אדווערטייזמענט: "פארשטארקט דעם קשר מיט אייערע קינדער דעם בין הזמנים אין דעם מלא-מנוחה "אַרלינגטאָן האָטעל"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: "פארשטארקט דעם קשר מיט אייערע קינדער דעם בין הזמנים אין דעם מלא-מנוחה "אַרלינגטאָן האָטעל"

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » מיטוואך אפריל 05, 2017 4:44 pm

וואס ווארט אייך אפ דעם זומער אינעם "אַרלינגטאָן האָטעל"? ניין, נישט נאר צוגענגליכע פרייזן וואס פארשטייען זיך מיט אייער בודזשעט, נאר אויך א ריי מיט חידושים. דער פראכטפולער סווימינג פּול איז בכלל נישט אוועקצומאכן, אבער ווען עס קומט אינאיינעם מיט א לוקסוריעזן שוויץ-קאמפלעקט (טרוקן און נאס), איז עס שוין גאר אן אנדערע מעשה.



דערצו וועט אויף דעם זומער-סעזאן זיך עפענען דער לאנג-ערווארטעטער קינדער שפיל-צימער, וואס וועט באשטיין פון כל'מיני שפילצייגן, געימס, און עלעקטראנישע שפילן. די קינדער וועלן פארברענגען דעם גאנצן טאג בשעת טאטע-מאמע גייען זיך אויסלופטערן, הנאה האבן פון דער הערליכער סביבה און אקטיוויטעטן מיט וואס די אומגעגנט איז פול.

אויך א "דזשים", אויסגעשטאט מיט די בעסטע, מאדערנסטע מאשינען, עפנט זיך אין די נאענטע טעג. "אַרלינגטאָן" איז צווישן אנדערן בארימט מיט די קעניגליכע סעודות און געשמאקע מאכלים מכל המינים, און דער "דזשים" וועט אייך העלפן עסן מיט אפעטיט און אן קיין שולד-געפילן צוליב א מעגליכן "קאַלערי"-סורפּלוס -- פון וואס איר וועט גרינג פטור ווערן מיט א שנעלן Workout.



"אַרלינגטאָן" באקומט אויך א רייכן קאנפערענץ-זאל, געמאכט פאר ביזנעס-צוזאמקונפטן און אנדערע געלעגנהייטן.

און איר ווייסט וואס נאך ווארט אייך אפ אין "אַרלינגטאָן"? אן אויסוואל פון וואקאציע-פעקלעך פאר יעדן בודזשעט. דאס הייסט אזוי: פון איין זייט קומט צו א שלל פון צוגעהערן און רייכע amenities, און פון דער אנדערער זייט קענט איר זיך עס ערלויבן!

וואס נאך? גארנישט... מנוחה און שלווה, א מקוה, טעגליכע מנינים, און אן קיין שיער אטראקציעס און אקטיוויטעטן אין דער אומגעגנט פון האטעל.

פארגעסט נאר נישט צו מאכן א "לחיים"!

Book Now: http://arlingtonhotelnh.com
603-869-7777





אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אפריל 24, 2017 1:44 am

נו, וויאזוי פארשטארקעט מען דעם קשר מיט די קינדער???
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אפריל 24, 2017 10:05 am

עס זעהט מיר אויס אינטערעסאנט
איך וויל וויסן עטליכע זאכן ביטע ארויס העלפן ווער עס ווייסט

איז דא מנין אויפן פלאץ א גאנצע וואך/פרייטאג אינדערפרי?
איז דא א מקוה?
ווי אזוי עסט מען שבת? צוזאמען מיט די משפחה אדער מענער/פרויען?

אויך גוט אין אישי
ישר כח

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג אפריל 24, 2017 12:37 pm

ivelt אדווערטייזמענט האט געשריבן:צוגענגליכע פרייזן וואס פארשטייען זיך מיט אייער בודזשעט

איך וויל מער הערען מער איבער דעם :roll:

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אפריל 24, 2017 12:47 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ivelt אדווערטייזמענט האט געשריבן:צוגענגליכע פרייזן וואס פארשטייען זיך מיט אייער בודזשעט

איך וויל מער הערען מער איבער דעם :roll:

איך האב זיי גערופן זיי זאגן אז שטובער איז 129/149 א נאכט
און עסן איז 200 א מענטש פאר גאנץ שבת

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג אפריל 25, 2017 4:30 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:נו, וויאזוי פארשטארקעט מען דעם קשר מיט די קינדער???

אז דו וועסט זיך גוט אויסזשוכענען א וואך וועסטו האבן מער געדולד צי דיין קינד, לאמיר האפן עכ"פ...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט