טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

כותל המערבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ביים כותל איז אויך געווען א מנין מנחה וואו מען האט מתפלל געווען ולירושלים עירך ברחמים תשוב במלא מובן המילה.
דערנאך האט מען אביסל געזונגען פסוקים של תפלה על הגאולה, און אויך געטאנצן בים כותל ותחזינה עינינו, בנה ביתך, וכו'.
פון פארשידענע קופקעס האט מען דערשמעקט אז משפחת ... זענען דא, און מען האט גענומען קליפס און פיקטשערס פון אלע זייטן. אז איינער וועט זיך טרעפן אויף פעיסבוק זאל מען זיך נישט וואונדערן...
ביים כותל איז געווען קליינע קאפלעך פארן גוי'אישן (אדער גאר אידישן) עולם, אבער זיי האבן פארזען אז אויב געט מען נישט קליפס פאר די קאפלעך קען עס אראפ פליען פון די קעפ, והנסיון הוכיח אז עס איז געווען אביסל ווינטיג און אפאר אלטע באטשיס האבן זיך געטראפן אן דעם ווייסן קאפל.
ביי די צפון זייט איז דא אפאר גאר קליינע נידריגע פלעצער, בערך 150 סקווער פוס, וואו עס איז דא תהלים'לעך און פלעצער וואו צו דעווענען. אריינצוגיין מוז מען זיך אראפבייגן ווייל עס איז למטה מקומת איש.
גלייך ביים צפון זייט איז דא גרויסע שטיינערנע ארטשעס (Robinsons arch) און דארט איז דא מנינים צו דאווענען אויסער די וואס דאווענען ממש ביים וואנט.
ביי די ווענט אליינס זעט מען די טויזנטער קוויטלעך אריינגעשטופט צווישן די שפאלטענעס.
די הרגשים ביים מקום שהתפללו אבותינו, און ווי דער עולם פאר טויזנטער יאר צוריק האבן געטרעטן ארום דעם זעלביגן אדמת קודש, איז שווער ארויסצוברענגן. דער עיקר איז אז מען זאל שוין האבן אויסגע'פועל'ט אז בית מקדשינו החריבה והשמם
ושועלים הלכו בו זאל שוין אויפגעבויעט ווערן במהרה בימינו, ובימינו דידן ממש, און מען זאל שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן פון אלע גליות הגוף והנפש, און די צער השכינה זאל זיך אויפהערן, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
~~~~~~~~~~~~~~~
שער האשפות
בערך 3:00 איז מען געגאנגען צו שער האשפות וואו עס האט געווירבלט מיט אלע פארשידענע מיני מענטשן, און די שנארעריי פארשטייט זיך איז פארגעגאנגען בכל תוקף ועוז.
דערנאך איז מען געפארן צו הר המנוחות און מען איז אוועק געפארן פון דארט בערך 4:45.
הר המנוחות
אויפן הר המנוחות איז מען געגאנגען מתפלל זיין קודם ביים ציון פון הרה"ק מ'בעלז זי"ע, און ביי קברי המשפחה.
דערנאך ליגט טשעבינער רב זי"ע, ר' ישראל יעקב פישער, הרה"ג ר' משה פיינשטיין, אוו נאך אסאך רבנים נישט ווייט פון דארט, לדוגמא, דער חלקת יעקב, ר' בצלאל שטערן, ר' שמואל עהרנפעלד מ'מאטערסדארף, ר' עיקבא סופר ועוד ממשפחתו, מישקאלצער רב, ר' חיים שמואלביץ, ר' נחום פארצוביץ, בריסקער רב אן זיין זון ר' משה ועוד.
נאך הר המנוחות האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עיר האבות קרית ארבע היא חברון, וואס איז היינט בארץ הדומה לכנען ושמו ישמעאל.
אויפן וועג איז מען דורכגעפארן אידישע און אראבישע שטעטלעך, דערנאך איז מען אנגעקומען אין חברון עיר האבות.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

חברון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מען איז גלייך צוגעפארן צום מערת המכפילה. אויפן וועג האט מען געזען אראבערס מיט חמורים און ביים באס סטאפ זענען אנגעקומען 1-2 אראבישע שקצים און געבעטן געלט, אבער מען האט זיי פארטריבן. די סעקיוריטי דארט איז גאנץ שטארק און זעט אויס אנגעצויגן מיט אונזערע שוועסטער-קינדער. עס איז דא א ריזיגע פלאזא און מען גייט ארויף שטיגן ווייל די מערה איז ארויפצו בארג ארויף.
ווען מען איז אנגעקומען אויבן ביים שדה המכפלה זעט מען דארט אויף די לינקע זייט א גרויסן בנין וואס אינעווייניג איז דא היכלות מיט מציבות און צימערן פאר יעדעם עקסטער. אהל אברהם, שרה, יצחק, רבקה, יעקב, לאה, און אויך וואו עס ליגט עשו'ס קאפ.
למעשה איז אבער אנגענומען אז עס האט נישט קיין שום מקור, און אז די ריכטיגע פלאץ פון די מערה און די קברים איז ארויף רעכטס וואו עס איז דא א שטיקל גארטן פון פארנט, און דארט פלעגט אמאל זיין אסאך טרעפ ארויף ביז די מערה און אידן האבן נאר געמעגן גיין די ערשטע זיבן טרעפ, און דארט פלעגן די גדולים דאווענען, ווי עס איז אנגענומען איז עס אקעגן איבער די קברים פון די אבות.
די טרעפ איז מער נישטא און אנשטאט דעם איז דא א געבויטע רעמפ און אויפן וואנט אויף די לינקע זייט איז אנגעצייכנט פונקטליך וואו די זיבן טרעפ האבן זיך געענדיגט.
ממש ביי די זייט פון די פלאץ וואו די זיבן טרעפ האט זיך געענדיגט איז דא א שטיין מיט א "שטיקל" מקור (גאנץ א קליינע), אז דארט איז קבורת ומקום מנוחתו של הרמב"ן זכותו יגן עלינו.
נאכן מתפלל זיין און זינגען י' זכות אבות, איז מען אריין אינעווייניג אינעם בנין וואו עס איז דא די היכלות, און מען האט דארט אויך געזאגט אביסל תהלים און געזינגען.
אונזער חזן דמתא וואס איז געקומען צו פליען פון ניו יארק צו זיין ספעציעל מיט אונז און איז אפילו מיטגעקומען מיט אונזער פלייט, החזן המפורסם ..., האט אראפגעלייגט א הארציגן ניגון אויפן פלאץ..
נאך א שטיק צייט אינעם קאמפלעקס וואו עס דרייען זיך אסאך חברה מיט געווער, איז מען צוריק אראפ וואו עס איז געווען אנגעגרייט טעימה קלה מיט קאווע, און
ענדליך איז שוין געווען צו באקומען קאווע, הייס וואסער, צוקער און אויך מילך. רוב פלעצער איז געווען נאר הייס וואסער וכדו'.
דערנאך איז מען צוריק ארויף אויפן באס און מען איז געפארן צום אידישן חלק פון שטאט און געכאפט דארט א שטיקל tour. מען איז אריין אינעם חלק שטאט און מען איז אריין אינעם אלטן שול וואס איז אין א חצר, דארט האט מען געזען דעם ספר חק לישראל מיט א חתימה אריינגעלייגט פון הגאון הקדוש בעל שדי חמד ר' חיים חזקי' מדיני זי"ע.
דער שול איז געווען פארמאכט אסאך יארן און די אידן זענען אוועקגעגאנגען פון דארט נאך די פרעות תרפ"ט, הי"ד פאר די קדושים. אויבן אויפן באלקאן העכער די שול האבן אונזערע קאזינס אנגעפילט מיט גארבידזש ווען זיי האבן זיך דארט באזעצט און געמאכט א שטאל פאר בהמות, און אזוי האט מען נישט געקענט זען די שול.
דערנאך איז מען געגאנגען צו אן אנדער שול וואס דער צמח צדק מליובאוויטש האט געהאט א טאכטער וואס האט עס אויפגעבויט.
דער שול איז גאנץ קליין, עס קען האלטן א מאקסימום 20-30 מענטשן, עס איז בערך200 S.F. גרויס.
דארט האבן מיר געטראפן איינעם דאווענען. די ספרים שאנק האט בלויז אנטהאלטן ספרי חב"ד. ארט איז אויך געווען א שטיקל פון א שטיין פון א נדבן פון הונדערט יאר צוריק וואס האט עפעס געטון פאר דעם שול אמאל. ווי אויך א בילד פונעם אלטן שול, און פון גלייך נאך דעם פאגראם משנת תרפ"ט 1929.
דערנאך איז מען ארויס צוריק צום חצר און גייענדיג צום באס, דארט האט מען געטראפן קליינע קינדער וואס האבן זיך געשפילט. זייערע געימס איז געווען פול מיט געווער און שלעגערייען, מיר האבן געהערט שרייען קולות "ערבי" "ערבי" אלס א חלק פון זייער שפיל. עס האט נישט געהאט קיין שום אידישן טעם, און זעט אויס אז די מענטשן פילן מורא'דיג וויכטיג אזוי צו וואוינען.
איינע פון די קינדערלעך וואס האט זיך געלאזט פאטאגראפירן האט דערנאך געבעטן "טיפ" "טיפ".
נאכדעם האט מען זיך ארויסגעלאזט פארן ווייטער צו אן אנדער שטח אינעם שטאט צו קבר ישי אבי דוד און אם המלך (ווי די גמרא רופט איר אן ביי שלמה המלך וואו עס שטייט וישם כסא לאם המלך, אז עס מיינט נישט בת שבע, נאר) רות.
פארוואס ישי און רות ליגן באגראבן צוזאמען ווייס איך נישט. איך האב געטראכט בדרך אפשר אז דוד המלך האט קודם געקעניגט אין חברון, און קען זיין ישי איז געשטארבן יענע צייט כאטשיג מען זעט אז ישי האט נאך לכאורה געלעבט וועו שמואל האט געזאלבט דוד אלס א מלך בזמן שאול, ווייל דוד האט איבערגענומען די מלוכה פון שאול.
רות האט אבער זיכער איבערגעלעבט דוד ווי פריער דערמאנט אז זי האט נאך געלעבט ווען מען האט אויפגענומען שלמה אלס קעניג פון כלל ישראל.
דער וועג ארויף צו ישי ורות איז גאנץ א שווערע בארג ארויף צופוס מיט גאר גאר שיפע בערג און טרעפ.
די סעקיוריטי אויך געווען היבש אנזעעוודיג ויבאלד עס גרעניצט זיך מיט שטחים פון די אראבערס.
אינעם אלטן קווארטל האבן מיר געזען עטליכע טעוועלעך מיט נדבות לע"נ לאקאלע נרצחים הי"ד פון אראבערס.
גאנץ אונטן פונעם בארג זענען געווען עטליכע קליינע אראבישע שרצים וואס האבן געשפילט באל און פארפירט.
נאכן אויסשעפענדיגן וועג ארויף איז מען נאך ארויפגעגאנגען שטיגן און שטעגעלעך ביי די זייט פון א פעלד וואו די ארץ ישראל'דיגע הונט האבן אנגעפאנגען בילן.
אויבן ביים שפיץ איז דא די קבר ישי ורות, און מען קען ארויף קריכן אויפן דאך אויך די שמאלע דינע סכנה'דיגע שטיינערנע טרעפ.
ביי די זייט פון קבר ישי ורות איז דא א גאר אלטע שול אריינגעבויט אין א וואנט פון גאר אלטע, און א גאר דיקע, שטיינערנע וואנט.
דערנאך האט מען געמאכט דעם וועג אראפ, עס איז געגאנגען שנעלער ווי ארויף, און צוריק צום באס.
פון דארט האט מען זיך געגרייט צו פארן צו בית לחם, קבר רחל אמינו.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

קבר רחל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

נאך א שטיק צייט איז מען אנגעקומען קיין בית לחם צו קבר רחל וואו מען האט קודם געדאוונט מעריב און דערנאך געזאגט תהלים פאר א שטיק צייט.
דארט ביים קבר רחל איז געווען גאנץ א גרויסער ציבור פון עטליכע מנינים, און עס איז אויך דא א שול מיט א כולל.
דערנאך איז מען צוריקגעפארן צום האטעל וואו מען האט געגעסן נאכטמאל נאך א לאנגן טאג. כאפנדיג א שפאציר נאכן נאכטמאל אויף די ירושלימ'ער גאסן אויף רחוב יפו האט מען געזען דארט איינעם שפילן אויף א Harp ממש ווי דוד המלך אליינס.
אזוי ארויפגייענדיג ביז שוק מחנה יהודה, אבער ביינאכט איז עס ליידער בלויז א הענגאוט וואו דער עולם קומט רייכערן נארגילאס און זיך אנ'שיכור'ן מיט בירה.
יעמט גייט מען זיך צולייגן דעם זעקל ביינער, מיטן פלאן מארגן צו גיין דאווענען וותיקין ביים כותל. א גוטע נאכט.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

ויהי ממחרת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דאנערשטאג פארטאגס זענען די זריזים געגאנגען דאווענען מיטן נץ מנין ביים כותל המערבי, מען איז געפארן מיט א טענדער. די זריזין שבזריזין - הנקרא בלשונינו נערוועז -, זענען געפארן פריוואט מיט א מונית, וויבאלד די טענדער האט געקענט אנקומען שפעט.
מעו איז אנגעקומען צום כותל המערבי פארנט פונעם שער האשפות און פוון דארט אריינגעוואקט צום כותל פלאזא. מען איז אנגעקומען בערך 40-45 מינוט פאר דעם נץ החמה און מיר האבן געמאכט אן אייגן מנין ביים כותל ממש.
נאכן דאווענען איז א חלק צוריקגעפארן אין האטעל, און רוב עולם איז אריין צום שוק מחנה יהודה וועלכע האט זיך אנגעפאנגען צו עפענען און נאכנישט געווירבלט צופיל מיט מענטשן.
די האלב לעבעדיגע פיש און די פיצוחים און טרוקענע פרוכט, פרישע פרוכט, ממלכת ההאלבא מיט אלע מיני האלווא קעיק, פרישע געבעקס וכו' וכו', אבער א גרויס חלק געשעפטן איז נאך געווען פארמאכט. דערנאך איז מען צוריק אין האטעל וואו עס איז געווען אנגעגרייט א רייכן פרישטאג זיך צו קענען ענערזשייזען אויפן טאג.
בערך 9:45 האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מדבר יהודה. אויפן וועג איז מען אדורך געפארן וויזניצער שול, די געגענט פונעם נייעם גור'ער בית המדרש וואס איז יעצטunder construction און נאך געגנטער. און אויך די גרויסע בעלזער שול און מרכז עולמי, און נאך שיינע געגענטער אין ירושלים, עזרת תורה, סאטמאר, און אויך וואו מען זעט א בילדונג נאכגעמאכט סעווען סעווענטי.
דערנאך איז ארויסגעפארן פון שטאט ארויף אויפן הייוועי וואו מען האט געקענט זען פארשידענע אראבישע געגענטער, הר הצופים.
דער געגענט איז זייער בערגיג און הערליך שיין, די גאנצע וועג וואו מען זעט בחוש ירושלים הרים סביב לה, און אויך פול מיט שטיינער..
אויפן וועג האט מען געזען סטאדעס שעף אויף פארשידענע פלעצער. נעבן א געגענט מיטן נאמען נחל אוג האט מען זיך אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט ביי איינע פון די בעדואינע געצעלטן וואו מען האט געקענט זען וויאזוי מען האט געוואוינט פאר הונדערטע יארן צוריק מיט זיינע בהמות, סיי פיר פוסיגע און סיי צוויי פוסיגע.
אקעגן איבער אויפן בארג האבן ארומשפאצירט זיינע שעף סטאדעס און אין זיינע בודקעס האט מען געזען די אדווערטייזמענט פון G&B אויף א ברעט ווי אויך א נוי סוכה אויף די 2x4 העלצלעך וואס ער האט ווארשיינליך גע'גנב'עט. אויך האט מען געזען זיינע וואסער טאנקען, זיין לאך וואס מען פילט אן מיט קוילן צו באקן, סאללער פאנעל פאר עלעקטרוסיטי אדער הייס וואסער, אן outhouse און זיינע שטאלן פאר די קליינע און גרויסע בהמות און עופות.
דערנאך איז מען געפארן צו א שטעטל מצפה יריחו פון וואו מען האט געקענט זען פארשידענע געגענטער, ים המלח וכדומה.
ביי מצפה יריחו זעט מען ריזיגע שטחים פונעם מדבר אויף אלע זייטן. עס איז געוועם אביסל פארנעפלט האט מען נישט געקענט זען צו ווייט. דער פלאץ איז אקעגן איבער הר נבו אויף צפון-מזרח. און אויך האט מען געקענט זען יריחו און ווי אויך די בערג אויף אלע זייטן, וויבאלד דער פלאץ איז אויף גאר א הויכן בארג.
דערנאך האט מען זיך אפגעשטעלט אינעם מושב וואו מען וואוינט אין טרעילארס כמו באנגעלוי, וואו עס וואוינען מתנחלים מיט די אידיאלאגיע אז ווילאנג בעדואינער וואוינען אויף די בערג וועלן זיי אויך דארטן וואוינען. אקעגן איבער איז מען אריין צו אן ארטיסט וואס פארעמט אויס פארשידענע תכשיטים פון גלאז; מנורות, זשולערי, שמאנצעס. פון דורכזיכטיגע און קאלירטע גלאז.
דערנאך האט מען זיך צוריק ארויפגעזעצט אויפן באס און אראפגעפארן די געדרייטע בערג פון מדבר יהודה און געגאנגען צו די גמלים.
אוזי איז מען אראפגעפארן צווישן די בערג וואו עס בראט די זון און גייט אראפ נידריגער פונעם ים פלאך, און מען זעט ביי די זייט ים המלח, יריחו, טייטל ביימער און קעמלעך.
מען האט זיך אפגעשטעלט אנמיטן וועג וואו מען האט געקענט רייטן אויף קעמלעך און זיך פילן אזויווי אמאל ווען מען איז געפארן אין מדבר אויף קעמלעך. און ווי אויך האט מען געזען וויאזוי די קעמלעך קניען און וויאזוי זיי הייבן אויף די פוס און זיי וואקן ווי א שיף. מען האט אויך געקענט אנטון שמאטעס אויפן קאפ אזויווי די אראבער פירן זיך.
פארנדיג ווייטער האט מען זיך אפגעשטעלט אויף א געגנט וואו מען קען זען דעם ירדן ביים היינטיגן גרעניץ פון ארץ ישראל און ירדן.
דער טייכל איז היבש שמוציג און מאראסטיג, און מען זעט ירדן'ישע סאלדאטן אויף די אנדערע זייט. אזוי אויך איז דא דארט א פלאץ וואו די קאטוילישע גלחים שפריצן זייער שמייליגע וואסער און טויפן דעם עולם. דער געגענט האט צלמים און מען קומט צו פארן פאר די שפריצעריי אין גרופעס.
אלע סיינס דארט זענען אויך איבערגעזעצט אויף רוסיש. זעט אויס אז פוטין און פאראשענקא שיקן אהין זייערע חברה.
מען האט זיך געזעצט אויפן וועג צו טברי' וואו דער מהלך איז אביסל א לענגערן פון בערך איינס א האלב שעה.
אינמיטן די וועג פארט מען דורך הר הגלבוע וואו שאול המלך איז גע'הרג'עט געווארן, און ווען עס איז דא א קלארע הימל קען מען זען אז א חלק בארג איז נישט באוואקסן צוליב א קללה פון דוד המלך.
אויף די אנדערע זייט גרעניץ איז דא די הרי מואב, הר נבו, בעל פעור וערבות מואב, און ארץ בני גד ובני ראובן וחצי שבט מנשה.
טברי' איז ביים כנרת וואס איז אין ארץ נפתלי, און דער דרום גרעניץ איז א גרויס חלק פון נחלת שבט יהודה.
די אידעלעך אינעם גרעניץ געגענט פלאנצן אסאך פרוכט און וועדזשטעבלס און גרינהויז פראדוקטן.
זיי היטן אויך שמיטה און לאזן הפקר זייערע פעלדער דורכאויס דעם זיבעטן יאר.
נאך א תקופה פארן האט מען זיך אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט אין אpicnic area מיטן נאמען פארק המדינות. די וואסער רינט אין יענעם געגענט אראפ פון אלע בערג אינעם ראיאן.
אויפן וועג זעט מען ריזיגע שטחים פול מיט טייטל ביימער. אינעם געגנט פון יריחו אויך, אזויווי עס ווערט דערמאנט אין נ"ך אז יריחו איז עיר התמרים, פול מיט טייטל ביימער.
ווען מען האט זיך איינגעדרייט צו טברי' אראפ פונעם הייוועי אריין אינעם שטאט אריין ביי א לאקאלן ראוד, איז מען דורכגעפארן פאפא פיצא.
די געגענט וואו מען איז אדורכגעפארן איז אויך נעבן בית שאן, וואס ביידע, סיי בית שאן און סיי טברי' זענען ביים זעלבן עקזיט.
עס איז כדאי אנצוצייגן אז בית שאן איז נישט געווען גערעכנט אלס א חלק פון ארץ ישראל בזמן בית שני. וויבאלד עס האבן געוואוינט דארטן גוים, האט רבי מתיר געווען די פרוכט אז עס האט נישט געהאט קיין דין פון פירות ארץ ישראל לגבי שמיטה, תרומות ומעשרות.
קומענדיג נאנט צו טברי' האט מען פארגעלערנט מימרות וואס ווערן געברענגט פון רבי עקיבא פון גמרא, ירושלמי וכדומה.
די קבר פון רבי עקיבא איז די ערשטע פלאץ פון די קברים אין טברי' וואו מען פלאנט צו גיין בעז"ה.
נעבן טברי' צווישן בית שאן און טברי' זעט מען א שיינעם געגנט עמק הירדן וואס מען איז אדוכרגעפארן, און נאך ווייטער אויך מזרח געפונען זיך הויכע בערג אינעם בעקגראונד וואס איז לכאורה פון ערי עמון אדער ארץ בני ראובן וגד.
מען זעט אויך ביימעלעך וואס ווערן איינגעפלאנצט בהרכבה.
די view אינעם גאנצן ארום אויף ביידע זייטן איז הערליך שיין מיט וואס גרויסע חלקים פונעם ארץ הצבי הקדושה והרחבה איז געבענטשט.
די הייוועי פארט אדורך דעם ירדן און אין יענעם געגנט וואס איז חוץ לגבולות הארץ זעט מען ארץ הבשן, די גולן בערג, און מען זעט אויך די בערג וואס זענען כהיום בארץ סורי'.
די פירות פונעם געגנט איז נישט פון ארץ ישראל, און איז פטור מתרומות ומעשרות.
מען איז אדורכגעפארן דעם פלאץ וואו דער ירדן מיטן כנרת קומען זיך צוזאם, און כידוע מישן זיך די וואסערן נישט צאם, און די קאליר פונעם ירדן האקט אדורך דעם גאנצן כנרת.
מען איז אדורכגעפארן א פלאץ וואו מען האט געקענט זען פארע ארויסקומען פון די חמי טברי'.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

טברי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ווען מען איז אריינגעפארן אין טברי', איז מען קודם אדורכגעפארן די געגענט פון קבר רבי מאיר בעל הנס, רב ירמי', רב כהנא אינעם אלטן בית החיים, מתלמידי בעל שם, און אויך די אלט שטאט טברי'. מען איז דורכגעפארן די געגנט פונעם ביהמ"ד פון רבי מענדעלע וויטעפסקער, דעם אלטן חומת העיר וואס איז מוקף מימות יהושע בן נון, אויך די געגענט פון רב חייא ובניו.
דערנאך איז מען ארויף צו מערת רבי עקיבא, און קבר הרמח"ל וואס ליגט אין אן עקסטרע צימער גלייך אונטער די קבר מערת התנא רבי עקיבא.
העכער דעם קבר פון רבי עקיבא איז דא א געבויעטע שול און אויך א מציבה פארן הייליגן תנא.
נאכן זאגן תהלים איז דער עולם ארויס אין א רקידה וואו מען האט געזינגען און געטאנצן אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל.
מען האט אויך דארט געדאוונט מנחה, און נאכן ענדיגן תהלים ביים רמח"ל האט מען זיך צוריק געלאזט צום באס, וואו דאס מאל איז געווען אן ערנסטן שינוי.
בסדרי בראשית אז מען זאל דארפן ווארטן פארן עולם, האט מען דאס מאל געדארפט ווארטן אויפן דרייווער ער זאל ענדיגן מנחה.
דערנאך האט מען זיך געיאגט צו גיין צום ביה"ח של תלמידי בעל שם, וויבאלד עס האט שוין אנגעהויבן צו ווערן טונקל און אין טברי' ווערט טונקל גאר שנעל.
אויפן וועג גייט מען אדורך קבר רבי חייא ובניו, און אזויווי עס איז א שווערע בארג ארויף האט מען געזאגט א קאפיטל תהלים אויפן באס.
דערנאך איז מען געפארן צום בית החיים אין טברי' וואו עס ליגן די תלמידי בע"ש. דארט האט מען מתפלל געווען ביי ר' יעקב שמשון משפיטיווקא, ר' מענדל מוויטעפסק ועוד. דארט ליגן גאר אסאך גרויסע צדיקים, ר' מענדל מפרעמישלאן, די אמשינאווע רביים, ר' יוחנן מסטאלין ליגט נעבן ר' מענדל מוויטעפסק, ר' חיים אבולעפיא ומשפחתו, מגדולי הספרדים מחבר ספרים רבות אב"ד טברי', און אויך די אפטא שטיין. דערנאך איז מען געגאנגען אינעם אנדערן סעקשאן אינעם בית החיים צו בילגורייער רב, און זיך אויך אפגעשטעלט ביי די חלקה פון די רוזינער אייניקלעך.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אין וועג צו גיין צו קבר רב אמי, רב אסי, רמב"ם, של"ה הקדוש, ר' יוחנן בן זכאי, ר' אלעזר בן ערך, ר' יהושע בן חנני', ר' יוסי הכהן און ר' אליעזר בן הורקנוס.
אויפן וועג איז מען אריבער'ן מערת אמוראים און זיך נישט אפגעשטעלט. דערנאך האט מען זיך אפגעשטעלט ביים של"ה הק' און די ארומיגע תנאים. צום קבר הרמב"ם האט מען נישט געקענט ארויפגיין, און אויך איז די גאנצע שטח יעצט under construction. מען האט געזאגט די תפלת השל"ה ביים קבר השל"ה.
אויף די רעכטע זייט פונעם של"ה ליגן פיר הייליגע תנאים, ר' יהושע בן חנני', ר' יוסי הכהן, ר' אלעזר בן ערך און ר' שמעון בן נתנאל. צוקאפנס פונעם של"ה ליגנדיג אויף די זייט איז די קבר פון התנא ר' אליעזר בן הורקנוס.
אביסל ארויפצי צווישן די מציבה פון די פיר תנאים און ר' אליעזר, ליגט זייער הייליגע רבי ר' יוחנן בן זכאי, וואס איז געווען די מנהיג ביי כלל ישראל בשעת חורבן בית המקדש, און האט געמאכט תקנות פאר כלל ישראל וואס ווערט דערמאנט אין די משנה.
צוקאפנס פון די פיר תנאים אביסל גראד ארויפצי ליגט רבי אמי, און אונטער דעם אויף די זייט ליגט רב אסי.
די קבר הרמב"ם ליגט אין אן עקסטערע שטח מיט א גאנצע געבויטע שיינע זאך ארום דעם גאנצן שטח. אבער ווי פריער דערמאנט האט מען נישט געקענט אריינגיין.
דערנאך האט מען זיך געלאזט אין וועג צו רחל אשת רבי עקיבא. מען האט דארט פארברענגט אפאר מינוט און זיך ארויסגעלאזט צו קבר רבי מאיר בעל הנס.
ביי רחל אשת רבי עקיבא איז דא צוויי גאר אלטע ספרי תורה אין דעם ביהמ"ד, און אויך איז דא א כסא של אליהו מיט א טויב אויסגעשניצט אויפן בענקל, און עס שטייט דארט אז עס קומט פון אן אלטן ביהמ"ד פון רבי חנינא סגן הכהנים.
עס שטייט אז די בנין איז אלט 1,000 יאר. גיי ווייס.
דערנאך איז מען געגאנגען צו קבר רבי מאיר בעל הנס וואו מען האט געדאוונט מעריב און געזאגט תהלים.
ביי די לינקע זייט פון די קבר פון ר' מאיר ליגט זיין תלמיד סומכוס. סומכוס איז נידריגער אונטן אין עזרת נשים וואו מען דארף אראפגיין א שטאק.
ביי די זייט פון סומכוס ליגט די תנא ר' שמעון בן אלעזר.
ביי די רעכטע זייט פונעם קבר התנא ר' מאיר איז די שול אינעם זעלבן בנין, מען דארף אבער אראפגיין טרעפ צום שטיין.
ארויסגייענדיג האט מען געמאכט א סטאפ וואו עס איז דא ממש ביי די זייט פון דעם בנין א שטיקל ספרד'ישע מארק וואו מען האט פארקויפט אלע מיני סגולות און שמאנצעלעך.
דער עולם האט זיך דארט איינגעהאנדלט Jerusalem Pencils, און נאך גאר וויכטיגע זאכן וואס מען קען זיך ממש נישט באגיין אן דעם.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אין וועג צו עסן נאכטמאל.
דער עולם איז שוין געווען היבש אויסגעמוטשעט נאך א לאנגן טאג.
דערנאך איז מען געגאנגען עסן נאכטמאל ערגעץ וואו אין די מרחקים אין א דרך לא דרך מקום לא מקום, וואס וואלט געווען סאך אינטערעסאנטער אויב מען וואלט נישט געווען אזוי אויסגעמוטשעט און ביינאכט.
דער פלאץ איז אין א ליידיגע קליינע פיקניק עריע מיט א קליין וואסער'ל, און דער וועג איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד.
דער געגנט איז נעבן א שטעטעלע מגדול און הייסט מעיינין, אויב האב איך גוט פארשטאנען.
די באס איז ארויפגעפארן אויפן שמאלן בארג צווישן Bushes דער גאנצער וועג ארויף. ביים פארקינג איז געווען אביסל פלאץ פאר די באס, און דער עולם איז אראפגעגאנגען א דינעם שטעגל ניטאמאל צוויי פיס ברייט צווישן די בושעס און געדרייט אן א לייטס. מען איז אנגעקומען אונטן איז געווען גרייט א סאפפער איזראעל סטייל בארביקיו, וואו מען האט אנגעהויבן בראטן פלייש און געשניטן וועזשטעבלס, און געהאט גרייט חומוס פארשידענע מינים, מיט פיטא, וואס מען האט אריינגעלייגט אין די ברוינע בעגס און יעדער האט זיך אליינס גענומען.
עס האט געבאמבעט אפאר מיקרופונים מיט מוזיק ווילאנג דער עולם האט געגעסן. מען האט נישט געקענט צופיל הנאה האבן פונעם שטח צוליב די טונקלקייט פונעם נאכט, עס קוקט אבער אויס ווי א שטילע רואיגע פארקעלע.
נאכן בענטשן איז מען געפארן צו עמוקה צו די קבר פון יונתן בן עוזיאל.
עמוקה
מען איז אנגעקומען אויבן אויפן געדרייטן בארג, ארויפגעוואקט אויפן געדרייטן רעמפ און אנגעקומען צום קבר וואו עס איז געווען א חבורה וואס האבן דארט מתפלל געווען און געזונגען. דערנאך האט מען געדאוונט און אביסל געזונגען און דערמאנט נעמען וואס דארפן ישועות פאר שידוכים, און צוריק אראפגעפארן דעם בערגל אויפן וועג קיין מירון.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

צפת - מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מירון
ויהי קרוב לחצי הלילה איז מען אנגעקומען אין שטעטל מירון. די ערשטע פאר מינוט ביים מסדר זיין די אכסניות איז געווען א שטיקל כאאטישער צושטאנד, אבער נאך אפאר מינוט איז בדרך כלל געווען אלעס מסודר בערך 12:00 ביינאכט.
דער דערפל האט געווירבלט מיט מענטשן וואס גייען כסדר ארויף אדער אראפ צום ציון התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי.
~~~~~~~~~~~~~~~
אתרא קדישא מירון
מען איז אנגעקומען און זיך געסעטלט אין האטעל פאר די נאכט. און אינדערפרי איז מען געגאנגען דאווענען ביים מערת התנא ר' שמעון. די געווירבלאכטס פון מענטשן פון אלע מיני שיכטן פון כלל ישראל איז גאנץ אינטערעסאנט, ווי אויך די צומישעניש צווישן די מנינים און מתפללים.
אזויווי אויף א יעדע הייליגע פלאץ און וואו עס דרייען זיך מענטשן, קומען אן פארשידענע אינטערעסאנטע פארשוינען. צופיל אפצוגעבן זיך מיט זיי לוינט זיך נישט.
בערך 10:15 אינדערפרי האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צפת.
~~~~~~~~~~~~~~~
מען איז אנגעקומען קיין צפת בערך 11:00, וואו איינער א טור-גייד האט אונז געדארפט ארומנעמען אין אלט שטאט צפת.
מען איז אנגעקומען ממש נעבן די אלטע שטאט, וואו כמעט די גאנצע געגנט אינדרויסן און אינעוויייניג איז ארט געלעריס און ארטיסטס צווישן די אלע שמאלע געסלעך.
דער עולם מיטן טור-גייד זענען אריין אין א קליין געסל מיטן נאמען סומטת בית יוסף, וואס אינדרויסן פון דארט און אויך אינעווייניג האט דער מגיד געלערנט מיטן בית יוסף. ארום איז פיל מיט די געלעריס וואו זיי פארקויפן זייערע זאכן. דער טור-גייד האט אנגעפאנגען רעדן דברי תורה און די פרויען זענען גלייך געגאנגען צווישן די געלעריס און נאך פלעצער אליינס. עס איז איבערגעבליבן א קליינער עולם מיטן טור-גייד אינאיינעם.
מיר זענען געגאנגען צום ביהמ"ד האלשי"ך, ביהמ"ד מהר"י אבוהב, דער פלאץ וואו דער אריה"ק האט מקבל שבת געווען און היינט איז דארט געבויט א בית הכנסת און עס האט נישט קיין מזוזה. אין דעם שול איז דא א כסא של אליהו וואס דער דברי חיים האט געשיקט. דער שול איז מורא'דיג שיין פון אינעווייניג.
מען איז דורכגעגאנגען א שול וואס איז חרוב געווארן ביים ערד-ציטערניש בשנת תקצ"ז וואס א חלק פונעם שול איז איבערגעבויגן. מען איז דורכגעגאנגען די שטוב פון טאלטשאווער רב חותן הייטב לב, בית הכנסת של יוסף בנאה וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא, דארט איז מקובל אז דער בית יוסף און אלשי"ך האבן באקומען סמיכה. דארט איז אויך דא א פייגנבוים אין זייער מערה אביסל העכער פונעם בית הכנסת.
נאכדעם איז מען געגאנגען אויפן וועג אראפ און מען איז דורך געגאנגען די סענטער פון ברסלב וואס איז ממש העכער די ביהמ"ד האר"י (הספרדי). דער בית המדרש איז העכער די בית החיים.
ביים בית החיים איז דער עולם קודם אראפגעגאנגען די טרעפ וואס איז א היפשע טירחא, און געגאנגען אין די מקוה האר"י זי"ע, דערנאך ביי די קברים, און מען האט געמאכט א שטיקל קומזיץ מיט א פידעלע און געזונגען לכה דודי ביים קבר פון ר' שלמה אלקבץ זי"ע וואס איז ממש נעבן דעם קבר האר"י.
דארט האט מען דערנאך מתפלל געווען. עס ליגן דארט קדושים וטהורים, דער רמ"ק, מבי"ט, בעל החרדים, מהר"ש אלקבץ, א זון פונעם אר"י הק' מיטן נאמען משה.
דערנאך איז דער עולם געגאנגען צו ר' לייב בעל היסורים וואס ליגט אינגאנצן אויף די אנדערע זייט.
דערנאך איז מען געגאנגען צום קבר הבת עין וואס ליגט אין א מערה, בית יוסף, באר מים חיים, אלשי"ך הקדוש, און ר' עמרם חסידא. אסאך זענען געגאנגען יעדער פאר זיך און וואו ער האט געוואלט.
דערנאך איז מען געגאנגען צו א קבר פון הרב פיש וואס ליגט נעבן ר' י... וואו ר' ... האט געמאכט א מנין ביי זיין שווער'ס קבר.
דערנאך איז מען געגאנגען אויפן וועג ארויס און ארום געגאנגען 7 מאל ביי ר' פנחס בן יאיר.
מען האט נאכאמאל געמאכט א שטיקל רקידה ביים פתח בית החיים נעבן ר' פנחס בן יאיר און די חברה קדישא איז געקומען שרייען.
דערנאך איז מען צוריק ארויף אויפן באס צוריק צו מירון וואו עס איז געווען צוגעגרייט א פיינעם טועמי', און די הכנות אויף שב"ק האט זיך אנגעהויבן במלוא מובן המילה.
דער פלאן איז אז עש"ק וועט מען דאווענען מנחה אין אונזער בנין, און דערנאך ארויפגיין צום מערת ר"ש פאר קבלת שבת.
א גוט שבת.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

שבת אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

א גוטע וואך, א געזונטע וואך, א מזל'דיגע וואך, א פרייליכע וואך, מען זאל האבן אלע גוטע השפעות אויף די קומענדיגע וואך און אויף אייביג מיט אלע גוטע זאכן.
קודם וועט מען אנהויבן מיט די highlights פון די שבת, דאס איז זייער א שווערע זאך, און מען קען עס summarize'ן אין אפאר ווערטער:
שבת אין מירון
פרייטיג צונאכטס האט מען געדאוונט מנחה אויף די ערשטע פלאר פונעם בנין, און נאכן דאווענען איז געווען א דרשה פון ר' ....
דערנאך איז מען ארויף צו מערת רבי שמעון. אויפן וועג ארויף זענען שוין אידן צוריקגעקומען פון די מערה, אסאך פון זיי אנגטון אינגאנצן ווייס (א חלק אויסער די אויפשריפטן אויפן קאפל), און אפילו ווייסע שוך.
מען איז אנגעקומען אין די מערה וואו עס האבן זיך אדורכגעדרייט טויזנטער מענטשען מיט א שטארקן געדרענג. מען האט זיך אריינגעשטופט אינעווייניג און געמאכט אן אייגן מנין. פארגעדאוונט האט ר' ... נ"י, וועלכע האט געדאוונט זייער שיין אויפן באבוב'ער נוסח.
נאך א טאנץ ביי בואי בשלום האט מען געזונגען פאר כגוונא בר יוחאי כמנהג מירון, און ארומגעטאנצן מיט גרויס התלהבות פאר אפאר מינוט.
נאך מעריב איז מען געגאנגען מאכן די סעודה אינעם בעיסמענט, וואו די סעודה איז געווען זייער שיין צוגעגרייט, און נאך די סעודה פארן בענטשן האט מען געזונגען און געטאנצן זייער שיינע ניגונים פאר א לענגערע צייט.
די מעניו ביי די סעודה איז געווען אביסל אנדערש ווי דער עולם איז צוגעוואוינט אין אמעריקע. חצילים, חומוס, פיש געבאקן מיט סעסעמי און עפעס א סאוס, רייז אנשטאט פערפל און פאטעיטאס אנשטאט קוגל.
נאכן בענטשן איז אן עולם ארויפגעגאנגען צו ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וועלכע איז געקומען מיט א שיינער עולם פראווען דעם שבת מיט זיינע חסידים צוליב א באווארפן פון זיין זון.
שבת אינדערפרי איז א גרויס חלק עולם אויפגעשטאנען אינדערפרי צו זאגן תהלים פארן דאווענען, כידוע מהסגולות וואס ווערן געברענגט. ביי יענע צייט איז שוין אנגעגאנגען אינעם הויף פארנט פון די מערה א גרויסן קידוש פון צענדליגע יודן וואס האלטן אין איין קומען און גיין פון אלע שיכטן און קרייזן. עס איז געווען א חלק ניכר אנגעטון אין ווייסן, נ נח קאפלעך, וואס האבן פארפירט, וואס זענען אין מירון אן אומפארמיידבארע חלק פונעם ספעקטרום.
ביי דעם קידוש אלס א קבלת פנים פארן אריינגיין אין די היכל המערה האט געשמעקט פון די טשאלענט, קוגל, הערינג וכו' ביז בערך 9:00 ווען מען האט אוועקגעקלינט צוליב דאווענען, ווייל עס האט זיך שוין געשטעלט א מנין אינעם הויף.
מען האט געזוכט א שטילן פלאץ וואו צו דאווענען וואס דאס איז א רוח שאינה מצויה. אין דעם היכל פרייטיג צונאכטס איז די זעלבע ווי א יעדן טאג געווען יעדע פאר פוס נאך א מנין, און עס איז שווער זיך צו מצמצם זיין צום דאווענען אויב איז מען נישט צוגעוואוינט דערצו. וויבאלד עס איז נישט געווען אזוי באקוועם האט מען געזוכט א רואיגע פלאץ וואו צו דאווענען, וויסנדיג אז מען גייט דארפן שפעטער זוכן א ספר תורה צום ליינען אינעם היכל המערה.
מען איז זיך צוזאם געקומען ביי א זייט אויפן דאך און אנגעהויבן דאווענען, נאך אפאר מינוט האט מען מודיע געווען אז עס ענדיגט זיך א מנין אינעם היכל, און אז מען זאל דארט אראפגיין איבערנעמען א מנין זיך צו שטעלן.
דער געדרענג איז געווען קלענער ווי פרייטיג צו נאכטס, און עס איז געווען אביסל פלאץ צו זיצן פאר די ווייסע בערד, און מען האט געקענט אביסל אטעמען.
מען האט אנגעהויבן דאווענען מיט א התלהבות, ווען ביי די זייטן האלט מען יעדע פאר מינוט איינער ביים ליינען, איינער ביי כתר, אבער ב"ה מען האט פיין געדאוונט. צו שחרית איז צוגעגאנגען דער באקאנטער חזן ....פון ... וואס האט אונז אויך מהנה געווען מיט נגינה שירה וזמרה פרייטיג צו נאכטס.
מען האט געזאגט יוצר און נאכדעם ביי די עליות זענען אפאר עליות געווען מבני משפחתינו. ביי הגבה מיט וואס ר' י... איז מכובד געווארן, האט ער בטעות אריינגעהאקט אין א קריגל שמן זית וואס ברענט לכבוד ר' שמעון. עס איז מקויים געווארן בחוש שמן הטוב יורד על הזקן, און מען האט געדארפט אפווישן די ספר תורה אויף וואס אפאר טראפן האבן ארויף געטראפט.
דערנאך האט מען געמאכט אן עקסטער מנין מוסף וואו מען האט געדאוונט כנוסח פאפא, דער חזן איז געווען ....
נאכן ענדיגן דאווענען אויפן וועג ארויס אויפן הויף האט מען געמאכט א רקידה לכבוד התנא האלקי, און דערנאך זיך אראפגעלאזט דעם בארג פאר קידוש במקום סעודה.
דערנאך איז געווען א שיינע סעודת שבת, ווייטער מיט נגינה ושירה. אינמיטן די סעודה האט הרב ... געזאגט דברי תורה פארן עולם. מען האט געענדיגט קרוב צו 3:00.
די פרויען האבן געהאט א טשיז קעיק קידוש אינדערפרי, אבער די פרטים דערפון איז נישט באקאנט פארן שרייבער פון די שורות. עס איז אבער געווען ניכר אז אסאך פון די עסן וואס איז שוין געווען ארויסגעלייגט פון ביינאכט, פעלט א גרויס חלק דערפון.
נאכמיטאג נאך ווען דער עולם איז צוריק ארויף צו די מערה צו דאווענען מנחה, וואס האט אויך גענומען צייט צו ארגאניזירן א מנין צוליב דעם געדרענג, איז מען געגאנגען אויף א שיינעם שפאציר אינעם שטעטעלע מירון, און מען האט געטייטשט ש'פאצירן ב'שבת ת'ענוג, ווען דער עולם איז געווען גרייט צו טוישן פון שלאפן אויף שפאצירן.
עס זענען אויך געווען עטליכע וואס זענען געגאנגען צו ר' אלימלך בידערמאן וועלכע האט דאן געפראוועט און געזאגט תהלים שבת נאכמיטאג.
דער שפאציר האט זיך אנגעהויבן ביי די זייט נעבן די פלאץ פון די רעמפ ביי די כהנים, דורכגייענדיג די הדלקה פלאץ פון תולדות אברהם יצחק, און דערנאך ארויפגייענדיג די צענדליגע טרעפ נאנט צום קבר רבי יוחנן הסנדלר. ממש פאר די טרעפ ארויף גייט מען אדורך דעם קבר פון הלל הזקן וואו מען קען זען כוכים, און אויך איז דא דארט א שיינע view פונעם וועלדל נעבן מירון וואו צווישן די שטעגעלעך ליגט שמאי הזקן. מען האט אויך געזען אינעם וועלדל א בחור'ל פראווען התבודדות.
נאך די קבר פון ר' יוחנן הסנדלר איז מען ארויף דעם בארג צו די בני עקיבא קאמפלעקס, און אויפן וועג האט מען געזען מאנדל, סאברא און פייגן ביימעלעך. מען האט אויך געקענט זען קליינע פייגעלעך וואקסן און די נייע בלומען וואס האבן געשפראצט אויף די מאנדל ביימער. אויך האט מען געזען אסאך זיתים ביימער אין די געגענט.
חסידי בידערמאן האבן ארויסגעדינגען דעם גאנצן בני עקיבא קאמפלעקס און עס האט געווירבלט מיט מענטשן. מען איז דורך זייער פארק וואו מען קען זען חלקים פון אן אלטן פרעס פון זיתים און טרויבן, און מען זעט די שווערע שטיינער, און די שטיינער מיט לעכער און שניטן צו העלפן פרעסן די פרוכטן.
דערנאך איז מען אדורך די חורבות פונעם אלטן בית הכנסת אין מירון, און מען זעט דעם איבערגעבליבענעם שער וואס איז דא, וואס עס איז דא וואס זאגן אז ווען עס וועט חרוב ווערן וועט משיח קומען.
דערנאך איז מען געגאנגען ווייטער און מען איז ארויפגעקראכן אינעם פעלד וואס איז אנגעלייגט מיט חרוב'ע שטיינער, און מען האט דארט אויך געטראפן איינעם פראווען התבודדות.
דער וועג ארויף פון טרעפ עטליכע שטאק פירט צו מערת ר' יוסי בן קסמא און נאך וואס ליגן אין כוכים אין די מערות. דערנאך איז מען געגאנגען אביסל קוקן ווי די יודן וואס קומען שלאפן אין די טענטס וויאזוי עס קוקט אויס. מען האט געזען בעטן, לעכט וכו' ממש אין די מערה אריינגעשטופט אין א גאר שמאלן און נידריגע פלאץ, קוים ווי עס איז דא פלאץ פאר א מענטש. אינעווייניג זענען אבער די מערות אביסל גרעסער און באקוועמער, זעט אויס פאר די וואס שלאפן דארט.
דערנאך איז מען געגאנגען צוריק צו די אכסניות. עס איז שוין געווען ממש ביים שקיעה און דער עולם האט זיך געוואשן פאר שלש סעודות.
תורה האט געזאגט .., און דערנאך האט מען געזונגען ניגוני דביקות בשעת רעוא דרעוין. מיט בענטשן איז מכובד געווארן ... דערנאך האט מען געדאוונט מעריב. הבדלה איז געהערט געווארן דורך ...אויפן באבוב'ער נוסח.
דערנאך נאך א קורצע ברעיק איז מען געגאנגען עסן מלוה מלכה, מיטן חשבון צו גיין צו די הדלקה פון ר' אלימלך אביסל שפעטער.
ממש פארן זיך וואשן איז געקומען א מעסעדזש אז מען גייט שוין מאכן די הדלקה. ווען דער עולם איז ארויפגעקומען האט מען געהאלטן ביי הבדלה, און דערנאך האט זיך גלייך אנגעפאנגען די הכנות פאר די מדורה לכבוד ר' שמעון.
ר' אלימלך כדרכו האט מעורר געווען דעם עולם צו תפלה ובקשה, געזאגט תהלים, ניגוני התעוררות, ביז עס איז געקומען די ריכטיגע מינוט ווען מען האט געצינדן.
נאך די הדלקה נאך א פייערדיגע טאנץ פון בלויז עטליכע מינוט האט מען אויסגעלאשן די פייער און מען איז געטאנצן מיט די חאלאקע קינדער. דערנאך האט דער עולם אנגעפאנגען צו צוגיין און מען איז צוריק אראפ צו די אכסני' עסן מלוה מלכה.
די גאנצע הכנות פון הבדלה ביז נאך די הדלקה איז געווען קרוב צו צוויי שעה מיט די אלע ניגונים און דרשות.
ביי מלוה מלכה האט מען שיין געזינגען און עס איז געווען מוזיק, אן דער עולם וואס האט געהאלטן דערביי האט פיין אריינגעהאפקעט.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

ציון ר' יהודה בן אילעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יום א' דר"ח אדר תשע"ז לפ"ק
ויהי בנסוע. דער עולם האט געדאוונט שחרית, א חלק ביי ותיקין און א חלק ווען עס איז אונטערגעקומען א מנין. און דערנאך נאך א ערנסטען סעודת ראש חודש מיט אלע קליפערלעך, האט מען זיך ארויסגעלאזט בערך 11:15 ארויס פון מירון מיט א צאתכם לשלום, מיטנעמענדיג אלע השפעות טובות פון מירון.
מען איז ארויס ערשט צו די קבר פון ר' יהודה בן אילעי.
~~~~~~~~~~~~~~~
ציון ר' יהודה בן אילעי
מען איז ארויף צום קבר פון ר' יהודה בן אילעי וואו מען האט מתפלל געווען פאר אפאר מינוט. די בנין אופין קבר איז שיין צוגעשטעלט, און די איינציגסטע קבר וואו מען זעט אן אפיציעלע רעמפ פאר די ווילטשעירס. צום קבר דארף מען אראפגיין אראפ, און די קבר איז אויך די לינקע זייט. אויף די רעכטע זייט איז אויסגעגראבן א קבר וואו מען האט טומן געווען זייף פון אוישוויץ, ימ"ש פאר די נאציס וואס איז אנגענומען אז זיי האבן געמאכט זייף פון די קדושים.
אויך איז דא א סגולה (מקור?) אז א שטיין פון זיין קבר איז א סגולה פאר פרנסה.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו א פארק. דארט איז מען געגאנגען זיך אויפלאזן אביסל די muscles און דער עולם איז געגאנגען אויף segways און גאלף קארס צווישן די טרעילס. דארט אויפן פלאץ איז א שטיקל פארם פון אלע מיני ספייסעס און פרוכט.
עס איז אויך געווען דארט איילבירטן ביימער וואו מען האט געקענט זען זיתים אויפן בוים, ווי אויך אראנדזש און לעמאן ביימער מיט פרוכט.
דערנאך איז מען געפארן וויטער מיטן חשבון אויף סוכ"ס אנקומען קיין בני ברק בערך 7:00 נאכמיטאג.
אינצווישן האט מען געמאכט א סטאפ אין הר הכרמל.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

הר הכרמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויפן הר הכרמל איז דא א פארק מיט פארשידענע אקטיוועטיעס, און דער עולם האט זיך מחי' געווען אביסל אויסצוגראדן די נערוועלעך פארן אהיימפארן.
דארט האט מען געדאוונט מנחה בעפארן אנפאנגען צו גיין. פון דארט קען מען זען דעם ים הגדול, אראפצו זעט מען ריזיגע שטחים פול מיט גרינהויזעס וואו עס וואקסט פארשידענע זאכן.
בערך 5:00 האט מען געזען וויאזוי די זון גייט אונטער אין עטליכע מינוט, און מען זעט קלאר וויאזוי די שקיעה גייט, ממש יעדע מינוט איז די סירקל קלענער און פלאך פון אונטן, ביז די גאנצע זון איז געווען אונטערגעגאנגען און עס האט אנגעהויבן ווערן טונקל גאנץ שנעל.
בערך 5:45 האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו בני ברק.
אויפן וועג האט מען ארויפגעלייגט ... אויף די ליין, וואו ער האט גערעדט צום עולם אפאר מינוט פון אמעריקע אויף ספיקער, אלס שליחות צו מתפלל זיין ביים ציון פון רב וואזנער.
מען איז אנגעקומען קיין בני ברק בערך 7:00, גאנץ פונקטליך.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

בני ברק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די ערשטע פלאץ וואו מען האט באזוכט איז געווען אין א מסעדה וואו מען האט געגעסן נאכטמאל. א חידוש אז אין ארץ ישראל איז די עסן געווען פארטיג און מען האט געענדיגט סערווירן 1,2,3. דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און דערנאך געמאכט א רקידה'לע אויפן פלאץ. אקעגן איבער דעם מסעדה איז דא א חתונה זאל קונקורד. עס איז דאן געווען דארט א חופה און אפאר מענטשן זענען געגאנגען קוקן א בני ברק'ער חופה.
דערנאך האט מען געהאט א שטיקל טור אינעם שטעטל דורכן טור גייד. ער האט ארומגעפירט דעם באס ווייזן די ישיבה פון רב וואזנער, ת"ת על אתר של בית החזון איש, ועוד.
בני ברק איז טאקע א אידישע שטאט, אבער גאנץ מאדערנעזירט מיט שיינע בנינים און פענסי געשעפטן, און האט זיך נישט צו שעמען פון 13 Avenue. עס קוקט אויס ווי א אידישע מאנהעטן.
דערנאך איז מען געפארן צום בית החיים וואו מען האט מתפלל געווען ביי די ציונים פון די וויזניץ'ער רבי'ס זי"ע, רב וואזנער זצ"ל, ר' אלחנן יוסף הערצמאן זצ"ל, און אויף רבי יצחק שלמה אונגאר זצ"ל.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט אין א מזל'דיגע שעה בערך 9:30.
כי בשמחה תצאו. מען האט זיך געזעגנט פון די הייליג ערד און שטיינער, ארץ הצבי חמודה ובית קדשינו ותפארתינו.
יהי רצון שנזכה לחזור במהרה דידן יחד עם קבוץ גליות ובביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא, אזא דעטאלירטע און זאפטיגע טאגבוך! יישר כח געוואלד-געשריגן פארן אהערברענגען!
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

יעצט באמערקט דעם הערליכן טאג בוך. סופער שיין! זייער הנאה געהאט.
1 + 1 = חלה דעקל...
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

חלהדעקל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם הערליכן טאג בוך. סופער שיין! זייער הנאה געהאט.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

סופער סופער סופער הערלעכע ארטיקל דאס גיימער עס ארויספרינטן לכבוד שבת
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

דברים אלו האט געשריבן:סופער סופער סופער הערלעכע ארטיקל דאס גיימער עס ארויספרינטן לכבוד שבת

PDF Please
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

kosher phone האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:סופער סופער סופער הערלעכע ארטיקל דאס גיימער עס ארויספרינטן לכבוד שבת

PDF Please

אם מישהו יכול בבקשה להביא את זה ב- PDF
תודה
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שלח לי האימעיל שלך באישי
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

וואףף!! ר' משה, ר' געוואלד, געוואלדיג! נאר יעצט געזען דעם אשכול, אפגעליינט כמעט אין איין אטעם.. הערליך דעטאלירט און זאפטיג אראפגעלייגט!! כ'האב זיך געשפורט מיטגיין מיט אייך דעם גאנצן נסיעה!

יישר כחכם!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

א שטיקל אפדעיט. א משפחה מיטגליד וואס האט נישט געקענט מיטקומען אבער האט געשיקט די אלע מיטגלידער פון די משפחה אלס שלוחים צו מתפלל זיין זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט זש׳׳ק איז נעכטן אנגעקומען די גאר גאר פרייליכע בשורה אז פונקטליך צו ניין חדשים זענען זיי בחסדי השם געהאלפן געווארן נאך א שיינע פאר יאר מיט א מיידעלע.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מזל טוב!!!
ייש"כ פארן מיטטיילן!
זוכט איר דוי?
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:א שטיקל אפדעיט. א משפחה מיטגליד וואס האט נישט געקענט מיטקומען אבער האט געשיקט די אלע מיטגלידער פון די משפחה אלס שלוחים צו מתפלל זיין זיי זאלן געהאלפן ווערן מיט זש׳׳ק איז נעכטן אנגעקומען די גאר גאר פרייליכע בשורה אז פונקטליך צו ניין חדשים זענען זיי בחסדי השם געהאלפן געווארן נאך א שיינע פאר יאר מיט א מיידעלע.

מזל טוב! אסאך נחת פארן משלח און פאר די שלוחים פון אלע קינדערלעך געזונטערהייט און גרינגערהייט.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

זייער זייער שיין, נשיט געוויסט אז ס'דא אזוי פול צי טוהן אין מיין לענדל...

נעקסט טיים קומסט, פארגעס נישט מיר צי וויזיטען...
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

יעצט געליינט, הערליך באשריבן ;l;p-
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

הערליך
לעב און לאך א גוטס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”