פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

קום איך היינט ארויף אויף מיין באליבטער וועלטל, און א קעפל ציעט שטארק מיין אינטערעסט, עפעס רעדט מען וועגן גרויסע ניקס וואס זענען איינזייטיג.

איך בין געווען בטוח אז מ'וועט דא באטאנען איבער די פאליטיק אשכולות, וואו א אנטי טראמפיסט וועט קיינמאל נישט מודה זיין כמעט אז טראמפ האט געטון א גוטע זאך, וכן להיפך א טראמפ שטיצער וועט קיינמאל נישט זען אין מציאות אז דער פרעזידענט זאל באגיין א טעות.

למעשה זע איך דא א שניידענדע אנאליז, איבער גרויס און קליינע ניק'ס, כלומר ווי עס קומט פאר א גאנצע מלחמה'לע צווישן די זייטן פון אידישע וועלט פארומ'ס, מצד אחד שטייען נייע ניק'ס און שרייען זייער מיינונג, און קעגן איבער שטייען "גרויסע" ניק'ס, און לאכן זיי אפ, אטאקירן זיי, און פירן א אייגענע ווירטשאפט.

שמעו נא רבותי, יאסעלע וכל קהל הנאספים.

ערשטנ'ס: וואס מיינט דאס א גרויסע ניק? ער האט א קנאקעדיגע אוואטער? ער האט א לאנגע חתימה? ער האט עטליכע טויזענט תגובות? וואס הייסט גרויס?

ווי איך קוק עס אן פון מיינע ברילן ארויס, באדייט עס לכאורה ניק'ס וואס שטעלן צו ארטיקלען און אנאליזן, לענגערע שיינע תגובות מיט אינהאלט. קען זיין אז יאסעלע רעדט פון עפעס אנדערש, אבער אזוי האט מיין דזשעלי פארשטאנען, לויט די גאנג וואס ער נעמט אן.

דאס הייסט אז צו ווערן א גרויסע ניק, דארף מען נישט זיצן דריי פיר יאר אויפן וועלטל, נאר מיט 10 שיינע תגובות ווערסטו שוין אריינגענומען אין אונזער שיינע געזעלשאפט. און אזוי איז טאקע.

יעצט, איך קוק מיר אום, אזא ניק ווי שואף, אזא ניק ווי יאסעלע, און נאך אזעלכע, וואס האלטן אונטער 200 תגובות און שוין דעליווערט אזא שיינע ארבעט, איז כו"ע מודי אז דאס איז א ברכה פאר אונזער וועלטל, און זיי אטאקירט טאקע קיינער נישט.

וואס עס שטערט איז טאקע ווי אבערוואס האט דערמאנט, אז עס קומען אריין פרישע ניק'ס (ניק'ס, נישט חברים, אסאך מאל אלטע חברה וואס ווילן האבן א פנים חדשות) מיט א שטורעם ווינט, און הייבן תיכף אן צו טיילן שלעק ימין ושמאל מזרח מעריב צפון דרום, און זייען אן כאאס. און אזא זאך שטערט יעדעם, נישט נאר די אלטע ניק'ס.

איי וועט איר פרעגן, אויב אזוי פארוואס מאכן בלויז ד עלטערע ניק'ס אזוינע יללות וצעקות, ווי גלייך איינער וויל זיי פשוט באזייטיגן און אראפרוקן פון ארענע?

דער ענטפער דערויף איז זייער איינפאך, דער וועלטל האט היינט צוטאג אסאך שיינע אפטיילונגען, פון יעדע סארט אויסגעהאלטענע פעלד וואס איז ווערט צו דיסקוטירן און אויסקנעטן, דעבאטירן און אויסשמועסן, זה אומר בכה וזה אומר בכה.

דערנאך איז דא איין ווינקעלע וואס רופט זיך "פארברענגען", אויב ווייסט איר נישט, קומט עס אפילו נישט ארויף ביי די אקטיווע אשכולות זוכעניש. דארט איז ספעציעל געמאכט זיך אויסצולופטערן, ארויסשטופן די מאדנע און טשיקאווע געדאנקען, זיך נאריש מאכן און אויסבלאזן עד הסוף... וכן אני נהגתי, ווי בן זומא האט ציטירט אין א לינק צו פארברענגען איבער די וויכי פארכאפונג.

ניק'ס וואס ווילן הנאה האבן אין פארברענגען, מה טוב ומה נעים, דא קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט. און גלייבט מיר, יעדער ניק האט הנאה פון די זיסע תגובה'לעך, אפגעזען וואספארא ערנסטע פנים ער שטעלט דא אן.

און כאטש וואס קרעטשמע איז אויך געמאכט צו לאכן, דאך איז עס פאר מער לענגערע ארטיקלען, און פאר אזעלכע תגובות ווי דאס פון דונש אז ניק'ס ווערן חסום, איז פארברענגען אויסדרוקליך געמאכט, כל שכן וכל שכן חודש אדר.

ועל מה יצא הקצף? ווען איך עפן א אשכול און איך שרייב דארט א ערנסטע שיינע זאך, קומט אן איינער א פרישער ניק - און נישט פאר שלעכטיקייט ח"ו נאר פאר אומוויסנקייט - שרייבט ער צו א מאדנע לאכעדיגע תגובה און די גאנצע ערנסטע שמועס ווערט א מושב לצים, דאס קען זייער שטארק וויי טון, ועל דא קא בכינא.

דערפאר טייערע ברודער, איך זע בכלל נישט דא קיינע שלאכטן און קריגן, אלעס איז מורא'דיג שיין און געשמאק, אזא פארום איז א שטאלץ פאר אונז אלע, אבער די קליינע זאכן דארפן זיך נאר אויסגלעטן.

קומט אויס אז יעדער איז גערעכט. די שיינע אנאליז פון זאלץוואסער איבער דאס מ'זאל טראכטן איידער מ'דרוקט די שיק קנעפל, איז געזאגט געווארן אין יעדע פארום אינעם וועלטל, א חוץ די פארברענגען אפטיילונג וואס איז טאקע געמאכט זיך צו - לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען - "נאריש מאכן", והכל על מקומו יבוא בשלום.

יא, יעדער איז געווען ניי
און נישט געשריבן איי איי איי
אבער די אשכול נישט פארדריי
וועט מען דיר רעספעקטירן עד בלי די
ביטע מאכט נישט דערפון אזא גרויסע געשריי
ווייז דיינע כוחות, נעם דיר שרייבן איינס צוויי דריי
דיינע שיינע געדאנקען און תגובות, אחת ואחת אין די ריי

צום שלוס, מיט אין זאך איז יאסעלע מיליאן פראצענט גערעכט, און מיט זיינע ווערטער וועל איך אויספירן:

יאסעלע האט געשריבן:אַדְּרַבָּה, תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלא חֶסְרונָם, וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרו בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ, וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרו חָלִילָה וּתְחַזֵּק הִתְקַשְּׁרוּתֵנוּ בְּאַהֲבָה אֵלֶיךָ, כַּאֲשֶׁר גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ. שֶׁיְּהֵא הַכּל נַחַת רוּחַ אֵלֶיךָ!!!


זאלט איר אלע מצליח זיין אין אייערע וועגן, און א דאנק פארן לאזן אויסרעדן.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג מארטש 21, 2017 10:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אַבּערוואַס האט געשריבן:6. עז עי יומען ביאינג, מעג יעדער 'אמאל' מאכן א טעות, און עקספעקטן אז דער עולם זאל עס אראפשלינגען, אזוי לאנג ווי ס'איז 'אמאל', נישט ווען מ'עסט דאס פאר פרישטאג לאנטש און נאכטמאל.

אויף דעם קען מען צושטעלן דעם משל, אז א נייע ניק וואס דערלערנט זיך נישט דעם שפראך דא נאר האקט אין קאפ אן פראבירן ארומצוקוקן, איז ווי א דרייווער וואס פארט ווילד און האלט אין איין האקן שפיגלעך, אזא איינעם פירט מען אראפ פונעם ראוד ביז ער דערלערנט זיך. און ווער רעגט זיך אויף אויף דעם דרייווער: די אלע פארקירטע אדער פארנדע קארס וואס זייערע שפיגלעך ווערן צופליקט טאג טעגליך.

קרעדיט: אישי
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

א גוטן טאג אייך מיינע טייערע פריינד

וועלקאם בעק - פאר צוויי מינוט (אדער ווי לאנג עס נעמט אייך צו ליינען וואס איך שרייב)

איז אזוי. מיר האבן אפגעשריבן א שטיקעלע אנאליז. איבער א נושא וואס מיר האבן געפילט אז עס מעג אויך אדרעסירט ווערן.

און למעשה איז עס געווארן אביסל פארדרייט (דורך די ''גרויסע'') איבער א קליינע vs די גרויסע.!

להוי ידוע. נישט דאס איז געווען אונזער ציל בכלל !!!

קיינער לייקענט נישט אז עס איז פארהאנען קליינע קינדער וואס זענען נארוואס געוואר געווארן פון אזא זאך ווי גוגל קראום. און נעמען זיך סערטשן רעכט'ס און לינק'ס. און אפס. עפעס שטייט דא אידישע וועלט פארומ'ס.

מען קומט צו לויפן. מען כאפט א ניק. פארשטייט זיך די ערשטע איז אזא סארט ווי טראמפ. שרייבער. וכדו' אלע אלטע סארט נעמען. און אוודאי ווערט מען נישט אנגענומען.

ביז מען פראבירט עפעס אנדערש. עפעס מער צו די זאך. און מען טרעפט זיך אינעווייניג.

אונזער חתן דינן איז שוין אנגעווייטאגט איבער די הנהלה פארן נישט אננעמען זיין ערשטע פראבע. און אזוי אויך פארן זיך מוזן איינהאלטן די ערשטע צוויי וואכן פון ער איז געוואר געווארן פון ס'קרעטשמע ביז ער האט געקענט שרייבן. הייבט ער אן צו שיסן רעכט'ס און לינק'ס שטותים מיט נארישקייטן וכו' וכו'

נישט דאס קום איך דא פארלייקענען. גלייבט מיר און איינע פון מיינע ערשטע (מיין סאמע ערשטע) אשכולות האטא זיך די ערשטע אנגעריקט א פרישע ניק און אנגעזייעט א חורבן אונטער 5 מינוט. יא איך האב אויך געליטן

און ברם זכור אותו האיש לטובה אז ביז א פאר מינוט איז שוין נישט געווען קיין זכר פון די געפירקלאכט'ס דורך די געטרייע הנהלה

וואס יא. אונזער אנאליז איז געווען געווידמעט צו די גרויסע חברה. סיי די מיט לאנגע יארן עקספיריענס און סיי די מיט די גרויסע סכום מספר התגובות.

עס איז געווארן אויסגעשמועסט די מהלך וואס מען דארף טוען דערצו.

היות און די לעצטע צוויי וואכן זענען געשריבן געווארן א גרויסע סכום תגובות און אשכולות איבער די נושא פון ''נייע'' וואס פארחזר'ן דאס קרעטשמע. און א פאר גרויסע האבן עס געמאכט אויסקוקן ווי צוליב דעם זענען זיי אנטלאפן פון דא. צו דעם האבן מיר זיך באצויגן

1- זיי וויסן אז יעדער איז אמאל געווען א נייער. עס איז נארמאל צו באגיין טעותים און אנהייב. מען פאלט און מען לערנט זיך.

נאכמער האבן מיר ארויסגעברענגט. אז און אנהייב פון די עקזיסטענץ פונעם קרעטשמע זענען אויך געווען קליינע קינדער און מיט אביסל געדולד זענען זיי אויסגעשטיגן גאר גאר גרויס (פאר מער ליינט די אינערטערוויא מיט שאץ מאץ)

נאר די חילוק צווישן אמאל און היינט איז מער און די באהאנדלונג וואס מען געט פאר די קינדערלעך. בעת וואס אמאל האט מען מאקסימום מעורר געווען און אישי. שרייט מען היינט בקולי קולות און מען לויפט אוועק.

און ''דאס'' איז לפענ''ד א טעות.

במשך די לעצטע דריי יאר לכה''פ (בערך וויפיל איך געדענק) שרייט מען שוין אז אייוועלט פאלט. אוודאי געט אויך צו די טראמפ פענאמען.
אבער לפענ''ד איז א גרויסע סיבה טאקע אט די דאזיגע קולי קולות קעגן די נייע.

מיר האבן אפגעשריבן א אנאליז אז מען זאל בסה''כ טוען צוויי זאכן צו פארמיידן די פראבלעם

1- זיך אליינס נעמען שרייבן און גיסן אזוי ווי עס ברויך צו זיין. און אלע אנטלאפענע זאלן שיינערהייט צוריק קומען און העכסטנטס איגנארירן די קינדערלעך אדער מדווח זיין וווען עס איז כלו כל הקיצין. און די קינדער וועלן פון זיך אליינס אויפוואקסן.

זיי מחזק די גוטע און געלונגענע פרישע חברה (אן באשולדיגן יעדע גוטע שרייבער אז ער איז זיכער אן אלטער... מבשרי אחזה...) און זיי מעורר פריוואט די קינדער וואס די פילסט אז זיי דארפן נישט מער ווי טרעינינג

און געדענק אז א גרויס טייל פון די היינטיגע גרויסע האבן א מאל אויך געשטעלט קליינע שטרויכעלדיגע טריט און היינט זענען זיי די געלונגענע מאראטאן לויפער'ס. אלזא אביסעלע געדולד

ואני מקווה שבזה יצאתי ידי חובתי (תרתי משמע)

האט'ס מיר. און זייטס מיר.
הצלחה רבה
ידידכם. שואף
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איה"נ ס'איז א טעות, אבער די פראבלעם הייבט זיך אן מיט דעם וואס די היינטיגע נייע האבן נישט די דרך ארץ וואס די אמאליגע נייע האבן געהאט.

שכח פארן אויסקלארן אייער כונה
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טריסקער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:זאג, איך קיין איין פון ערגעץ?!

יא, שוין איינמאל...

ראנג ניק אלערט.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

לאמיך א ווארט צולייגן
את חטאי אני מזכיר היום, איך בין שוין דורך כמה גלגולים דא, ביים ערשטן מאל וואס איך בין דא ערשינען אינגאנצן אלץ אינגאנצן א נייער, האב איך אויך אנגעהויבן מיט די רעכטע פיס... איך האב גערעדט, פארגעשלאגן, גע'טענה'ט, וכו' וכו' און איך האב פארשטייט זיך אריינגעהויבן פון אלע זייטן!

מה עשה הקב"ה, מען האט זיך אוועקגעזעצט אין די זייט, מען האט זיך פארבונדן מיט אפאר רואיגערע עלטערע ניק'ס, וואס האבן מיט פיל געדולד ערקלערט וואס איך האב צוטאן, און וואו איך בין ראנג. עכ"ז האט מיר געדויערט א לענגערע צייט ביז איך האב מער ווייניגער ארויסגעהאט די מענטאליטעט דא. און איך וואלט געראטן אלע נייע ניק'ס צו טון אזוי, און צו פארשטיין אז עס דויערט צייט צו כאפן א זאך. קער נישט איבער די וועלט אויב מען האט דיר עפעס געמעקט אדער האסט באקומען קריטיק, ענדערש פרוביר צו פארשטיין וואו ביזט געווען ראנג.

און אלץ איינער וואס זיצט שוין דא כמה וכמה שנים, מוז איך מיט גרויס ווייטאג זאגן פאר שואף אז ליידער איז זייער שווער פאר די גאר אלטע ניק'ס צו פארנעמען אזא מאסיווע געפירקלעריי, און ויכוחים אויף די העכטסע טענער אין יעדע פאסיגע און אומפאסיגע פלאץ, עס פארגייט די אפעטיט פון ליינען, פארפאלן. עס העלפט נישט אז מען ווארט צו ביז די נייע ווערן איינגעוואוינט ווייל יעדן טאג קומען אן פרישע נייע....

מען האט שוין אסאך מאל גערעדט פון איינצוימען נייע ניק'ס אויף פארשידענע וועגן, איין פארשלאג איז געווען אז א געוויסע תקופה זאל יעדע פאסט דארפן באשטעטיגט ווערן דורך אן אחראי פארן ארויפגיין - א פראקטישע געדאנק וואס וואלט אבער געלייגט גאר א גרויסע לאסט אויף די אחראים. מען וואלט געדארפט קאנצענטרירן אויף בעסערע מיטלען, וויאזוי צו געבן פאר נייע ניק'ס א געלעגנהייט זיך איינצוגלידערן דא, אן דעם וואס זיי זאלן אינדערצווישן האבן די מעגליכקייט צו פארשמירן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איין נקודה

ווען מען זעהט אמאל ווי מען שלינגט אראפ א אשכול צו א תגובה פון א גרויסע ניק אפילו עס איז נאריש ביז גאר איז עס נישט צוליב וואס ער איז גרויס נאר ווייל עס גייט שוין מיט

איינער וואס שרייבט אסאך גוטע תגובות און דא דארט טועט ער א נארישקייט באדערט עס נישט, אדרבה מען קען אים נאך זאגן א גוט ווארט אויפן נארישקייט ווייל דער גוט ווארט (אויפן כלל) איז א חיזוק און מען וויל ער זאל אנגיין, ווייל 95% תגובות זענען גוט

ס'איז זייער פארשטענדליך און יעדער פירט זיך אזוי אין ריעל לייף, ווען דיין חבר מיט וועם די האסט ליב צו פארברענגן זאגט א דבר טיפשות גיבט מען א שמייכל און מען גייט ווייטער אבער ווען א צעהן יעריגס קומט צו א קופקע און זאגט די זעלבע זאך זאגט מען אים זיי שטיל און גיי שפיל דיך

איך פערזענליך געדענק נישט א פאל וואס איך האב געטשעפעט נייע ניקס (נאך אלעם בין איך אויך נישט אלט) אבער געבן א גוט ווארט יענער זאל ווייטער אנגיין שרייבן זאכן וואס אין בעסטן פאל אינטערעסירן מיך נישט און אין ערגסטן פאל גייט מיך אויף די נערווען, פארוואס?

"ווען איך זאל ווען דרוקן "שיק" אויף יעדע תגובה וואס איך האב אפגעשריבן, וואלט איך היינט געוועהן א שר עשרת אלפים"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יש ברירה האט געשריבן:
"ווען איך זאל ווען דרוקן "שיק" אויף יעדע תגובה וואס איך האב אפגעשריבן, וואלט איך היינט געוועהן א שר עשרת אלפים"

דא שטעקט די יסוד.... שכוח יש ברירה פאר מיין נייע חתימה.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אויסגערעכנט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
"ווען איך זאל ווען דרוקן "שיק" אויף יעדע תגובה וואס איך האב אפגעשריבן, וואלט איך היינט געוועהן א שר עשרת אלפים"

דא שטעקט די יסוד.... שכוח יש ברירה פאר מיין נייע חתימה.

יאפ, גוט און קורץ ארויסגעברענגט!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

אויסי האט פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר יעשי, פארן נייעם חתימה.

"שיק".
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פערפעקט האט געשריבן:אויסי האט פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר יעשי, פארן נייעם חתימה.

"שיק".

פאראכטן
בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זומא »

אמת.

די פשוט'סטע עצה וואלט געווען אז א נייע ניק דויערט א וואך ביז מען ווערט אנגענומען

דערנאך א פאר טעג ביז מען קען שרייבן תגובות
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יהודי האט געשריבן:גוט געזאגט אויסי ;l;p-
אז יענער קען קענסטו אויך
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

כשר גערעכט יוסעלע
פאר קריטיק דריקט דא
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אומאפיציעל האט געשריבן:מען האט שוין אסאך מאל גערעדט פון איינצוימען נייע ניק'ס אויף פארשידענע וועגן, איין פארשלאג איז געווען אז א געוויסע תקופה זאל יעדע פאסט דארפן באשטעטיגט ווערן דורך אן אחראי פארן ארויפגיין.

וואלט אבער געווען א גוטער געדאנק כאטש אויף נייע אשכולות אזוי צו טון. חוץ אין פארברענגן וכדו', יעדע נייער אשכול געעפענט ביי אן אומקאווליפאצירטער/נייער ניק זאל דארפן ווערן באשטעטיגט בעפאר.
עס וואלט געוויס פארשפארט (-מיט א קמץ) פיל עגמת נפש פון פארשליסן אקטיווע אדער גרויליגהאפטיגע אשכולות, ענדערש זאל מען עס נישט ארויפלייגן ווי ארויפלייגן און אראפנעמען.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נישט איבערגעליינט אלע בלעטער, נאר מקופיא:

אבער ס'זעט אויס אז די שליסל איז -אזוי ווי אין א יעדע געזעלשאפט-: [היות מ'זעט זיך נישט און יעדער איז אנאנים פארגעסט מאן אמאל אז דא גייט אן די געווענטליכע נארמאלע געזעלשאפטליכע כללים]


-קום אריין מיט א באטראכטנדן בליק.
-אבזערוויר גוט די אטמאספערע.
-זיי אפן צו קרומע בליקן און פאררעכט תיכף [ניין, ווארט נישט אויף א סילוק].
צוביסלעך ווען דו'סט ווערן אנגענומען וועט מען דיר מוחל זיין אלס גרעסערע און גרעסערע עוולות.
-ביז.. דו וועסט אליין קענען טיילן קרומע בליקן לעת הצורך.


אגב: איך האב שוין אויך געזען דא אמאל אן איבערפלוס פון קאלטקייט צו א נייע ניק, אבער געוועלטליך איז עס צו דעם וואס זוכט צו זיין באקוועם צו שנעל.
און אפילו אויב מאכט זיך אויך פאר וועם ס'קומט זיך נישט, און דאן איז די עצה... זיך צו האלטן שטיל עד יעבור זעם. ותשכך החמה.


סך הכל: "קאמאן סענס"
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

הזאת יאסעלע? איז דאס דער זעלבער? :roll: :roll:
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

די גאנצע געדאנק פון אלטע און נייע ווען מ'רעדט פון ניקס איז קאמיש.
דער נייער ניק וויאזוי דו רופסט אים, קען זיין עלטער ווי דיר, קלוגער ווי דיר, הייליגער ווי דיר, רייכער ווי דיר, פיינער ווי דיר, גרעסערע ת"ח, וכו' מ'מעסט מענטשן לויט די דאטום פון רעגיסטראציע? אתמהה?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

בלעטל האט געשריבן:די גאנצע געדאנק פון אלטע און נייע ווען מ'רעדט פון ניקס איז קאמיש.
דער נייער ניק וויאזוי דו רופסט אים, קען זיין עלטער ווי דיר, קלוגער ווי דיר, הייליגער ווי דיר, רייכער ווי דיר, פיינער ווי דיר, גרעסערע ת"ח, וכו' מ'מעסט מענטשן לויט די דאטום פון רעגיסטראציע? אתמהה?

גערעכט בלעטל'ע טייערער! אבער פון וואו דארף איך דאס וויסן שוין אויף זיין ערשטע טאג?!? אז ס'גייט אריבער אביסל צייט און פון זיינע תגובות זעהט זיך אן אז ער איז א פארשטענדליכער און מן הסתם עלטער ווי מיר וכו' דאן קוקט מען אים שוין אטאמאטיש אן אזוי. נייע מיינט נישט 18 יעריגע און אלטע מיינט נישט 80 יעריגע, ניי מיינט ניי אין אונזער געזעלשאפט (א גרינער בלע"ז) און אלט מיינט א תושב אין אונזער געזעלשאפט וואס קען שוין די שפראך מיט די כללים און אפילו די קאודס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בינעך נארוואס אראפ פונעם סקעיל, און דערווייל בינעך נאך פון די גרויסע ניקס... מארגן הייבעך אן א דייעט...

כאניש אדורכגעליינט די לעצטע פאר לענגערע תגובות, אויבן אויף האבן אפאר ניקס געשריבן ענליך צו וואס איך גיי שרייבן, איך גייעס אבער איבערשרייבן...

יעדער איז אמאל געווען ניי, ווען איך בין געווען ניי האבעך געליינט וואס די פריערדיגע ניקס האבן געשריבן, וויזוי זיי האבן געשריבן און וויזוי זיי האבן קאמיוניקעיטעד, ווען כאב געפיהלט אז איך האבעס ארויס האבעך פראבירט צו שרייבן א תגובה, אן ארטיקל, און געקוקט וויזוי די עלטערע שרייבערס רעאגירן... איך האב געוואוסט אז איך קעניש וואס יענטאאש אדער מאשקע קענען, כאב אבער פראבירט אריינצופיטן די בעסטע וואס איך קען, סאו בעיסד אויף זייער ריעקשן האבעך געוואוסט אז איך דארף פיקסן דא דארט עפעס, סימער קיינמאל נישט איינגעפאלן צו טראכטן אז איינער טריעט מיך ראנג ווייל איך בין ניי, איך בין פשוט נאכניש פארט פון די געזעלשאפט, איך וועל ארבייטן אויף מיין שרייבן און בעסער ווערן ביז כ'וועל שוין אריינפיטן...

שפעטער ווען כ'בין שוין געווען אביסל מער עקספיריענסד, האבעך כסדר געהאלפן נייע ניקס זיך איינגלידערן, כאב געשיקט פריוואטע מעסידזשעס, מקרב געווען אין פובליק... ע"פ רוב פלעגן זיך די נייע ניקס צוביסלעך איינגלידערן...

צוביסלעך איז ס'וועלטל געווארן גרעסער און גרעסער, ווי גרעסער סיז געווארן אלס מער ניקס זענען געקומען און אלס מער האצעך די קולטור געטוישט, סיז אויס קליינע משפחה, סיז שוין א קהילה... אבער דאס איז נאכניש געפערליך...

ווען די סייט איז געווארן ממש פובליק פובליק האצעך אנגעפאנגן א נייע זאך, וואס הגם ס'פלעגט פארדעם אויך זיין, איזעס אבער געווען אויף א קליינעם פארנעם און זעלטן, אז ס'קומען אריין דא ניקס מיט אגענדעס, צו סיז צו פראמאוטן א פראדוקט, אן אויסגאבע, א פארטיי אדער איווענט... אמאל באהאלטענערהייט און אמאל אפן...

און דא שטיימער היינט, זיצט א יונגערמאן ביי זיך אין אפיס און ער באקומט א לינק צו א תגובה וואס איז קעגן זיין אינטערעסן אדער פארטיי און ער טראכט צו זיך "איך גיי איימאל פאר אלעמאל ווייזן פאר די חברה"... ער גייט אויסקלארן די זאך... דא איז די ערשטע פראבלעם, אנשטאטס ער זאל פראבירן זיך איינצוגלידערן און אריינפאסן אינעם קולטור, גייטער עס פיקסן, ער גייט טוישן די קולטור צו זיך... ועוד, ער כאפט ניטאמאל אז סינישטא קיין חברה, סיז ס"ה א ניק אדער צוויי דריי ניקס וואס האבן געשריבן אנדערש ווי ער האלט, און ער גייט ווייזן פאר די אייוועלט חברה... ער כאפט נישט אז פאר יעדע ניק וואס האלט אנדערש איז דא א צווייטע וואס האלט פונקט ווי אים און פאר יעדע תגובה גייט קומען א צווייטער און קאונטערן זיין תגובה, ער גייט גארנישט אויסקלארן, קיינעם נישט מסביר זיין, ס"ה גייטער זיין נאך א תגובה אינעם שמיעס...

עכ"פ, ווען א ניק קומט אריין אינמיטן א שמיעס און נעמט א צד, באקומט ער רייט עוועי שונאים, די צוויי יודן האבן גארנישט געהאט פארדעם אין קאממאן, זייער ערשטע באגעגעניש איז געווען יעצט דא אין דעם אשכול, און דער קריגצעך מיט מיר... טאמער שרייבט מען נאך רעספעקטפול, קעמען זיך שפעטער טרעפן אין אנדערע אשכולות און מ'ווערט צוריק פרענדס, אויב אבער שרייבט מען טראציג און צומאל מיט נעים קאלינג וכד', דאן איטס אווער, דער ניק איז אויף מיין שווארצע ליסטע!

סאו אין קורצן די חילוק פון אמאל ביז היינט, אמאל פלעגן רוב ניקס אריינקומען זיך ענדזשויען און אויב איז אמאל געווען א טענה'ריי איזעס געווען צווישן צוויי גוטע חברים, היינט זענען רוב נייע ניקס אריינגעקומען מיט אגענדעס, און נאך פאר סיז דא א טשענס זיך צו באקענען, שלאגט מען זיך שוין, סאו אפילו די וואס קומען יא אריין פאר ענדזשוימענט פיהלן זיך צומאל אומבאקוועם...

ווען מ'קען ווען מאכן אז א ניק זאל נישט קענען שרייבן פאר אפאר וואכן נאכן זיך אויפסיינען, און אויך נאר אין געוויסע פארומס פון אנפאנג און צוביסלעך וועטער קענען אריינרעדן אין דעבאטעס וואלט געווען אן אנדערע וועלט... אבער דאס איז יעצט די סיטועישן...

סאו מיסטער נייע ניק, דו ווילסט רעספעקט? ארבייט דערויף און פארדין עס! פראביר נאר שרייבן אן ארטיקל, דו וועסט באקומען שיינע ברוכאבעס, שרייב א נייעסל אומפארטייאיש, מ'וועט דיך שיין באדאנקן, מעגסט אריינווארפן א ידיעה'לע אין ביהמ"ד, א ווערטעלע אין פארברענגן... קיינער גייט דיך נישט באוואשן אדער פיינט האבן... בוי אויף פריינטשאפט, באקען דיך מיט די ארגינעלע הומאריסטישע קולטור אויף וואס אייוועלט איז געבויעט ארגינעל, און דאן אויב וועסטו לאזן הערן דיין מיינונג איבער סיי וועלעכע נושא וועט מען עגריען אדער דיסעגריען מיט דיר מיט פארדינטע רעספעקט... אויב אבער גייסטו אריינקומען און גראד צוגיין צו די נושא וואס אין דיין ביהמ"ד און אין דיין געזעלשאפט ביסטו אן עקספערט, האב נישט קיין טענות אז געוויסע ניקס ווייסן נישט אדער ווילן נישט אנערקענען דיין עקספיריענס... איך דארף נישט וויסן אז צווישן דיינע חברים אדער קאלעגעס האסטו אדורכגעטוהן די נושא און שוין דעבאטירט מיט אלע חברים און דו ביסט דארט דער עקספערט... ביי מיר ביסטו א נייע ניק איך קענדעך נישט! אויב האלסטו אנדערש ווי מיר מעגעך האלטן אז דו פארשטייסט נישט, און אויב שרייבסטע נישט רעספעקטפול מעגעך האלטן אז דו ביסט פאני...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען מ'קען ווען מאכן אז א ניק זאל נישט קענען שרייבן פאר אפאר וואכן נאכן זיך אויפסיינען, און אויך נאר אין געוויסע פארומס פון אנפאנג און צוביסלעך וועטער קענען אריינרעדן אין דעבאטעס וואלט געווען אן אנדערע וועלט... אבער דאס איז יעצט די סיטועישן...


איך סיין אונטער די פעטיציע
...
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

חרש וחושב האט געשריבן:הזאת יאסעלע? איז דאס דער זעלבער? :roll: :roll:


יא, דער זעלבער, לייען איבער יענע אשכול, דארט איז די גאנצע ווינט צו מאכן פורים פון די הנהלה, איך האב מיר צוגעשטעלט, ודו"ק.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

וויכי, ;a-1;
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הערשט געליינט מיט דורשט. איך בין מסכים מיט כמעט יעדע ווארט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אנעים זמירות האט געשריבן:הערשט געליינט מיט דורשט. איך בין מסכים מיט כמעט יעדע ווארט.

מיט וועמענ'ס ווערטער...? (אזויפיל דעות זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא...)
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”