טאגבוך פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

mini van האט געשריבן:שכח פאר די ביישרייבונג, געליינט מיט פארגעניגען,
איך קען באשטיין צי עס אויסטשעקן מיט די צייט אי"ה.


זייער אינטערסאנטע, שכח
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יעצט אריינגעפאפט אין דעם אשכול... זייער נאסטאלגיש און גאר אינטערעסאנט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

מאכט סענס? האט געשריבן:הערליך!
דו ברענגסט מיר אויף געשמאקע זכרונות... ישר כח!


mini van האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:שכח פאר די ביישרייבונג, געליינט מיט פארגעניגען,
איך קען באשטיין צי עס אויסטשעקן מיט די צייט אי"ה.


זייער אינטערסאנטע, שכח


משהזוךמיר האט געשריבן:איך פרעג פון נייגער: אויסער די פינף ניקס וואס האבן זיך אנגערופן איז נאך איינער אינטערעסירט?
אויב נישט איז א שאד די שעה'ן ארבעט.


חס ושלום! קיפ אן ר' משה! מיר זענען זיך מחיה נפשות מיט די געוואלדיגע ארבעט!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

זייער זייער אינטערסאנט. היילי אפרישיעד יאר ווארק.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

משה א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט מיר האבן גרויס הנאה.
גיי אן!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

משהזוךמיר האט געשריבן:
דערנאך זענען מיר צוגעגאנגען צום פלאץ וואו 'מזאגט' אז דער אר"י הקדוש איז דארט געבוירן. (דאס ווערט געברענגט, אז ער איז געבוירן אין ירושלים (דער חיד"א שרייבט אזוי אין שם הגדולים), אבער ווען ער איז צוריקגעקומען פון מצרים קיין א"י איז ער נישט אריין אין ירושלים, נאר פונדרויסן האט ער מגלה געווען וואס ער האט מגלה געווען איבער ירושלים. און אזוי אויך האט מען אמאל געוואוסט וועלכע הויז עס איז געווען, אבער למעשה איז געווען א תקופה פון באלד 20 יאר וואס קיין איין איד האט נישט אריינגעטראטן אין אלטשטאט, אזוי אויך זענען אסאך הייזער חרוב געווארן ביי די מלחמות.) אזוי אויך זאגט מען אז דארט איז געווען די ישיבה פון הייליגן אור החיים הקדוש, וואס האט זיך כידוע אויפגעהאלטן אין ירושלים עיה"ק א קורצע צייט ביז זיין פלוצלונגדיגע הסתלקות.

******

פארנט פון א געשעפטל הארט נעבן דעם מארק, האבן מיר געזען א אידל זיצן ביי א פארצייטישע וועב-מאשין, פון די סארט וואס ווערט דערמאנט אין משניות און גמ' מיט די צוויי 'ברעיקס' וכו', און וועבן א טלית.

דער איד ביי די ארבעט (מערקט די 'טויערן' אויף די רעכטע זייט, וואס זענען פענסטערס צום פארמאכטן חלק פון מארק):
בילד



אין מילים...

א גרויסן דאנק, מיר האבן שטארק הנאה.

ס'גוט צו וויסן אז ס'דא א מנין וותיקין אין בית הכנסת פון אור החיים הק'.

דער בילד פון וועב מאשין איז מיר זייער אינטערסאנט.
אין צפת ביי די חצר התאנה אויבן ביי די טלית פעקטערי איז אויך דא עטליכע וועב מאשינען, מיט אלע כלים פון ימי חז"ל, און זיי וועבן דארטן די טליתים עבודת יד, אזוי ווי די אלטע צייטן. איר האט אפשר בילדער פון דארט? די בעטעריס פון מיין קעמרע האט זיך פונקט דארט אויסגענוצט...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און אז כ'שרייב נישט מיינט עס אז מ'האט נישט הנאה געהאט? ס'פאלטירביי? חלילה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

משה דו פרעגסט עכט צו סיז אינטערעסאנט? כ'מיין... ווען סיז נישט אינטערעסאנט ליינעכעס 3:00 פארטאגס? האלטסט מיך טאקע פאר אזא ליידיגגייער?

מעסיוו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:משה דו פרעגסט עכט צו סיז אינטערעסאנט? כ'מיין... ווען סיז נישט אינטערעסאנט ליינעכעס 3:00 פארטאגס? האלטסט מיך טאקע פאר אזא ליידיגגייער?

מעסיוו!
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

הערליך. באלד וועל איף לייגן מיינע בילדער. ווארטס מיט שפאנונג......
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

זייער אינטערעסאנט ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW גאר א שיינע הערליכע און רייכע ארבעט ..
איין פרעבלעם נאר דו רייצט היבש אן אהין צופארן ווען ביזדערווייל פרוביר איך מיך אפצוהאלטן דערפון ...
אבער ס'איז א מעסטער פיס מיט אלע פירושים !
KEEP ON !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

משוגע געווארן פון די בילדער, און נאך מער פון די קליפ'ס,
און די קאמע'ס און הוספות, איז נאך אסאך אסאך בעסער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

24/7 האט געשריבן:הערליך. באלד וועל איף לייגן מיינע בילדער. ווארטס מיט שפאנונג......

לייג עס אין די שיינע בילדער אשכול, נישט דא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אין די מלים להודות למעלת כבודו על עבודתו עבודת הקשה, להביאותנו התמונות והציורים מהמקום הקודש, מקום אשר לו קיוונו ירושלים עיר הקודש, אשר מושפלת עד שאול תחתי'.

משה, דו זאלסט נישט איבערלאזן קיין איין בילד, כ'וואק מיט מיט דיר (ביז אלט שטאט...) עס ברענגט ארויף די הרגשים וואס מיר האבן געשפירט זייענדיג דארט, בפרט התמונות והצילומים מקברו של דוד מלך ישראל חי וקים. עס איז נישט מעגליך פאר עמיצין וואס האט דאס קיינמאל נישט מיטגעלעבט, אז ער זאל פארשטיין די פילינגס וואס מ'האט דארט. (כ'רעדט נישט פון איינער וואס וואוינט דארט) מ'זעט און מ'שפירט וואס ס'מיינט אז אט דא זענען די אידן געווען דער עם הנבחר, א שטאלצער אידישער פאלק, אן קיין שום פארכט פון די פעלקער פון איין זייט, און ליידער וואאס האט פאסירט מיט אונז, לאן הגענו, עס איז א געפערליכע ווייטאג. און דערנאך גיי זיי מסביר עמיצין די געשמאקע ירושלימ'דיגער חן, וואס מ'טרעפט נישט אין ערגעץ אנאנדער פלאץ נישט אין דער וועלט.

על כל פנים, יאשר כוחך, ולך בכוחך זה און ברענג נאך געשמאקע בילדער.
די מעלה פון דיינע בילדער איז, אז דו גייסט א גאנג, מענין לבנין, מורא'דיגע געשמאק./
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בלעטל האט געשריבן:אויפן קליפ זעט מען הרב רוסט

משהזוךמיר האט געשריבן:ריכטיג, פארנט פון ספרי עין יעקב, קעגן איבער די שטיבלאך.

און ווער דערקענט מיט וועמען ער רעדט דארט.
#חידה
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
טראכט אריין גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2016 7:28 am
לאקאציע: On the top floor

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט אריין גוט »

סאכדעס האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אויפן קליפ זעט מען הרב רוסט

משהזוךמיר האט געשריבן:ריכטיג, פארנט פון ספרי עין יעקב, קעגן איבער די שטיבלאך.

און ווער דערקענט מיט וועמען ער רעדט דארט.
#חידה


מאט'ל הירש פון די נטורי קרתא אין ירושלים.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דעם פארגאנגענעם ווינטער שבט תשע׳׳ז איז דער שרייבער פון די שורות געפארן צום הייליג לאנד אלס א חלק פון א משפחה נסיעה און אזוי ווי עס איז געשריבן אביסל א יוניק סטייל טייל איך מיט דעם שריפט ברשותו.
קאמענטארן ווערן אנגענומען אין אישי און ווערן געשיקט צום שרייבער.
פערזענליכע דעטאלן זענען ארויסגענומען געווארן
אזוי ווי מען ארבעט נאך אויף די בילדער וועט דאס אפשר נאכקומען לכשירחיב.
פעסטן יאר סיעט בעלטס ענד לעטס גאו טו דהי ערפארט פאר אוער פלייט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

הכנות און דער פלייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יום ב' לסדר משפטים, כ"ד לחודש שבט תשע"ז לפ"ק, ולמס' Feb. 20 2017

נאך אלע הכנות פון בית משפחת ..., און אלע טעקסט-מעסעדזשעס, אימעילס, פאון קאלס וכו' וכו', האט מען זיך ענדליך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום אינטערנאציאנאלן לופטפעלד על שמו ולזכרו פונעם געוועזענעם ירום הודו, זשאן עף קענעדי עירפארט.
נאך אביסעלע טרעפיק און שטייטע סערוויס אבער מיט גאנץ קורצע ליינס, איז מען ענדליך אדורך די סעקיוריטי, און אנגעקומען צום באורדינג עריע בערך 4:15.
ביים סעקיוריטי האט זיך די הוט אביסל צוקוועטשט, די שיך אראפ געפאלן, אבער מען האט עס אדורך געלעבט.
משפחת...For a change זענען זיי געווען די ערשטע, און דערנאך ..ומשפחתו, און דערנאך ....
די ערשטע חלק הנסיעה וואס איז געפארן אויף שב"ק פרשת יתרו, האט געהאט באשערט אביסל עגמת נפש, און מען האפט אז יעצט וועט בעז"ה זיין uneventful און אנקומען צו ארצינו הקדושה בשעה טובה ומוצלחת.
נאך א קורצע צייט ביים באורדינג עריע פאנגט זיך שוין אן צו פארמען א דימענד פאר א מנין מנחה פאר אידן וואס האבן נאכנישט געדאוונט.
עיקר שכחתי, א בילד פונעם פליגער געפארקט ביים עירפארט. גיי ווייס וואו די אשת חיל האט פארפאקט די קאמערא.
מיט די צייט האט זיך צוזאמגעקראצט א מנין, און ווי אויך ... מיט א פריוויא אויף די עקספעקטעד נויז לעוועל.
Boarded @ 6:05
זיך באקוועם געמאכט כפי היכולת לויט די שמאלקייט פון די זיצן.
די זריזים האבן שוין געוואלט דאווענען מעריב 6:00.
ענדליך האט מען זיך צוגעשפארט צום זיץ, און זיך גרייט געמאכט צום פליען, אויפן זייגער 6:45. די פליגער האט אנגעפאנגען צו פארן פונקטליך אויפן זייגער, און ויסעו, אויפן וועג צום ראנוועי.
נאך זיך רירן עטליכע אינטשעס איז מען געבליבן שטיין, און עס האט זיך אנגעפאנגען א ברומעריי פון די מאטארן שטייענדיג אויפן פלאץ. די לעקטערלעך זענען געווען פארלאשן און מען ווארט.
די חידוש איז אז דער עולם איז רואיג...
ענדליך עס פארט שוין בערך אויפן ספיד פוןFDR טרעפיק און מען רירט זיך שטייטעליך.
ענדליך האט מען שוין אנגעפאנגען פליען אביסל שנעלער, און ארויפגעפלויגן על גפי מרומי שמים, און נאך א קורצע וויילע האט מען געהערט דעם באקאנטן קלונג וואס סיגנאליזירט אז מען קען זיך שוין אויסגראדן די גלידער און מאכן אביסל עקסערסייז, אדער שפאצירן צויישן די זיצן.
פארשטייט זיך אז נאך אפאר מינוט האט זיך דיrearrangements פון די פעקלעך אנגעהויבן אין גרויסן, און ווי אויך אראנדזשירונגען פאר מעריב, מיט א אידל מיט זיין הוט אין די הענט אנגעצויגענערהייט.
דוטי פרי שמאנצעס און ווי אויך טרונקען מיטן וועגעלע האבן שטייטערהייט אדורך געמאכט זייער וועג פון איין עק פליגער צום צווייטן.
למעשה איז נישט געווען קיין מנין מעריב אויפן פליגער ווייל רוב עולם האט שוין געדאוונט 6:00, און עס איז נישט געווען אזויפיל חרדים אויפן פלייט, מיט דעם אלעם וואס עס איז געווען גאנץ פול.
עס איז געווען גאנץ ווארעם אויפן פליגער. און ווי עס זעט אויס, איבערן ים - וועגן גלאבעל ווארמינג קאנסידערעישן - האט מען געשפארט עיר קאנדישען
בערך 9:00 האט זיך דער פליגער אנגעשטויסן אין אביסל turbulence און מען האט געבעטן יעדן לשבת, אבער נאך עטליכע מאמענטן האט זיך דער פליגער בארואיגט. אזוי איז געווען עטליכע מאל.
אויפן פליגער איז געווען א איד וואס די ב"ב איז געזעצן אין עקאנאמי קלאס, און ער אליינס אין ביזנעס קלאס. זעט אויס די ביזנעס האט נאר באצאלט פאר איין זיץ.
נאך אפאר שלאפלאזע שעות האט אנגעפאנגען די שטראלן פונעם זון צוביסלעך אויפצושיינען, בערך 1:00-1:30 ניו יארקער צייט, בשעת'ן אריבער פארן איבער סקאטלאנד און דערנאך דייטשלאנד. דער עולם האט זיך צוזאמען גענומען פאר שחרית, וואו מען האט זיך אריינגעשטופט אינגאנצן אונטן פונעם פליגער א שיינער מנין אין א קליינעם ד' על ד', אזוי האט מען געדאוונט שמו"ע איבער די פארוואלקנטע הימלען פון דייטשלאנד.
נאך א שטיק צייט האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צם לאנדן. בערך 11:45Local Time האט דער פליגער אנגעהויבן צו נידערן און צו פארן אביסל שטייטער און פארלאנגזאמען דעם געלויף.
בערך 12:00 איז מען שוין געווען אין דעם חוט המתוח לנחל מצרים, וואס נעמט אריין בתחום ארץ ישראל שבים לכאורה לכל הדעות. קיין אינזלען האט מען נישט געקענט זען, אבער מען איז שוין געווען נאך דעם חוט פון נחל מצרים לפי שיטת הרדב"ז ורב סעדי' גאון, שהוא בתחום וואדי אלעריש, והוא הנחל שמשם מוצא הלולבים שבמצרים. עי' בתשו' הרדב"ז דאפי' לשיטת רש"י שמכנה נחל מצרים שזה הנילוס, דהוא לאו דוקא אלא שהוא וואדי אלעריש.
הגם שיש בזה מחלוקת ראשונים והאחרונים, ולפי שיטת התפא"י הוא נחל הנקרא שמו זיכאר והוא על שם שיחור, זה אינו לפי שי' רש"י שהשיחור הוא הנילוס, ולפי"ז כל המחוז הנקרא בשם Nile Delta המתוח מאלכסנדריא עד הסועץ קאנאל, כל התחום אצל הים הוא מתחום ארץ ישראל עד נהר אמנה. ולפי שיטת הרמב"ם נהר הוא נחל מצרים ולא נהר אמנה ואחוזה הוא טור אמנום אשר הוא למעלה מבירות כמעט בתחום טורקי' אצל תחום של לבוא חמת שהוא לא רחוק מעירAntakya אצל ים התיכון.
ווי אימער פארט שוין דער פליגער מיטן נעזל געבויגן אויף אראפ און דער פילאט מיט איין פוס אויפן ברעיק, גייענדיג שטייטער און נידריגער פון מינוט צו מינוט.
12:05 האט מען שוין געזען יבשה מיט הייזקעלעך און שטעטלעך צוזייט און צושפרייט, מיט'ן פליגער זיך דרייענדיג און שאקלנדיג אראפ צום עירפארט.
ירושלים הרים סביב לה זעט זיך שוין אן אויף די זייטן פונעם פיצעלן פענסטער ביי די זייטן, און מען וואקלט זיך אויפן צוגעבינדענעם זיץ full force.
פעלדער, וועלדער, גערטנער, זעט זיך שוין אן אויפן האריזאנט.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

arrival

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ענדליך נאך א שטיק צייט שטייענדיג אנגעצויגענערהייט בסבלאנוט אין דעם הייסן פליגער, האט מען זיך ארויסדערזען אויפן וועג צום פאספארט קאנטראל. עס האט נישט אויסגעקוקט ווי עס איז דא איינער וואס ארבעט, ביז אפאר ישראלים האבן עפעס פארפירט, און די ליינס האבן אנגעפאנגען פארן. נאך די קאנטראל איז מען געגאנגען צו די פעקלעך און מען האט נישט געטראפן אלע פעקלעך גלייך.
די לעסאן: ווי פריער מען טשעקט אריין, אלס לענגער דארף מען ווארטן.
Customs איז געווען א breeze ב"ה, און נאך עטליכע מינוט זיך ארויסגעלאזט אויפן .... באס בשעה 1:45 PM.
גלייך ווי מען איז אראפגעקומען פונעם פליגער האט זיך דערזען דעם פאקט כל שגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, כידוע אז אין ארץ הקדושה פרובירן די קליפות אלס מער צו יונק זיין און עס געווען פלאקאטן פון די תיפלות מיט זייער partnership לרחצה. אויפן פליגער איז אויך געווען א גרופע פון א קירכע פול מיט פאלנע גויים, און אין עירפארט אויך געווען גלחים.
בערך 1:50 האט די באס אנגעפאנגען פארן מיט אונזערtour guide ר' ישראל נאגעל, און דער דרייווער פונ'ם באס, ווי מען האט מודיע געווען דעם סקעדזשועל אז מען גייט צום האטעל אראפווארפען די פעקלעך, און וואו עס גייט זיין ברייטע קעיק.
נאכן פארן אביסל צווישן שדות וכרמים ביי די זייט פונעם הייוועי איז מען אנגעקומען צום לי טוב האטעל בשעה 2:40.
אויפן וועג האט דער טור-גייד מקיים געווען וידבר על העצים ועל האבנים, און גערעדט פון טונעלס און ברידזשעס און טרעינס.
בערך 2:30 איז מען אנגעקומען אין שטאט, און אדורכגעפארן עטליכע געגנטער וואו עס האט שוין געווירבלט מיט מענטשן און באסעס.
נאכן אריינטשעקן אין האטעל, לעקיך, מנחה, איז מען געגאנגען צו גאולה, מאה שערים, וואו מען האט ארומגעבלאנדזשעט און געגאנגעןwindow shopping יעדער כפום דרגא דיליה, און פארשטייט זיך געקויפט וויכטיגע זאכן און שמאנצעס וואס מען קען נישט באקומען אין גאנץ יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע ענד טראמפ.
די באס אפיציעל איז געווען געסקעדזשועלט אוועקצוגיין פונעם האטעל 5:00, פארשטייט זיך אבער פונקטליך לפי נוסח משפחת ...., מען האט זיך ארויפגעפעקלט אויפן באס צו פארן צו קבר שמואל הנביא בשעה 5:45.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

קבר שמואל הנביא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בערך 6:00 איז מען אנגעקומען, נאכן זיך ארויפשלענגלן אויפן געדרייטן בארג. פונעם חצר ארום דעם קבר קען מען זען א גרויס חלק פון ירושלים, אבער עס איז געווען טונקל.
אינעם וואנט וואס איז אריינגעבויט אינעם בנין, קען מען זען אויף פארשידענע שטיינער אלטע אויפקריצונגען. אינעם געגנט זעט מען אויך אסאך אויפגראבונגען פון אמאליגע שטעט.
בערך 6:30 האט מען זיך נאכאמאל צאמגעפעקלט צו פארן ווייטער, נאכן מתפלל זיין פאר עטליכע מינוט.
בערך 7:00 איז מען געגאנגען צו א פארק אקעגן איבער די געגנט פון מגדל דוד און די חומה ארום אלט-שטאט. די פארק האט געהאט אן אינטערעסאנטע וואסער פארשטעלונג.
7:20 איז מען ווייטער געפארן צום נעקסטן דעסטינאציע.
נעקסט סטאפ איז געווען ביי א רעסטוראנט ווי מען האט געגעסן און אביסל זיך אויסגעטשוכעט פאר איבער א שעה ביז די עסן איז געווארן פארטיג און ביז מען האט געענדיגט טיילן די פלייש אויף די שפיזן. נאכן עסן צו די זעט האט מען געקענט אינזין האבן ביי נודה לך על ארץ חמדה טובה ורחבה ביים בענטשן.
נאך 9:00 האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט לויטן סקעדזשועל צו קבר שמעון הצדיק.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

שמעון הצדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ביי שמעון הצדיק האט מען געזאגט תהלים און ווי אויך געדאוונט מעריב. אביסל פאר די מערה איז דא כוכין פון מערת סנהדרין קטנה.
מען איז אוועקגעגאנגען פון דארט בערך 9:45. מען איז גלייך געגאנגען צום האטעל פאר די נאכט. עס איז אפאר מינוט פארן.
נאכדעם ווי מען איז אנגעקומען איז דער אויסגעקוועטשטער עולם זיך געגאנגען צושפארן פאר די נאכט.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

ויהי ממחרת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ויהי ממחרת... יום ד' לס' משפטים
אינדערפרי איז געווען א מנין אין האטעל. עס איז געווען וואס זענען געגאנגען דאווענען שחרית ביים כותל, און אויך ביי די שטיבאלעך אין זכרון משה. ביי די שטיבאלעך קומען אידן פון אלע מיני Race, Creed, Color, Religious Affiliation אנגעפאנגען פון אידן מיט ווייסע קאפלעך און ירושלים'ער קאפטענעס; תימנים; לאנגע פיאות אן רעקלעך מיט צושלאכעטע העמעדער; איינער וואס איז שוין געקומען אנגעטון מיט טלית ותפילין און אויף דעם א קאוט; איינער מיט א כיפה סרוגה און א גאן אריינגעלייגט בין מתניו - פארשטייט זיך ער האט געהאט תכלת אויף זיין ציצית... ועוד ועוד.
דערנאך האט מען געגעסן א פיינעם פת שחרית, און בערך 9:00 האט מען אנגעפאנגען די הכנות, אפילו עס איז שוין געווען שפעט, אויפן וועג צום הר הזיתים.
~~~~~~~~~~~~~~~
א שטיקל recall פונעם נעכטיגן טאג, דינסטאג.
מאה שערים מיט אלע הויפן, אונגארישע הייזער וכו' מיט די הענגעדיגע וועש, דארף מען אליינס זען.
א קאר מיט גראפיטי אויפשריפטן פון שמחה, מאפי', ועוד ועוד.
שאפינג איז אן עקספיריענס פאר זיך, און דער עולם האט זיך איינגעהאנדלט אין די געשעפטעלעךSouvenirs ועוד ועוד.
מיטוואך פארטאגס אויפן וועג צו זכרון משה כאפנדיג א שפאציר אין די ירושלים'ער געסאלעך, האט מען געזען בעגס מיט געשיילטע פאטעיטעס גרייט פאר די פאלאפעל סטענד, ווי אויך פארמאכטע און אויך אפענע לאדנס ביי די זייטן פון די פענסטערס ביי די אלטע הייזקאלעך.
~~~~~~~~~~~~~~~
אויפן וועג צום הר הזיתים איז מען דורכגעפארן עטליכע געגענטער, און א בית עלמין וואו מען האט באגראבן ווען מען האט נישט געקענט קובר זיין אויפן הר הזיתים.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

הר הזיתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אנקומענדיג צום הר הזיתים האט מען זיך קודם אפגעשטעלט אויפן וועג אראפ אקעגן איבער דעם מקום המקדש און דעם שער הרחמים. מען האט דארט געזאגט תהלים, געריסן קריעה, און אביסל געזינגען. דערנאך איז מען געגאנגען צום ציום פון ר' מרדכי שלמה מ'באיאן זצ"ל און בעל מנחת יצחק זצ"ל.
דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון פונעם זיידן ר' ... ז"ל. דערנאך צו ר' שלמה'קע זוויעהלער זי"ע. און דערנאך איז מען צוריק אריין אין באס צו גיין צום ציון פונעם אור החיים הקדוש, הרש"ש, ר' גרשון קיטובער און נאך.
דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון הרש"ש, אויפן וועג איז אויך דא די קבר פונעם בן איש חי. דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון אוה"ח הקדוש און דער פרי חדש. פון דארט זעט מען יד אבשלום, קבר זכרי' הנביא, דעם געגנט פונעם שילוח אונטן פונעם בארג.
דערנאך איז מען געגאנגען צו נאך קברים פון משפחה, ווי אויך צו קבר ... ע"ה מיט א מנין.
בערך 12:00 איז מען אוועקגעפארן פון הר הזיתים און מען איז געגאנגען צו קבר דוד המלך אויף הר ציון.
מען איז אדורך געפארן שער חולדה הנבואה אויפן וועג ארויף, ווי אויך שער האשפות.
מיר זענען אדורך שער ציון און קודם געגאנגען צום קבר דוד המלך.
~~~~~~~~~~~~~~~
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

אלטשטאט ירושלים - קבר דוד המלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מען האט פארברענגט אפאר מינוט און ווי אויך אביסל געזונגען און געטאנצן קומזיץ סטייל, און דערנאך געזאגט תהלים ביים קבר פון דוד מלך ישראל מיט השתפכות הנפש.
דארט איז געווען א קאווע צימער, פארשטייט זיך אן מילך כפי נוסח ארץ ישראל...
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף גאר אן אינטערעסאנטעTour אין אלטשטאט ירושלים וואס איז גאנץ נאנט צום קבר דוד המלך און מען איז אריין דורך שער ציון.
אין די ראמען פון די שורות איז צו קורץ צו באשרייבן אלט שטאט ירושלים מיט אלע צוגעהערן. פטור בלא כלום אי אפשר, אבל יותר ממה שכתוב כאן ראינו.
קודם איז מען אדורך דעם טויער און אדורכגעשלענגעלט די שמאלע געסעלעך ביז צום רובע היהודי וואו עס וואוינען פרומע אידן אינעם געגנט.
דארט האט מען קודם געזען די חומה פון אינעווייניג, און חלקים פון די גאר אלטע חומה נאך מזמן בית ראשון. דערנאך איז מען געגאנגען ווייטער וואו מען האט געקענט זען קליינע פיצינקע געסעלעך ווי רחוב המלאך, רחוב חב"ד וכו'. אקעגן איבער האט מען געזען בתי מחסה און די ספרדישע הקדש וואו ר' יוסף חיים זונענפעלד זי"ע האט געוואוינט (אין בתי מחסה).
זיך שלענגלענדיג צווישן די שמאלע געסעלעך וואו עס איז קוים דא פלאץ צו וואקן, און פול מיט שטיגן ארויף און אראפ כסדר, האט מען געזען די אלטע ביהמ"ד מקובלים חסד קל, די געגנט וואו דער אור החיים הקדוש האט געהאט זיין ביהמ"ד (רחוב אור החיים), און ווי אויך מאנכע וואס האלטן אז דער אר"י הקדוש זיעועכ"י איז געבוירן געווארן.
אויך איז מען ארויפגעגאנגען צו א געגנט אינעם רובע וואו עס געפונט זיך די זילבערמאן ישיבה.
זילבערמאן איז א ריזיגע משפחה אינעם קווארטל, און זיי און די אנדערע וואס שיקן אין דעם חדר זענען אשכנזים וואס וואוינען שוין דארט אפאר דורות און פירן זיך על דרך הגר"א.
די לימודים גייען לפי המשנה באבות, און די בחורים גייען מיט תפלין דורכאויס דעם גאנצן טאג. עס איז געווען גאנץ אינטערעסאנט צו זען בחורים שפילן מיט תפילן און וואקן אינעם גאנצן געגנט אנגעטון תפלין אויפן קאפ.
אויך איז מען געגאנגען צו די חורבנות פון די ניסן ב"ק שול וואס די בנין איז היינט חרוב, און מען האט דארט געמאכט די ברכה שעשה נס לאבותינו און געטאנצן.
אויפן וועג האט מען פון דערווייטנס געזען די חורבה שול. פונעם זילבערמאן ישיבה געגנט איז געווען פענסטערלעך אויף אראפ אין שער יפו פון וואו מען האט געקענט זען דעם אראבישן מארק.
דערנאך איז מען אראפ דורך די חצירות ביז מען איז אנגעקומען צו א ישיבה אש קודש, וואס אויבן אויפן דאך איז מען ממש אקעגן איבער דעם שריד בית מקדשינו החריבה והשרופה, דעם כותל המערבי.
דארט איז אויך געווען א מנין מנחה וואו א חלק עולם האט געדאוונט, און א חלק איז גלייך געגאנגען מתפלל זיין ביים כותל.
נאך בערך א דריי פערטל שעה איז מען צוריק געגאנגען צום באס וואס האט געווארט נעבן דעם שער האשפות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”