טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איך האב געמיינט צו פרעגן וועלכע יאר ביסטו געווען אלס בחור.. אבער קענסט ענטפערן אין אישי
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יעצט אנגעטראפען
WOW זייער שיין סיי די באשרייבונג און סיי די בילדער ....
און א גרויסן דאנק פאר אלע אייערע באשרייבונגען און תגובות מיר האבן גאר שטארק הנאה פון אייך
כה לחי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

WWOW
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

די איבערלעבעניש ביי קבר דוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

דער סטאטוע פון דוד המלך אינדרויסן פון ציון....



דער ציון:



די געהויבענע טענץ ביי קבר דוד, בילדער און ווידיא:







נאך בילדער, געכאפט פון אן אנדערן ענגל. מערקט דער פארשוין אנגעטון ווי באבא סאלי זצ"ל וואס האט זיך דא צוגעשטעלט צו די ריקודין של מצוה....













ווידיא 1
ווידיא 2
ווידיא 3
ווידיא 4
ווידיא 5



די דרשה איבער די ס"ת

די דרשת התעוררות און תקיעת שופר
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הערליך, יישר כח


(אגב, מען קען ארויף לייגן היי רעז מיט א לינק צו אנאנדער סייט אזויווי דראפ-באקס. העלפ אין אישי)
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זייער זיס. דער דרשה וועגן כתיבת ספר תורה דורך גאנץ כלל ישראל... עס האט מיך דערמאנט פון ליובאוויטש...

כ'האב שוין געווארט אויפן המשך. ישר כח.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13005
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מאכט סענס? האט געשריבן:זייער זיס. דער דרשה וועגן כתיבת ספר תורה דורך גאנץ כלל ישראל... עס האט מיך דערמאנט פון ליובאוויטש...

כ'האב שוין געווארט אויפן המשך. ישר כח.

דער בעל דרשן איז בערגער א זון פונעם מישקאלצער פון פ"ת מו"ל פונעם וועכנטליכן גליון פנינים
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

המשך טאגבוך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נאך מעריב און נאכטמאל, נאך א משפחה באזוך.

~~~




מאנטאג ויקהל:

אין מקוה בין איך געגאנגען אין תולדות א"י, לזכר צו דעם זמן וואס איך בין דארט געגאנגען אלס בחור....

דער צעטל איז געווען אויף די טיר אין תוא"י:



שחרית אין מא"ש שטיבלאך, פשוט צו קענען הערן נאכאמאל דאס ליינען פון ר' ד.ש. (איז עס נישט א חלק פון די ירושלים איבערלעבעניש?...) (א רעקארדינג איז אוועילעבל אין אישי)


אויף פרישטאג האבן מיר איינגעקויפט 'דער' איזראעלי מאכל בהא הידוע, פיטא פאלאפעל.... און טאקע פון פאלאפעל מא"ש (בילד אויבן) וואו די פאלאפעל האבן אלע פיאות...



נאך פרישטאג, א שפאציר אין די אונגארישע הייזער, נאכאמאל שוק מא"ש (פאר איינער וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין א"י [די ב"ב] איז עס היבש אינטערעסאנט).


די אונגארישע הייזער (מערקט די עפענונגען פון די בורות פאר רעגן וואסער אין צענטער פון בילד, די פאדערשטע האט נאך די געבוי צו העלפן ארויסשעפן די וואסער):



"שער ירושלים" (יא, די טויערן האבן נעמען...), דער טויער אויף רחוב סאלאנט, קעגן איבער די גרויסע ברסלב'ע שול:



דער אור-אלטער פרוכט 'קלייט' ביים ווינקל פון עין יעקב-חברה משניות:





קליפ פון שוק מאה שערים (רחוב עין יעקב)




דער הויף פון די שטיבלאך (זארגט נישט, דער בחור'ל אין בילד האט גארנישט מיט מיר...):



רחוב חברה ש"ס:



א בא'חנ'ט 'אינגאלע' מיט'ן פולן לבוש:




א טראק קוועטשט זיך אריין אין מא"ש, אויף גענוי די זעלבע פלאץ ווי דאס פריערדיגע בילד



בנין ישיבת סלאנים העכער מאה שערים:



פון שוק מא"ש האבן מיר אראפשפאצירט רחוב שבטי ישראל, אין ריכטונג פון אלטשטאט.


דער מוזעאום אויפ'ן פלאץ וואו ס'איז געווען דער בריטישער תפיסה אין מגרש הרוסים
(מיר זענען נישט אריין; בלויז געכאפט בילדער פונדרויסן פון דעם היסטארישן פלאץ.) :





דער בנין פונ'ם תפיסה, די ווענט זענען פול מיט קוילן לעכער פון די מלחמות וואס עס איז דורכגעגאנגען:





א פארלאזטע מיליטערישן טרעקל אויפ'ן פלאץ:




אינ'ם פענסטער פון א סואוועניר געשעפטל אינ'ן ריזיגן בנין ביים ווינקל פון שבטי ישראל - יפו האבן מיר געזען א מאדעל פון די משכן און פון ביהמ''ק:





אלטשטאט!


די חומה און שער יפו:











פון די חומה קען מען זען די ווינט מיל וואס סיר משה מאנטפיורי ע''ה האט געבויעט צוצושטעלן פרנסה פארדי אידן וואס ציען זיך ארויס צו די ערשטע צוויי געגנטער אינדרויסן פון די חומה - וואס ער האט אויך געבויעט בערך 130 יאר צוריק צו לינדערן די שרעקליכע ענגשאפט אין שטאט.


יעצט האב איך צום ערשטן מאל געזען די 'פען' פון די מיל זיך דרייען (כ'האב געמיינט אז ווען מ'האט עס איבערגעבויעט עטליכע יאר צוריק האט מען עס אראפגענאגלט, ווייל איך האב עס קיינמאל זיך נישט געזען דרייען):


קליפ פון די מיל




Get your facts first, then you can distort them as you please.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אויפן קליפ זעט מען הרב רוסט
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ריכטיג, פארנט פון ספרי עין יעקב, קעגן איבער די שטיבלאך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איינס ביי אייינס הערליך! יש''כ רבי משה, ענד קיפ איט אפ!


אגב, די רייצט מיך אן צי פארן...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איינס ביי אייינס הערליך! יש''כ רבי משה, ענד קיפ איט אפ!


אגב, די רייצט מיך אן צי פארן...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

נו?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואס מיינסטו, ס'שאקלט זיך אזוי ארויס פון די ארבל?... איך האב געארבעט שווער די לעצטע פאר טעג מסדר צו זיין די בילדער (זעה די אפלוידן אשכול), און יעצט גייט מען זיך אי''ה נעמען שרייבן די המשך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

משה
כל הכבוד!
הערליכע ארבעט אזוי פונקטליך מיט אלע דיטעילס
אפילו איינער וואס איז נישט דא, פילט ממש אזוי ווי ער שפאצירט מיט דיר ארויף און אראפ אריין און ארויס
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נאך שעות פון זוכן האבן מיר געטראפן דעם פונקטליכן פלאץ וואו די בילדער זענען געכאפט געווארן: העכער נארוועגיע

(ייש''כ לידידי ר' אויסגערעכנט פאר זיין הילף אין די זוך אקציע)


משהזוךמיר האט געשריבן:
בילדער געכאפט פון פליגער, כמדומה לי העכער ענגלאנד:





Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נאך א שיין בילד פון די חומה, שער יפו און מגדל דוד:
בילד


שער יפו:
בילד


מאפע פון די פיר פערטלען און די טויערן פון אלטשטאט:
בילד


דער טויער פון מגדל דוד:
בילד
בילד


אין א געשעפטל קעגן איבער מגדל דוד האבן מיר געטראפן כלים און מטבעות, וואס דער אראבישער בעה"ב 'האט אליין געזאגט' אז זיי זענען אלט הונדערטער יארן... און זיי ליגן טאקע אין פארשפארטע דיספלעיס, נאר כדי די שליסלעך זאלן זיך נישט פארלירן ליגן זיי אלע אוועקגעלייגט זיכערערהייט אינ'ם שלאס...:
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד


דערנאך זענען מיר צוגעגאנגען צום פלאץ וואו 'מזאגט' אז דער אר"י הקדוש איז דארט געבוירן. (דאס ווערט געברענגט, אז ער איז געבוירן אין ירושלים (דער חיד"א שרייבט אזוי אין שם הגדולים), אבער ווען ער איז צוריקגעקומען פון מצרים קיין א"י איז ער נישט אריין אין ירושלים, נאר פונדרויסן האט ער מגלה געווען וואס ער האט מגלה געווען איבער ירושלים. און אזוי אויך האט מען אמאל געוואוסט וועלכע הויז עס איז געווען, אבער למעשה איז געווען א תקופה פון באלד 20 יאר וואס קיין איין איד האט נישט אריינגעטראטן אין אלטשטאט, אזוי אויך זענען אסאך הייזער חרוב געווארן ביי די מלחמות.) אזוי אויך זאגט מען אז דארט איז געווען די ישיבה פון הייליגן אור החיים הקדוש, וואס האט זיך כידוע אויפגעהאלטן אין ירושלים עיה"ק א קורצע צייט ביז זיין פלוצלונגדיגע הסתלקות.


דאס הויז און ביהמ"ד:
בילד
בילד

פון דארט זענען מיר געגאנגען צום קארדא. די קארדא (cardo) איז א מארק וואס ארכעאלאגן האבן אויסגעגראבן, וואס פון דעם געבוי קוקט אויס אז עס איז געבויעט געווארן דורך די רוימער, בערך בזמן בית שני. דער מארק האט א חלק וואס איז אפן, אבער א גרויסע חלק דערפון איז געווען אונטער הייזער, האט מען געלאזט די הייזער שטיין, נאר מען האט אונטערגעגראבן די הייזער, אזוי אז מ'קען אויך זען - און אריינגיין אין - יענע חלק פון די 'קארדוי.'


די קארדא:
בילד

בילד

בילד

בילד

בילד


טייל פון די אריגינעלע שטיינער וואס די רוימער האבן גענוצט אויסצופלאסטערן די ערד פונ'ם מארק זענען נאך דארט היינט צו טאגס:
בילד

בילד


נאך א בילד פונ'ם מארק. רעכטס זעהט מען די טיר וואס פירט אריין צום פארמאכטן חלק:
בילד


די פארמאכטע חלק פון מארק:בילד


פארנט פון א געשעפטל הארט נעבן דעם מארק, האבן מיר געזען א אידל זיצן ביי א פארצייטישע וועב-מאשין, פון די סארט וואס ווערט דערמאנט אין משניות און גמ' מיט די צוויי 'ברעיקס' וכו', און וועבן א טלית.

דער איד ביי די ארבעט (מערקט די 'טויערן' אויף די רעכטע זייט, וואס זענען פענסטערס צום פארמאכטן חלק פון מארק):
בילד

בילד

בילד



דער מאשין ביי די ארבעט


דערנאך זענען מיר געגאנגען צו די היסטארישע 'חורבה שול,' וואס געפינט זיך גלייך פארנט פון דעם פארמאכטן חלק פון מארק. דאס איז געווען דער שול וואס איז געבויעט געווארן אויפ'ן פלאץ וואס איז געווארן אפגעקויפט דורך די חבריא פון ר' יהודה חסיד אין די ת''ס יארן. אזוי אויך איז דא געזעצן דער אפיציעלער בית דין פון ירושלים בימי ר' שמואל סאלאנט. מער איבער איר היסטאריע זעהט דא.
בערך פופצן יאר צוריק האט מען איבערגעבויט די שול (וואס איז חרוב געווארן ביי די מלחמות אין תש''ח און תשכ''ז) לויט די בילדער, פרובירנדיג עס צוריקצושטעלן ממש ווי אמאל.


דער געסל צווישן די חורבה און די מארק (ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער חבת ירושלים שרייבט שוין וועגן דעם אז די אראבער קענען באלאנסירן זאכן אויף זייער קאפ אזוי גוט אז זיי קענען דערמיט גיין אויף בערג און טאלן אן עס צורירן מיט די הענט, ווי געזען אין צווייטן בילד...):

בילד

בילד


די חורבה (ווינקל פון צפונית מערבית):
בילד


מזרח זייט:
בילד

בילד



הארט נעבן דעם דעם חורבה, ממש באהאפטן דערצו, איז דא א ביהמ''ד וואס ווערט גערופן בית הכנסת הרמב''ן. דער הייליגער רמב''ן שרייבט אין א בריוו צו זיין זון:
יברכך ה' בני נחמן, וראה בטוב ירושלים, וראה בנים לבניך, וכשלחנו של אברהם אבינו יהי שלחנך. בירושלים עיר הקודש אני כותב אליך ספרי (איגרת) זו , כי שבח והודאה לצור ישעי זכיתי ובאתי לשלום ביום תשיעי לירח אלול ועמדתי בה עד מחרת יום הכיפורים, אשר פני מועדות ללכת לחברון עיר קברות אבותינו להשתטח כנגדם, ולחצוב לי שם קבר בע"ה.
ומה אגיד לכם בענין הארץ, כי רבה העזובה וגדול השיממון, וכללו של דבר, כל המקודש מחבירו חרב יותר מחבירו, ירושלים יותר חרבה מן הכל, וארץ יהודה יותר מן הגליל, ועם כל חורבנה היא טובה מאד, ויושביה קרוב לאלפים, ונוצרים בתוכה כשלש מאות, פליטים מחרב השולטן, ואין ישראל בתוכה, כי מעת באו התתרים ברחו משם, ומהם שנהרגו בחרבם, רק שני אחים צבעים קונים הצביעה מן המושל ואליהם נוספו עוד מנין מתפללים בביתם בשבתות. והנה זרזנו אותם ומצאנו בית חרב בנוי בעמודי שיש וכיפה יפה ולקחנו אותו לבית הכנסת , כי העיר הפקר וכל הרוצה לזכות בחרבות זוכה, והתנדבנו לתיקון הבית, וכבר התחילו ושלחו לעיר שכם להביא משם ספרי תורה אשר היו מירושלים והבריחום לשם בבוא התתרים, והנה הציבו בית הכנסת ושם התפללו. כי רבים באים
לירושלים תדיר אנשים ונשים מדמשק וצובה וכל גלילות הארץ לראות בית המקדש
ולבכות עליו, ומי שזיכנו לראות ירושלים בחורבנה, הוא יזכנו לראות בבניינה ותיקונה
בשוב אליה כבוד השכינה.
ואתה בני ואחיך ובית אביך כולכם תזכו בטוב ירושלים ובנחמת ציון.
אביכם הדואג ושוכח, רואה ושמח
משה ב"ר נחמן זצ"ל


אבער, מיר איז אויסגעקומען, אז דער שול איז 'נישט' דער ביהמ''ד פון וואס דער רמב''ן רעדט (כאטש עס האט אויך עמודים...), וויבאלד יענער ביהמ"ד ווערט געברענגט אז עס איז נעבן 'שער ציון,' בעת וואס דער ביהמ"ד איז נעבן דער חורבה.

דער ביהמ"ד באשטייט פון אן איבערגעבויעטן בנין וואס אין דעם איז דער ביהמ"ד, מיט נאך א חלק וואס איז זייער אלט, מיט א גרויסן טורעם (ווארשיינליך אן איבערבלייבעניש פון אן אראבישן מאסק וואס איז דארט געווען, ווי עס ווייזט די לבנה ביים שפיץ). (איך האב אמאל פרובירט ארויצוקריכן דעם טורעם (ס'האט טרעפ און לייטערס פון אינעווייניג), אבער נאכ'ן ערשטן שטאק האב איך אויפגעגעבן ווייל ס'איז געווען אזוי וואקלדיג אז כ'האב געציטערט אז ס'וועט אונטערברעכן...)


ביהכ"נ הרמב"ן, מיט דער חורבה אין אונטערגרונד (צו לינקס זעט מען אביסל די אלטע חלק פונ'ם בנין):
בילד


דער אלטער בנין:
בילד


אינעווייניג אינ'ם ביהמ"ד:
בילד

בילד





בילד

בילד
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מורא'דיג אינטערסאנט, יישר כח!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

געוואלדיג!
עפעס א מעשה איז דא איבער די צוויי ארון הקודש'ס אין די שול פון רמב"ן. ווער ווייסט פונקטליך וואס?
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

very intersting
music helps your mood
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

wow wow very nice keep it up. I had a tour on alt-shtut a few weeks ago not so detailed though.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

הערליך!
דו ברענגסט מיר אויף געשמאקע זכרונות... ישר כח!
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך פרעג פון נייגער: אויסער די פינף ניקס וואס האבן זיך אנגערופן איז נאך איינער אינטערעסירט?
אויב נישט איז א שאד די שעה'ן ארבעט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איך בין פון די פינף? אויב נישט בין איך די זעקסטע
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

משהזוךמיר האט געשריבן:איך פרעג פון נייגער: אויסער די פינף ניקס וואס האבן זיך אנגערופן איז נאך איינער אינטערעסירט?
אויב נישט איז א שאד די שעה'ן ארבעט.

אוודאי! העכסט אינטערעסאנט! איך האלט אין-איין טשעקן דעם אשכול צו זעהן ווען ס'ווערט עפעס צוגעלייגט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”