פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 20, 2017 2:43 pm

יא.
ער זאגט אז די וואס שרייבן נישט א לאנגע צייט, ד.ה.זיי האבן געלאזט די קרעטשמע אויף הפקר און גארנישט צוגעגעבן די לעצטע צייט דערצו, האבן נישט וואס צו שרייען אויף די וואס האבן עס ווייטער געשטופט, היתכן דו האסט עס נישט געפירט אזוי ווי איך האב געוואלט.
און דאס אז ער האט אויך נישט געשריבן איז נישט קיין טענה, ווייל אים האט מען געצווינגען צו סטאפן.
נאך עפעס שווער?

נ ב. איך האף נאך היינט אפצושרייבן מיין ארימע מיינונג אויף די נושא.
"Figures don't lie, but liars figure"



CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:04 pm

דאס איז א דוגמה פון וואס יאסעלע רעדט
viewtopic.php?p=1409273#p1409273
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:08 pm

שכוח משה, יפה דיברת!

מיין ענטפער איז געווען אז די אלטע וואס שרייבן נישט איז א גרויסע טייל צוליב די היץ וואס האט פארשוועמט דאס ארט, דאס האב איך געמיינט צו ענטפערן (נישט קלאר ארויסגעשריבן, אבער מיינע תגובות אין דעם אשכול ברענגען דאס שוין ארויס).

און לגבי גאלדענע'ס פארלאזן האסטו טאקע רעכט, איך פארשטיי, און אנטשולדיגט גאלדענע אויף דעם.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5765
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:12 pm

ענק פארזעען איין שליסל ווארט אין סוספענדעד׳ס תגובה, ארטיקלען.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:32 pm

יאסעלע, דו זאגסט אז דו רעדסט נאר פון פעלער ווי אלטע ניקס האבן אראפ געריסן נייע בלויז פארן חטא אז זיי זענען ניי.

מען קען נישט דן זיין נאר אויף מה שעיניו רואות. ברענג ביטע אהער עטליכע ביישפילן פון וואס דו רעדסט ווי מ'רייסט אראפ נייע בלויז פארן זיין ניי, און מ'וועט קענען דן זיין אויף די נושא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:50 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יאסעלע, דו זאגסט אז דו רעדסט נאר פון פעלער ווי אלטע ניקס האבן אראפ געריסן נייע בלויז פארן חטא אז זיי זענען ניי.

מען קען נישט דן זיין נאר אויף מה שעיניו רואות. ברענג ביטע אהער עטליכע ביישפילן פון וואס דו רעדסט ווי מ'רייסט אראפ נייע בלויז פארן זיין ניי, און מ'וועט קענען דן זיין אויף די נושא

ביזט גערעכט, מ'רייסט זיי נישט אראפ בלויז ווייל זיי זענען ניי, נאר ווייל זיי זענען ניי און זיי האלטן אנדערש ווי מיר.

איך וואלט אויפגעזוכט אזעלכע ביישפילן נאר איך האב נישט די נערוון, אבער איך אליין, אין די פאר חדשים וואס איך בין דא, האב איך זיך שוין באגעגנט אין היבש אזעלכע תגובות. (ב''ה נישט געצילט אויף מיר, סאו איך רעד נישט פון ווייטאג.)
"Figures don't lie, but liars figure"



CLUES פאר די וואס זוכן מיר

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג מארטש 20, 2017 5:21 pm

.
לעצט פאראכטן דורך זיכער יא אום מיטוואך מארטש 22, 2017 3:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

באקומען אין אישי

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:06 pm

באקומען אין אישי:

איך דריי זיך שוין נישט אפט דא, אבער די קעפל האט מיר געצויגן עס לויטעט אזוי: "אנאליז: פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?"
און א ניק מיטן נאמען יאסעלע רעדט דארט ארום איבער דאס וואס עס זענען דא וואס טשעפענען די נייע ניקס, און ער טענה'ט אז יעדער איז אמאל געווען ניי, און יעדער האט אמאל פארשמירט אייוועלט וכו' וכו', און ער ברענגט אפילו ראיות צו זיינע ווערטער.

איך וועל נישט אריין גיין אין די עצם טענה פארוואס די גרויסע ניק'ס זענען איינזייטיג, איך האלט נישט אז איך בין גרויס, איך בין סך הכל בערך 7 חדשים אלט, און איך האלט נישט אז איך בין איינזייטיג (פאר ווער עס ווייסט נישט: איינזייטיג אויף אידיש הייסט קורץ קעפיג, און אויף די היינטיגע שפראך ווערט עס אנגערופן 'געלעבט אין א שאכטל...') אבער דאס וואס ער ברענגט ארויס איבער די נייע ניקס בין איך זייער מחולק מיט אים.

די פראבלעם פארוואס עס איז לעצטענס אויף געקומען דא אז דער עולם שעצט נישט קיין נייע ניקס איז דערפאר וואס עס זענען ארויף געקומען אין די לעצטע שטיק צייט זייער אסאך ניקס וואס האבן שוין אין די ערשטע טאג פון זייער קאעריע געמאכט אזא גערודער (עי' ערך קינדערליך, בסוכות תשבו, און נאך.) וואס אנדערע האבן נישט געמאכט אין א יאר צייט (ווייסט איינער ווי גרויס איז א יאר?).
ער קומט אן, ער פאנגט אן עפענען אשכולות, און ער רעדט אריין אין זאכן וואס ער פארשטייט נישט דערצו, און מיט א גרויס פיסקל טשעפעט ער נאך די באזעסענע, און פלוצלינג געפינט ער אויס פון די נייע אויפקום וואס רופט זיך תיבת אישי און ער נעמט זיך שיקן פאר רעכטס און פאר לינקס, און סקרועט אראפ יעדן רעכט דענקיגן, ביז מ'פארעקלט זיך, און מ'געזעגענט זיך אפ....

קיינער רעכנט נישט די חשיבות פון א ניק לויט די מספר התגובות, אבער עס ווערט יא גערעכנט לויט די תוכן התגובות, זייער אסאך פון די נייע ניקים זענען אנגעקומען דא, און געמאכט א לעבן, אנגעפירקעלט די ערענסטע אשכולות, און למען השעמפא נישט געכאפט די וויצן אין די פארברענגען אשכולות, און געלאזט א שווערע נאך טעם פאר די באזעסענע, און שפעטער קומט ער און עפענט א אשכול וואס איז בדיעבד גוט, ווען איך קום אריין אין קרעטשמע און איך זעה אזא אשכול וואס דארף איך טראכטן?

מיין ערשטע רעאקציע איז א רוק אויפן מייזל, און מ'גייט צום נעקסטן.

און וואס טוט זיך אויב האב איך שוין אלעס אויסגעליינט און דער איז דער איינציגסטער וואס לאזט נישט דאס וועלטל ווייס ווערן?

גייט מען אריין, מ'ליינט עס אויבערפלעכליך, און מ'גייט ווייטער....

ער ווארט נאך אויף א קאמפלימענט?

ער וויל איך זאל אים באזינגען ווען ער ווערט א שר חמישים אדער שר מקאצי קאצי?

פארוואס?

פארן מיר אוועק נעמען דעם אפעטיט פון דא?

און מארגן צופרי ווען איך לאג אריין דערזעה איך גאר אן הערינג (ליין: פישל) פונעם מדוברת אליין.....
ער שיקט מיר א גאר וויכטיגע מעסעדש, אז דאס וואס איך האב נעכטן געשריבן איבער פרייזן פון קענטעלאופ, איז שקר וכוזב, ווייל ער האט א פעטער א גראסערי מאן, און ער ווייסט פאר א פאקט אז עס קאסט אין געוויסע צייטן פון יאר מיט 23 צענט ווינציגער. און בד"וו וויל ער וויסן ווי איך וואוין, ווייל ער מיינט אז ער קען מיר פון ערגעץ, און ער מיינט אז ער האט מיר געטראפן פאריגע וואך אין ירושלים, און וויל נאר וויסן צו איך בין פערצופאל נישט א ברודער מיט פייוויש'ן....

און וואזשע זאל איך טראכטן?

ווען דאס וואלט ווען נאר געווען איינער אדער צוויי וואלט איך עס אראפ געשלינגען און געגאנגען ווייטער, אבער אזוי ווי די חברה וואקסן ווי צוריסענע קאוטשעס ערב פסח, און יעדן צווייטן טאג ברויך מען זיך צו ספראווענען מיט אזעלכע (גיי ווייס, אפשר זענען זיי גאר אלע איינס?) דאן פארוואס אין די וועלט זאל איך דא ווייטער שרייבן?

יעצט צו יאסעלע'ס ארטיקל, איך האב באמת גארנישט קעגן די נייע ניקס, אדרבה, אסאך נייע זענען גאר שטארק מהנה דעם עולם, אבער איך וואלט געראטן יעדעם איינעם צו טאן וואס איך האב געטאן אין מיינער צייט.

איך בין געזיצן דא אויף אייוועלט כמעט 3 יאר ביז איך האב זיך איינגעשריבן, און איך האב זיך אביסל אויסגעלערנט די וועג וויאזוי מ'שרייבט דא, און דאן אין א צייט וואס איך האב געזעהן אז עס איז אביסל רואיג דא האב איך זיך איינגעשריבן.

איך הייס נישט אז יעדער זאל ווארטן אזוי לאנג ווי מיר, אבער כאטשיג זאל מען צו ווארטן אפאר טעג און זעהן די הלוך ילך דא, און וויסן עטליעסט אז מ'ווייסט נישט....

אדער זאלן די מנהלים גאר מאכן א נייע תקנה אז די נייע ניקס זאלן נישט קענען שרייבן די ערשטע וואך פון זיך איינשרייבן, אזוי זאלן זיי אביסל ליינען און זיך באקענען....

עני וועי טוטס וואס עטס ווילטס, איך בין שוין סייווי כמעט נישט דא, און לכאורה פלאן איך נישט צוריק צו קומען אזוי שנעל, ממילא גייט מיר גאנץ קנאפ אן וואס דא קומט פאר.

האטס מיר אלע הצלחה

בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

תגובהדורך בן זומא » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:15 pm

אלץ א אלטע ניק מיט א נייע שלייער ערלויב מיר ביטע צו ענפערן און קורצן

דו האסט דאס געליינט ?

שואף האט געשריבן:
נאר קודם וויל איך צוברענגען א אישי וואס איינער פון די אלטע ניקים האט מיר אריינגעשיקט אין מיינע ערשטע טעג דא ווען איך האב אים געבעטן אז ער זאל צוריק קומען

???????? האט געשריבן:כאנישט קיין אהההנונג ווער דו ביסט און איך בין מכלל נאכנישט אינטערעסירט צו פירן א משא מתן מיט דיר.

פארשטייסט? רוקסט זיך אן א גאסט שטעטל, קוים וואדו שרייבסט ווי אן ערוואקסענער, אבער דו זאגסט שוין וואס צו שרייבן, ווען צו שרייבן און דו ביסט דא צו ראטעווען די סייט!

טו א טובה, לאמיך צורוה און טרעף א צווייטן צו דרייען א קאפ.


יעצט געט א קוק אויף די תגובה און לאמיר אריינטראכטן ווען די שרייבער פון די אישי זאל ווען וויסן (אדער טראכטן) אז אני הקטן בין איינער פון די אלטע שרייבער וואלט ער דאך אוודאי נישט געשריבן אזוי

אלזא פארוואס האט ער געשריבן אזוי שארף ?

נאר פשוט וויל עס איז נאך געווען מיין ערשטע טאג דא און נישט וויסענדיג ווער איך בין. האאט ער דאך א גערעכטע טענה. ניין ?

קומט אויס אז די מיינונג פון א מענטש אויף א צוויטן ווענט זיך נישט אין די פאקטישע קפאליפיקאציע'ס פונעם צווייטן. נאר צו איך האב עס שוין אנערקענט אדער נישט

איי אפשר איז יענער עפעס א געלונגענער אזאנס און אזעלכעס ?

----

ומכאן הקריאה יוצאת פאר אלע נייע ניקים הייבט אן צו גיסן סחורה. זייט ממלא די חלל. געט זיך ארויס. האט איר א געדאנק ? פוילט זיך נישט שרייב עס אפ און שיק עס די עולם וועט הנאה האבן (און אויב נישט וועט איר זיך אויסלערנען מיט די צייט ! יעדע גוטע ניק איז אויך אמאל געווען א נייער וד''ל !!!)



און דאס (איך מיין בעיקר איין ניק פון די גאנצע ליסטע דא וואס לעצטענ'ס פליקט ער אריין רעכט'ס און לינק'ס און ''ער'' האט מיר פארטריבן דא ווען איך האב נישט ג'קענט דערהייבן זיין שארפקייט און נאך פארשידענע אנדערע פירונגען פון אים ואכמ''ל)

viewtopic.php?p=1410307#p1410307


און פאר דיר וואוילע שעפעלע : בייזער דיך נישט אויף מיר. אמער. דו האסט מיר געשיקטע אמאל א זעלטענע קאמפלימענט צו מיין פאריגע ניק.....

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:34 pm

איך האב מיר געבייזערט אמאל אויף איינעם?

איך האב פונקט נעכטן געשיקט א 'זעלטענע קאמפלימענט' אין אישי פאר א ניק א תינוק בן יומו ואס איז נעכטן געבוירן

וועם ס'קומצעך קומצעך, און וועם ס'קומצעך פעטש קומצעך פעטש

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:37 pm

דו טיילסט פעטש פאר 'די וואס קומט זיך?'

איך לויף שוין אוועק.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:38 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
און וועם ס'קומצעך פעטש קומצעך פעטש


ודו"ק

בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

תגובהדורך בן זומא » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:18 pm

וועל איך געבן נאך א קליין דוגמא'לע

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין די חילוק צווישן די צוויי אשכולות חוץ די מספר התגובות פון די פותחים ????

viewtopic.php?f=21&t=33070

viewtopic.php?f=21&t=32674#p1389307

גראדע איז יא געווען איינער וואס האט פארשטאנען....

אינטערעסאנט אז ער איז אויך פון די איינציגסטע גרויסע ניקים וואס פארגינען א גוט ווארט פאר א מתחיל.....

viewtopic.php?p=1410180#p1410180

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:23 pm

אנטשולדיג, אבער דאס איז איין זעלטענער אויסערארדנטליכער עקסטרעמער משל, וואס האט זיך טאקע פארדינט א מחאה פון מיר און פון נאך (יהודי, יוראפ)

דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינוג

קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:43 am

תגובהדורך קלוגע ציגעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:24 pm

אפשר זאלן די קליינע ניקס אויך געבן א ישר כח פאר די עלטערע און אויפהערן צו שרייען?

בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

תגובהדורך בן זומא » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:32 pm

זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי

קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:43 am

תגובהדורך קלוגע ציגעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:34 pm

בן זומא האט געשריבן:זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי

און די קליינע טוען פונקט די זעלבע.
שרייבן נישט קיין ארטיקלעך און זיצן און שרייען גלייך נאכן אנקומען :twisted:

בן זומא
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 20, 2017 2:19 pm

תגובהדורך בן זומא » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:35 pm

כאמור בין איך נישט קיין נייער

איך בין פשוט אינטער א נייע שלייער

קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:43 am

תגובהדורך קלוגע ציגעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:35 pm

און איך אויך נישט

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:38 pm

קלוגע ציגעלע האט געשריבן:
בן זומא האט געשריבן:זאלן די גרויסע אויך אנהייבן צו גיסן ארטיקלעך וועט מען זיי אויך באדאנקען

ביזדערווייל זענען זיי נאר דא צו גיסן א קיתון של שופכים אדער צו קענען אנטלויפן און אויסהערן די הספדים און לוויות נאך זיי

און די קליינע טוען פונקט די זעלבע.
שרייבן נישט קיין ארטיקלעך און זיצן און שרייען גלייך נאכן אנקומען :twisted:

;l;p-
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:14 pm

איך מיין מען זאל נעמען איין אלטע נערוועזע ניק און איין נייע יונגע טראטשניק און מען זאל מאכען א דעבאטע.

איך זיך א ערשטע זיץ!

בן זומא, שואף און קלוגע ציגעלע קענען נישט פארשטעלן די נייע ווייל זיי זענען דאך פון די אלטע.

קלוגע ציגעלע
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:43 am

תגובהדורך קלוגע ציגעלע » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:17 pm

מטעמים האט געשריבן:איך מיין מען זאל נעמען איין אלטע נערוועזע ניק און איין נייע יונגע טראטשניק און מען זאל מאכען א דעבאטע.

איך זיך א ערשטע זיץ!

בן זומא, שואף און קלוגע ציגעלע קענען נישט פארשטעלן די נייע ווייל זיי זענען דאך פון די אלטע.

מאדערעיטער זאל זיין טריסקער און זאכליך

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:29 pm

זאג, איך קיין איין פון ערגעץ?!
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:53 pm

זאכליך האט געשריבן:זאג, איך קיין איין פון ערגעץ?!

יא, שוין איינמאל...
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג מארטש 21, 2017 1:42 am

קלוגע ציגעלע האט געשריבן:און איך אויך נישט

זייטיגע נאטיץ
איז א שעפעלע מיט א ציגעלע די זעלבע זאך?
"Figures don't lie, but liars figure"



CLUES פאר די וואס זוכן מיר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 16 געסט