צדקה אקציעס, וויפיל איז די שיעור?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:18 pm

דריידל

די גבאים וועלן באקומען שרעקליכע היץ נאר פארן טראכטן פון מאכן תקנות בנוגע געלט גיין, און יא אפילו פון אזעלעכע וואס ברויזן אויף די געלט גייער,

מילא איז זיי גרינגער צו בלייבן מיט'ן שב ואל תעשה,
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:34 pm

דריידל האט געשריבן:@טויגליכע איד
@יאסעלע

עטץ כאפטס נישט די פאינט. מ'קען גיבן צדקה, די זעלבע ווי יעצט, אבער אן קאפ וויי. פארוואס דארפן הונדרעט בחורים ארום גיין פאר קרן חתנים און יעדער באקומט א קוואדער ווען מ'קען גיבן א גלאטע צוואנציגער פאר די קופה?


איך מעג דיר פרעגן א פערזענדליכע שאלה? (מוזט נישט ענטפערן)

ווען צוויי בחורים קומען צו דיר אינאיינעם, באקומען זיי דאפעלט (פופציג סענט שטאטס א קוואדער, אדער צוויי דאללער שטאטס איין) אדער דו שפארסט דיר די איבריגע קוואדער ווייל ס'איז איין פעימענט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:35 pm

דריידל האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:סאיז געקומען אמאל איד צו רביה"ק אז די דאקטאר זאגט אז ער דארף מאכן טעראפי אויף די הענט, האט אים די רבי געזאגט "קום דאווענען צו מיר אין ביהמ"ד ווי סאיז דא פילע געלט גייער וועסטו כסדר זיין ביזי נעמען פון טאש און געבן וועט עס זיין גוטע טעראפי"
די רבי האט געבעטן ר' געציל בערגער ע"ה זאל גיין נאך געלט פאר א געוויסע צוועק, האט ר' געציל געזאגט פארן רבי'ן 'די רבי זאל מיר זאגן וויפיל די רבי דארף און איך וועל עס געבן פון טאש' האט דער רבי געענטפערט "איך וויל זאלסט גיין נאך געלט און יעדער זאל זעהן אז אפילו א עושר קען גיין נאך געלט"

מאכן תקנות אין ביהמ"ד ווען ממעג גיין און ווען נישט, אדער א קאסע פון ווי די געלט גייערס זאלן באקומען איז בכלל נישט קיין נייע אויפטו, יארן צוריק איז שוין געווען אזעלכע בתי מדרשים אין איסט סייד אדער אין די מאדרנע געגנטער, די סיבה פארוואס מהאט עס קיינמאל נישט איינגעפירט איז נישט געווען ווייל סאיז קיינעם נישט בייגעפאלן נאר ווייל רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. כגלייב נישט אז סאיז דא איין תלמיד פון רביה"ק זי"ע וואס וואלט מסכים געווען צו תקנות.

מיר פערזענליך האט זייער געשטערט די פילע געלט גייערס, און כהאב טאקע געטוישט ביהמ"ד ווי סקומען נישט אן אזוי סאך געלט גייערס, אבער זאגן אז דער וואס שטעלט צאם געלט פאר סיי וועלכע וויכטיגע צוועק זאל נישט מעגן גיין? דאס פאסט נישט פאר זרע אברהם אבינו


אפשר זאל מען מאכן 5 אפיעלס א שחרית: 1. פאר ר' ישמעאל 2. פאר יוצר אור 3. נאך קרה"ת 4. ביי ובא לציון 5. נאך עלינו? אזוי אויך ביים לערנען פאר און נאכ'ן דאווענען זאל זיך טון א געגייעכץ.
אויך זאלן געלט גייער באקומען א טישל אין די האלוועי און אין יעדע חדר ווי מ'דאווענט אז ס'זאל אויסקוקען פונקט ווי כ"ו אב.
א איד וואס וויל גיין נאך געלט ווי קען מען אים זאגן ניין?
וואס זאגסטי צו די פלאן? געפעלט דיר אדער ביסטי מודה אז ס'דארף זיין עטוואס קאנטראלירט?

יעצט לויפן זיי ארום פון איין ביהמ"ד צום צווייטן און פראבירן צו כאפן ווי מער מענטשן, נישט קיין נ"מ ווי די מנין האלט. טאמער אבער וועט מען נאר קענען גיין א געוויסע צייט וועט מען נישט אזויפיל ארום לויפן נאר ווארטן אין ביהמ"ד ביז מ'קען גיין. אויטאמאטיש וועלן זיין ווייניגער גייערס (ווייל מ'וועט דאך נישט קענען קאווערן עטליכע שולן א טאג) און מ'וועט אויך גיבן מער פאר יעדער וואס גייט

די ביהמ"ד מוז נישט לאזן נוצן זייערע טישן און אפילו נישט מאכן אפיעלס וואס אפי' ווי ממאכט יא דארף מען האבן רשות פון גבאים, א ביהמ"ד האט רעכט צו זאגן אז מקען נישט איבערדרייען דא. אבער זאגן אז ווען א פריוואטע מענטש גייט ארום צווישן די טישן זאל מען אים זאגן אז ער מעג נישט יעצט ארומגיין איז נישט געווען די דרך פון רבותיה"ק.

א מענשט פאר זיך האט אבער רעכט צו טוישן ביהמ"ד, סאו אויב סשטערט דיר טאקע אזוי שטארק אפשר הייבסטו אן קאנסידערן צו טוישן ביהמ"ד
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:42 pm

דונש האט געשריבן:דריידל

די גבאים וועלן באקומען שרעקליכע היץ נאר פארן טראכטן פון מאכן תקנות בנוגע געלט גיין, און יא אפילו פון אזעלעכע וואס ברויזן אויף די געלט גייער,

מילא איז זיי גרינגער צו בלייבן מיט'ן שב ואל תעשה,


די גבאים זענען די וואס ווילן די אפיעל'ס.

פרעג דיין גבאי (שטילערהייט) וויפיל ער בעט פאר א אפיעל און וויפיל ס'קאסט א טישל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מארטש 22, 2017 4:50 pm

יכול להיות,

איך רעד אבער בכגוונא אז זיי ווילן יא מאכן עפעס א תקנה בנוגע דעם ענין.
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

הערשקא
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מיטוואך מארטש 22, 2017 5:37 pm

איך דאווען און א גרויסען שול ווי עס קימען אסאך געלט גייערס דורך די גאנצע דאווענען,
האבעך פונקט היינט געטראכט פארן זיך שטעלן דאווענען, אז עס איז דאך דא אזויפעל מינע צדקה גייערס, איינער גייט פאר א מוסד, די צווייטער פאר הכנסת כלה, און דער דריטער פאר פדיון שבוים, אלע גייען פאר שטארקע וויכטיגע צוועקן,
אבער דאס מערסטע וויכטיג, און וואס עס נעמט מיין הארץ, איז דעי חשובע דערהויבענע ערליכע אידן תלמידי חכמים וואס קימען פון ארץ ישראל ארויס קיין חוץ לארץ צו גיין נאך געלט ״פאר זיך״ על פי רוב איז עס ווייל ער מאכט חתונה א קינד, דע אידן גייען דורך שבעה מדורי גהינום, נישט צום באשרייבן,
האב איך געטראכט צו מיר אז ווען איך קען מיך ווען ערלויבען וואלט איך געגעבן פאר אזא איינער א צוואנציגער, און די אנדערע וועלן ווייטער באקימען פון מיר די דאלער,
א מינוט נאכדעם שפאצירען אריין צוויי אידן און מיין שטיבל מיט א קרעדיט קארד מאשין, און מיט א דיקן רעסיט ביכעל, זיי גייען פאר כולל ******** ירושלים,
(דא איז מיין יצר הרע אריינגעקימען) פארמאך די כולל, און די ארץ ישראל׳דיגע אידן זאלען גיין ארבעטען, וועט מען צוריק האלטען צוויי קוילן מיט איין שאס,
אבער פארשטייט זיך לא זו הדרך עס איז דא אידן וואס דארפן זיצן און לערנען, און אונץ אידן דארף מיר ווייטער געבן צדקה און נישט קיקן פארוואס פאר ווי און פאר ווען,
נאר וואס דען, דעס איז זיכער אז עפעס דארף דרינגענד געטון ווערן
1) מיט אזויפיל צדקה אקציעס אויפאיינמאל,
2) מיט די ארץ ישראל׳דיגע אידן וואס קימען ארויס פאר זיך נאך געלט,

אוועטאר
ליידיג גייער
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך מארטש 22, 2017 9:04 pm

ס'האט מיר א א''י יוד וואס קומט ארויס פיהר מאהל א יאהר געזאגט, ברוך השם כ'האב שוין חתונה געמאכט צעהן קינדער און נישט געדארפט צוקומען צו קיינעם פאר א הלוואה

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 11:14 am

ליידיג גייער האט געשריבן:ס'האט מיר א א''י יוד וואס קומט ארויס פיהר מאהל א יאהר געזאגט, ברוך השם כ'האב שוין חתונה געמאכט צעהן קינדער און נישט געדארפט צוקומען צו קיינעם פאר א הלוואה

א ארץ ישראלדיגע איד האט צוגערופן זיין בחור'ל און אים אויסגעלערנט אלע טעקניקס וויזוי צו גיין נאך געלט. נאכן פארטיגן זאגט ער אים כהאב דיך יעצט אויסגעלערנט א פרנסה קלה ונקי' אז זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן...
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 11:18 am

הערשקא בוסט אויפן וועג..
שמעתי בשם רבי ר' מאיר'ל פון פרימישלאן זי"ע אז ווען א איד וויל אמאל מעסטן ווי ער האלט מיט יראת שמים, קער ער זיך מעסטן מיט וויפיל הארץ און געפיל ער גיבט צדקה פאר עניי ארץ ישראל,
אבער דאס מערסטע וויכטיג, און וואס עס נעמט מיין הארץ, איז דעי חשובע דערהויבענע ערליכע אידן תלמידי חכמים וואס קימען פון ארץ ישראל ארויס קיין חוץ לארץ צו גיין נאך געלט ״פאר זיך״ על פי רוב איז עס ווייל ער מאכט חתונה א קינד, דע אידן גייען דורך שבעה מדורי גהינום, נישט צום באשרייבן,
האב איך געטראכט צו מיר אז ווען איך קען מיך ווען ערלויבען וואלט איך געגעבן פאר אזא איינער א צוואנציגער, און די אנדערע וועלן ווייטער באקימען פון מיר די דאלער,


דו ווילסט וועלן האבן יראת שמים...

דריידל
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 12:56 pm

די סיסטעם איז אזוי פארדרייט אז מ'קען זעהן אין שול ווי פאנד רעיזערס פאר פארשידענע מוסדות'ר זעצן זיך ארויף אויף כולל יונגעלייט און דרייען א קאפ אז מ'זאל זיך אינטערנעמן חודש'ליכע פעימענטס פאר א געוויסע צוועק. אין די זעלבע צייט גייט מען ארום נאך געלט צו קענען אויסצאלן די כולל יונגעלייט אויף פסח. איך דערמאן מיך ווען איך בין געווען אין כולל ווי ס'פלעגט זייער אפט פארקומען אפיעלס.
איינער זאגט מיר א בדיחותא אז מ'איז ארומגעגאנגן אין שול פאר א טיי אווענט וואס מ'האט געמאכט און די יונגערמאן צו וועם מ'איז געגאנגן זאגט פאר די עסקנים אז ער איז אליינס א בעל חוב און קען נישט גיבן. זאגט מען אים נישט קיין פראבלעם, קודם גיב און מ'עמיר מאכן א טיי אווענט פאר דיר אויך.

אזא פנים האט עס

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 2:07 pm

ווען די צדקה זאמלער זאלען זיך לאזען ארויסדרייען גרינג וואלט געווען א האלבע צרה , דאס "זיצען אויפען קאפ" און מוטשען אפילו איך זאג זיי כהאב נישט אדער כהאב שוין געגעבען איז באמת א עוולה גדולה וואס האט נישט תירוץ , איך קען דאך נישט אויסהאלטען אלע היימישע מודסות פון דא און א"י,

איך בין מיט דריידל אז צופיל פין א גוטע זאך איז נישט גוט, עס דארף זיין א נארמאלע מהלך ווי אזוי עס צו שטעלען אין פלאץ, איך דאווען אויך געווענטלעך אין א גרויסע בימ"ד און די געלט גייערס גייען נאן סטאפ און דאס איז סיי אין שול און סיי ביי ביינאכט ביי די חתונות און שבע ברכות , חוץ וואס איך באקום טעלעפאן קאללס און פאסט ביי יעדע געלעגענהייט , וויפיל איז דער שיעור

ע'פ הלכה האב איך א פליכט פאר מיינע אייגענע בימ"ד (כהאב 3 שולען ווי איך דאווען, 2 אינדערוואכען און איינס שבת) און די מתפללים דארט און אויך מיין קינדערס מוסדות און די מוסדות ווי כהאב געלערענט אין די יונגע יארן חדר און ישיבה און קעמפ, און אויך נאנטע קרובים ומבשרך אל תתעלם , דאס אליינס איז שוין א ריזיגע בודזשעט ,

אפשר איז די עצה צו טיילען ניקלס אדער גאר פעניס אזוי וועט מען קענען געבען פאר יעדען צדקה און מקיים זיין נתון תתן אפליו מאה פעמים (עס שטייטעך נישט וויפיל)

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מיטוואך יוני 21, 2017 12:05 pm

נעכטיגן טאג האט געשריבן:שמעתי בשם רבי ר' מאיר'ל פון פרימישלאן זי"ע אז ווען א איד וויל אמאל מעסטן ווי ער האלט מיט יראת שמים, קער ער זיך מעסטן מיט וויפיל הארץ און געפיל ער גיבט צדקה פאר עניי ארץ ישראל,


מקור הדברים: "ס'שטייט פונעם שינאווער רב זי"ע בשם אפטער רב זי"ע, אז מ'וויל וויסן וואספארא מדריגה מ'איז אין עבודת ה', זאל מען קוקן אויף זיך וואספארא תשוקה מ'טוהט מיט עניי ארץ ישראל - צדקת רבי מאיר בעל הנס, דאס איז ווי מ'זאגט א מעסטער, ווי מ'קען אפמעסטן וואו מ'שטייט אין מדריגות אין עבודת ה'."
(געזען לעצטענס אויף א פואסטער אין בחצרות נאכגעדריקט די דברות קודש פון כ"ק מרן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א ביים דינער פון כולל עצי חיים רמבעה"נ)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Yahoo [Bot], שמש און 22 געסט