שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך האב לעצטנס ווייניגער געהאט די געלעגנהייט צו באזוכן דעם וועלטל אין וועלכן מיר קענען זיך אלע דורכן פעדער, און די פאר מאל וואס שוין יא, איז מיר אויסגעקומען אז דאס וועלטל האט אנגענומען א פרישן פנים, מ'זעהט נעמען וואס זענען גאר ניי אין דעם כולל ה'אייוועלט, און ווי פארשטענדליך זענען דא וואס מ'איז פון זיי אויסטערליש צופרידן, און ווידעראום זענען דא אזוינע וואס עכ"פ למראית עין ברענגען צומאל שמערצן צום געוויסן ווען מ'דערמאנט זיך אז אמאל איז אנדערש געווען.

איך האב שוין לאנג געוואלט קאמענטירן אויף דעם פאנאמאנע און איך האב נישט געהאט די צייט, אבער יעצט אינטערן שאטן פון בליזארד ערלויב איך זיך אביסל מער צייט צו שרייבן.

איך האלט אז א שרייבער אויף אייוועלט דארף צו וויסן אפאר כללים, און איך רעד נישט כללים איבער הלכות אייוועלט, איך בין נישט אין די הנהלה, און איך שרייב דא נישט קיין באפעלן, נאר איך איך רעד נאר אין דזשענערעל. עס איז דא א סוקסעס פארמולע וויאזוי מ'ווערט א "גוטער שרייבער" און אנגענומען ביים ציבור מקשיבים.

לאמיר צענעמען די זאך שטייט.

יעדער וואס שרייבט דא האט געוויסע טאלאנטן,

איינער איז א גוטער בעל הסבר, א צווייטער א רעטארישער שרייבער, א דריטער א געלונגענער מלקט, און אזוי ווייטער. אפי' דא אזוינע וואס זייער איינציגע אויסגערופענע טאלאנט איז דעבאטירן. אבער דאס זענען אלס טאלאנטן, און מ'קען פון יעדן הנאה האבן אויף א גרויס פארנעם.

יעדער וואס שרייבט, האט געוויסע שאיפות צו וואס ער וויל דערגרייכן דא.

איינער וויל זיין אנגענומען אלס א ידען, א צווייטער אלס א געלונגענער שריפט שטעלער, און א דריטער האט א געוויסן מיינונג וואס ער וויל קלאר שטעלן, און אפשר גאר מיט א מיסיע אין קאפ צו טוישן אנדערע מיינונגען. ועוד. און אייוועלט איז א פלאץ וואו נישט נאר זענען אלע אקצעפטירט נאר עס איז גאר דער חן פון מקום אז עס איז אזוי קאלירפול אן אזויפיל ערליי מענטשן שרייבן.

יעדער וואס שרייבט דא האט אין א געוויסן זין צייטן וואס דא איז וואו ער קומט זיך אביסל אויסטשוכען די ביינער,

איינער האט מער צייט ווי דעם צווייטן, אבער הצד השוה איז אז דא קומט מען "ווען מ'האט דאס צייט דערפאר". עס מאכט קיינעם נישט ביליגער אדער טייערער וויפיל צייט ער פארמאגט, עס איז שווער צו זאגן לויט וויפיל צייט א מענטש האט צו ער איז מער ווערד אדער ווייניגער טראץ וואס עס איז פארשטענדליך אז פארשווענדן טעג אויפן וועלטל איז געוויינליך נישט ראטזאם, אבער דאס האט נישט מיטן רבים, עס איז א פערזענליכע אישו.

וואלט דאך געווען מורא'דיג שיין ווען מ'קען פון די אלע טאלאנטן צוזאמען בויען אזא שיין וועלטל, און עס וואלט געווען דער שענסטער בא'טעמטס'טער "טאלאנט קוגל".

פאסירט אבער אמאל אז א נייער שרייבער קומט ארויף אויפן וועלטל, און ער האט א טאלאנט, אבער…

ער ווייסט נאך נישט פונקטליך וואס זיין טאלאנט איז, ער וויל דער עיקר זעהן וואס מ'וועט מגיב זיין, און לויט דעם וועט ער זיך מעסטן.

אדער ער ווייסט יא זיין טאלאנט, אבער ער ווייסט נאך נישט מיט וועלכן וואגן ער כאפט זיך מיט, צו ער וויל זיין א שריפט שטעלער, א מוסר זאגער, אדער סתם א בדחן.

אמאל איז דא אז ער ווייסט יא מער ווייניגער זיינע שטארקייטן און שאיפות, אבער ער פארגעסט אפאר וויכטיגע כללים אין שרייבעריי און עס איז וויכטיג אויסצושמועסן.

דערקען דיין אוידיענץ. ווען א מענטש שרייבט אדער רעדט צו א רבים איז די וויכטיגסטע צו וויסן ווער גייען זיין די מקבלים, ווער וועט דארט זיצן? ווער וועט דאס לייענען? ווען איר רעדט צו א גרויסן שרייבער אדער רעדנער אים צו געבן א דזשאב, וועט ער ערשט פרעגן די שאלה: צו וועם רעד איך דארט? ווי אלט? וועלכע חסידות? וכו'.

קומט אמאל אויס אז דער וואס שרייבט אויף אייוועלט פארגעסט אז זיין אוידיענץ באשטייט פון אלט און יונג, פון אלע סארט חסידות, אן פון אלע סארט נאטורן.

ווען דער מענטש זאל ווען טון וואס חז"ל זאגן אונז צו טון ביים לערנען א שטיקל גמרא צו זעהן ווי דער תנא אדער אמורא שטייט פאר זיך, וואלט ער גאר אנדערש גערעדט און געשריבן,

למשל ווען ער שרייבט א מילתא דבדיחותא, און ער טראכט ווי עס זיצן 2000 אידן און לייענען עס בשעת'ן שרייבן, און אלע זעהן אים אויפן באלעמער, זיי קוקן ארויס יעדע פאר מינוט פון זיין אשכול און באטראכטן זיין מינע, ער זעהט עלטערע און יונגערע, ער זעהט ערנסטע און נישט ערנסטע, ער זעהט בעלי בתים און אברכים, און אזוי ווייטער, ער זעהט א קלאר בילד ווי די טויזנטער אידן זיצן און לייענען זיינע ווערק, וואלט ער געטראכט אביסל אנדערש און גענוצט זיין טאלאנט פיל בעסער.

2. כל באי' לא ישובון. יעדעס ווארט וואס איר שרייבט פארלירט איר דעם קאנטראל דערויף, און אפי' אויב איר זענט היינט א נסתר אויפן וועלטל, און איר האפט אלס אזוי צו בלייבן, געדענקט דעם כלל אז עס קומט אמאל א צייט ווען עס וועט אייך אליינס אפשר שוין נישט אנגיין צו מ'ווייסט אדער ניטש, און איר קענט קיינמאל נישט וויסן צו ביי די לוי' וועט מען טיילן פאר די אייניקלעך די ארטיקלען פון זיידן.

איך האב ב"ה נאך נישט מיטגעלעבט מיין לוי', און איך האף צו לעבן לאנגע געזונטע יארן, אבער איך קען מעיד זיין אז איך בין שוין געווארן סורפרייזד אסאך מאל מיט זאכן וואס איך האב געשריבן און מ'איז מיר געקומען פרעגן דערויף אויף די מערסט אומגעראכטענע פלעצער, און אויב וואלט איך געשריבן א זאך מיט וואס איך שעם זיך, ווייס איך נישט וואס יאך וואלט געקענט טוהן יעצט צו פאררעכטן.

3. וויכטיג צו געדענקען אז כדי צו באקומען די סאטיספאקציע פון דעם ציבור לייענער'ס, דארפן זיי זיין צופרידן פון דיר אויך, דהיינו, איר שרייבט דאך צו זעטיגן עפעס א הונגער, אמאל פשוט צו כאפן א שיינעם שמועס, אמאל צו הערן א קאמפלימענט וכו', דאס איז אלס נארמאל, אבער עס מוז אויך זיין א ציבור וואס רעספעקטירן אייך, און דאס קומט נאר דורך רעספעקט צום ציבור. נישט קיין חילוק וואס איר שרייבט, אפי' אויב ס'איז קאנטראווערסיעל, קוקט וויאזוי א פראפעשאנעל שרייבער וועט פרובירן עס צו אראפלייגן נישט פערזענליך, און וועט לאזן ביידע זייטן פון די מטבע אפן פאר באקוועמליכקייט טראץ וואס ער וועט שטופן אן אגענדע.

4. נישט רעדן דירעקט פון קיין שום ניק, און אודאי נישט פון קיין נעמען פון לעבעדיגע מענטשן, אויב וועט עס ח"ו אינטערמינעווען יענעם, נישט קיין חילוק אויף וועלכע וועג. עס איז פשוט נישט פראקטיש צום אריכות ימים פון אייער שרייבן, איר פארלירט אנזעהן.

5. פרובירט צו מאכן אייערע ווערק ליינבאר סיי מיט ספעלן, און סיי מיט פאראגראפן, עס מאכט פשוט באקוועם צום לעזן און מ'הערט מער צוריק.

6. אויב זענט איר דורכגעפאלן אין אן אשכול: דהיינו עס האט נישט געברענטג די געוואונטשענע רעזולטאטן נישט קיין חילוק וואס דער וואונטש איז געווען, פרובירט דאס נישט צו פאררעכטן דורך איבערקייען און דערמאנען דעם טעות נאכאמאל און נאכאמאל.

אמאל איז דא איינער באגייט א טעות אין שרייבן, (נישט אמאל, נאר אסאך מאל, עס איז אוממעגליך אלס צו זיין פערפעקט) דער חכם קוקט אוועק און פרובירט זיין מזל נאכאמאל, און דער נער שטעלט זיך אפ און פרובירט אויפצוווייזן אז ער האט זיך אויסגעגליטשט בכוונה…

7. בעפאר איר דרוקט "שלח" קוקט נאכאמאל איבער א שנעלן איבערבליק צו ליינט זיך טאקע דאס וואס איר האט געשריבן אזוי ווי איר האט עס געוואלט זאגן, און צו איר וואלט געווען באקוועם דאס צו אויסרופן ברבים.

עס איז דא נאך אסאך כללים, און איך שפיר אז עס איז וויכטיג פאר נייע שרייבערס בפרט זיך מתבונן צו זיין אביסל בעפאר מ'מאכט זיך א שם ושארית וואס ווערט נישט פארגעסן, און טון וואס מ'קען אז דאס פלאץ זאל בלייבן א מקום שוה לכל נפש.

ובזה יצאתי ידי תאותי...

זייטס מיר געזונט, דער שניי איז יעצט אינטערסאנטער...
לעצט פארראכטן דורך זאלץוואסער אום דינסטאג מארטש 14, 2017 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיין צולייגט!

דער זאלץ מאכט צונישט די גאנצע שניי.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאלצי גאר גוט צולייגט די זאך, עס איז א מאסט פאר אלע ניקים, נישט נאר נייע פון יעצט און ווייטער, נאר אפילו דומוואס זענען שוין דא זאלן גרינטלעך איבערליינען די אשכול.

שכוח זאלצי פארן פראבירן צו פארשענערן אונזער וועלטל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ פאר די אדווייס.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

גיי מיר ענטפערן פאר זאלצי קודם כל דו...,
אוי וויי עס שטימט נישט מיט די אויבן דערמאנטע תקנות,
שוין וועט מען עס נישט שרייבן. ראה נא בעני ושא לכל חטאותי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מנהלים, ביטע צוקלעבן אויבן אן, אדער אריינשיקן פאר יעדן מיטגליד אין אישי, דאס איז א "מאסט ריעד"!
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

פיין געזאלצן! יפה דיברת!..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

זייער פיין צולייגט (איז דאס די רעאקציע איר האט ערווארטעט ??...)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יא, דאס מוז יעדער לייענען, בפרט נייע.

נב איך גיי שוין טרייען צו זיין וואויל...
...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אריינגעסיינט זיך צו באדאנקען פאר די דברים של טעם.

ענדליך רעדט דא שוין איינער צום זאך!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

וועלקאם שמעלקע, דו קענסט אויך שרייבן דברים טעם אין נישט אנטלויפען. זאלץוואסער זאגט קריטיג אבער ער איז גירעכט נאר אביסלע ווייל איך למשל קים דא זיך ליפטערין און זאגן א מיינונג, נישט צי ווערן ארויפגיקיקט, און בחלל איז פארברענגן גימאכט פאר דעם, צי זאגן מיינינגען אין שמיסן. גאלדענע זיי נישט אזוי שארף פליס ווייל יעדע מטביע האט צוויי זייטען
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

עין טובה האט געשריבן:נב איך גיי שוין טרייען צו זיין וואויל...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אמת'דיגע רייד! אביסל טראכטן פארן שרייבן וואלט שוין געמאכט דאס פלאץ אסאך רואיגער.
א דאנק
פראגער אפשטאמיגער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראגער אפשטאמיגער »

געוואלדיג געוואלדיג, ייש"כ!

זאלץוואסער האט געשריבן:אפי' אויב איר זענט היינט א נסתר אויפן וועלטל, און איר האפט אלס אזוי צו בלייבן, געדענקט דעם כלל אז עס קומט אמאל א צייט ווען עס וועט אייך אליינס אפשר שוין נישט אנגיין צו מ'ווייסט אדער נישט.

אוי ווי ריכטיג און וואר! איך בין נאך גאנץ ניי דא, קומט זיך פלוצלונג א זאלץוואסער און פאקט אויס אלע מיינע פריוואטע שוואכקייטן אויפן טיש בפני כל הקהל אין פארעם פון הדרכה געבן. פון וואו קענען מיר זיך בכלל? ווער האט דיר דערציילט אז איך בין דא? ווארט נאר, ווען איך וועל געוואויר ווערן ווער דו ביזט וועלן מיר זיך אפרעכענען אי"ה.

איך מיין אז ווען דו זאלסט אמת'דיג קלערן אז איך וועל דיר נאך אמאל אנטדעקן וואלסטו מיר נישט אזוי מבזה געווען ברבים, און אויב האסטו נישט דאס געמיינט נאר פשוט נישט געכאפט אז דער עולם ליינט צווישן די שורות אויך, איז דאס נאך די וויכטיגסטע הדרכה:

איידער איר שרייבט סיי וואס אין סיי וועלכן טעמע, זייט וויסן אז די ליינער וועלן וויסן אקוראט און גענוי וואס איר באהאלט (צוליב סיי וועלכע סיבה) אין אייערע ווערטער און פונקטליך צוליב וועלכן ציל איר האט מחליט געווען צו שרייבן דאס וואס איר האט געשריבן און אויב איז עס נישט 100 פראצענט אויסגעהאלטן וועט דאס אייך מעגליך קאסטן א פרייז. למשל, פארוואס האב איך געשריבן די תגובה? בלויז פאר א ווערטל! אדער אפשר אויך ארויפצוציען אויף זיך דעם צארן פון די ליינערס אז האחד בא לגור וישפוט שפוט.

זייער הנאה געהאט, א גרויסן ייש"כ זאלץוואסער.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

עקסטער זיך אריינגעסיינט צום צווייטן מאל זייטן (צייטווייליג) פארלאזן אפצוגעבן א דאנק פאר זאלץוואסער פאר די אויפריכטיגע רייד און העכסט וויכטיגע הדרכה! איך קען מיר אויך לערנען דערפון.

אז די דרשה וועט דערהערט ווערן ביים עולם וועל איך קענען פולקאם זיך אומקערן דא מיט א רואיגקייט (הרבה במשמע).

אגב: אלס חשיבות וואס איך זעה אין דעם אשכול האב איך דאס געלייגט אין מיין אונטערשריפט, כ'האף זאלצי אז דו לאזט מיר...

און צו אייך טייערע שרייבער יונג און אלט, מדרשה זו ילמדו לקח, פון דעם דרשה זאל מען זיך אפלערנען וויאזוי צו שרייבן, און האפנטליך וועט די ניווא פון אייוועלט צוריק ארויפגיין ווי אמאל (נישט ווייטע פארגאנגענהייט).
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

הערליך שיין!

זאלץוואסער האט געשריבן:2. כל באי' לא ישובון. יעדעס ווארט וואס איר שרייבט פארלירט איר דעם קאנטראל דערויף, און אפי' אויב איר זענט היינט א נסתר אויפן וועלטל, און איר האפט אלס אזוי צו בלייבן, געדענקט דעם כלל אז עס קומט אמאל א צייט ווען עס וועט אייך אליינס אפשר שוין נישט אנגיין צו מ'ווייסט אדער ניטש, און איר קענט קיינמאל נישט וויסן צו ביי די לוי' וועט מען טיילן פאר די אייניקלעך די ארטיקלען פון זיידן.

איך האב ב"ה נאך נישט מיטגעלעבט מיין לוי', און איך האף צו לעבן לאנגע געזונטע יארן, אבער איך קען מעיד זיין אז איך בין שוין געווארן סורפרייזד אסאך מאל מיט זאכן וואס איך האב געשריבן און מ'איז מיר געקומען פרעגן דערויף אויף די מערסט אומגעראכטענע פלעצער, און אויב וואלט איך געשריבן א זאך מיט וואס איך שעם זיך, ווייס איך נישט וואס יאך וואלט געקענט טוהן יעצט צו פאררעכטן.


viewtopic.php?f=3&t=24821&p=961813#p961813
איזי
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

יישר כח זאלצי

און איך האף אז די מיינסט נישט מיר פערזענליך..
אמער. אונז האבן מיר שוין געשמועסט פון די אלע נקודות. אויב די האלטסט אז איך פארשטיי נישט דארפסטו מיר נאכנישט אויספראקן ברבים ?!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

לעטס מעיק אייוועלט גרעיט עגעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

שואף, דו האסט מיך דערמאנט אז איך וויל שוין לאנג שרייבן דעם ענין. און איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין מהלך, דו לאזט דיך לערנען, און איך ווייס אז דאס האט דיר געהאלפן פריוואט אין לעבן אויך. כה לחי.

איך וויל קלארשטעלן אז איך האב נישט געמיינט קיינעם פערזענליך דא, עס איז פשוט אין דזשענערעל וואס יעדער זעהט דא אויף אייוועלט, נאר געברענגט לפונדק אחד.

אפשר זאל איך טוישן דעם קעפל צו #לעטס מעיק אייוועלט גרעיט עגעין???
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

חחח... מ'זעהט דו דרייסט'ך נישט צו סאך דא. אזאנע ווערטער קענען ברענגען בייז בלוט ביי מאנכע
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אוי וויי. וועלכע ווערטער?
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

גרעיט עגעין
עס זענען דא אזעלכע וואס ביי זיי איז עס שוין גרעיט
עס זענען דא אזעלכע וואס עס קען נישט ווערן (עכ''פ יעצט) גרעיט
עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן בעסער עס זאל נישט ווערן גרעיט......
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

איך רעד דאך נישט פון אמעריקע, (דאס האב איך שוין בארירט אין אן ארטיקל אנהייב פון דעם וואל קאמפיין, זינט ווען איך האב מיך מער נישט אנגערופן מיט קאמענטס איבער די וואלן צוליב די היץ, די ארטיקל האט געהייסן עפעס "טראמפייטער" בשכמל"ו)
אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואף »

עס איז געווען אין איינע פון די מי מנוחות
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ראש העיר האט געשריבן:
פיין געזאלצן! יפה דיברת!..
2000 צוהערערס און נאך דערצו די אייניקליך זאלען זעהן וואספארע נער דער זיידע האט געקענט זיין; כ'הייב שוין אן מורא צו האבען עפעס צושרייבען...

לעצטענס געדארפט אריין לייגען דער פיס אין מויל. (אבער למעשה נישט אויס געפעלט, ווייל די באטרעפענדע האט מיר ב"ה פארשטאנען. ווי פלעגט מיין מאמע זאגען: "בעסער מיט א קלוגע צו פארלירען ווי מיט א נאר צו געווינען")

טראכטס צוויי מאל (דריי מאל איז נאך בעסער) פארען שרייבען, וועט דאס פארמיידען א סאך עגמת נפש און בזיונות.
--
ליינט דא וואס אונזער צדיק האט געהאט צו זאגען:
הצדיק הנסתר האט געשריבן:
משום שלא נהגו כבוד זה לזה.

ווען איר זענט צוגאסט ערגעצוואו, וועט איר עפענען פענסטערס אדער ארומרוקן די טיש, ווייל מיר געפעלט אזוי בעסער? וועט איר זיך נעמען זינגען אויף די העסטע טענער ווייל ס'האט זיך מיר פארשמעקט? אויב די ענטפער איז ניין, דאן טוט איר זיך רעכענען צווישן די רעספעקטירטע און אנשטענדיגע מענטשן וואס געפינען זיך אויף אונזער פלאנעט. (אויב די ענטפער איז יא, דאן פארמאכט דעם קאמפיוטער און נעמט זיך שוין לערנען פלא יועץ)

אייוועלט ליידט פון אן אנשיקעניש. קומען נייע ניקס און מאכן אן איבערקערעניש, מ'זינגט און שרייט, מ'פירקלט אן די ווענט און מען ברענגט נאך געסט. א מינוט, איר האט פארגעסן אז איר זענט א גאסט? ס'דא נאך אידן דא וואס זענען שוין דא אפאר יאר, ביטע זעצט אייך אראפ און לערנט אייך צו די מנהגי המקום. און דערווייל זיצט שטיל, הערט און זעהט וויאזוי עלטערע פון אייך פירן א שמועס, א דעבאטע אדער דיסקוסירן א קאפיטל היסטאריע.

מיט די צייט וועט איר זיך אויסלערנען ווען עס איז ריכטיג אריינצורעדן און פרעגן ווי א חכם, נישט איבערהאקן אנדערע און זיך אויפפירען אנשטענדיג. דאן וועט איר פאררעכענט ווערן אלס איינע פון די חברייא, אייער סטאטוס וועט זיך אי"ה טוישן פון גאסט צו תושב, און אזוי וואקסט די מספר תגובות און שעצונג וואס דער עולם האט צו אייך.

יעדע לאנד האט א פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין אויב וויל מען דארט ווערן א בירגער, ס'גייט נישט אין איין מינוט, און א גאסט האט ווייניגער פריוועליגיעס ווי א בירגער.

ליידער דארף מען דאס אויסשמועסן, עס האט זיך דערקייקלט צו א מצב אז מען פרעגט גאר, וואס איז געשען? פארוואס גייען די אלטע ניקס אוועק פון אייוועלט?

מאכט אייך א חשבון הנפש, וויפיל מענטשן בין איך מצער מיטן שרייבן נארישע און זינלאזע תגובות אדער לייגן פראוועצירענדע בילדער? וויפיל סעקונדעס טראכט איך פאר איך שרייב עפעס?

לערנט אייך פון די עלטערע אידן, קוקט וויאזוי זיי שרייבן און וואס זיי טוען, און שטרעבט צו גיין אין זייערע וועגן.

נעמט אייך פאר, אז פון היינט און ווייטער וועט איר טראכטן אביסל פאר איר שרייבט, פארעכטן די גרייזן אז די ווערטער זאלן זיין ליינבאר און קלאר, אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן, נישט נאר טראכטן פון זיך.

איך שרייב מיטן האפענונג אז אפשר, אפשר וועט דאס אויפטוען אז די ניווא פון אייוועלט וועט זיך אביסל העכערן און מיר וועלן האבן די זכיה צו זען ווי די אלטע גואוורדיע קומט צוריק.

הכותב למען האמת והשלום
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מארטש 14, 2017 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גאר וואויל געזאגט, עז אלוועיז.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”