בלאט 1 פון 2
הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 3:44 pm
דורך פוילישער
געלויבט דער הייליגער באשפער, אז דאס וואס מיר ווארטן שוין לאנג, איז שוין אריין אין די ערשטע פאזעס. נאכאמאל, ברוך השם, די פרייזן פאר דירות אין ווילאמסבורג האט אנגעהויבן צו טראסקענען, איך וואלט עס נישט געגלייבט ווען איך זעה עס נישט מיט מיינע אויגן אינעם שאפערס רוט, ביי די קלאספיידס פון דירות פארמיטלונג.
די פרייזן זענען די לעצטע פאר יאר געשטיגן יעדע חודש ווי עס איז פאר יעדן באקאנט, אזוי איז עס געשפרונגען ביז $430-$450 א סקווער פיס.
די וואך קוקענדיג אין די קלאספיידס זע איך איין דירה פאר $350 א סקווער פיס. אן אנדערע פאר $288 און א דריטע פאר $293 און איינס פאר $312 א.א.וו.
אדרבה, נעמט א שאפארס רוט און איבערצייגט אייך אליין.
אי"ה ווייטער אויף שמחות ביי אלע אינאיינעם.
(רענטל דירות איז אבער יא ווייטער שרעקליך געשטיגן)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:20 pm
דורך צייטליך
רב פוילישער, יישר כח פאר די נייעס, נאר איין זאך האט איר פארזעהן,
איר שרייבט: "רענטל דירות איז אבער יא ווייטער שרעקליך געשטיגן"
ר' איד, נישטא קיין רענטל דירות וואס זאל שטייגן, איך זיך שוין ווייסעך ווי לאנג א דירה, נישטא!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:21 pm
דורך איך_הער
צייטליך, כאפדעך מיט, מיט לחיים'ען.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:30 pm
דורך צייטליך
רעדט נישט פון קיין אנגעווייטאגטע טעמעס...
פאר מער פרטים פרעג אבי.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:31 pm
דורך איך_הער
יוי, דיין תגובה מיט דיין בילד, שטימען עפעס מעכטיג, אבער שוין איך גיי זיין שטיל, כ'וויל דאך נישט צו לייגן זאלץ צו דיינע וואונדן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:32 pm
דורך לחיים ולברכה
איך הער, פאקיין! ס'איז טאקע אן אנגעווייטאגטע טעמע. דער איצטיגער פלאן איז, אז צייטליך זאל איבערנעמען מיין וויליפעסט דירה, און ער וועט שנעל אנטלויפן פון דארט קיין קעי דזשעי......
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:33 pm
דורך צייטליך
לחיים, אזוי זאגט איך און די, העמער צוווארטן וואס מיין שוויגער וועט זאגען...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 6:39 pm
דורך לחיים ולברכה
ווער בעטעך צו ווארטן? האביך דען געווארט? כ'ווארט אז זי זאל סטאפן צו זאגן......
Re: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 12:49 pm
דורך זעקסטע_הקפה
פוילשער האט געשריבן:געלויבט דער הייליגער באשפער, אז דאס וואס מיר ווארטן שוין לאנג, איז שוין אריין אין די ערשטע פאזעס. נאכאמאל, ברוך השם, די פרייזן פאר דירות אין ווילאמסבורג האט אנגעהויבן צו טראסקענען, איך וואלט עס נישט געגלייבט ווען איך זעה עס נישט מיט מיינע אויגן אינעם שאפערס רוט, ביי די קלאספיידס פון דירות פארמיטלונג.
פוילישער,
לו יהי' כדבריך. מיר דאכט זיך אבער אז דיינע ביישפילן זענען אויסנאמען; און יעדנפאלס, נישט מער ווי א צייטווייליגע זאך. דארפסט עפעס פארשטיין: די סיבה פארוואס ריעל-עסטעיט פרייזן פאלן אין אלגעמיין איז, בעיקר, ווייל די פרייזן זענען ביז יעצט געשטיגן אין דער וועלט אריין, אן קיין שום ראציאנאלער סיבה. א קייט פון געשעענישן האבן געפירט דערצו, אז עולם-אינוועסטארס זאל זיך אויסניכטערן.
אויב פאלן די פרייזן אין וויליאמסבורג, איז עס נאר דערפאר ווייל ס'איז יעצט זייער שווער צו באקומען א מארטגעדזש, און דערפאר איז דער מארקעט פון פאטענציעלע קונים זייער באגרעניצט. אבער וויבאלד אזוי, איז פשט אז ס'איז נאך אלץ זייער שווער צו קויפן א דירה - אויב נישט וועגן דעם פרייז, איז עס וועגן דער שוועריגקייט מיט באקומען א מארטגעדזש.
ווייסט וואס דער בעסטער באווייז דערצו איז? די הויכע רענט: מענטשן קענען נישט קויפן - אבער נישט ווייל דער פארלאנג פאר וואוין-ערטער איז געפאלן, נאר ווייל דאס קויפן א דירה איז זייער נישט צוטריטליך.
די אונטערשטע שורה: נאך דעם וואס דער יעצטיגער קרעדיט-קריזיס וועט זיך סטאביליזירן און דאס באקומען א מארטגעדזש וועט גרינגער ווערן, וועלן די פרייזן במילא ווייטער אנהייבן שטייגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 2:10 pm
דורך דארפסמאן
איך זוך יעצט צי קויפן א דירה און איך בין שוין געווען ביי דירות פארטימלאנג אין נאך ,די אלע ביליגע דירות זענען מיט פראבלעמען ,די גיטע דירות זענען נאך $400.00 א סקווער פיס למשל ביי לינטש און בעדפארד האבן נאך צווי מענטשען געגעבן דיפאזיט דעי וואך
אין איינע פין די דירות וואס מען האט עדווערטייזסט פאר 350 א סקווער פיס איז א נייע דירה אין עס האט שוין צווי מאל אריין גערעגענט פארשטייט זיך מען האט עס געפיקסט אבער א דירה וואס האט שוין אריינגערעגענט איז שוין ווערט מיט כאטש הינדערט טויזענט דאללער ווייניגער
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:31 pm
דורך לחיים ולברכה
נעכטן געזעהן אין דבר יום ביומו;
בעיסמענט 800 ס"פ אויף ליע העיווארד, "1500" טאלער.
רוצחים!!!!
(צייטליך, כאפטעך דערצו)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 12:47 pm
דורך פרינץ
לחיים ולברכה האט געשריבן:נעכטן געזעהן אין דבר יום ביומו;
בעיסמענט 800 ס"פ אויף ליע העיווארד, "1500" טאלער.
רוצחים!!!!
אפשר זאגסטו מיר פארוואס ער איז א רוצח?
וויפיל האט ער באצאלט פאר די דירה, וויפיל צאלט ער מעינטענענס?
רוצח? ער האט איינעם געהארגעט? אל תפתח פה...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:04 pm
דורך בעל עגלה
פרינץ האט געשריבן:לחיים ולברכה האט געשריבן:נעכטן געזעהן אין דבר יום ביומו;
בעיסמענט 800 ס"פ אויף ליע העיווארד, "1500" טאלער.
רוצחים!!!!
אפשר זאגסטו מיר פארוואס ער איז א רוצח?
וויפיל האט ער באצאלט פאר די דירה, וויפיל צאלט ער מעינטענענס?
רוצח? ער האט איינעם געהארגעט? אל תפתח פה...
די פארשטייסט נישט...??
ער האט נישט געשריבען רוצחים, אויפן לענדלער וואס פארדינגט פאר אזא פרייז
ער האט געשריבען
רוצחים, אויף די עלטערן פין חתן כלה וואס גייען עס דינגען.. קאפשו??
דער לענדלער מעג בעטן וופיל ער וויל, ווילאנג ער צווינגט קיינעם נישט, דער דינגער פין די דירה איז א חסר דעה פאר'ן עס דינגען
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:11 pm
דורך פרינץ
אמת ריכטיג אז דער לענדלער מעג בעטן וויפיל ער וויל, אבער נישט דערפאר איז ער א רוצח.
אבער מען קען אמאל 'דן' זיין יענעם אז ער בעט די פרייז, ווייל עס קען זיין אז עס קאסט אים אויך אזויפיל, אין ער מאכט ניטש אזויפיל ריווח.
אבער די עלטערן זענען נאך אלס נישט קיין 'רוצחים', ווייל עס איז נישט דא עפעס בעסערס סיי ווי סיי אויף די מארקעט.
די עלטערן ווילן נישט אז די קינדער זאלן נישט האבן פון ווי צו צאלן רענט, קיינער מייינט נישט אזוי. שטימט?
נאר פשוט דאס האבן זיי געטראפן, אין דאס איז די פרייז.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 1:13 pm
דורך בני היכלא
רוצחים, מיינט מען די שטאט, ווייל זיי טיילן נישט אומזיסט קיין דירות
פאר אזעלכע געטרייע איינוואוינערס, קומט זיך א דאך אויפן קאפ.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 2:04 pm
דורך דארפסמאן
געגאנגען אמאל קוקען אויף א דירה ווייטער ווי נייע ווילאמסבורג און די לענדלארד האט געבעטן 1300.00 פאר 750 סקווער פיס פרעג איך אים די מיינסט אז איך בין משיגע זאגעט ער מיר אויב ביסטו נישט משיגע וועל איך טרעפן א צווייטען משיגענער אין וואס מיינטסו ער האט געטראפען פאר 1400.00
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 3:10 pm
דורך לחיים ולברכה
רבי, האסט כמעט צוגעטראפן. איך בין פון די וואס האלטן אז חלקה שמונה איז שולדיג דערין. זיי הייבן די פרייזן, קומט דער לענדלארד און זאגט, האסטו דער אכטער'ל איז גוט, אז נישט וועסטו צאלן גרינע, אבער די זעלבע סכום.....
זענען זיי נישט קיין רוצחים?
און אגב פרינץ, לאמיר דיר פרעגן; דו אלץ פרינץ האסטעך אודאי אסאך דירות צום פארדינגען, האסטו א מארטגעדזש אויף זיי? כ'גלייב אז דיין טאטע האט דיר אויסגעצאלט דאס גאנצע אהן ארויסנעמען א מארטגעדזש. וואסערע הוצאות האסטו אז דו דארפסט נעבעך בעטן אזוי באנטש געלט?
כ'מיין ארויסצוברענגען, מילא די נייע דירות וואס די לענדלארדס האבן קוים ארויסגענומען א מארטגעדזש דערויף, קאסט זיי אסאך דאס אויפהאלטן פון די דירה, ובכן בעטן זיי א 'זרח' פרייז (כ'מיין זרח'ס משפחה נאמען...). אבער די אלטע דירות וואס מער-ווייניגער זענען זיי אויסגעצאלט, מיט וואסערע רעכט בעטן זיי אזא טייערן פרייז?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 5:18 pm
דורך דארפסמאן
ווייל די אלטע דירה איז דא מער זאכען למשל שימל און רעגן וואסער אין מייז און קאקעראטשעס ועוד
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 6:59 pm
דורך שוועמל
מיין לענדלארד האט מיר געוואלט יעצט העכערן די רענט מיט ארום 175 דאלער פון 1650 ארויף צו 1820.
האב איך מיך געטענה'ט מיט אים פארוואס ער טוט עס, מילא די נייע דירות וואס ער האט יעצט געקויפט (ער האט אסך דירות פאר רענט) וואס די מארטגעזש קאסט היינט מער מילא, אבער דאס איז דאך אן אלטע דירה (7 יאר אלט) די גאנצע מארטגעזש קאסט צווישן 900 און 1000 דאלער, הלמאי?
- ווייל דאס איז היינט די מארקעט זאגט ער, מענטשן דינגען א זעלכע דירות פאר 1900 ביז 2100 דאלער.
- ווער איז די מארקעט אויב נישט דו? הייב נישט די פרייז וועט די 'מארקעט' נישט זיין טייער, זאג איך אים.
- מוף ארויס און איך פארדינג עס מארגן פאר 2000 דאלער! דאס איז געווען זיין ענטפער
עס איז געווען א לענגערע שמועס אבער די תמצית איז דאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 7:59 pm
דורך קרעמער
די תמצית איז אז ער וועט דיר ארויסנעמען דעם דם התמצית, וואס קומט אין א גרינע קאליר (געלט)
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 8:15 pm
דורך לחיים ולברכה
נו פרינץ, ווער זענען די רוצחים?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 8:39 pm
דורך איך_הער
רבותי, זייטס נישט משוגע, מופט ארויס צו די מאונטענס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 9:04 pm
דורך לאז געמאכט
איך_הער האט געשריבן:רבותי, זייטס נישט משוגע, מופט ארויס צו די מאונטענס.
קרית יואל איז נאך גענוג ביליג מען דארף נישט מופן צו די בערג
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 9:20 pm
דורך איך_הער
קרית יואל איז אויך אויף די בערג, כאנאר נישט געוואלט געבן א פתחון פה, פאר די וואס גלייכן צו שרייען, אז קרית יואל איז שוין אויך טייער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 10:40 pm
דורך לחיים ולברכה
רבותי, טוטס מיך נאך! איך און נאך 2 פון מיינע ביזנעס קאלעגע מופן ארויס די קומענדיגע וואכן קיין אפסטעיט.
העפטיגע פלענער ווערן צוגעגרייט צו די קבלת פנימ'ער.