די אמעריקאנע קאנסטיטוציע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביטע לאז זיך הערן, מען קען שטימען פאר עטליכע

א גרויסן יישר כח איך ליין מיט אינטערעסע
56
37%
עס איז א שיינע זאך אבער נישט צו אינטערסאנט פאר מיר
6
4%
נישט אינטערסאנט פאר מיר
1
1%
די קאנסטיטוציע אליינס איז צו שווער צו פארשטיין
6
4%
איך פארשטייט אביסל די קאנסטיטוציע, הסבר וואלט צוגעהאלפן
12
8%
איך קען די קאנסטיטוציע גוט (איך וועל צוהעלפן צו ערקלערן)
2
1%
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן די קאנסטיטוציע
25
17%
די איבערזעצונג וואלט געדארפט זיין א פרייע איבערזעצונג, נישט ווארט ביי ווארט
9
6%
די ווארט ביי ווארט איבערזעצונג איז גוט, ערקלערונג קומט באזונדער
33
22%
 
סך הכל שטימען: 150

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

די אמעריקאנע קאנסטיטוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

אזוי ווי עס ווערט אסאך גערעדט וועגן די קאנסטיטוציע דא אויפן וועלטל, האב איך געקלערט עס איבערצוזעצן אויף אידיש.

איז אזוי, איך וועל שרייבן א ווערטערליכע איבערזעצונג, די בעסטע וואס איך קען, אבער איך וועל לאזן אנדערע ערקלערן וואס די זאכן באדייטן (חוץ אויב איך וועל האבן צייט און געדולד)

[align=center]פארווארט[/align]

מיר די מענטשן פון די פאראייניגטע שטאטן, כדי צו פארמירן א מער פערפעקטע פאראייניגונג, שאפן יוסטיץ, פארזיכערן פרידליכקייט איבערן לאנד, צושטעלן שוץ פאר דעם ציבור, פאראויסשטופן דעם טובת הכלל, און פארזיכערן די בענטשונגען פון פרייהייט פאר זיך אליינס און אונזערע דורות, טוען מיר פארארדענען און שאפן די דאזיגע קאנסטיטוציע פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.


[align=center]ארטיקל 1[/align]

[align=center]סעקשאן 1[/align]

אלע געזעצמאכענדע כוחות וואס ווערן דא איבערגעגעבן, זאל ליגן אין א צוזאמענקום (קאנגרעסס) פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס זאל באשטיין פון א סענאט און א הויז פון פארטרעטער.


[align=center]סעקשאן 2[/align]

קלאוס 1
די הויז פון פארטרעטער זאל ווערן צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער אויסגעוועלט יעדע צווייטע יאר דורך די מענטשן פון די פילע סטעיטס, און די וויילער אין יעדע סטעיט זאלן האבן די קוואליפיקאציעס וואס פאדערט זיך פאר די וויילער פון די צאלרייכסטע אפטיילונג פון די סטעיט געזעצהויז.

קלאוס 2
קיין מענטש זאל נישט זיין קיין פארטרעטער וואס וועט נישט האבן דערגרייכט צו די עלטער פון פינף און צוואנציג יאר, און זיין זיבן יאר א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן, און וואס וועט נישט, אין די צייט וואס ער ווערט ערוועלט, זיין א איינוואוינער פון די סטעיט אין וועלכע ער וועט ווערן ערוויילט.

קלאוס 3
פארטרעטער און דירעקטע שטייערן זאל ווערן צוטיילט צווישן די פילע סטעיטס וואס קענען ווערן טייל פון די פאראייניגונג, לויט זייערע פארגלייכבארע נומערן, וואס זאל ווערן באשטימט דורך צולייגן צו די פולע נומער פון פרייע פערזאנען, אריינגערעכנט די וואס זענען געבונדן צו דינען אנדערע פאר א טערמין פון יארן, און אויסשליסנדיג אינדיאנער וואס ווערן נישט באשטייערט, דריי פיפטלעך פון אלע אנדערע מענטשן. די פאקטישע אפציילונג זאל ווערן געמאכט אין די דריי יאר נאך די ערשטע זיצונג פון די צוזאמענקום (קאנגרעס) פון די פאראייניגטע שטאטן, און אין יעדע נאכפאלגענדע טערמין פון צען יאר, אין אזא אופן ווי זיי וועלן דורכן געזעץ דירעקטירן. די נומער פון פארטרעטער זאל נישט זיין מער ווי איינס פאר יעדע דרייסיג טויזנט, אבער יעדע סטעיט זאל האבן ווייניגסטנס איין פארטרעטער. און ביז אזא אפציילונג וועט ווערן געמאכט, די סטעיט פון ניו העמפשור זאל זיין בארעכטיגט צו אויסקלויבן דריי, מאסעטשוסעס אכט, ראוד איילענד און פראווידענס פלענטעישאנס איינס, קאנקטיקעט פינף, ניו יארק זעקס, ניו דזשורסי פיר, פענסעלוועניע אכט, דעלוועיר איינס, מערילענד זעקס, ווירדזשיניע צען, נארט קאראליינע פינף, סאוט קאראליינע פינף, און דזשארדזשיע דריי.

קלאוס 4
ווען ליידיג געווארענע ערטער טרעפט זיך אין די פארטרעטערשאפט פון סיי וועלכע סטעיט, די עקזעקיוטיוו אויטאריטעט דארטן זאל ארויסגעבן א באפעל פון וואלן צו ערפולן אזעלכע ליידיג געווארענע פלעצער.

קלאוס 5
די הויז פון פארטרעטער זאל אויסקלויבן זייער פארזיצער און אנדערע אפיציעלן, און זאלן האבן די אויסשליסליכע מאכט פון אימפיטשן.


המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך אומאפיציעל אום דינסטאג מארטש 21, 2017 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow דו ביסט גוט! איך וואלט זייער הנאה געהאט צו ליינען דיין איבערזעצונג. כהאב שוין געליינט די אמעריקאנע קאנסטיטושען אבער חזרה (נאכדערצו אין מאמע לשון) שאדט נישט
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

א געוואלדיגע זאך! ס'איז נישט נאר וויכטיג צו פארשטיין די נייעס, נאר טאקע ווייל מיר אלס איינוואוינער דארפ'ן מיר דאס וויסן.

אגב, ס'איז כדי אז די ערשטע דריי ווערטער 'מיר די מענטשן' זאלט איר היילייטען ווייל דאס איז כידוע א וויכטיגע סימבאל.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך טראכט צו דער עולם פארשטייט טאקע וואס דא שטייט, אדער מען דארף מסביר זיין כדי עס זאל זיין פארשטענדליך און אינטערסאנט.

אויב איז דא א ציבור וואס וויל מען זאל ערקלערן וואס דא שטייט, און וואס דאס מיינט, און וואס די אונטערליגענדע כוונות דערפון זענען געווען (א שיעור אויף די קאנסטיטוציע סעיף ביי סעיף), זאל מען זיך אנרופן, אויב וועט זיין א גרויסע פארלאנג מעגליך אז איך וועל עס טון. איך נעם זיך אבער נישט אונטער צו ענדיגן די גאנצע
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

יא, אויב מען קען מסביר זיין וואלט געווען א געוואלדיגע זאך. אבער אויב נישט דאן כאטשיג ענדיג דאס צו.
ישר כח
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

מאכט סענס? האט געשריבן:יא, אויב מען קען מסביר זיין וואלט געווען א געוואלדיגע זאך. אבער אויב נישט דאן כאטשיג ענדיג דאס צו.
ישר כח

גא"מ
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אומאפיציעל האט געשריבן:איך טראכט צו דער עולם פארשטייט טאקע וואס דא שטייט, אדער מען דארף מסביר זיין כדי עס זאל זיין פארשטענדליך און אינטערסאנט.

אויב איז דא א ציבור וואס וויל מען זאל ערקלערן וואס דא שטייט, און וואס דאס מיינט, און וואס די אונטערליגענדע כוונות דערפון זענען געווען (א שיעור אויף די קאנסטיטוציע סעיף ביי סעיף), זאל מען זיך אנרופן, אויב וועט זיין א גרויסע פארלאנג מעגליך אז איך וועל עס טון. איך נעם זיך אבער נישט אונטער צו ענדיגן די גאנצע

קודם ענדיג ביטע די גאנצע אן קיין ביאורים, נאכדעם קען מען זיך נעמען צו די ביאורים, ס'קען זיין זייער אינטערסאנט

יישר כח!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

זייער א גוטע געדאנק!

לענ"ד אזויווי נא שכל, קודם א טרוקענע איבערזעצונג, נאכדעם א ביאור,

נ.ב. אויב דו קענסט ביטע אריינלייגען אין די ערשטע תגובה די גאנצע קאנסטיטוציע, אזוי העט מען קענען ליינען די גאנצע אין איין המשך,
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום זונטאג מארטש 19, 2017 6:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך האב נאכנישט איבערגעזעצט די גאנצע, עס איז נישט אזא לייכטע ארבעט. איך וועל עס מוזן טון צוביסלעך. נאכדעם קען מען עס מאכן פאר א פי.די.עף. די גאנצע צוזאמען.

איך וועל בעז"ה אזוי טון, קודם די גאנצע איבערזעצן, און דערנאך וועט מען פרובירן צו ערקלערן אויף מאמע לשון וואס דא טוט זיך.

אבער איך דארף פיד בעק, איך וועל נאר האבן א שטופ צו שרייבן אויב דער עולם וועט זיך לאזן הערן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ הרב אומאפציעל
אפשר אזוי וועל איך וויסן וואס מיינע רעכטן זענען
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

[align=center]ארטיקל 1 המשך[/align]


[align=center]סעקשאן 3[/align]

קלאוס 1
די סענאט פון די פאראייניגטע שטאטן זאל ווערן צוזאמענגעשטעלט פון צוויי סענאטאר'ס פון יעדע שטאט, אויסגעוועלט ביי די דארטיגע געזעצהויז, פאר זעקס יאר. און יעדע סענאטאר זאל האבן איין שטימע.

קלאוס 2
תיכף נאכן זיך צונויפזאמלען אין רעזולטאט פון די ערשטע וואלן, זאלן זיי ווערן צוטיילט ווי אייניג מעגליך אין דריי קלאסן. די זיצן פון די סענאטארן פון די ערשטע קלאס זאל ווערן אויסגעליידיגט ביים אפלויף פון די צווייטע יאר, פון די צווייטע קלאס ביים אפלויף פון די פערטע יאר, און פון די דריטע קלאס ביים אפלויף פון די זעקסטע יאר. אזוי אז איין דריטל קען ווערן ערוועלט יעדע צווייטע יאר. און אויב ליידיג געווארענע זיצן מאכן זיך דורך רעזיגנאציע, אדער אויף אן אנדערע אופן, דורכאויס די פויזע פון די געזעצהויז פון סיי וועלכע שטאט, דער אנפירער (עקזעקיוטיוו) דארטן קען מאכן צייטווייליגע באשטימונגען ביז די קומענדיגע זיצונג פון די געזעצהויז, וואס זאל דאן אנפולן אזעלכע ליידיגע זיצן.

קלאוס 3
קיין מענטש זאל זיין א סענאטאר וואס וועט נישט האבן דערגרייכט דעם עלטער פון דרייסיג יאר, און זיין ניין יאר א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן, און וואס וועט נישט, ווען ערוועלט, זיין אן איינוואוינער פון די שטאט פאר וועלכע ער וועט ווערן אויסגעקליבן.

קלאוס 4
דער וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זאל זיין דער פרעזידענט פון די סענאט, אבער זאל נישט האבן קיין שטימע, אויסער אויב זיי וועלן זיין אייניג צוטיילט.

קלאוס 5
די סענאט זאל אויסקלויבן זייערע אנדערע אפיציעלן, און אויך א צייטווייליגע פרעזידענט, אין די אפוועזנהייט פון דעם וויצע פרעזידענט, אדער ווען ער וועט איבערנעמען די אפיס פון די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

קלאוס 6
די סענאט זאל האבן די אויסשליסליכע מאכט צו פארהערן אלע אימפיטשמענט'ס. ווען מען זיצט פאר דעם צוועק, זאלן זיי זיין אונטער שבועה אדער דערקלערונג. ווען דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט פארהערט, זאל דער הויפט ריכטער אנפירן, און קיין מענטש זאל ווערן באשולדיגט אן די צושטימונג פון צוויי דריטל פון די מיטגלידער אנוועזנד.

קלאוס 7
אורטיילן אין פעלער פון אימפיטשמענט זאלן נישט גיין ווייטער ווי ארויסנעמען פון אפיס, און דיסקוואליפיקאציע אנצוהאלטן און צו הנאה האבן פון סיי וועלכע אמט פון עהרע, פארטרויליכקייט, אדער פארדינסט, אונטער די פאראייניגטע שטאטן. אבער דער באשולדיגטער זאל נאך אלץ זיין פאראנטווארטליך און אויסגעשטעלט צו איינזעצונג, געריכטליכע פארהערן, אורטיילן, און שטראפן, לויטן געזעץ.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

אונטער אלע ווערטער וואס שטייט בויט מען גאנצע שטעט

שכח
הנאה געהאט עס צוליינען מיר קוקן ארויס אויף ווייטער
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

האסט נייעס האט געשריבן:
שכח
הנאה געהאט עס צוליינען מיר קוקן ארויס אויף ווייטער
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

מיר ווארטן אויף נאך
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

רינדעכיג האט געשריבן:מיר ווארטן אויף נאך

גא"מ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אויף איין פעידזש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 17, 2017 9:33 am

אויסערגעוונליך אינטערעסאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פעידזש »

איך טשעק אריין יעדע פאר שעה צו זיין אויב איר שפאנט ווייטער
שכח
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

תמשיך!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער שיין, מיר קוקן ארויס אויף נאך
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

פרוביר אויך האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
שכח
הנאה געהאט עס צוליינען מיר קוקן ארויס אויף ווייטער
א פשוטע איד.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זייער אינטערעסאנט, קיינמאל געטראכט אז איך גיי זיך זעצן לערנען קאנסטיטוציע

האלט אן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אויף איין פעידזש האט געשריבן:איך טשעק אריין יעדע פאר שעה צו זיין אויב איר שפאנט ווייטער
שכח
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

איך וויל מיר אפיציעל באדאנקען פאר אומאפיציעל און בעטן ווייטער צו ממשיך זיין, עס קומט דיר א גוט ווארט: סופער דופער געוואלדענע!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך פריי זיך צו זעהן און הערן אז דער עולם האט הנאה און קוקט ארויס אויפן המשך, אלזו וועלן מיר ממשיך זיין בעז"ה.


[align=center]ארטיקל 1 המשך[/align]

[align=center]סעקשאן 4[/align]

קלאוס 1
די צייטן, פלעצער און אופן פון האלטן די וואלן פאר סענאטארן און רעפרעזענטאטן, זאל ווערן פארגעשריבן אין איטליכע שטאט ביי די דארטיגע געזעצהויז, אבער די קאנגרעס מעג צו יעדע צייט דורכן געזעץ מאכן אדער פאררעכטן אזעלכע רעגולאציעס, אויסער וואס אנבאלאנגט די פלעצער פון אויסקלויבן סענאטארן.

קלאוס 2
די קאנגרעס זאל זיך צונויפקומען ווייניגסטענס איינמאל יעדע יאר, און אזא צוזאמענטרעף זאל זיין אין די ערשטע מאנטאג פון דעצעמבער, אויסער אויב זיי וועלן געזעצליך באשטימען אן אנדערע טאג.


[align=center]סעקשאן 5[/align]

קלאוס 1
איטליכע הויז זאל זיין דער ריכטער פון די וואלן, אומקערונגען און קוואליפיקאציעס פון זיינע אייגענע מיטגלידער, און א מערהייט פון איטליכן זאל זיין א באגנוגעדע פארזאמלונג צו מאכן ביזנעס, אבער א קלענערע צאל קען אפשטופן פון איין טאג אויף די צווייטע, און זיין אויטאריזירט צו באצווינגען די באטייליגונג פון פעלענדע מיטגלידער, אויף אזא אופן, און אונטער אזעלכע שטראפן ווי איטליכע הויז קען אוועקשטעלן.

קלאוס 2
איטליכע הויז קען באשליסן די כללים פון אירע פראצעדורן, באשטראפן אירע מיטגלידער פאר אומארנטליכע אויפפירונג, און, מיט די איינשטימונג פון צוויי דריטל, אויסשאפן א מיטגליד.

קלאוס 3
איטליכע הויז זאל האלטן א דזשורנאל (פנקס) פון אירע פראצעדורן, און פון צייט צו צייט פובליצירן אזאנס, אין אויסנאם פון אזעלכע חלקים וואס קענען נאך זייער מיינונג פאדערן געהיימניספולקייט, און די יא'ס און ניין'ס פון די מיטגלידער פון יעדע הויז אויף סיי וועלכע פראגע זאל, אויפן ווילן פון א פינפטל פון די אנוועזנדע, ווערן אריינגעשטעלט אין די דזשורנאל.

קלאוס 4
קיין איינע פון די הייזער, דורכאויס די סעסיע פון קאנגרעס, זאל, אן די צושטימונג פון די אנדערע, אפשטופן פאר מער ווי דריי טעג, אדער צו סיי וועלכע אנדערע פלאץ פון די אין וועלכע די צוויי הייזער וועלן זיצן.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך אומאפיציעל אום מאנטאג מארטש 20, 2017 12:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

יעדע ארטיקל הייסט א אמענדמענט?


א גרויסע ישר כח פאר די נייע ;l;p-
א פשוטע איד.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

יהודי האט געשריבן:יעדע ארטיקל הייסט א אמענדמענט?


א גרויסע ישר כח פאר די נייע ;l;p-

ניין. אמענדמענט מיינט פארעכטוגען, די ארטיקלען זענען די אריגיניאלע קאנסטיטוציע, און די אמענדמענטס זענען צוגעלייגט געווארן נאכדעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”