איינע פון די ניקים וואס האט לעצטנ'ס באשלאסן אוועקצוגיין, זאגט מיר אין אישי אז ער האט שעות געארבעט פער ארטיקל, און ער ווארט נאך יעצט צו העקן פידבעק, חוץ פון ייש"כ האט ער גארנישט באקומען, און ער האט אפגעטייטשט אז מ'ליינט עס ניטאמאל, מ'טוט אים נאר א טובה אז מ'מאכט זיך בלויז וויסנדיג.
יאסעלע האט געשריבן:למעשה אין געוויסע אשכולות זעט דא אויס ממש ווי א שלאכטפעלד, א זאך וואס איז געווען א יאר צוריק בלויז אין די פאליטיק אשכולות
ועל דא קא בכינא.
קעלנער, דאס איז שוין אן עקסטרעמע משל... איך האב געמיינט אין א פשוט׳ע תגובה, אז דו קענסט נישט יענעם, דו ווייסט נישט זיין שפראך, וויאזוי וואגסטו דיר צו מגיב זיין אויף איהם, נאכדערצו א זלזול׳דיגע תגובה?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
משהזוךמיר האט געשריבן:ווייל דאס מיינט אז ער איז נישט פון גרויסע וואס האבן אויםגעהערט שרייבן, נאר ענדערש פון די קליינע וואס זענען געווארן איבערגעפארן פון די גרויסע.
נ.ב. אעך נעם נישט קיין שטעלונג, איך בין פשוט מסביר וואס - ווי איך פארשטיי - ער באט געוואלט ארויסברענגען.
איך וויל נאר פארשטיין, דאס איז א תירוץ אויף דאס?:
טריסקער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:און איך לאך... טייל חברה דא וואס האבען טענות האב שוין נישט געשריבען קיין ארטיקל אדער קוים איינס ווילאנג די יאר איז גרויס..
וואס האט איינס מיטן צווייטן? זייט ווען מאכט א חילוק צו ער האט יא געשריבן לעצטענס צו נישט? (במאמר המוסגר: דו האסט אויך א תקופה נישט געשריבן, סאו קאט די קרעפלעך פליז)
יא. ער זאגט אז די וואס שרייבן נישט א לאנגע צייט, ד.ה.זיי האבן געלאזט די קרעטשמע אויף הפקר און גארנישט צוגעגעבן די לעצטע צייט דערצו, האבן נישט וואס צו שרייען אויף די וואס האבן עס ווייטער געשטופט, היתכן דו האסט עס נישט געפירט אזוי ווי איך האב געוואלט. און דאס אז ער האט אויך נישט געשריבן איז נישט קיין טענה, ווייל אים האט מען געצווינגען צו סטאפן. נאך עפעס שווער?
נ ב. איך האף נאך היינט אפצושרייבן מיין ארימע מיינונג אויף די נושא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.