציילן ספירה, יעצט אהיימגעקומען פון מעריב און נישט געציילט :oops:

וואס לויפסטו ארויס פאר קדיש?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

משהזוךמיר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:שמאַטע שכח פארן דערמאנען צו ציילן ספירה, יעצט אהיימגעקומען פון מעריב און נישט געציילט :oops:

וואס לויפסטו ארויס פאר קדיש?...

געענדיגט שמונעסרע נאך עלינו...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

שמאטע בתפארתו!!
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

גבורע שבעגבורע
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ווער האט זיך געגלייבט אז דער שמאטע וועט נאך האבן עפעס ארויסצוקוועטשן נאכן פסח קלינינג, און נאכדערצו אזאנס...

עניוועיס, שמאטע, דו ביזט מעסיוו! וואויל איז די באבלאזטע (בל"א באלעבאסטע, אבער מחוורתא כדשנין מעיקרא) וואס האט פון דיר ארויסגעוועטשט אזא זאפטיגס איבער אונזערע איסריכאגעדיגע מידע קעפעלעך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”