טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

חלהדעקל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם הערליכן טאג בוך. סופער שיין! זייער הנאה געהאט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לחם, ווער זאגט מען האט דיר נישט באזוכט ?
אין א׳׳י ווען מען בעט ׳׳לחם׳׳ אין א מסעדה קנעט מען דאן איין דעם טייגל. ווי דער עולם האט געהאקט די המוציא לאפפאס דארט
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:לחם, ווער זאגט מען האט דיר נישט באזוכט ?
אין א׳׳י ווען מען בעט ׳׳לחם׳׳ אין א מסעדה קנעט מען דאן איין דעם טייגל. ווי דער עולם האט געהאקט די המוציא לאפפאס דארט

האלאו, די לאפפאס דא איז ממש פארצייטיש, נאר אידן פון די פארצייטישע גענעראציע עסן דאס, ביי ענק איז עס א נייעס...
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

משהלע האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם הערליכן טאג בוך. סופער שיין! זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם הערליכן טאג בוך. סופער שיין! זייער הנאה געהאט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

משהזוךמיר האט געשריבן:איך פרעג פון נייגער: אויסער די פינף ניקס וואס האבן זיך אנגערופן איז נאך איינער אינטערעסירט?
אויב נישט איז א שאד די שעה'ן ארבעט.


א געוואלדיגע ארבייט אראפ געלייגט! וואוו!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Thanks a million very informative planning to use it in my upcoming nesieh, keep on with your great work
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאר איעדע קאמענט איז דא נאך 100 וואס האבן זיך נישט אגערופן
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פאר איעדע קאמענט איז דא נאך 100 וואס האבן זיך נישט אגערופן

100% גיי אן עס איז געוואלדיג
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

מיין רייזע זוממער תשע"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

הערליכע אשכול
וועל איך מיטטיילן מיין נסיעה קורץ אין שארף, זאלן מענטשן וואס פלאנירן א רייזע הנאה האבען, איך האב געטוהן אסאך זוך ארבעט אויב איינער וויל וויסען פלעצער מיט די דיטעילס קען מיר פרעגען אין אישי

בעפאר איך בין געפאהרן האב איך געהאט אויף פאפיר יעדען טאג וואס מגייט טוהן ווי מגייט עסען פרישטאג לאנטש נאכטמאל
כאטשיג איך האב זיך נישט געהאלטען פינקטלעך צו דעים סדר
איז עס זייער צינוץ געקומען דורך אויס מיין נסיעה

ארויס געפאהרן דינסטאג מיטאג פון jfk אנגעקומען אין בן גריון מיטוואך פארטאגס
גערענט א קאר פון פאראויס, געגאנגען גלייך אויפפיקן דעים קאר, די ערעפארט ממש ווי אין שוהל יודעלעך בייפאלן פאר אפאר דאללער פון דעים אמעריקאנער, בקיצור ירושלים איז אן מיי מיינד אין געגאנגען זיך ארויס געלאזט קיין ירושלים,
געגאנגען צום האטעל אריינגעטשעקט אויסגעלייגט מיינע פעקלעך, גענומען א שויער, בעפארן זיך צולייגען מיינע אויגען זענען שטיין געבליבען ביים פענסטער, אלט שטאט א בענקעניש האט אנגעכאפט צו וואס ווייס איך נישט אבער די מוח ארבעט פיבערהאפטיג איך געב א עפען דער פענסטער אויף וויפיהל מען קען א ירושלים ליפטעל געבט מיין פנים א פראסק אוי טאטע זיסע אזא מין געשמאקע ליפט,
מיינע אויגען קומען נישט אראפ פון אלט שטאט, ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו
איך לייג זיך צו
אויפגעשטאנען ארום צוויי
געגאנגען צו קבר דוד, דארט האב איך געפארקט מיין קאר,
נאכדעים אראפ געוואקט צום כותל המערבי, איך וואק די ליפטעל בלאזט
ענדליך זעהט מען שוין דער הייליגער וואנט ווי די שכינה האט זיך נישט פון דארט גערירט, די הארץ הייבט אן רעדען פון זיך,
געזאגט תהילים געדאווענט אין צירוק צום קאר,
אריין געפאהרן אין די געסעלעך, מ"ש, אין זיך אומגעקוקט צו די ירושליםער לעבענסשטייגער, געגאנגען צום בעלזער שוהל ועוד,
די נאכט פאלט די זון גייט שוין אינטער א ליפטעל לאט זיך אראפ אין געבט א גלעט, מיין קינד וועלקאם, די פריעדיגע ליפטעל איז נאר געוועהן א הכנה צו דעים פארנאכטס ליפטעל,
מלייגט זיך, אהה די שלאף פון דעים אליין קען מען באשרייבען,
דארנעשטאג
געגאנגען ביים נץ צום כותל איי די ליפטעל געבט נאך א גרעסערע גלעט אין נאכאמאל א וועלקאם,
א שחרית טרערען קומען פין זיך אליין,
צירוק צום האטעל געגעסען פרישטאג,
גענומען א באלעט פראאף באס צו חברון
אריין פארענדיג און חברון קליינטשיגע אראבעלעך פון אלע זייטען אויף זייערע אייזלען שפילען זיך,
מקומט אן צו מערת המכפילה קליינע אראבערס באפאלן פאר אפאר דאללער מען זאל זיי געבען, פארשיקט האט מען זיי,
די אויגען קוקן אן די אלטע בילדונג אין די מוח פליעט ווייט אוועק, דו קולות אין די זייט הערט זיך ווי א ווידער קול,
מגייט אריין מתפלל זיין זיך אויסבעיטען,
איך קום ארוס איך פיהל ווי א פרישע מענטש געבוירן,
מען גייט צו אברהם אבינו'ס שוהל, אויפן וועיג ליידער קיין איין שטיינדעל וואס מען קען נישט אנווייזען יודיש בליט...,
דערנאך זענען מיר געגאנגען צום קבר רחל,
מאמע איך בענק צו דיר, געפיהלט ווי די מאמע זיצט אין הערט אינז אויס, מאמע די געפוהלן ציהט
צירוק צום האטעל שוין געוועהן דריי אזייגער,
גענומען א דזיפ אין מדבר אריין, זעכער געמאכט אז זיי האבען מיר געגעיבען א דזיפ מיט עיר קאנדישאן,
די וועיג איז זייער א שטיינירדיגע וועיג די דזיפ טאנצט אזוי ווי עס דארף צו זיין, אראבערס אין זייערע געצעלטען אויסגעשפרייט איבעראל מיט די אייזלען,סטאדעס שעיפעלעך, אינז האבען זיך אפגעשטעלט אין א קליינע מערה אין די מדבר זייער אינטערסאנט
דערנאך זענען מיר געפאהרן צו א קליינע טייך וואס לויפט אינעם מדבר וואס פון דעים טייך איז געקומען ווייסער צו די שטאט יריחו דערנאך זענען מיר ארויף אויף א גרויסען בארג
פון דארט האט מען געקענט זעהן די גאנצע מדבר,
אויפן וועיג צירוק האט מען געמאכט א סטאפ גענומען א קעמעל רייד פאר צעין מינוט, דערנאך צירוק אויף ירושלים,
געגאנגען צו א שיינע רעסטעראנט אפגעגעסען נאכטמאל
אין אוואדאי מערב צום.... כותל
צירוק צום האטעל זיך צולייגען די אויסגעמוטשטע ביינער...
פרייטאג צופרי
פרייטאג האב איך גענומען אן איזי דעי
געדאווענט שחרית אין די שטיבעלעך,
געגעסען פרישטאג אין סעמס בעיגלס אויף גאולה,
דערנאך ארויס געטשעקט פונעם האטעל,
געפאהרן צו מיין דירה אויף מאה שערים געדינגען פאר שבת מיין 5 סטאר שבת סעודת פון plan it isreal האט שוין געווארט ביים טיהר,
געגאנגען צו הר המנוחות,
געפאהרן אויף בני ברק זעהן די מצב,
דערנאך זענען מיר צירוק אויף ירושלים, געגאנגען אין שוק מחנה יהודה אין צוגעקוקט צו די מצב געקויפט אביסעל פינאטץ האלווע,
געגאנגען זיך צוגרייטן צום שבת,
ממש פאר לעכט צינדען האבען מיר גענומען א מוניט צים כותל,
אינז שפאציהר מיר אריין צום כותל, א ספיציעלע שבת ליפטעל באגעגענט אינז, א ליפט וואס אויב האט איהר דאס נישט געשפירט האט איהר א ליפט נאכנישט געשפירט...
מדאווענט מנחה
קבלת שבת ווייס איך נישט ווי אנצוהייבען
קארלבאך אדער די חיילים,
יעדער מיינט עס אמתדיג אין שרייט פון שמחה מקבל צו זיין דעים שבת קודש,
אהיים נאכן דאווענען שפאצירט דורך שער שכם
גאנץ שרעקעדיג שטיפט זיך צווישען אראבערס, א שמעק וואס איז נישט דא אזאנס גלייכן... די ספייסעס,
אראבערס שפילען קאגעלעך רייכערען זייערע פייפס
מוואקט ממיינט סשוין ראיג, אט דארט ביי די זייט אזא האלב טינקעלע צימער שטייט אן אלטע אראבער אין פאררייכערט א ציגאר,
אנגעקומען צו מיין דירה ב"ה
שלום עליכם האט זיך געשפירט אנדערש ווי אין אמעריקע
געהאט צו בריקענען plan it האט פיין צוגעשטעלט,
נאכען סעודה זענען מיר ארום געלאפן צו טישן,
שחרית האב מיר געדאווענט אין די שטיבעלעך,
שלוש סעודת האב מיר געוואקט צו בעלז (נישט קיין בעלזער)
אבער געוואלט זעהן די מצב,
מוצאי שבת
אוי באשעפער ווי איז דער שבת פארלאפן...
זענען מיר געגאנגען צום טאלנע מלוה מלכה זייער אינטערסאנט געוועהן
ער פיהרט זייער א אינטערסאנטע מלוה מלכה,
זינטאג
בין איך געפאהרן מיט מיין קאר
עין געדי
עין געדי האט צוויי פלעצער איין פלאטץ איז שיינע הערליכע גארטענס אביסעל ווייטער ארויף איז די וואסער פאלען
הערליך שיין
דערנאך זעמער געגאנגען צו מצדה
ארויף מיטן טשעיר ליפט
די הערליכע וועיג ארויף צווישען די בערג
אנגעקומען אויפען בארג אויבן קען מען רענטען א head set מיט קנעפלעך אין נאמבערס וואס מען קען הערען פינקטליך וואס יעדע שטיין אויפן בארג איז, יעדע שטיין האט א נאמבער
אויפן וועיג אראפ זענען מיר אריין אינעם מזיאום זייער אינטערסאנט,
דערנאך זענען מיר געגאנגען צום ים המלך פלויטען אפען ווייסער נאכן זיך גיט אויסשוויצען,
צירוק צו ירושלים אריין געטשעקט אין א צווייטע האטעל אויף די אנדערע זייט ירושלים
מאנטאג
זענען מיר געגאנגען אין אלט שטאט אין די יודישע קווארטאל אין אביסעל פון די אראבישע קווארטאל ביז א פלעסטיג באטעל איז געקומען צו פליען...
דערנאך זענען מיר געגאנגען צו עיר דוד
גענומען א סעגוועי טור
געפאהרן ארום גאנץ עיר דוד מיטן סעגוועי,
דערנאך זענען מיר געגאנגען צו קבר שמואל הנביא, קבר שמעון הצדיק,
דערנאך צו רמת גן ספארי
זייער אינטערעסאנט צווישען די חיות פאהרט מען,
אין א חלק סאפארי ווי מען קען נישט גיין מיט א קאר, קען מען רענטען א גאלף קאר אין פארן,
צירוק צום האטעל זיך אויסרוען אביסעל,
דינסטאג
ארוס געטשעקט פון האטעל מלאזט זיך ארויס צו כיסריה
כיסריה פיהל מיט רייכע היסטאריע
הערליכע ווייסער
דערנאך זענען מיר געגאנגען צו אלט עכו
אלט עכו וואוינען כמעט נאר אראבערס
זעמער אריין אין אלטע שוהל אין אלט עכו
דער אלטער יוד וואס באוואכט דעים שוהל רעדט נאר אראביש
זייער שווער געוועהן איהם צו פארשטיין אבער ער וויל זייער שטארק רעדען פאר יעדער וואס קומט אריין צו זיין שוהל,
אינז זעמער געגאנגען אינעם אראבישען שוק אין אלט עכו
שפאצירט אויף די אלטע מויער געבויט ארום אלט עכו
דערנאך געגאנגען צו אליהו הנביא'ס מרעה וואס מזאגט אז ער האט זיך דארטען באוויזענט,
דערנאך געפאהרן צו צפת געקויפט גיטע פאלאפעל פאר נאכטמאל אין אריין געטשעקט אינעם האטעל
מיטוואך
אלטע בית החיים אין צפת
מקוה הארי
אריינגערעכענט רבי לייב בעל היסורים ער האט ציגעזאגט ווער עס קומט צו זיין קבר וועט געהאלפען ווערן,
עמוקה, קיען לויפן צווישען די מענטשען,
געוואלט גיין צו אביי אין רבא
אבער געוועהן ציגעמאכט פון די מיליטער ווייס איך נישט פארוואס,
מירון רבי שמען בר יוחאי
דארנעשטאג
אנגעהויבען דעים טאג מיט ראש הנקרה
הערליכע טאנעלען אין די בארג מיט ראושיגע וואסערען
מיט א קליינע טשיער ליפט רייד אראפ אין צירוק ארויף,
דערנאך זענען מיר געגאנגען אויף אן atv טרעקעל פאר א שעה
ארויף געפאהרן ריזיגע בערג געקענט זעהן די גרעניץ פון לבנון אין נאך,
דערנאך זענען מיר געגאנגען אויף כפר בלום קייקס
אויף א רעפטינג באוט אויף א קליינע טייכעל
דערנאך געגאנגען אויף טבריה
קבר רבי עקיבא, אשת רבי עקיבא, רבי מאיר בעל הנס ועוד,
פרייטאג
געגאנגען צו קצרין
זייער אינטערסאנט פיהל מיט היסטאריע
פון תנאים וואס האבען דארטען געלערענט
קינדער אנגעטוהן מיט אמאליגע קליידער גראבען אין זיכען היסטאריע,
דערנאך האב מיר גענומען א שיפל אויפן כנרת
אוי די הערליכע veiws ארום אין ארום
שבת
זענען מיר איינגעשטאנען אין קבוץ לביא
א הערליכע לאבאביטשע שטעטעל
מיט א פארעם
מיט הערליכע גארטענס צו שפאציהרן
זינטאג
זענען מיר צירוק קיין ירושלים
געזעגענט פונעם כותל פארלאזט א טרער
אם אשכחך ירושלים תשכח ימיני תדבק לשוני לחיכי אם לא אזכרכי....
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

הערליך שיין גראף.
בן חייא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 8:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן חייא »

איך אני יכול לראות את היומן אצלי לא מופיע בההודעה ראשונה
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נעקסט סטאפ: ישיבת המקובלים בית קל:

דער ישיבה:
בילד

בילד



נעקסט סטאפ: משגב לדך 14. אויפ'ן דאך פון יענעם הויז קען מען זען דעם מקום המקדש, און די וואוילע אידן וואס וואוינען דארט לאזן דעם פובליק ארויפגיין (מ'דארף נישט אריינגיין אין קיין הויז נאר אין חצר, די טרעפ לויפן פונדרויסן.)
אויפ'ן דאך האבן מיר געריסן קריעה, ווי די הלכה פארלאנגט.


א בילד פון דעם דאום אויפ'ן דאך מיט וואס אלטשטאט ירושלים איז וועלט באקאנט:
בילד


פון דעם דאך קען מען זען אזוי ווייט ווי מדבר יהודה!
בילד

בילד


לויט'ן אריז"ל און פיל אנדערע איז דער בית המקדש נישט געשטאנען אויפ'ן פלאץ פונ'ם מאסק 'עומר' מיט די גאלדענע כיפה, נאר אויף די ליידיגע שטח צווישן יענע מעטשעט און די על אקצא מעטשעט אויף די אנדערע זייט פונ'ם הר הבית.


די קרקע פונ'ם מקום המקדש אויפ'ן ליידיגן שטח (די וואנט אויף די אונטערשטע טייל פון די בילדער איז דער כותל המערבי):
בילד

בילד

בילד


די דאך פון אש התורה ווי געזען פון יענעם דאך
בילד


דורכגייענדיג די מעין בילדינג פון אש התורה (וואס געפינט זיך אויך אויף רחוב משגב לדך) אויפ'ן וועג צום 'פארטש,' האב איך געזען אז ס'איז אפן. (איך בין כמעט קיינמאל נישט געווען אין אלטשטאט אינמיטן טאג צוליב די פריצות וואס הערשט דארט. נאר שבת נאכמיטאג קען מען דארט גיין געהעריג, אבער דעמאלטס איז די אש התורה לוקאוט פארמאכט.) פאר אפאר שקל האט אונז דער שומר ארויפגעלאזט צום דאך.

די דאך פון משגב לדך 14 געזען פון אש התורה:
בילד


די דאך פון די היסטארישע געביידע פון ישיבת שובו בנים אין דעם מוסלעמענער קווארטל (דער בנין האט אמאל באלאנגט פאר ישיבת חיי עולם):
בילד

מערקט די קעמערעס וואס די אזראעילי פאליציי האט געלייגט אויפ'ן דאך וואס דרייען זיך ארום 360 דעגרי יעדע 3 מינוט און מ'קען פון דארט זען כמעט גאנץ אלטשטאט:
בילד


די מאדעל פונ'ם בית המקדש אויפ'ן דאך פון אש התורה - מזרח זייט:
בילד


צפון זייט:
בילד

בילד


מערב זייט:
בילד


דרום זייט:
בילד

בילד


און צוריק צו מזרח:
בילד


די עזרה פונדערנאנט:
בילד

בילד

אינ'ם קומענדיגן פארזעצונג וועלן מיר בעזר השם ארויפלייגן א סעריע פון הערליכע בילדער פונ'ן כותל וואס מיר האבן געכאפט אויפ'ן דאך פון אש התורה.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

זייער אינטערסאנט !
משה מיר ווארטן אויף נאך.
אין א ריזן דאנק אייך
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow וואס דא טוט זיך... שרייבטס נאך.. זייער באלערענד
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

א סעריע בילדער פונ'ם כותל המערבי וואס מיר האבן געכאפט פונ'ם דאך פון אש התורה:
בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

WOW
ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

די דאך פון אש התורה איז די נענסטע צום כותל וואס סאטמארע אידן גייען?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

נישט אינטערעסאנט איי געס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

ווען מאכט ר' אלימלך דאס יאר די שבת אין מירון פאר די אמעריקאנע עולם??
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

Re: טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

דמשק האט געשריבן:ווען מאכט ר' אלימלך דאס יאר די שבת אין מירון פאר די אמעריקאנע עולם??

פרשת תרומה
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

מיט וועם דארף מען זיך פארבינדען, צו בוקן א פלאץ??
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”