ווידאו איבער מצב העניות אין א"י - רעאליסטיש אדער איבערגעטריבן ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווידאו-קליפ איבער מצב העניות אין א"י - רעאליסטיש אדער איבערגעטריבן ?

דער מצב ביי אסאך א"י'דיגע אידן איז גענוי ווי ס'זעהט זיך אינעם קליפ
53
61%
ס'איז איבערגעטריבן - שוין נישטא היינט אזא סארט עניות
1
1%
טייל איז אראפגעשפילט אמת'דיג, טייל איז איבערגעטריבן
33
38%
 
סך הכל שטימען: 87

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

ווידאו איבער מצב העניות אין א"י - רעאליסטיש אדער איבערגעטריבן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. ירושלמי »

ווידאו-קליפ איבער מצב העניות אין א"י - רעאליסטיש אדער איבערגעטריבן ?

לאור דעם ווידאו-קליפ וואס איז ארויס דעם ערב יו"ט איבער'ן מצב העניות אין א"י - וואס איך גלייב א גרויסער עולם האט עס געזעהן - (ס'האט אין אפאר טעג אנגעצויגן היפש אסאך וויאו'ס) וואלט איך געוואלט הערן דעם מיינונג פונעם עולם אויף דעם פחדים'דיגן בילד וואס ווערט אראפגעשטעלט אינעם קליפ. דער ווידאו איז ארויסגעגעבן געווארן דורכ'ן מפעל החסד עונג שבת ויו"ט אין א"י, און איך מוז זאגן אז ס'האט מיר עטוואס אויפגעוועקט מיין באוואוסטזיין, און האט ביי מיר ארויסגע'גנב'עט אפאר שנירלעך טרערן. (טראצדעם וואס כ'ווייס אז דער יונגערמאן איז א שפילער)

צו וויסן פון וואס מ'רעדט, דא איז דער קליפ אויף דראפבאקס:
https://www.dropbox.com/s/ujucm6lzl6qaj ... 7.wmv?dl=0

דער טאטע לערנט מיט'ן קינד - אין בעקגראונד זעהט מען די נאכגעלאזנקייט, די וואנט וואס האט שוין לאנג נישט געזעהן קיין פרישע פארב
unnamed (3).png


דער טאטע דרייט זיך ארום אינגאנצן פאר'דאגה'ט - מערקט די וואנט שאפע, די שווארצע וואנט, די טיר אנע הענטל, די אויסגעשאסענע שויב אויבן
unnamed.png


דער יונגל זוכט אן עפל אינעם ליידיגן פרידזשידער - די סצענע וואס האט מיר געגעבן א שטאך אין הארץ
unnamed (1).png


למעשה איך פערזענליך האלט אז דער ליידיגער פרידזשידער איז ליידער א אפטער בילד אין פילע טויזנטער היימען אין א"י. אבער די שאלה איז לגבי די אפגעריבענע ווענט און נאכגעלאזטן מצב פון די דירה, איך האלט אז כמעט קיינער וואוינט שוין היינט נישט אזוי, מאקסימום בארגט מען זיך אן און מ'פעינט אויס די דירה און מ'פרישט אויף יעדע פאר יאר, אבער ווער ווייסט, אפשר אין אונגארישע הייזער זענען יא דא דירות אין אזא נאכגעלאזטן מצב.

איך וואלט געוואלט הערן אויך די מיינונג פונעם עולם איבער דעם.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ביודעי ומקירי דאס איז ליידער א פאקט ביי אסאך פון זיי.
אני הק'האב געשיקט פאר א באקאנטער אפאר טאלער און ס'איז דארט אנגעקומען צו פרייטאג, א תקופה שפעטער האב איך זיך דערוויסט ס'איז געווען פרייטאג צופרי און ממש נאכנישט געווען שבת צו מאכן דהיינו חלות פיש פלייש וכו' גארנישט איז נאכנישט געווען געקויפט.... כאטש ס'זעהט אביסל אויס גוזמא'דיג איז עס אבער א ביטערע מציאות
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די קליפ האט מיר פיין בארירט עס איז זייער אמת לפי ידיעתי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

אלץ א תושב ירושלים קען איך אייך זאגן, ס'איז דא און ס'איז דא, אוואדי איז דא אידן קינדער גיבענטשטע משפחות וואס האבן גאנישט, אנטקעגן דעם איז דא אסאך וואס נעמען אפילו זיי דארפן נישט אזוי וויכטיג, אבער הרב אפרים שטערן שליט"א שר החסד והצדק געבט יעדן וואס איז נאר אביסל א נצרך, אשרי לו ואשרי חלקו.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

עס קען זיין אז עס איז אמת אבער ס'איז נישט צו פראשטיין וויאזוי הרב שטערן (מוז נישט זיין אז ס'איז ער נאר די פאנדרעיזערס ..) האבן אזוי אראפגעברענגט און פארגיוישט די אדווערטייזמענט .
און כ'האלט נישט אז די בילדער איז אמת פון די דיינונג רום זעהט נישט אויס אזוי שלעכט און אוודאי האבן זיי געגאנגען צו א ספעציעלע ארימע שטוב צו קענען מאכן די קליפ . און גראדע זעהט מען 2 אנדערע הייזער אין די קליפ והוא סתירה...
אבער למעשה ברענגט ער אריין א ליכטיגקייט און טויזענטער שטובער
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

צי סאיז אמת...
ליידער ליידער
זענען דא יינגעלייט אין נאך א ערגערע מצב ווי וואס מזעהט דא!
איך וואוין דארט צווישן זיי, א יינגערמאן א באקאנטער האט מיר אמאל דאנערשטיג נאכט געבעטן אין ביהמ"ד שטילערהייט 50 שקל צו קענען קויפן א שטיקל פיש און טשיקן אויף שבת יוצא צו זיין...
היי יאר ערב פורים, האבן יינגעלייט אין כולל צאמגעשטעלט פאר א יינגערמאן סעודת פורים, ער האט געהאלטן צוויי טעג פאר חתונה מאכן זיין צווייטן זוהן, און ער האט נישט געהאט קיין פרוטה אויף א' ב' פון סעודת פורים, ואידך זיל גמור...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

געלויבט דער פון אויבן אז מ'גלייבט שוין נישט (?) אז ס'קען נאך היינט אזוי זיין, כ'קאן ליידער אזאנע אין ארה"ק ווי אויך אין אנדערע מקומות

און אז איינער האט יא א שענערע דירה און האט נאך יא אן עפל אין פרידזשדער מעג ער שוין נישט האבן האבן נאך אביסל פאטעיטאס מיט מייערן לכבוד יו"ט?
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

האמיר געוויילט אין אר"י אמאל און געגעסן/געשלאפן אמאל ביי א קרוב אמאל ביי סתם באקאנטע איך האב נישט געקענט גלייבן ס'איז נאך דא היינט אידן וואס לעבן אזוי. אין די אונגארישע הייזער איז ממש א פחד צו זעהן אונטער וואספארא אומשטענדן מ'לעבט...
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

די שיינע הויז איז נישט נוגע.
אין בית שמש איז דא שיינע נארמאלע דירות אבער געלט האט קיינער נישט דארט.
און יא!
קינדער גייען שלאפן הונגעריג
לעב און לאך א גוטס
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

יעדע מוסד מעג אהערשטעלן אנאנסאן. פארוואס טאר נישט הרב שטערן.

איז דאס פונקט אזוי אדער ענליך וואס מאכט אויס? דער עיקר, גיב צושטייער.
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

א גוטער כיטרע וועג וויאזוי צובאקומען א אימזינסטער אדווערטייזמענט דא אויפן וועלטל און נאך מאכן וואלן דעראויף...
אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. ירושלמי »

eller האט געשריבן:עס קען זיין אז עס איז אמת אבער ס'איז נישט צו פראשטיין וויאזוי הרב שטערן (מוז נישט זיין אז ס'איז ער נאר די פאנדרעיזערס ..) האבן אזוי אראפגעברענגט און פארגיוישט די אדווערטייזמענט .
און כ'האלט נישט אז די בילדער איז אמת פון די דיינונג רום זעהט נישט אויס אזוי שלעכט און אוודאי האבן זיי געגאנגען צו א ספעציעלע ארימע שטוב צו קענען מאכן די קליפ . און גראדע זעהט מען 2 אנדערע הייזער אין די קליפ והוא סתירה...
אבער למעשה ברענגט ער אריין א ליכטיגקייט און טויזענטער שטובער


גראדע זעהט מען נישט קיין צוויי אנדערע הייזער, ס'זעהט אויס די זעלבע דירה, טוהט אייך אן די אויגן גלעזער און קוקט גוט
די שאלה איז וואס הייסט אראפגעברענגט און פארגויאישט, זייט מסביר אייערע ווערטער, לא זכיתי להבין
איך זעה דא זייער א אידישליכע מעשה, א וואוילער יונגערמאן איז פארדאגה'ט וויאזוי אריינצוברענגן יו"ט אין שטוב, און דערנאך באקומט ער מכל טוב וטב, און ער קען פראווען א סדר בהרחבה.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך האב געשטימט, טייל איז אראפגעשפילט, טייל איז איבערגעטריבן.
יא ס׳איז פארהאן ליידער אסאך אידן אין ירושלים עיה״ק, בית שמש און ארה״ק בכלל, וואס לעבן אין אזא דחקות.
דאס וואס מ׳זעהט דא אינעם קליפ איז אודאי נישט די דורכשניט, אבער מ׳קען טרעפן אסאך אידן וואס האבן אזעלכע פורניטשער אין שטוב.
ליידיגע פריזשידער׳ס מאכט זיך אפט. כ׳האב שוין געהערט פון אידן וואס שאלטערן אויס דעם פריזשידער פאר גאנצע טעג כאטש צו שפארן די לעקטער.
דא אין אמעריקא ווייסט מען ב״ה נישט פון אזא זאך ווייל די ארימע באקומען כאטש פוד-סטעמפ און וויק, (כאטש וואס ס׳איז נישט אלס גענוג, איז די פריזשידער נישט ליידיג).


דאס איז איינמאל זיכער אז ר׳ אפרים שטערן איז א מומחה אין פראפעגאנדע.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

נכד האט געשריבן:יעדע מוסד מעג אהערשטעלן אנאנסאן. פארוואס טאר נישט הרב שטערן.

איז דאס פונקט אזוי אדער ענליך וואס מאכט אויס? דער עיקר, גיב צושטייער.


מיר שטעלן זיך אויף די פרטים וואס זענען בכלל נישט נוגע, צו ער האט צווי עפלעך צו נישט? למאי נפקא מינה, ווען עס קומט פסח צו מאכן פלאגט זיך יעדער (יא, דא אין אמעריקא אויך..) נו, ער האט דאס געוואלט מאכן אביסל מער דראמאטיש, האט ער דאס אראפגעלייגט מיט אלע פארבן אז ער האט ממש נישט קיין ביסן צו געבן פאר די קינדער.

אבער כולי עלמא מודו אז "עונג שבת ויו"ט" טוט א געוואלדיגער זאך, וואס יעדער מעג צושטייער געבן!

(אגב, אז מ'רעדט פון פרטים, האב איך הנאה געהאט וויאזוי די טרעילערס ארבעטן דארט, סאך מער פראקטישער ווי דאהי, מגעט א שלעפ דעם פארהאנג, און א היילא לאדנט גלייך אראפ די סחורה! אבער דאס איז נאר א פרט...)
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

אלף בית האט געשריבן:איך האב געשטימט, טייל איז אראפגעשפילט, טייל איז איבערגעטריבן.
יא ס׳איז פארהאן ליידער אסאך אידן אין ירושלים עיה״ק, בית שמש און ארה״ק בכלל, וואס לעבן אין אזא דחקות.
דאס וואס מ׳זעהט דא אינעם קליפ איז אודאי נישט די דורכשניט, אבער מ׳קען טרעפן אסאך אידן וואס האבן אזעלכע פורניטשער אין שטוב.
ליידיגע פריזשידער׳ס מאכט זיך אפט. כ׳האב שוין געהערט פון אידן וואס שאלטערן אויס דעם פריזשידער פאר גאנצע טעג כאטש צו שפארן די לעקטער.
דא אין אמעריקא ווייסט מען ב״ה נישט פון אזא זאך ווייל די ארימע באקומען כאטש פוד-סטעמפ און וויק, (כאטש וואס ס׳איז נישט אלס גענוג, איז די פריזשידער נישט ליידיג).


דאס איז איינמאל זיכער אז ר׳ אפרים שטערן איז א מומחה אין פראפעגאנדע.

ביסט זיך גאנץ ערנסט סותר,
לויט דיין גאנצע דרשה, האסטו געדארפט שטימען די ערשטע אפשען און נישט די דריטע אזוי ווי די שרייבסט אז האסט געטוהן...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פעלעד האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:איך האב געשטימט, טייל איז אראפגעשפילט, טייל איז איבערגעטריבן.
יא ס׳איז פארהאן ליידער אסאך אידן אין ירושלים עיה״ק, בית שמש און ארה״ק בכלל, וואס לעבן אין אזא דחקות.
דאס וואס מ׳זעהט דא אינעם קליפ איז אודאי נישט די דורכשניט, אבער מ׳קען טרעפן אסאך אידן וואס האבן אזעלכע פורניטשער אין שטוב.
ליידיגע פריזשידער׳ס מאכט זיך אפט. כ׳האב שוין געהערט פון אידן וואס שאלטערן אויס דעם פריזשידער פאר גאנצע טעג כאטש צו שפארן די לעקטער.
דא אין אמעריקא ווייסט מען ב״ה נישט פון אזא זאך ווייל די ארימע באקומען כאטש פוד-סטעמפ און וויק, (כאטש וואס ס׳איז נישט אלס גענוג, איז די פריזשידער נישט ליידיג).


דאס איז איינמאל זיכער אז ר׳ אפרים שטערן איז א מומחה אין פראפעגאנדע.

ביסט זיך גאנץ ערנסט סותר,
לויט דיין גאנצע דרשה, האסטו געדארפט שטימען די ערשטע אפשען און נישט די דריטע אזוי ווי די שרייבסט אז האסט געטוהן...

נישט ממש. ווייל דאס אויסזעהן פונעם הויז איז אביסל איבערגעטריבן, כאטש מ׳קען טרעפן אזעלכע שטיבער אבער רוב געניסער פון די קמחא דפסחא האבן נישט אזא הויז.
דעריבער האב איך געוועלט אז א טייל איז ריכטיג און טייל איז איבערגעטריבן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

איך בין געווען נאך מיין חתונה באזוכן א"י (לבנת דבש בלע"ז).. בין איך געגאנגען באזוכן מיין חברותא פון ישיבה, איך האב געמאכט א טעות אז איך האב נישט אפגעשצועסט קיין צייט, איך האב מיט א אימפעט און שמחה אייריינגעקלאפט, זיך געפרייט צו זען נאכאמאל נאכדעם וואס ער און איך האבן שוין ב"ה ענדליך חתונה געהאט, ער האט שוין געהאט אפילו א קינד, ער האט מיך אריינגעלאזט, זיין קליין דירה'לע איז געווען שיין צוזאמען גערוימט, ער האט מיך ארומגעפירט אין די "סאלאן" און די פארטש (באלד אזוי גרויס ווי זיין גאנצע דירה..), אבער ווען ער האט מיך אריינגעפירט אין קיך און8 ארויסגעשטאמלט צו ער קען מיך מיט עפעס מכבד זיין, בין איך געווען שאקירט אז זיין פרידזשידער האט געהאט בלויז א האלבע פלעשל "פטל", וזהו! קיין וואסער, ווער רעדט פון מילך, ער האט געפנט פאררויטליכערהייט זיין "שאפע" (קעבינעט) איז דארט געווען בעיבי פארמולא פאודער, א אפענע קען "עלית" קאווע, זאלץ, און דאכט זיך מיר א קארן סטארטש... מיט אסאך פוסטע ליידיגע שעלווס!

ער האט זיך פארענטפערט אז זיין בני בית גייט באלד אהיימברענגען א ברויט מיט א מילך.. די מצב איז געווען זייער אומאנגענעם..

איך בין אויך נשט געווען קיין גביר, אבער דער מצב האט מיך אזוי דורכגענומען אז איך האב אים אויף יענעם שבת דעליווערט א שיינעם ארדער, מן הסתם האט ער אויסגעצויגן די פראדוקטן אויף א האלבע יאר, ער האט מיך זייער שיין באדאנקט..

דער אינגעמאן גיט נישט קיין רושם ווי א שלעפער, ער גייט אנגעטון נארמאל, און איז א העכסט געלוגענער כולל אינגערמאן, איך בין חדשים לאנג געווען טראומאטיזירט פון דעם בילד, איך האב שוין אלס בחור לערנענדיג דארט געהערט אז גאר אסאך ירושלימ'ער שטיבער קוקן אזוי אויס, נישט נאר ביי כולל אינגעלייט, אבער אינו דומה ווען מ'זעט עס אליינס..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

וועל איך צולייגן מיינע פאר סענט

אלץ ירושלימער געבוירענער קען איך זאגן, אז ליידער איז דער ווידיאו גאר נישט איבערגעטריבן (איך פארשטיי אויך אז דער יונגערמאן איז נאר א שפילער, אבער דער מצב איז ליידער זייער ערנסט), ביי אונזער דירה האט מען נאך קיינמאל נישט געפעינט די ווענט (ס'האט נאך געהאט די טיח וואס דער ארבייטער לייגט ארויף פארן פעינטן), און דער טיח האט זיך געשיילט טעגליך,

אין די שלאף שטיבער פלעגט אריין נעצן, ביז די ווענט האבן אנגעהויבן צו שימלען, און דאס איז קיינמאל נישט געפינעט געווארן, מחוסר ממון.

די פרידזשידער איז געווען זייער אסאך מאל ממש ליידיג, נאר געהאט א פלאש וואסער צו האבן עפעס קאלט'ס צו טרינקען, און אמאל עפעס א פרוכט.

און דערצו קען איך היינט צענדליגע יונגעלייט (ס'זיכער דא מער, נאר איך רעד נאר פון די וואס איך קען פערזענליך), און יא, מ'איז נישט טועם טעם בשר משבת לשבת, און דעמאלטס אויך נאר א שטיקל עוף (באקומען פון חסדי נעמי, אדער משמחי לב א.ד.ג.), און מ'הונגערט אינגרויסן

פרישטאג עסט דער אינגערמאן ביי לינת החסד (חיים כהן), לאנשט כאפט ער זיך אריין צוויי מאל א וואך אין די מיר'ער ישיבה, און די ב"ב עסט אין סקול ווי זי ארבייט, און נאכטמאל פאסט מען צו, אדער נעמט מען פון לינת החסד א.ד.ג.

דאס איז גארנישט קיין ווערטל

נאר דא אין אמעריקא (וואס ליידער איז דא אויך דא אסאך וואס הונגערן, ביודעי ומכירי), איז דא א גרויסער עולם וואס באקומט פוט סטעמס"ט און ווי"ק וכו', וואס העלפט אז די שטוב זאל כאטש נישט זיין ליידיג, און אויב איז מען אונטערשטעליג מיט די רענט, האט מען כאטש צו עסן, אזוי אז אסאך דא אין אמעריקא קענען גארנישט באגרייפן דאס עניות ודחקות פון די בני ארץ ישראל, בפרט אז זיי דרייען זיך ע"פ רוב ארום שטענדיג פריילעך און צופרידן מיט א שמייכל און גוטמוטיג, אזוי אז זייער מצב דערקענט זיך נישט ארויס פון זיי, נאר צווישן זייערע פיר ווענט (וואס שימלט אין גרויסן).

און יא, אפרים שטערן טוט אויף גאר אסאך, הונדערטער משפחות לעבן פון זיין חלוקה פאר גאנצעטע חדשים (נישט קיין ווערטל).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איך געדענק די גוטע צייטן און ישיבה לערנענדיג אין א"י צוזעהנדיג די מצב דארטן
קען איך זאגן אז די קליפ איז ממש עכט אזוי קוקט אויס די עניות דארט
און לאמיר נישט אריין גיין פארוואס
אבער אזוי איז די פאקט אין זיי זענען אונזערע ברודער אחינו בני ישראל און מיר מוזן זיי העלפען
א גרויסע שכח ר'אפרים איר זענט ממש א צדיק
#איך-פארק-מענטשליך
הער אויף
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער אויף »

דאס איז היפש איבערגעטריבן
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

אני הקטן הייתי בארץ נכרי' אשר היה נקרא בימים ההם ארצינו הק' ושם ראיתי כזה ממש!!!
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”