דער ארטיסט דזשארדזש דאבעליו בוש מלפנים פאטוס 43

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

דער ארטיסט דזשארדזש דאבעליו בוש מלפנים פאטוס 43

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מארטש 03, 2017 9:51 am

ס'הערט זיך קאמיש, אדער דאס איז א פאקט, דער געוועזענער פרעזידענט בוש (דער צווייטער, בוש 43) איז געווארען אויף דער עלטער א ארטיסט, ער האט זיך געלערענט מאלן מיט פעינט, און ער גיט זיך אפ דערמיט פילע שעות יעדן טאג.

לעצטענס איז ער ארויסגעקומען מיט א נייע בוך: "פארטרעיטס אוף קארעדזש", וואס דאס איז א זאמלונג פון פילע פעינטיגס, וואס ער האט געפעינט פון פארוואונדעטע אמעריקאנער סאלדאטן, וואס ער איז באגייסטערט געווארן פון זיי, און זייער קוראדזש, און ער האט באשלאסן זיי צו האנערן, מיט מאלן א צורה פון זיי און זיי באשרייבן.

PORTRAITS.jpg


george-w-bush-michael-joseph-leonard-politowicz-portraits-of-courage.jpg



דער ביכל ווערט פארקויפט אויף עמזאן און איז א # 1 בעיסט סעללער אין ביכער.

פרוי בוש זאגט, אז אויב וואלט מען איר געזאגט אין די אינגע יארן אז איר מאן גייט אמאל ווערן פרעזידענט, וואלט זי געזאגט אז ס'מעגליך, אבער אויב וואלט מען איר געזאגט אז ער גייט ווערן אן ארטיסט, וואלט זי געזאגט א גרויסען ניין. אבער למעשה איז ער געווארען ביידע.

ס'קומט אונז לערנען אז מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, ער האט קיינמאל נישט געמאלן, און יעצט גיבט ער שוין ארויס א בוך מיט פילע פון זיינע פעינטינגס. מיט עקשנות קומט מען אן!

#וויל_נאר


נ.ב. כ'ווייס נישט פארוואס, ווען כ'הער אים רעדן גיבט ער אן אימפרעישאן פון א גרויסע נער..., זיינע קעגנער זאגן אז דאס איז פשוט, ווייל זקני ע"ה כל זמן שמזקינין..., אבער די וואס האט יא געהאלטן פון אים אמאל, וואס זאגן זיי יעצט... [כ'בין נייגעריג וואס קרעמער וואלט יעצט געזאגט איבער אים...].


פאר ווער ס'אינטערסירט, דא האט איר א אינטערוויאיו מיטן ארטיסט...

Portraits of Courage, 192 pages of oil paintings of soldiers, Marines, sailors and airmen who were wounded while serving in wars launched during Bush's presidency. Accompanying the portraits are stories, also written by Bush, about how each subject dealt with setback and then mounted a recovery. The paths are anything but straightforward, and Bush's book, in words and pictures, is a challenge and a road map for anyone who faces difficulty. Bush answered some questions about his new avocation:

So, painting — where did this come from?

As a child and a President, I really wasn't all that interested in art. You might say I was art-agnostic, to Laura's lament. After the presidency, I started to get antsy. I needed another project. I happened to get a recommendation to read Winston Churchill's Painting as a Pastime, and that piqued my interest.

Why do so many former leaders — Ike, Carter, Churchill — paint? Is it calming or diverting in some way?

Well, for me, it's an opportunity to continue learning. The quest for knowledge doesn't abate with age. One thing about the presidency is you stay really busy. Afterward, I needed more to do.

How often do you paint? Where and when?

I paint nearly every day. I have a studio upstairs in our house in Dallas, a studio at the ranch, and I also have some space to paint in Kennebunkport, Maine.

Is there a portrait in the book that was particularly easy or difficult?

The paintings in Portraits of Courage that were on big canvases were harder to paint than those closely cropped portraits of faces. All the paintings, however, were challenging. I wanted to do justice with my limited talent to my subjects--remarkable people who sacrificed for our country.

Is there one part of a portrait that's the most difficult to paint?

The eyes are the most important, I think. On a lot of the faces, I had to work really hard to make sure I captured the right expression in the eyes.

Is there a modern painter you study?

There are quite a few. Lucian Freud, although our subjects vary a little bit. Wayne Thiebaud. I'm constantly studying some of the masters, and I've been able to learn a lot by looking at the past. I like Monet. And Laura, ever the librarian, has a lot of great art books I study. [Joaquín] Sorolla, the old Spanish painter, is someone I've paid close attention to.

How did you choose these subjects?

I had painted world leaders with whom I'd served, and my instructor Sedrick Huckaby said, "You know, you ought to paint the portraits of people you know well but who others don't." It instantly hit me that I ought to paint these wounded warriors I'd gotten to know. Most of them I had played golf with or ridden mountain bikes with through the events we host for them at the Bush Center. I'd gotten to know some better than others, of course, but I was equally moved by their stories.

What do you hope people take away when they see these paintings?

I hope civilians realize there's not an ounce of self-pity in these veterans, and I hope that inspires our citizens to overcome their own struggles, whatever they may be. I hope veterans realize that it's courageous to talk about their injuries, including invisible wounds of war like posttraumatic stress.

How important is public funding for the arts?

I'm just a sensitive artist these days, not a government official, but I would say that education of the arts is really important. The good news is, even if you don't care about or learn about art at a young age, I'm proof that you can still take it up at age 70.

What's next for you in art?

Thus far the evolution has been natural. I'm not going to force it. Secondly, I'm going to stick with oil. I tried acrylics, but I like oils better. I haven't decided on a new subject yet. My tendency has been to select a subject and then paint a whole series--this being a prime example.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 03, 2017 11:00 am

נא_שכל האט געשריבן:נ.ב. כ'ווייס נישט פארוואס, ווען כ'הער אים רעדן גיבט ער אן אימפרעישאן פון א גרויסע נער..., זיינע קעגנער זאגן אז דאס איז פשוט, ווייל זקני ע"ה כל זמן שמזקינין..., אבער די וואס האט יא געהאלטן פון אים אמאל, וואס זאגן זיי יעצט... [כ'בין נייגעריג וואס קרעמער וואלט יעצט געזאגט איבער אים...].

גראדע איז ער געוועהן אויף קימעל (אויך איבער די בוך) און דארט מאכט ער גאנץ א גוטן איינדרוק, עכ"פ בעסער ווי געראכטן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מארטש 03, 2017 12:12 pm

יישר כח נא-שכל, הנאה געהאט צו ליינען פאראגראפן פון א פרעזידענט וואס איין ווארט קלעבט נאך צום אנדערן.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג מארטש 03, 2017 12:37 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח נא-שכל, הנאה געהאט צו ליינען פאראגראפן פון א פרעזידענט וואס איין ווארט קלעבט נאך צום אנדערן.

:lol:
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » פרייטאג מארטש 03, 2017 12:57 pm

זיינע פעינטינגס פארקויפן זיך כאטש פאר א גוטע פרייז?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש מארטש 04, 2017 11:50 pm

איך מיין אז עס ווערט נישט פארקויפט נאא גייט הענגען אין די פרעזידענטליכע מעזיעם.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מארטש 05, 2017 10:59 am

בוש ביי די ארבייט...
3DEBD46800000578-0-image-a-58_1488567992869.jpg



ווי אויך האט בוש געמאלן פעינטינגס פון וועלט פירער'ס מיט וועם ער האט געהאנדעלט, זיי הענגן און זיין מיוזיאום.

דא האט איר פון פוטין, מיטן בלעכענם פנים...

putin-painting-600x450.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג מארטש 05, 2017 11:07 am

זייער אינטערסאנט!

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 05, 2017 11:17 am

סארי מר פרעזידענט, אבער ס'איז נישט מיין טעיסט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 05, 2017 11:32 am

שיין, שיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 05, 2017 12:06 pm

פון א קאנטראקטער צו א פרעזידענט און פון א פרעזידענט צו א פעינטער.

שוין לאנג געהערט אז די קאנסטראקשען אינדאסטרי בומט.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 05, 2017 1:13 pm

מטעמים האט געשריבן: פון א פרעזידענט צו א פעינטער.


אין אידיש זאגט מען ער קאלעכט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מארטש 05, 2017 1:57 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: פון א פרעזידענט צו א פעינטער.


אין אידיש זאגט מען ער קאלעכט

שלא עשני גוי! :grin:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » זונטאג מארטש 05, 2017 2:14 pm

;l;p-
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: פון א פרעזידענט צו א פעינטער.


אין אידיש זאגט מען ער קאלעכט

;l;p-
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג מארטש 05, 2017 2:49 pm

זאג אים ער זאל זיך זעצן לערנען און זיך גרייטען ארויפצוגיין אויף יענע וועלט ...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג מארטש 05, 2017 3:25 pm

איך בין גראדע געווען א היבשע חסיד פון בוש 43. ער איז געווען א מענטש פול מיט הארץ און קלאס, אן עססעט וואס מען געפונט נישט כהיום ביי דעם אלגעמיינעם גוי'שן פאליטישן.

די לינקע האבן אים טעגליך אראפגעמאלן ווי א קרימינאל, א סאדיסט, און א טיפש; און זייערע שותפים אין מידיא און אין האליוואד האבן געריטן אויף דעם וואגן אז ס'איז געגאנגען א רויך. זייט ער האט ארויסגעגעבן זיין מעמואר "דעסיזשן פוינטס", האבן פולע פון זיינע (אבדזשעקטיוו) קריטיקירער געטוישט זייער אולטרא-נעגאטיוון בליק אויף אים. מ'זעהט דארט זיין צוגאנג צו פאליסי, און ער שיילט זיך ארויס אלץ פארשטענדליכער און דורכגעטראכטער פערזאן.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מאנטאג מארטש 06, 2017 1:39 pm

שברי לוחות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 06, 2017 1:48 pm

סתם חוזק'ן האט קיין פשט, וואס האט איר פערלאנגט פון אן ערל וואס האט שוין געלט כבוד און וואס נישט? ער זאל זיך אריינזעצן אין כולל, ארט איז א טאלאנט און א פאך וואס גיט אים א געלעגנהייט צו זיין פארנומען און איבערלאזן א זכר נאך זיך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מארטש 06, 2017 2:47 pm

כ'זאג נישט, ער ווערט בעסער און בעסער, קען זיין אז איין טאג ווען מען זאגן "די פעינטינג איז א בוש - גראדער איז ער אויך געווען אמאל פרעזידענט פון אמעריקע"...

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג מאי 19, 2017 11:35 am

נא_שכל האט געשריבן:בוש ביי די ארבייט...
ווי אויך האט בוש געמאלן פעינטינגס פון וועלט פירער'ס מיט וועם ער האט געהאנדעלט, זיי הענגן און זיין מיוזיאום.

סיריעסלי?
ווען האט מען זיי געהאנגן?! פארוואס רעדט קיינער נישט דערפון? :wink:
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום פרייטאג מאי 19, 2017 11:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » פרייטאג מאי 19, 2017 11:40 am

שמאטע האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:בוש ביי די ארבייט...
ווי אויך האט בוש געמאלן פעינטינגס פון וועלט פירער'ס מיט וועם ער האט געהאנדעלט, זיי הענגן און זיין מיוזיאום.
סיריעסלי?
ווען האט מען זיי געהאנגן?! פארוואס רעדט קיינער נישט דערפון? :wink:

שמאטעעעעעעעע!!!!!
:lol: :lol:
אדער קיינמאל אדער גארנישט!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מאי 19, 2017 3:09 pm

שמאטע, אוטש ביסטו גוט, בעסער ווי בוש....

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 19, 2017 3:50 pm

שמאטע האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:בוש ביי די ארבייט...
ווי אויך האט בוש געמאלן פעינטינגס פון וועלט פירער'ס מיט וועם ער האט געהאנדעלט, זיי הענגן און זיין מיוזיאום.

סיריעסלי?
ווען האט מען זיי געהאנגן?! פארוואס רעדט קיינער נישט דערפון? :wink:

ווייל מ'האט זיי פארדעקט מיט א שמאטע!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 26, 2017 1:52 am

אנגעקומען צו דעם אשכול אין א שטארק רעגענדיגע נאכט, די טראפנס קנאקן מיר אויפן פענסטער און די בלאטעס שפריצן ארום מאראסט, און דא קום איך אן צו א פעינטינג-פרעזידענט, ווער? נישט קיין אנדערער ווי אונזער בוש-43

נא שכל, טענקס פאר די אינפא, און פארן מיך לאזן אויסלופטערן פון אנדערע מער ערנסטע טעמעס צו קונסט און מאלערייען פון עמיצן וואס ברענגט מיך צוריק צו מיינע בחור'ישע און שנה ראשונה יארן.

איי האבן מיר נאכגעפאלגט די בוש-גאור וואלן, די דעבאטעס, די עלעקטארעל קאלידזש, די ריקאונט (זעה. בי. עס. האט פארפאסט דאן א ספעציעלן הקפה-ניגון אלס אריינפיר צו די 'ספעשל ריפארטס' נאכן אפזינגען די ניגון האט מען געהערט: סיביעס ניוז אפדעיט, די ריקאונט, איי עם האוערד ערנשטיין - גיי דערצייל פאר די קינדער היינט אז אלע מגידי שיעור פלעגן אונטע הערן די קנאקער בחורים צו דערגיין ווי עס האלט די פלארידא דימפלד בעלאטס סומטאכע).

און שפעטער די סעמפטעמבער עלעווער אטאקעס, בוש'ס רעדע: אידער יו אר וויט אס אר וויט די טעראריסטס! עס האט געהילעכט, מזעמיר געווען צוגעשמידט צו זיינע רעדעס, מיר האבן געדמיונט וואס ח"ו די קומענדיגע 'על קאידא' (איינער קען נאך די נאמען?) אטאקע וועט חלילה זיין, און אט שיקט בוש טרופן קיין אפגאניסטאן, מ'ווער מיר מלחמה עקספערטן איבערנאכט, טורא-בורא, בונקער באסטערס, די טאליבאן, משטודירט די קומענדיגע שריט, איראק מיט סאדאם כוסעין דערמאנט אונז צו די חדר-יארן מיט טאטע בוש ביים רודער, און דער זון נעמט נקמת אביו מיטן אומווארפן די סטאטועס פונעם דיקטאטור וועלכר האט געענדיגט זיין לעבן באוואקסן ווי א נזיר שמשון און שמוציג ווי א חזיר נובר באשפה, און אט הייבן מיר אן די 'וועפאנס אוו מעסס דיסטראקשאן' דעבאטע.

אויף אידישע וועלט איז אנדערע צייטן געווען, קרעמער מעלדט די חתונה בבית המלכות, מ'זינגט קול רנה, משמועס מיר ווי גוטע ידידים, מוויצלט, מלערנט, מטרינקט קאווע, יאנאש, זארעכ, דאס זענען האוזהאלד נעמען וואס יעדער בר בי קרעטשמע דחד יומא קען, די 'רויטע' זענען פון די בעסטע שרייבער בתוכינו, יגר סהדותא לערנט פאר חומש רש"י מיט זיין ספעציעלן חן, מאשקע ברענגט אריין זיינע בליציגע געדאנקען פאר נייע אשכולות, איי גרויזאמער, חיים ברוך, עס לעבט א קרעטשמע.

אויפן ערנסטן פראנט האמיר ר' שמחה הי"ו, הרבד"צ מיט יאסל צופראסקען זיך אינעם על הצדיקים שטיבל, משמועסט אויס האקעלע טעמעס מיט א גראדקייט, איי וויי זיך דערמאנט פון ענדי פעטיט ציט זיינע תגובות, ערנסטער דער שפראכנקענער, אינטעליגענט, רב סורקיס, און אלץ ווייסער, אלעס ידענים איינער גרעסער ווי דער אנדערער ועל ראשם דער רבי ז"ל בני היכלא, עס גייט א רויך.

יו מ'רעדט דא פון בוש, אז ער פעינט היינט, שיעור פארגעסן, א רגע, און וואס טוען מיר אלע?

שוין נאסטאלגיע, זאל ער זיין א גוטער פעינטער

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מאי 26, 2017 2:02 am

אזוי קוקט מען אויס אויף דער עלטער אז מען לערנט נישט אינגערהייט...
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, כרם און 17 געסט