נשמה דא ביסטו!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

נשמה דא ביסטו!!

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 1:50 pm

נשמה ווי ביסטו? אה, דא ביסטו! נשמה איך ווייס ווי דו ביסט! דו ביסט אין מיר!
פארבלאנדזשעט ווער ווייסט ווי? נישט פארבלאנדזשעט אין ערגעץ! דו ביסט נישט פארבלאנדזשעט, איך האב מיך פארבלאנדזשעט!
נשמה קום צו מיר? ניין דו דארפסט נישט צוריק קומען צו מיר!, דו קענסט נישט קומען צו מיר! איך דארף צוריק קומען צו דיר!
נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר? ס'וועט מיר נישט העלפן!, כ'קען ווארטן און ווארטן, ווי לאנג איך וועל זיך נישט געבן א קער צו דיר וועלמיר זיך נישט טרעפן!


מיין וועקער זייגער האט זיך אליינס פאריקט אינמיטן נאכט, מיין פארטאגס חברותא האט אויף מיר אזוי לאנג געווארט. אפילו זמן קריאת שמע האב איך נישט אנגעיאגט נאר די צווייטע זמן. אין מקוה האב איך מיך אריינגעדרייט מיט יענעם, צאלן דערפאר וועט ארויפגיין אויף מיין אלטע חשבון. ווי האלט מען? אוי נאך ברכו! נא נא, כ'מוז נישט יעדן טאג אנגעקומען צו ברכות. אינמיטן שמונה עשרה האט מיר יענקי געמוזט טעקסטן אז די ארבעטער איז נישט אנגעקומען. מיין נאכמיטאג-איין-שעה'גן חברותא האב איך געזאגט מ'וועט מוזן לערנען מארגן. מיין שיעור ביינאכט האב איך נישט געקענט מאכן.
אוי ס'טוט מיר אזוי וויי, און מיין קול גיבט א שריי:
נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!


כ'האב היינט ביי די ארבעט געזען כ'וויל נישט זאגן וואס, כ'האב געהערט כ'וויל נישט טראכטן וואס, כ'האב געקוקט כ'וויל נישט געדענקן ווי, כ'האב געטראכט כ'וויל נישט קלערן פון וואס, כ'האב געזאגט כ'וויל נישט וויסן וואס, אוי בין איך געווען צושלאגן, ווי איינער האט מיר מיט א האמער צוזעצט אלע רמ"ח איברים, מיין קליין הייליג פינק פרעגט מיר משה'לע וואס איז דאס מיט דיר געשען?
און מיין האנט הייבן זיך אויף הויעך:
נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!


מיין הייליגע תפילין קוקן מיר אן, ווילאנג בין איך געווען אויף דיר היינט. מיין רבינו תם'ס תפילין קוקט מיר אן, וויפול מאל א יאר דערמאנסטו זיך אין מיר. מיין סידור'ל קוקט מיר אן, וויפול בלעטער פון מיר האבן באקומען בליקן פון דיר היינט, מיין גמרא'לע פון שעלף קוקט מיר אן, וויפול בענדער וואלטן געקענט זיין געדעמעדזש'ט און דו זאלסט נישט באמערקן. מיין חומש'ל קוקט מיר אן, וועלכע סדרה גייט דעי וואך. מיין שלחן ערוך קוקט מיר אן, משה'לע כ'געדענק נאך ווען דו פלעגסט מיר אנשפריצן מיט קאווע און מיר צוקנייטשן און צורייסן. מיין בענטשער'ל קוקט מיר אן, כ'געדענק נאך ווען איך פלעג דיר זעהן יעדן איינציגסטן טאג.
און פון מיין נפש גליטשט זיך ארויס א געשריי:
נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!


מיין ווייב פרעגט, אונז פלעגן האבן א שיעור יעדע נאכט ביי נאכטמאל, געדענקסט נאך?, מיין יונגעלע פרעגט, טאטי איך געדענק נאך אמאל אויב איך נישט פארשטאנען א משנה אין חדר האסטו עס געלערנט מיט מיר ביינאכט, געדענקסט נאך?, מיין טאכטער'ל פרעגט, טאטע לעבן אמאל פלעגסטו יעדע וואך ביי די סעודה פארציילן א מעשה פון א צדיק, געדענקסט נאך? מיין בחור'ל פרעגט, מיין ליבער פאטער אמאל פלעגסטו מיר פרעגן וואס די מגיד שיעור האט גערעדט אויפן סוגיא, געדענקסט נאך? מיין שכן פרעגט, אמאל פלעג איך הערן דיין וועקער זייגער קלינגען 5 אזייגער פארטאגס, געדענקסט נאך?
און פון מיין הארץ גייט ארויס א קרעכץ:
נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!


אוי מיין בית המדרש, מיין הייליגע עיר מקלט, כ'בין אזוי פאריאגט א גאנצן טאג, כ'קלעטער אריין נאך א טאג ארבעט דאווענען מנחה מיט די 65-מינוט-נאכן-שקיעה מנין, די צעטיל אויפן וואנט "מכירת חמץ" גיט מיר א זעץ אין הארץ, אוי ס'איז א וואך צום הייליגן יום טוב די ספרי החג ווארטן אויף מיר. די צעטיל "הבחינה הבא" גיט מיר א קנאק אין הארץ, אוי מ'האט שוין געענדיגט דריי מסכתות זייט כ'האב מיך אינטערגענומען אנצוהייבן מיטהאלטן און גארנישט. די צעטיל מיט'ן קעפל "כולל ערב" גיט מיר א שארפע פליק אין הארץ, אוי שוין צוויי יאר וואס די דיין בעט מיר כ'זאל אריינפאלן דא ביינאכט כאטשיג איינמאל א וואך און עפענען א גמרא. די צעטיל "שיעור מיוחד ביסודות קדושת הבית" גיט מיר נאך די שטערסטע האק, דאס שפיר איך שוין אין הארץ, אין מח, אין לעבער, אין געדערעם, און אין ווי נישט. אוי מיין ליבער באשעפער ווער האט גע'חלום'ט אז איך משה'לע וועט אזוי אויסזעהן.
און פון מיין אויג רינט ארויס א טרער:
נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 2:23 pm

1000%
עמו אנכי בצרה..

און דער רבש''ע זאגט שובה אלי און דערנאך ואשובה אליכם
(און לכאורה נישט דורכען זינגען נשמה ווי ביזסטו..)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 2:47 pm

הערליך געשריבן
געכאפט א פיינעם ציפ.....
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 2:49 pm

נשמה שפראך..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 2:50 pm

;l;p-
עס איז זיכער דא אזא זאך ווי בעטן דעם באשעפער אז ער זאל אונז צוריקערן צו אים. אבער די ארטיקל האט אין זיך אסאך אמת.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 3:18 pm

הייליגער ווערטער!
לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5836
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 3:50 pm

מורא'דיג!!


און פון מיין אויג רינט ארויס א טרער:

נשמה דא ביסטו! נשמה אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף מיר, נשמה איך קום צו דיר, אוי נשמה!
נשמה דא ביסטו! איך ווייס איך בין פארבלאנדשעט ווער ווייסט ווי, נשמה איך קום נאכאמאל צו דיר, אוי נשמה!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 3:57 pm

הארציג...

ממש איבערגענומען...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 5:41 pm

אזא דזשוכע!

נעקסט טיים טו עס נישט אין חודש אדר?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 5:50 pm

האסט מיך אינגאצען איבערגענומען...

אולי וועט עס עפעס אויפטוהן פאר מיין נשמה...

ייש"כ
זוכט איר דוי?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 6:04 pm

נא_שכל האט געשריבן:אזא דזשוכע!

נעקסט טיים טו עס נישט אין חודש אדר?

אזא דזשוכע איז נישט קיין סתירה מיט שמחה, (אפשר מיט הוללות )
זיך טרעפן מיט די נשמה איז די אמתע שמחה!

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 7:17 pm

יישר כח!

די ניגון איז מיר ממש נישט אריין אין קאפ. איך רעד שוין נאכען זיך ברעכן קאפ. נשמה וואו ביסטו?... וואס????
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:10 pm

מוירעדיג!
יש"כ

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג אפריל 24, 2018 1:35 pm

יא ס'רינט א טרער !.... :-e;/ :-e;/

גיי מיר זיך פון פריש נעמען, איי האסטוך נעכטן אויך געזאגט אזוי ? אבער יעצט מיינעך'ס שוין אמת'דיג !
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:22 pm

אז עס טוט נאך וויי, איז א סימן אז עס איז נאך דא פולס,

פארגאנגענעם אסרו חג, האט מען געטראפן ביי מיר א שטיקל קוקי, אויף א פלאץ וואס איך האב נישט געדארפט חלום'ען אז עס איז דא דארט חמץ, אין א באקס פון גארבידזש בעגס אין בוידעם. די הלכה איז דאך אז מען דארף דאס מבער זיין, האב איך דאס גענומען אריינגעלייגט אין א בעקעלע באגאסן מיט אויל, געלייגט טאועל פעיפער, די גאנצע געזונדל איז זיך צוזאמגעלאפן, און מען האט געפראוועט א שריפת חמץ. דער פייער האט געברענט א לענגערע צייט, די קינדער האבן זיך פאסמאקעוועט מיטן פייער, מען האט געקוקט און מיטגעהאלטן א עכטע פייער פונדערנאנט, געכאפט בילדער, עס איז געווען ממש א איבערלעבעניש. ביז ענדליך האט זיך דאס פייער פארלאשן, און איך האב דאס געוואלט נעמען דעם גאנצן בעקעלע און לייגן אין גארבידזש.

אבער איך האב געטראכט לאמיר נעמען א העלצל און אויפהייבן די אש צו זעהן אויב דער שטיקל חמץ איז טאקע שוין נישט ראוי לאכילת כלב, איך הייב איין שטיקל אש דא, איין שטיקל די אנדערע זייט, און פלוצלונג האט זיך דער שטיקל אש געגעבן א צופלאקער און דער פייער ברענט מיטן גאנצן קנאק. אלע קינדער האבן זיך דערשראקן און צוריקגעשפרינגען, און איך אויך אביסל. וואס איז דא געשעהן? עס איז שוין געווען אינגאנצן אויסגעלאשן? וויאזוי האט זיך דער פייער אנגעצינדן פון זיך אליינס? האבן מיינע קינדער געפרעגט.

האב איך זיי געגעבן צו פארשטיין, קוקט אהער, ווען א פייער לעשט זיך אויס, מיינט נאכנישט אז דאס איז אינגאנצן פארלאשן, ווייל ערגעץ טיף איז נאך דא א קליינער פונק, און אויב מען גייט אביסל ארבעטן דערויף קען דער פייער זיך צוריק אנצינדן און ברענען געהעריג.

הרב סתם אזוי, טראכט נישט אז עס איז סתם אזוי, ווייל עס איז גארנישט סתם אזוי, עס איז דא א קאכעדיגער פונק, מען דארף נאר געבן א רוק דא א רוק דארט, און דער פייער קען פלאקערן עד לב השמים, אונזער פונק לעשט זיך קיינמאל נישט אויס, א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל איז אנלימיטעד, מען דארף נאר אביסל מחתה זיין בגחלים, עד שתהא שלהבת יוצאה מאלי'


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, רינדעכיג און 27 געסט