בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 09, 2008 11:48 pm
דורך קרעמער
קבלת פנים ווייסעך נישט, אבער א צאתכם לשלום וועסטו האבן צום געדענקן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 10, 2008 12:10 am
דורך שוועמל
טוטס מיר נאך... מופטס אריין אין קרעטשמע... ...

סי דא דא פון אלעם גוטן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 1:00 pm
דורך זעקסטע_הקפה
יא. שוין העכסט צייט זיך אפצוטראגן פון וויליאמסבורג - א שטאט וואס איז נישט צו ג-ט און נישט צו לייט. (און איך פלאן מיט'ן אויבערשטנס הילף אפצופיצן פון דא גאנץ בקרוב.)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 3:00 pm
דורך יאנאש
זעקסטע_הקפה האט געשריבן:א שטאט וואס איז נישט צו ג-ט און נישט צו לייט. (און איך פלאן מיט'ן אויבערשטנס הילף אפצופיצן פון דא גאנץ בקרוב.)
דא איז פעסט צו גאט און צו לייט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 3:37 pm
דורך זעקסטע_הקפה
צו ג-ט קען איך זען א סיבה פאר קעגנגעזעצטע מיינונגען. אבער צו לייט? וואס איז אזוי נארמאל מיט וויליאמסבורג: דאס וואוינען ווי חיות אין שטייגן? די פארפעסטע לופט? דאס בא'גנב'עט ווערן ביים קויפן א דירה? דאס הרחבת הדעת ביים זוכן פארקינג? וואס?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 4:12 pm
דורך לחיים ולברכה
הקפה'לע, יאנאש רעדט פונעם ער ואב בישראל 'קרית יואל' המעטירה.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 4:24 pm
דורך זעקסטע_הקפה
אוי. זיי נישט ברוגז, יאנאש. כ'האב פשוט נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט צו זאגן. מחול לי?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2008 5:10 pm
דורך יאנאש
איך רעד פון קרעטשמע בולעווארד, און יעדער איז מחול.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 2:48 pm
דורך דארפסמאן
זעקסטע_הקפה האט געשריבן:איך פלאן מיט'ן אויבערשטנס הילף אפצופיצן פון דא גאנץ בקרוב.


פון ווי ? איך האף אז נישט פון דא און קרעטשמע

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 5:01 pm
דורך זעקסטע_הקפה
חלילה! קלאפ דיר אויפן פיסקל כמה וכמה פעמים!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 5:15 pm
דורך דארפסמאן
געקלאפט , וויפל ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 5:33 pm
דורך איך_הער
כמה וכמה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 4:54 pm
דורך שיכור
מ'קען שוין צירוק קומען קיין וומ"ס
געטראפן א דירה אין וומ"ס פאר ביליג...

http://www.homes.com/Content/ListingSea ... m?PropType =P&MinPrice=&MaxPrice=&Bedrooms=&Fullbaths=&ZipCode=11211

וואס איז טאקע פשט פון דעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 7:31 pm
דורך יאנאש
ביי מיר קומט ארויף א ערראר מעסעדש.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 8:57 am
דורך געלט
יעצט גערעדט מיט זיי עס איז א מיסטעיק, די 3500 איז פאר א חודש רענט, ער זאגט מיר ער באקומט אסאך טעלפאון קאלס.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 9:36 am
דורך פראפעסער
אז דער עולם וועט מופן פין דא וועט האפענטליך זיין גענוג אין נאך דירות פאר שפאט ביליג...
די נייע דירות וועט אטאמאטיש פאלן אז מען וועט סטאפן קויפן.
אין די גערענטע דירות וועט אויך פאלן ווייל עס וועט זיין געניג אין נאך....
זאל נאר דער עולם מופן איך בלייב דא..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 9:32 am
דורך חיים
פראפעסער די פראבלעים איז אז יעדער טראכט אזוי....