טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:48 pm

עטליכע תשובות בנוגע לטעלעוויזיע וטעם איסורו

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 2&pgnum=65

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:49 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:די שמועס איז וועגן "טעלעוויזיע", "טיווי", נישט ווידיאוס, נאר טיווי. לאמיר איבער חזר'ן "טיווי" נישט וועגן ווידיאו.

אראפגעשניטענע שטיקלעך פון טיווי איז טיווי טראץ עס געפינט זיך אויף דראפבאקס.

דו קענסט עס איבער חזר'ן וויפעל מאל דו ווילסט
אבער דאס איז נישט טיווי בשעת זיי כאפען עס אפ כאפען זיי עס אפ אזוי ווי דו מיט א דיזשיטעל קעמרע דהיינו זיי כאפען א ווידיאו נאכדעם בראודקעסטען זיי עס צו די טיווי סאו אפילו טאמער דו זאגסט אז א שטיקעל קליפ פון טיווי איז אויך טיווי
איז אבער די אלע זאכען וואס מענטשען ברענגען דא קיינמאל נישט געווען אויף טיווי עס איז אלעס פון די אריזשינעל ווידיאו...

סיריעסלי? אר יו פאר ריעל? 'דעבאטעס' איז נישט געווען בראדקעסטעט אויף טעלעוויזיע? טורקס עקסטשענזש מיט די פרעזידענט קומט נישט פון טיווי? אנדערע אינטערוויוס איז געכאפט געווארן מיט א KDC קעמרע?
לעצט פאראכטן דורך ארטסקרול אום זונטאג פאברואר 19, 2017 1:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:54 pm

ניין עס ווערט אפגעכאפט מיט א ווידיאו קעמרע און געסעיווט און אויך געסטרימט אויף די אינטערנעט און אויך שיקען זיי עס ארויס צו טיווי אבער דער וואס האט נישט קיין טיווי באקומט דאס נישט ער באקומט די ווידיאו

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:56 pm

דאס הייסט מטהר שרץ בק״נ טעמים, אבער דאס אויך נישט, ווייל עס שיינט אז דו ביסט אומוויסענד. דער דעבאטע למשל קומט גראד פון טיווי, דאנלאדעט פון יוטוב וואס איז קומט פון טיווי. עס קומט נישט פון קיין קעמרע ראל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:06 pm

ווען די ליניעס צווישן טעלעוויזיע, יוטוב און ווידיא ווערן אומקלאר, הערשט אזא סארט צומישעניש.

דאס קומט פון די וואטסעפפ געוואוינהייטן און ווען עס איז געווארן אסור איז מען אריבער צו אייוועלט, ופשיטא אז די אלטע מנהגים קריכן צוביסלעך אריין. בפרט אז די אנגענומענע מיינונג פון די הנהלה דא האט זיך לעצטענס געטוישט צו "ווי מער באזוכער און עדס = געלט" און זיי זוכן נישט צו האלטן דאס געצוימטקייט וואס האט געמאכט אייוועלט פאר אייוועלט.

א יישר כח פאר ידידינו ארטסקרול וואס ער ברענגט ארויף די ווייטאגליכע נושא, ויה"ר אז די אלע וואס בלאנדזשען זאלן טרעפן דעם ריכטיגן וועג.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:18 pm

די פאליסי פון די סייט איז אלעמאל געווען אז מען מעג ברענגען לינקס צו ריינע קליפס אויף דראפבאקס וכו' און מען האט טאקע געברענגט און עס איז נישטא קיין סיבה מען זאל עס טוישען

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:20 pm

ארטסקרול כקול קורא במדבר עורו ישנים משינתכם
יישר כח

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:22 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:די פאליסי פון די סייט איז אלעמאל געווען אז מען מעג ברענגען לינקס צו ריינע קליפס אויף דראפבאקס וכו' און מען האט טאקע געברענגט און עס איז נישטא קיין סיבה מען זאל עס טוישען

ליין איבער די תקנות

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:27 pm

לאמיר מאכן א ס"ה
(איך נעם נישט קיין שטעלונג)

ארטסקרול האלט אז אראפשניידן א חלק פון TV און עס איבערקוקן גייט אררין אינעם איסור פון TV
טיייל דא זענען מחולק, זיי האלטן אז עס גייט נישט אריין אינעם איסור

ארטסקרול האט געשריבן פארוואס ער האלט אז עס גייט יא אריין
אנדערע האבן געשריבן פארוואס זייי האלטן אז נישט

יעצט אן אינטערסאנטע נקודה וואס איך האב באמערק איבערליינענדיג דעם אשכול
עס קוקט אויס אז געוויסע ווילן זיך דוקא האלטן צו דעם וואס זיי האבן געהאלטן במושכל ראשון
און
זיי וועלן עס איבערשרייבן, אפילו זיי זעען אז אנדערע "וואס האבן שוין געליינט" וואס זיי האלטן
איי
יענער ווייסט וואס דו האלטס, און ער דיסאגריעט
וואס מאכט אייך טראכטן אז אויב מען גייט עס איבערשרייבן, מיט א ווייכערע אדער שארפערע לשון, גייט יענער טוישן זיין מיינונג
(כ'מיין איר טוישט דאך אויך נישט אייער מיינונג בלויז ווייל יענער שרייבט עס איבער,
און יענער, אויסער וואס ער האט א רעכט צו האלטן אנדערש, האט ער דאך אויך א רעכט זיך צו האלטן צו זיין מושכל ראשון, אפילו איר האט עס שוין אפגעפרעגט)

פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:31 pm

יוד אלף: פיין :P

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:34 pm

ווען איז דאס בטל געווארן?

Screenshot_20170219-143248.jpg

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:36 pm

[attachment=0]seferid_4165_page_65.pdf[/attachment]
ווי עס קוקט אויס פון דא איז די איסור פון מאוויס וועגן תערובות און "טעלעוויזיע אריינעמען אינדערהיים" וועגן ראיות אסורות
אויב איינער האט די קול קורא זאל ער עס אראפברענגן
צוגעלייגטע
seferid_4165_page_65.pdf
תשובות טהרת יו"ט
(71 KiB) דאונלאודעד 100 מאל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:41 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:די פאליסי פון די סייט איז אלעמאל געווען אז מען מעג ברענגען לינקס צו ריינע קליפס אויף דראפבאקס וכו' און מען האט טאקע געברענגט און עס איז נישטא קיין סיבה מען זאל עס טוישען

ליין איבער די תקנות

תקנות איבער קליפס וזה הוא
3) כמובן מאיליו איז די קרעטשמע נישט קיין פלאץ פאר קיין שום פקפוק פון ניבול פה. [הוספה: לינקס צו יו-טוב זענען פארבאטן]

אויב טרעפסט איר דאס אין די תקנות ביטע אראפברענגן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:44 pm

עס איז פארבאטן צו שטעלן לינקס צו וועבזייטלעך וואס אין רוח חכמים נוחה מהם (יו-טוב א.ד.ג.), אדער צו בלעטער וואס פארמאגן אומאיידעלע בילדער.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:48 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
עס איז פארבאטן צו שטעלן לינקס צו וועבזייטלעך וואס אין רוח חכמים נוחה מהם (יו-טוב א.ד.ג.), אדער צו בלעטער וואס פארמאגן אומאיידעלע בילדער.

וועו זעסטו דא אן איסור אויף ריינע קליפס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:49 pm

אז דו פארשטייסט נישט, איז א שאד דיר מסביר צו זיין

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:58 pm

מומחה עצום האט געשריבן:אז דו פארשטייסט נישט, איז א שאד דיר מסביר צו זיין

גענפערט מיט ראטאריק
דעי תקנה איז קעגן א לינק "צו" יו טוב אדער אנדערע סייט נישט קעגן לינקס צו א דראפבאקס וואס האט א קליפ "פין" יו טוב ווען עס איז א ריינע קליפ
דאס איז פשוט פשט קען זיין די תקנות דא האבן אויך מפרשים מיט פירושים ווייס איך נישט

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:09 pm

הרב מומחה פארשטייט דאס אויף א וועג וויאזוי ער וואלט ווען געוואלט די תקנות זאלן זיין, לאו דוקא וויאזוי זיי זענען אין רעאליטעט.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:16 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:עטליכע תשובות בנוגע לטעלעוויזיע וטעם איסורו

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 2&pgnum=65

די תשובות זענען געשריבן געווארן, אין די יארן תשיג וכו', הלואאאאאאאאאאאאאאאאאאי וואלט די היינטיגע טעלעוויזשאן געווען די דעמאלטסדיגע, און פיל פון די היינטיגע קליפס זענען אסאך מער אויסגעלאסן ווי די דעמאלטסדיגע טעלעוויזשאן, און ערגעץ וואו, איז דער איסור פון הסתכלות אויף בילדער פון נשים ליידער אויסגעקילט געווארן ביי אונז.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 3:20 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:עטליכע תשובות בנוגע לטעלעוויזיע וטעם איסורו

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 2&pgnum=65

די תשובות זענען געשריבן געווארן, אין די יארן תשיג וכו', הלואאאאאאאאאאאאאאאאאאי וואלט די היינטיגע טעלעוויזשאן געווען די דעמאלטסדיגע, און פיל פון די היינטיגע קליפס זענען אסאך מער אויסגעלאסן ווי די דעמאלטסדיגע טעלעוויזשאן, און ערגעץ וואו, איז דער איסור פון הסתכלות אויף בילדער פון נשים ליידער אויסגעקילט געווארן ביי אונז.

טאקע צוליב דעם רעדט מען פון קליפס ווי די נשים זענען פארמעקט וד"ל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:02 pm

ווידיאו איז אסור?

לינקס צו יוטוב און צו אנדערע סייטס שאין רוח חכמים נוחה הימנו איז אסור צו לייגן אויף אייוועלט. פארוואס? ווייל די אידן וואס קומען דא ווילן נישט אז מ'זאל קענען אנקומען צו אומ'כשר'ע סייטס.
קליפס וואס ווערן געכשרט דורך ארויסנעמען נשים איז יא ערלויבט דא צו לייגן.

אפשר קען מען מאכן וואלן און זעהן אויב רוב ציבור וויל אז מ'זאל גענצליך אסר'ן ווידיאוס... ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות המקום איז עס נישט קיין פראבלעם.

#מיין מיינונג.
...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:29 pm

די שמועס איז דא פארפארן... דער פותח האט געוואלט אסר'ן צו לייגן ווידיאוס אויף איוועלט? דער פותח האט געזאגט אז ס'איז קעגן די תקנות צו לייגן ווידיאוס אויף איוועלט?

סך הכל האט ער מעורר געווען -אפשר אביסל צו שארף- אז די שטיקלעך וואס ווערן דאונלאדעד פון טעלעוויזיע און ארויפגעלאדנט אויף דראפבאקס גייען לכאורה ווייטער אריין בגדר טעלעוויזיע און מ'דארף זיך מונע זיין דערפון.

ביטע זיך האלטן צום נושא.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:30 pm

Naftule האט געשריבן:ווען איז דאס בטל געווארן?

Screenshot_20170219-143248.jpg



דאס איז-ווי מבואר אין די ווערטער פון די קו"ק- א איסור פון תלמוד בבלי און רבינו יוסף קארו.

די רבנים וואלטן נישט געקענט מבטל זיין דעם איסור אפילו אויב זיי וואלטן געוואלט.

ועל כגון דא נאמר מוטב שיהיו וכו'
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:31 pm

El Rushbo האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ברענג די קו"ק וועט מען קענען דן זיין

דיין מיינונג איז געבויעט אויף א הנחה אין דעם איסור אויף טעלעוויזיע, - נעמליך - אז דאס מיינט 'קוקן' נישט 'פארמאגן אינדערהיים'. האסטו דורכגעלערנט די נושא פארדעם, און צוגעקומען צו אזא מסקנה ? אדער דו רעדסט מכוח השערה ?


לגבי, די איסור פון ווידיאו, דענק איך אז דאס איז געווען אויף 'ווידיאו' די אמאליגע ווערסיע פון קוקן גויאישע שפילן. לאו דוקא קוקן אויף רוקעדיגע בילדער.



איך האב עס נישט דורכגעלערנט ס'ליגט מיר נאר אזוי אין קאפ וויאזוי איך האב עס פארשטאנען עפ"י פשטות.

איר האט עס יא דורכגעלערנט און געזעהן אנדערש?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

משה כספי האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א גאר חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי אז די איסור פון ווידעא מיט טעלעוויזשען זענען נישט אייניג.

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן ווייל אין די ערשטע צען - פופצען יאר וואס ווידעא איז ארויסגעקומען האט מען כמעט נישט געהערט אז היימישע שטובער זאלען האבען ווידעא.

עס איז נאך די עפאכע פון דיזשיטעל קעמארעס מיט די סמארט פאונס וואס האט אריינגעברענגט ווידעא ביים היימישען עולם, עס זעהט אויס ווי מען האט יא לכתחילה אנגענימען די איסור פון ווידעא.

איך האב געהאט געשריבען עפעס אויף דעם נאר מען האט עס אויסגעמעקט גיי איך איבער שרייבען אויף א אופן וואס וועט זיכער זיין גוט (איך האלט נישט אז עס האט אויסגעפעלט צו מעקען די איינציגע סיבה פארוואס איך קען טראכטען אז מען האט עס אויסגעמעקט איז אז מען האט עס באטראכט אלס א פערזענליכע אטאקע וואס איז נישט אמת ווען מען קוקט אויף די פאוינט)

די זאך איז אז היינט קוקט און כאפט יעדער ווידאו חוץ ווער עס האט א KDC און עס די זעלבע ווידאו געכאפט מיט די זעלבע קעמרע יעצט די סקונדע וואס ווידאו איז געווארען מותר (אויב נישט דארף מען טרעפען א לימוד זכות אויף די ערליכסטע און חניקשטע אידען וואס איך אליין האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטען)
איז קלאר אז עס איז דא חילוק פון טעליוויזע און ווידאו
און קלאר אז א קליפ פון א פרעס קאנפרענס אדער עני זאך אויב זעהט מען נישט אויף דעם קיין ראיות אסירות איז עס נישט קיין שום פראבלעם עס איז א פשוטע ווידאו קליפ געכאפט מיט א קעמרע



קושיות קענען נישט מבטל זיין קיין איסורים. א איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קען נאר נתבטל ווערן דורך גדולים מהן בחכמה ובמנין. ביז דעמאלט איז עס קאי וקיים. נישטא אין ערגעץ אזא הלכה אז אויב דער עולם איז זיך מקיל-ווען מען ווייסט אז ס'קומט סתם פון התרשלות- ווערט עס פלוצים אויס איסור.

די איינציגע זאך וואס מען קען זאגן איז 'מוטב שיהיו שוגגין וכו'' וואס דאס איז בכלל נישטו קיין היתר, נאר א סיבה נישט צו מעורר זיין, און אויך נאר ווען מ'ווייסט אויף 100% אז ס'גייט נישט אויפטוען אפילו איין מענטש זאל זיך א משהו פארבעסערן.

אן איסור וואס איז נישט געבויט אויף אן עקזיסטירנדן איסור פון חז"ל איז שווער צו מחייב זיין דעם עולם דערמיט, פונקט ווי די איסור אויף סענסא קליפּס פארשטייט עפעס יעדער אז עס אים נישט מחייב
עס איז ברור כשמש אז עס איז נישט דא היינט די כח פון אסר'ן א זאך אן א מקור בחז"ל אויף דעם איסור, אזוי ווי מען קען נישט אסר'ן די שבת סוויטש אטו א מענטש וועט זיך טועה זיין מיט א געהעריגע סוויטש, די כח האבן חז"ל געהאט, די אלע היינטיגע איסורים איז געבויט אויף עקזעסטירענדע איסורים

אויב קען איינער אראפברענגן די קול קורא אויף ווידעא און טעלעוויזיע וואלט געווען א געוואלדיגער זאך


ואס האבן די רבנים גע'אסר'ט ווען זיי זענען ארויסגעקומען אסר'ן טעלעוויזיע? ווען זיי זענען ארויסגעקומען אסר'ן ווידיאו?

סתם איבע'חזר'ן די לאו פון ולא תתרו?

די גדולים פון אלע דורות האבן א כח צו נעמען א זאך און עס אסר'ן אלס גדר, צוליב וואס ס'קומט ארויס דערפון איסורים.

יא, די רבנים האבן גע'אסר'ט די טעלעוויזיע, נישט די ראיות אסורות אויף טעלעוויזיע-ווייל דאס האט שוין דער רבוש"ע גע'אסר'ט אויפן בארג סיני- נאר די ראיות מותרות פון טעלעוויזיע.

די רבנים האבן גע'אסר'ט כשר'ע ווידיאו וויבאלד ס'קומט צו צו טריפה'נע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נחזור לענינינו, שכל טוב און 12 געסט