The Deep State - א לאנד "פאר זיך" אין דער טיפעניש פון א לאנד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

The Deep State - א לאנד "פאר זיך" אין דער טיפעניש פון א לאנד

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 06, 2017 12:49 pm

ס'געקומען דער צייט צו רעדען פון א טעמע, וואס ווערט פון טאג צו טאג מער אקטועל.

דער טעמע איז "דער דיעפ סטעיט", א סטעיט וויטין א סטעיט, וואס גיבט נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינעם, און איז למעשה דער פערדע ברענטש פוון גאווערנמענט און שטערקער ווי די אנדערע דריי קאמביינד (ווען זיי טשוזען צו עקסעקיוטען זייער כח).

אין צוויי ווערטער, מען רעדט דא פון די "אמעריקאנער שפיאנאזש" פון א ערך זעכציג טויזענט מענטשען וואס א ערך 100 פון זיי ווייסען אלעס, האבען עקסעס צו אלעס, און קענען וויסען אלעס וואס זיי ווילען געוואויר ווערען; און די זעכציג טויזענט טוישען זיך נישט פון איין פרעזידענט צום צווייטען, און אפילו די 100 וויכטיגסטע טוישען זיך אויך נישט, נאר א פרעזידענט וואס קעניגט אכט יאר, און אויב זיין פארטיי קעניגט 12 אדער 16 יאר, האט ער גענוג צייט אריין צו שטעלען זייינע אייגענע מענטשען אויך, הייבען צום טאפ זיינע מענטשען, באזייטיגען זיינע שונאים (געבען זיי פעפער דזאבס וכו'), אדער מאכען פון זיי "זיינע" פריינט און זיי ווערען געטריי צו אים. געווענליך זיהכט א פרעזידענט צו נעמען איינע פון די הויפטען דארטען און אריין שטעלען אין זיין קאבינאט, ווייל אזוי וועט ער "האפענטליך" באקומען אלע אינפארמעישאן וואס ער דארף, און נישט וואס זיי באשליסען אים צו געבען (אדער פארפירען פאר א פורפאז).

איך געדענק ווי א רעפארטער האט געפרעגט פרעזידענט רעיגען א שאלה, און דער פרעזידענט האט גע'ענטפערט "איך וואלט דיר זייער געוואלט ענטפערען וויייל ביזט בארעכטיגט צו וויסען, אבער אונזערע שונאים הערען אויך, איז ממילא קען איך דיר נישט "אויס" זאגען.

דער נקודה האט יעדער פארשטאנען אז א לאנד קען זיך נישט פירען אנדערש. א לאנד מוז האבען א שפיאנזש עדזענסי, און פרידאם אהער פרידאם אהין קאנסטיטושען אהער קאנסטיטושען אהין, מוז דער סטעיט האלטען סודות פון אירע סיטיזענס (און אפילו טוהן זאכען וואס א סאך סיטיזענס זענען נישט דערצו מסכים).

דאס אלעס מיין איך האט זיך געטוישט, אדער גייט זיך טוישען.

פארוואס?

ווייל, ווי לאנג עולם כמהגו נוהג, און יעדער איז צוגעוואוינט צום סאשעל ארדער, און עולם גולם גייט מיט (כצאן לשחיטה) ווייל זיי ווייסען נישט בעסער, איז אלעס געפארען ווי נארמאל, און עס איז טאקע געווען "גאנץ" נארמאל. נאר ממש יחידים מיט שארפע קעפ, און חכמים וואס האבען ארויס געהאט ווי א לאנד פינקטליך ארבעט האבען אלע מאל געוויסט; אבער על פי רוב האט מען אריין גענומען אזעליכע מענטשען טאקע דארט (ווייל אויב זיי ווייסען, מיינט דאך אז זיי האבען די ריכטיגע שמעק און אט אזעליכע מענטשען זיכען זיי דארט צו טוהן די ארבעט), איז ממילא זענען זיי געווען גאנץ שטיל.

אויב איינער האט זיך יא אמאל צולאזט און געזאגט א מיינונג אז עפעס איז ווראנג, אז דער פרעזידענט ווערט געפירט ביים נאז; זאכען געשעהן וואס זעהט אויס ווי מ'האט עס אויס געפלאנט; האט מען זיי שנעל פארמאכט די מויל מיט טייטלען אןיף זיי "קאנספירסי טעאריסטס" וואס מאכען פון א דמיון ווי ס'וואלט געווען א אמת'ע געשע'עניש און מאכען סתם נויז.

אבער רוב דוחקים הם אמת; און אין פאליטיק איז גארנישט אמת נאר וואס מען לייקענט; איז האט מען אלע מאל געפילט אז עפעס איז יא געשעהן, אבער ווי לאנג מען קען נישט פראווען בלייבט עס סתם דמיונות, און טעאריע צום בעסטען.

דער סאשעל ארדער האט זיך געטוישט און טוישט זיך טעגליך, און אויב האבען שינויים גענומען אמאל הונדערטער יארען אז עס זאל געשעהן, געשעהט עס היינט שוין פון איין טאג אויפען צווייטען, און עס וועט נישט סטאפען אזוי ביז משיח וועט קומען. דער טעכנילאגיע האט געמאכט אזא איבערקערעניש אז יעדער (נישט נאר די פאר געוועזענע חכמים) זאל אויך וויסען; און אז יעדער ווייסט, פארמירט מען מיינונגען, און עס שאפט א דעת הקהל אז עפעס איז דא זייער ווראנג, ווען נישט ערוועלטע פירער, האבען צו שאפען, האבען צו שטערען, האבען צו אויספירען זייערס, איבער דולי עלעקטעד אפישעלס וואס מוזען יא אפגעבען דין וחשבון פאר דאס פאלק.

כ'האב שוין נישט צייט ממשיך צו זיין. כ'האב נאר געוואלט אנהייבען דער אשכול (לאנג אווער-דו), ווי א סאך קען, און וועט אי"ה ווערען אויס געשמועסט וואס האט א שייכות דא.

דא האט איר אויפען שפיץ גאפעל וואס די נושא איז
https://en.wikipedia.org/wiki/Deep_stat ... ted_States
https://en.wikipedia.org/wiki/State_within_a_state
יתן לחכם ויוסיף לקח

אויב איינער וויל וויסען וואס מיינט סאשעל ארדער, דא איז עס
https://en.wikipedia.org/wiki/Social_order

מען קען געבען א סאך דוגמאות וואס אלץ קומט דא אריין, אבער וועל מענשענען איינס, א וויכטיגס, אז מאנכע זאגען אז דער שפיאנאז פון אמעריקע האט געהאט א יד אין דעם אז דער לוטענעט גענעראל מייקעל פלין זאל פליען; און דאס איז ווייל ער איז געווען דער אכצענטער דירעקטאר פון די דיפענס איטעלידזענס עדזענסי און אלץ דער נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזער (א הארט-ביעט אוועק פון פרעזידענט) וואלט ער געקענט צושטעלען אלעס וואס די זעכציג טויזענט מענטשען ווייסען, און דאס האבען געוויסע נישט געוואלט צו לאזען.

איך גיי נישט אריין צו יא צו ניין, וויפיל יא ווייפיל ניין, נאר ברענג צום טיש א נושא וואס איז וויכטיג דא צו האבען א אשכול דערויף.
--
די תגובה האביך שוין געהאט גרייט פרייטיג, אבער נאך נישט גע'עפענט דער אשכול; ווייל כ'האב נאך געוואלט א סאך צו לייגען; און פאר נאך א פאר סיבות.

ווינציג האב איך געוויסט אז עס גייט מוצא שבת אויס ברעכען דער באשולדיגונג פונעם פרעזידענט אויפעם געוועזענע פרזעידענט אז ער האט גענוצט די שפיאנאזש אים אינטער צו הערען און שטערען זיין קאנדידאסי פאר פרעזידענט. (דאס ווערט דורך געשמיסט אין א דערנעבייאיגען אשכול).
viewtopic.php?f=6&t=32968
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מארטש 06, 2017 1:23 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מאנטאג מארטש 06, 2017 12:59 pm

שוין געשריבן דא א קליינע באריכט.. שכויח שפוזמן פארן גיין פתיחה..
תורה לערנער האט געשריבן:נישט געזעהען באריכטעט דא..
די סענאט אינטעל. קאמיטי האט פרייטאג געהאט א געהיימע זיצונג אונטער פארשלאסענע טירן מיט פבא דירעקטאר קאומי(דער וואס האט אינטער געברענגט קלינטאן.).
די אינהאלט פון די זיצונג איז נישט באקאנט אבער לויט באריכטן גייט די קאמיטי עפענען א אינוועסטיגעישן איבער רוסלאנד ראלע אין די עלעקשאן,און אזוי אויך איבער פרעזידענט טראמפ כלומר'שטע געהיימע פארבינדונגען מיט די קרעמלין. סענאט האט ארויסגעשיקט בריוון צו צוועלף אגענטורן און אינווידואלן אז זיי זאלן פריזערווען אלע רוסלאנד רילעטעד דאקומענטן(דאס איז די נייעס)

די אינטערסעפט האט געהאט אן ארטיקל איבער די פאוער וואס די אינטעל. קאמיוניטי האט, זיי רופן עס אן די דיפ סטעיט, אינטערסאנט צו כאפן א בליק וואס די אינטערסעפט, וואס איז נישט באקאנט פאר זיין קאנסערוואטיוו געשטימט, שרייבט ווי דאס גיין צו די א.ק. און אויסהערן יעדע שמויגער דארט און עס ברענגען ווי גלייך ס'איז דער הייליגער אמת גייט בעקפייערן. ווייל די געסט כח און פאוער פאר דער וואס איז נישט ערוועלט געווארן אין א פאליטישע סיסטעם. נאכמער נאכדעם וואס טראמפ האט אטאקירט די א.ק. האט שומער געזאגט ביי א אינטערוואו אז ער איז דאמב פארן זיך אנפאנגען מיט די א.ק.

איך האלט אז אויב נאך אלע אינוועסטיגעישאןס גייט טראמפ ארויסקומען קליען, גייט עס שטארק בעקפייערן אויף די א.ק. זעלבסט, טראמפ גייט האבן א תירוץ צו אויסקליענען די אגענטורן און פארמינערען זייער פאוער, אויף די דעמאקראטן אפגערעדט אז ס'גייט שטארק בעקפייערן אויף זיי אויב טראמפ גייט ארויסקומען קליען..

פאר אונז אידען איז דא נאך א ארטיקל וואס שרייבט, אז די פבא פראפפילט נאך אלץ מינאריטיס און רעליגיעזע קאמיוניטיס..
אסאך ארטיקלען איבער די פבא און וואספארא פאוער זיי האבן. שרעקעדיג..
לעצט פאראכטן דורך תורה לערנער אום מאנטאג מארטש 06, 2017 2:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

Metadata

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 06, 2017 1:06 pm

מעטעדעטע
https://en.wikipedia.org/wiki/Metadata

מעו דערציילט אונז אז די אמעריקאנער שפיאנזש קאלעקט מעטעדעטע; דאס מיינט אז זיי קאלעקטען אלע טעלעפאן רעקארדס (און רעקארדירונגען) פון אלע טעלעפאן קאמפעניס; אבער "היות" זיי האבען נישט קיין רעכט (לויט די קאנסטיטוציע) צו קיין איינע פון די רעקארדס חוץ אויב זיי האבען א אינטערגעשריבענע "פייסע" ארדער פון דריי ריכטערס; דעריבער זאגען זיי אז זיי קאלעקטען "נאר" אבער קוקען נישט. זיי שווערען אז זיי האבען שמירת עינים; און אפילו אויב מען זאל זיי שטעכען און ברעכען וועלען זיי בשום אופן אפילו פון א פאליטישע שונא נישט אריין קוקען אין זיינע רעקארדס אן קיין רשות. איי פארוואס קאלעקטען זיי "אלע רעקארדס" (metadata)? זאגען זיי אז דאס איז דערפאר אז ווען זיי וועלען עס דארפען האבען, און וועלען באקומען דערפאר א אינטערגעשריבע היתר פון דריי ריכטער; זאלען זיי עס "שנעל" קענען האבען. דאס איז בעסיקעלי דער לומדות פון זיך בארעכטיגען לגבי די קאנסטיטוציע און ביל אוו רייטס.

חוץ טעלעפאן רעקארדס זאגט מען אז זיי האבען צוטריט צו אלע אימעילס, אלע טעקסט מעסידזעס, צו אלע אלע איי-פי אדרעסען, און צו אלעס וואס איינער האט געקליקט אויף דער אינטערנעט, צו דיינע פינאנציעלע רעקארדס, צו דיינע סאציאלע רעקארדס. בקיצור, אויב זיי ווילען קענען זיי וויסען אלעס ממש; און ממש אין ריעל טיים. (דאס הייסט זיי האבען עס שוין שוין פאר זיי דארפען עס).

https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... ance_Court
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 06, 2017 2:35 pm

McCarthyism
https://en.wikipedia.org/wiki/McCarthyism
ווי די דיעפ-סטעיט האט געהאט א תפקיד צו טרעפען אלע פאליטישען'ס וואס זענען לויעל צו רוסלאנד.

Watergate
https://en.wikipedia.org/wiki/Watergate_scandal
ווי צוויי עף-בי-איי אגענטען;
לידי
https://en.wikipedia.org/wiki/G._Gordon_Liddy
און האונט
https://en.wikipedia.org/wiki/E._Howard_Hunt
האבען געהאט דער תפקיד פון זיך אריין ברעכען ביים פאליטשיען שונא.

און יעצט אבאמאגעיט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דיעפ סטעיט אין מד"י

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 06, 2017 2:43 pm

איך מד"י איז אויך דא א דיעפ-סטעיט.

דיעפ-סטעיטס האבען אינטורנעל דזאסטיס, ווי מע פארשווייגט נישט איינער וואס האט אנגעמאכט א גרויס חורבן ביי זיי; און אז מען קען נישט שטראפען אפען, שטראפט מען באהאלטענהייט.

איינער אזא פאל זאגט מען איז פריזינער-עקס
https://en.wikipedia.org/wiki/Death_of_Ben_Zygier
וואס מען זאגט האט אנגעמאכט גאר גרויסע שאדען מיטען עפענען דאס מויל, און מען קלערט אז מען האט אים אפגעווישעט אינטורנעלי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג מארטש 06, 2017 2:46 pm

וואס גייט אבאמאגעיט יעצט ברענגען, אז אבאמא זאל ריזיינען?... ס' גייט לכאורה נישט קיין סאך העלפן אז די דעמאקראטן זאלן אפלאזן דעם פרעזידענט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 06, 2017 2:52 pm

נאך א פאל ווי דער דיעפ-סטעיט האט אויס געפירט זייערס, איז ביי פאלארד ווי פרעזידענט קלינטאן האט צוגעזאגט אז ער גייט אים באפרייען (אין א דיעל מיט אהוד ברק פאר שלום); און געמוזט צוריק צוהען ווען דער דיעפ סטעיט האט געסטראשעט מיט מיוטעני.

CIA chief George Tenet
האט געסטראשעט אז אויב פאלארד ווערט באפרייט גייט ער רעזיגנירען
http://www.nytimes.com/1998/11/11/world ... i-spy.html
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג מארטש 06, 2017 4:18 pm

הערליך שפוזמ"ן אז איך העל האבן צייט וועל איך דורכלייענען די אלע לינקס.
באמת א דאנק, קיינמאל געוואוסט דערפון.
...

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 07, 2017 9:13 am

SPUSMN האט געשריבן:דער טעמע איז "דער דיעפ סטעיט", א סטעיט וויטין א סטעיט, וואס גיבט נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינעם, און איז למעשה דער פערדע ברענטש פוון גאווערנמענט און שטערקער ווי די אנדערע דריי קאמביינד (ווען זיי טשוזען צו עקסעקיוטען זייער כח).

אין צוויי ווערטער, מען רעדט דא פון די "אמעריקאנער שפיאנאזש" פון א ערך זעכציג טויזענט מענטשען וואס א ערך 100 פון זיי ווייסען אלעס, האבען עקסעס צו אלעס, און קענען וויסען אלעס וואס זיי ווילען געוואויר ווערען.


וואס איז זייער אגענדע? ווילן זיי האלטן דעם לאנד רעכטס אדער לינקס? אדער געזעצליך? אדער פריי פון א דיקטאטור? פריי פון די אינטערווענס פון אנדערע מדינות?

ווער מאכט אפ וואס דער אגענדע זאל זיין? האבן זיי א אנפירער?

אויף די היינטיגע מצרים האט מען אויך געזאגט אז די מיליטער איז א דיעפ סטעיט, און מ'זעט אז דער ראש על סיסי האט טאקע אומגעווארפען זיין פארגייער און ער האט איבערגענומען די לייצעס.

טוט אונזער דיעפ סטעיט די זעלבע זאך נאר אן קיין בלוט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 1:14 pm

אין א דיקטאטארישע לאנד איז דער דיקטאטאר מיט דער דיעפ סטעיט איינס. נישטא קיין פיר ברענטשעס פון גאווערנמענט נאר איינס. ער איז דער הויפט דערפון און מאכט זיכער אז די ערשטע שיכט אינטער אים זענען זיינס ממש, און נישטא א זאך וואס זיי ווייסען אז ער זאל נישט וויסען ווייל אויב נישט איז אחת דתו, ווי עס איז אין אין נארט קאריע.

ווען מובאראק איז געווען דיקטאטאר, איז זיין געטרייסטע מענטש געווען דער פירער פון די אינטעלידזענס אוון דאס איז געוווען עומר סולימאן
https://en.wikipedia.org/wiki/Omar_Suleiman
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7 ... 7%90%D7%9F
און דער היינטיגער סיסי איז געווען דער הויפט פון די מיליטער; אזוי ארום איז דער מיליטער מיטען אינטעלידזענס געווען פעסט אין דער האנט פון מובאראק.

ווען מובאראק איז געפלויגען מיט 6 יאר צוריק, איז סולימאן "פליצלינג" געשטארבען א יאר שפעטער וואס רופט ארויס א גרויס חשד אז ער איז נישט אזוי פויגעלדיג געשטארבען. א יאר פריער האט ער נאך אנגעפירט בתוקפו, און נאך פרובירט לויפען פאר פרעזידענט/דיקטאטאר; און א יאר שפעטער איז ער שוין טויט!

היינט זיצט סיסי שטארק אויפען בענקעל און דער רעסט איז היסטארי. (סאו פאר. קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין מארגען)
--
אנדערש אבער איז אין די מערב לענדער, ספעציעל אין אמעריקע ווי עס איז "we the people", די מענטשען זענען בעל הבית, נישט אפילו דער פרעזידענט. דער פרעזידענט האט נישט קיין רעכט אפילו צו טאטשען א מענטש. נאר מען קען דאך נישט אנדערש, עלעקט מען רעפרעזענטעטיווס וואס פארטרעטען די מענטשען און מען האלט די דריי ברענטשעס אוו גאווערנמענט אין טשעק.

עס האט אמאל גע'ארבעט זייער גוט. דער קאנגרעס איז דער עיקר בעל הבית דא ווייל זיי רעפרעזענטירען (הייסען טאקע "רעפרעזענטעטיווס") דיירעקטלי די מענשטען, און טאקע ווען 435 קאנגרעסמען האט יעדער איינער פון זיי פארטרויטען א פאר צענדליג טויזענט, האט עס גע'ארבעט זייער גוט, ווייל די פאר צענדליג טויזענט האבען געהאט צוטריט צו זייער קאנגרעסמאן. היינט אבער ווען יעדער קאנגרעסמען פארטרעט שוין באלד א מיליאן מענטשען, איז נישט דא א אמת'ע רעפרעזענטעישאן; נאר ער רעפרעזענטירט פינקט ווי א סענאטאר (צוויי אין יעדער סטעיט) וואס דער רוב וואוטערס וואס ערוועלען אים זענען אין גאנצען בעל הבית, און מען האט אלע איבעריגע אויפען בוידעם.
--
לגבי די שפיאנזש, איז ווען עס איז געגרינדעט געווארען איז עס געווען גארנישט מער ווי א "הילף" צו גאווערנמענט. פינקט אזוי ווי די פאליציי האט דיטעקטיווס און אינוועסטיגעטארס, האט דער רעגירונג דאס זעלבע. דער פראבלעם איז געווארען צוליב דער אומפאראויס געזעהן עקספלאזשען פון טעקנאלעדזי. ווייל ביז דענמאלט איז אויב דער רעגירונג (דער דיעפ סטעיט) האט געוואלט האבען אינפארמאציע איבער א מענטש, האבען זיי געדארפט אין דעם אינוועסטירען ממים ודמים (תרתי משמע); שיקען עדזענטס נאך צו גיין יענעם; איין פלאנצען א באג אין יענעם'ס אפיס; וואס דאס אלעס איז שטארק מסוכן פאר די עדזענטס, און מען האט עס נישט געטוהן לייכט; מען איז געזעצען ז' נקיים צו עס פעלט טאקע אויס, און נאכדעם ערשט איז מען געגאנגען צום ראבער סטעמפ פייסע קארט און באקומען ערלויבעניש.

האט זיך אבער געמאכט א נייע מציאות; אז מען דארף שוין נישט שיקען שלוחים צו טוהן די מסוכן'דיגע ארבעט; נאר מען קען עס גרינג טוהן פון דער ווייטענס און אין טאטאל סעפטי. און נישט נאר דאס, נאר מען קען אין דער זעלבע צייט אויך נאך גיין ווייניגער פארדעכטיגטע פאר די זעלבע געלט, און אפילו אויס טשעקען ממש יעדען אין לאנד, מיט א קאמפיוטער פארגראם וואס זאל קאנעקטען די דאטס און געבען א ליסטע פון אלע פארדעכטיגטע.

מען זיצט נישט ליידיג אין אלע וועסטערן אינטעלידזענס עדזענסיעס. מען ניצט טעקנאלידזי טו דער פולעסט מיט אויסטערלישע גוטע רעזולטאטען; און אלעס נאך אין טאטאל סעפטי. עס איז פלאים ממש פאר דער וואס פארשטייט וואספארע אינפארמאציע איז אלץ דא אין זייער באזיץ, און וואספארע קאמפיוטער פראגרעם'ס מען קען אלץ שרייבען דאס צו אנאלאזירען.

דאס שאפט אבער א גרויסע פראבלעם; ווייל מיר האבען אלע פארלוירען אונזערע "גאראנטירטע" פרייהייט; און אונזער קאנסטיטושענל רעכט צו פרייוויעסי האט מען געשטעלט אויפען קאפ.

אבער, די שפיאנאז אגענוטורען גיבען זיך זייער אכטונג אין גייען אויף א דינע שטריק. און האלטען זיך איין פון ארויס זאגען קלאר, (וואס אלע דעטע-עקספערטס ווייסען און שפירען); און זיי פרובירען נישט צו רודף'ען קיין פריוואטע מענטשען סתם אזוי; און זיכער נישט אין די מאסען.

אבער אזוי ווי דער כלל איז אז איבעראל ווי עס איז שייך ס'זאל זיין קאראפשען, וועט דא און דארט זיין קאראפשען; און אויב די אינפארמאציע איז דא, איז דאך שייך אז מען זאל עס עביוזען (ווי מען באשולדיגט אבאמא אין מאכען זיכער אז די IRS גייט נאך די רעכטע; וכו', וכו'). דעריבער מיין איך אז עס איז נאר א מעטער אוו טיים ביז עס וועט מוזען פלאצען.

דער איצטיגער מצב מיט טראמפ און די שפיאנזש (אויב שטילט מען עס נישט אפ באצייטענס) קען פאראורזאכען אז דער דעקל פון דער דער דיעפ סטעיט זאל ווערען אויף געדעקט און דער דיעפ סיקרעט אנטפלעקט; ותוצאותיו מי ישורנה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מארטש 07, 2017 1:33 pm

שפוזמ"ן הערליך!
וואס ווייסן זיי אויף מיר? וואס איך עס פאר נאכטמאל? אינטעריסירט מיר בכלל נישט... אז איך שרייב אויף אייוועלט? איך מיין, וואס אינטערעסירט מיר אז איינער מיט וועמען איך האב נישט קיין ברעקל שייכות זעהט אלעס אויף מיר...? ווען דו גייסט מיר זאגן אז די אינפארמאציע איז עפנטליך, נו פארשטיי איך.

ווילאנג איך בין נישט קיין טעראריסט און איך פלאן נישט קיין באמבעס, הו קערס?

דו מיינסט טאקע אז צווישן 300 מיליאן מענטשן איז ער פונקט אינטעריסירט אין דיר?


---
פארוואס מאכט מען נישט נאך קאנגרעס לייט? ס'איז פשוט נישטא קיין פלאץ זיי צו אקעמעדירן....?
...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 2:59 pm

עין טובה האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט נאך קאנגרעס לייט? ס'איז פשוט נישטא קיין פלאץ זיי צו אקעמעדירן....?

מער קאנגרעסלייט; לאמער זאגען אז די באפעלקערונג האט זיך געצענטעלט (איז 10 מאל אזוי פיל וויפיל עס איז געווען); קען מען דען מאכען 4350 קאנגרעסלייט? ווער וועט רעדען ערשט? קען מען עפעס אדורך פירען ווען אזויי פיל קעכערס זענען אין דער קיטשען?

אין 1776 איז דער פאפיולעישאן פון די יונייטעד סטעיטס געווען 2.5 מיליאן. אין 2010 איז עס געווען 310 מיליאן. דאס הייסט 124 מאל אזוי פיל.

יעצט נעם די 435 קאנגרעסלייט און דאפעל עס ביי 124, באקומט מען 53940 קאנגרעסלייט! ווי גייט מען זיי פלאצירען? ווער גייט האבען דער רשות צו רעדען? וויאזוי גייט עס ארבעטען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:07 pm

במחילת כבודכם ר' שפושמ"ן, אבער דער אשכול קומט מיר פאר ווי די פראטאקלן פון זקני ציון אדער די בילדערבורג גרופע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:19 pm

האביך דען געזאגט אז איך בין דערצו "פולי" מסכים? איך בין דא נאר צו אינפארמירען, און זאל זיך יעדער איינער צוהען זייער אייגענע מסקנות.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מארטש 07, 2017 3:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:20 pm

עין טובה האט געשריבן:שפוזמ"ן הערליך!
וואס ווייסן זיי אויף מיר? וואס איך עס פאר נאכטמאל? אינטעריסירט מיר בכלל נישט... אז איך שרייב אויף אייוועלט? איך מיין, וואס אינטערעסירט מיר אז איינער מיט וועמען איך האב נישט קיין ברעקל שייכות זעהט אלעס אויף מיר...? ווען דו גייסט מיר זאגן אז די אינפארמאציע איז עפנטליך, נו פארשטיי איך.

ווילאנג איך בין נישט קיין טעראריסט און איך פלאן נישט קיין באמבעס, הו קערס?

דו מיינסט טאקע אז צווישן 300 מיליאן מענטשן איז ער פונקט אינטעריסירט אין דיר?

זייער גוט געזאגט; דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס זיי קענען אפערעיטען אומגעשטערט; ווייל אפילו די וואס ווייסען, זאגען אז "איך בין גרייט אויף צו געבען א 'ביסעל' פון מיין פרידאם, צו האבען פאר דעם סעקיוריטי". און דאס איז פארוואס דער פרעזידענט קען "צייטווייליך" פארפרירען די רעכטען פון מענטשען און דערקלערען א "סטעיט אוו עמורדזענסי" ווי פרעזידענט בוש האט געטוהן נאך 911.
https://en.wikipedia.org/wiki/State_of_emergency

דער פראבלעם איז נאר אז אבאמא האט פאראיאר פארלענגערט דער פאוסט-911 סטעיט אוו עמערדשענסי פאר דער זעכצענטער יאר! האסטו געוויסט דערפון?
Obama extends post-9/11 state of national emergency for 16th year
ליין דא:
http://www.usatoday.com/story/news/poli ... /90004960/
דער צוועלעווטער יאר האט ער עס נאך געטוהן שטליערהייט
http://www.msnbc.com/all/obama-quietly- ... -911-state

און עס זעהט אויס אז דער סטעיט אוו עמורדזענסי גייט שוין בלייבען ביז משיח וועט קומען.
Special report: America's perpetual state of emergency
ליין דא:
http://www.usatoday.com/story/news/poli ... /16851775/

און מאנכע פרעגען איז אמעריקע נאך א קאנסטיטושענעל גאווערמענט?
Investigation into Whether America is Still a Constitutional Government
http://constitutionally.blogspot.com/
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מארטש 07, 2017 3:39 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:28 pm

א טריט ווייטער.

דער גאנצע סיבה פארוואס די לינקע טענה'ן קעגען טראמפס לימיטען רעפיודזיס און אימיגראנטען איז ווייל זיי טענה'ן אז אמעריקע איז גענוג סעקיור; און פאר די פאר פעלער ווי אמעריקע וועט ליידען טעראריזם זענען זיי גרייט צו צאלען דער פרייז.

אבער פארוואס איז אמעריקע טאקע מער סעקיור? איז דער תירוץ ווייל דער דיעפ סטעיט ווייסט אלעס; און עט ליעסט גענוג צו פארמיידען מאסען שחיטות דא יעדען טאג.

פרעגט זיך דער קשיא: ווער האט ענק געגעבעןן רשות צו באשליסען צו צונעמען מייינע רעכטען אז רעפיודזיס און אימיגראנטען זאלען קענען אריין קומען?

ווער האט ענק געגעבען רשות מחליט צו זיין וויפיל טעראריזם איז עקסעפטעבול?

בקיצור; דער קשיא איז, ווער איז דא מחליט די זאכען? און צו איז עס קאנסטיטושענעל אויס געהאלטען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:40 pm

יישר כח הרב ספוזמאן.

SPUSMN האט געשריבן:בקיצור; דער קשיא איז, ווער איז דא מחליט די זאכען? און צו איז עס קאנסטיטושענעל אויס געהאלטען?


נו ווער טאקע? ווער איז דער מושל בכיפה דארטן? וויאזוי איז ער אנגעקומען דארט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:56 pm

צו עס איז קאנסטיטושענעל אויס געהאלטען זאלען די קאנסטיטושענעל לויערס באשליסען.

ווער איז דער מושל? איז אין יעדער ברענטש פון די גאווערנמענט דא אנדערע מושלים. אין דער ווייט האוז (עקזעקיוטיוו ברענטש) איז דער פרעזידענט מושל. אין דער סענאט און קאנגרעס (לעגיזלעיטיוו ברענטש) זענען היינט די רעפוליקאנער מושל. אין דער סופריעם קארט (דזודישעל ברענטש) זענען היינט די לינקע מושל.

אין דער מידיע זענען די לינקע מושל. און אין דער דיעפ סטעיט, איז דאך א דיעפ סיקרעט וואס דארט גייט פאר. (און וויפיל פאוער זיי האבען קען מען דעבאטירען)

וויאזוי איז עס אנגעקומען דארט? איז דער תירוץ, שטייטליך, שטילערהייט, א סטעפ נאך א סטעפ; טעכנילאגיע האט זיי געגעבען א געזונטע שטויס פאראויס ווי מסביר געווען אויבען; און בלייבען מיט דער "סטעיט אוו עמורדענסי" האט גאר א סאך צו געגעבען; און לאזען אנדערע זאגען נאך טעמים וסיבות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 07, 2017 4:07 pm

דא איז א אינטרעסאנטע אשכול וועגען די טולס וואס זיי ניצען, דאס ווייטע האנט פון די רעגירונג
viewtopic.php?f=6&t=33000
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דינסטאג מאי 16, 2017 6:54 pm

ארויפגעברענגט צו ריפלעקטן די מצב הזמן...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 16, 2017 7:06 pm

דער פוטש אין פראגרעס
viewtopic.php?p=1443096#p1443096
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

פאר וועם ארבעטען די אינטעלידזענס עדזענסיס?

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 14, 2017 4:37 pm

איינער ווייסט פאר וועם די אינטעלידזענס עדזענסיס ארבעטען? דאס הייסט, פאר וועם דארפען זיי אפגעבען דין וחשבון? פאר וועליכע ברענטש פון דער גאווערמענט? און ווער האט צו שאפען איבער זיי?

ברענג איך דא דער ערשטע שטיקעל פון עלען דורשעוויץ'ס ארטיקעל פון יוני 8 וואס ער שרייבט קלאר אז בעיסט אויף קאומי'ס טעסטימאוני ארבעט דער FBI פאר דער דזאסטיס דעפארטמענט וואס באלאנגט צום עקזעקיוטיוו ברענטש, און דערובער האט דער פרעזידענט צו שאפען איבער זיי און טוהן וואס ער פארשטייט ווי לאנג ער אז פרעזידענט. ער איז בעל הבית פיריעד.

דאס איז הלכה, אבער למעשה ארבעטען זיי פאר זיך און אויב זיי טראסטען נישט דער פרעזידענט, נעמען זיי די מעטער/אינוועסטיגעישען אין זייערע אייגענע הענט, ווי קאומי האט געוויזען און מודה געווען אז ער איז געווען דער ליעקער מיטען חשבון צו טוהן (א קעגען דער פרעזידענט אליין) וואס איז גוט פאר דער אמעריקאנעער פאלק. וואס דאס מיינט צו מיר אז ליעקען איז ביי זיי א נארמאלע זאך ווען זיי באשליסען אזוי צו טוהן.

ער האט אויך געזאגט אז ער האט אלעס דערציילט און דורך געשמועסט מיט די ליעדערשיפ; עס דערמאנט מיר אינעם פאליטביורא...

בקיצור זיי (וואס זענען נישט ערוועלט געווארען און גיבען נישט אפ קיין דין וחשבון פאר דער אמעריקאנע פאלק) באשליסען וואס איז גוט פאר אמעריקע - פינקט ווי אין רוסלאנד.

דא איז נאך ערגער; זיי גיבען נישט אפ קיין דין וחשבון פאר דער פרעזידענט אויך נישט...

זיי זענען הלכה למעשה די פערדע ברענטש פון גאווערנמענט, די זעלבסט געקרוינט עליטע, וואס פירען אמעריקע ווי זיי פארשטייען און זאגען נאר דער פרעזידענט (אמת אדער ליגען) לויט ווי זיי באשליסען.
Dershowitz: Comey confirms that I'm right - and all the Democratic commentators are wrong


In his testimony former FBI director James Comey echoed a view that I alone have been expressing for several weeks, and that has been attacked by nearly every Democratic pundit

Comey confirmed that under our Constitution, the president has the authority to direct the FBI to stop investigating any individual. I paraphrase, because the transcript is not yet available: the president can, in theory, decide who to investigate, who to stop investigating, who to prosecute and who not to prosecute. The president is the head of the unified executive branch of government, and the Justice Department and the FBI work under him and he may order them to do what he wishes

As a matter of law, Comey is 100 percent correct. As I have long argued, and as Comey confirmed in his written statement, our history shows that many presidents—from Adams to Jefferson, to Lincoln, to Roosevelt, to Kennedy, to Bush 1, and to Obama – have directed the Justice Department with regard to ongoing investigations. The history is clear, the precedents are clear, the constitutional structure is clear, and common sense is clear

Yet virtually every Democratic pundit, in their haste to “get” President Trump, has willfully ignored these realities. In doing so they have endangered our civil liberties and constitutional rights

Now that even former Director Comey has acknowledged that the Constitution would permit the president to direct the Justice Department and the FBI in this matter, let us put the issue of obstruction of justice behind us once and for all and focus on...
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך יוני 14, 2017 4:58 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 14, 2017 4:42 pm

נישט קלאר זיינע ווערטער. ארבעט דער FBI פאר די דזאסטיס דעפארטמענט, און די דזאסטיס דעפארטמענט ארבעט פאר דער פרעזידענט? אדער ארבעטען ביידע, סיי די FBI און סיי די דזאסטיס דעפארטמענט פאר דער פרעזידענט? וואס איז דער טשעין אוו קאמענד?

איינער ווייסט אפשר דער ענטפער?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך יוני 14, 2017 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 14, 2017 4:48 pm

און פאר וועם ארבעט דער CIA און NSA? אויך פארען פרעזידענט, אדער פאר קאנגרעס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך יוני 14, 2017 7:04 pm

אויף די סי איי עי וועבסייט שרייבן זיי אזוי:

The Central Intelligence Agency was created in 1947 with the signing of the National Security Act by President Harry S. Truman. The act also created a Director of Central Intelligence (DCI) to serve as head of the United States intelligence community; act as the principal adviser to the President for intelligence matters related to the national security; and serve as head of the Central Intelligence Agency.

דאס מיינט אז אלע עידזשענסיס ארבעטן אונטער די סי איי עי, און די סי איי עי ארבעט פארן פרעזידענט.

די עף בי איי ארבעט פאר די דזשוסטוס דיפארטמענט, וואס די דזשוסטוס דיפארטמענט ארבעטן פאר די פרעזידענט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט