טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:37 am

פארוואס נישט האט געשריבן:
קרעטשמער אין די תקנות אשכול האט געשריבן:
ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.


With all due respect
דאס איז נישט קיין מחאה אויף פירצות הדת, דאס איז אן אשכול אויסצודרוקן א מיינונג איבער אן ענין וואס ווערט געטאן אין די ראמען פון איי-וועלט איז ממילא דא דו פלאץ אויסצושמועסן רעספעקטירפול ווילאנג עס טוט נישט צילן א ספעציפישן ניק אדער ניקים
אויב די הנהלה האלט אנדערשט ביטע אויסקלארן
#מיין מיינונג
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:00 am

שטיגליץ האט געשריבן:איך רעספעקטיר שטארק אייערע דברי התעוררות איבערהויפט אין די ימי השובבים, אבער לדעתי העניה והשפלה האט עס מיטן איסור א קנאפע שייכות.

אויב די איסור איז באזירט אויף בכלל נישט האבן קיין שייכות מיטן גוי און זיין לעבנס שטייגער וואלט מען קיין צייטונגען נישט געטארט ליינען און על אחת כמה וכמה זיך טרעפן מיט א גוי פנים אל פנים וואלט געווען פילפאכיג הארבער ביהרג ואל יעבור.

אבער אונזערע גדולים האבן עס נישט געאסרט און טעלעוויזיע יא, פארוואס? ווייל האבן א טעלעוויזיע אינדערהיים באדייט אז די גאנצע מסך המבדיל צווישן ישראל ובין העמים איז בטל ומבוטל, אין יעדע פרייע מינוט קען מען מיט איין קנעפל האבן דעם גאנצן גאס ביי זיך אין סאלאן און והיו לבשר אחד מיטן גאנצן קנאק .
אבער זען א קליפ במקום שאין איסור מאן דכר שמיה??!!

איך וויל נאר צולייגען א ווארט, אז צוגלייכן דאס צו טעלעווישן איז א געפערליכע עוולה לפע״ד עס ברענגט אראפ די גאנצע איסור קעגן טעלעווישן, אויב עפעס קען עס זיין אסור אלס ביטול תורה זאל מען עס נאר קוקן אין א פלאץ וואס איז נישט געאייגענט פאר לימוד התורה (אזוי ווי ליינען נייעס בכלליות).
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:06 am

א גאר חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי אז די איסור פון ווידעא מיט טעלעוויזשען זענען נישט אייניג.

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן ווייל אין די ערשטע צען - פופצען יאר וואס ווידעא איז ארויסגעקומען האט מען כמעט נישט געהערט אז היימישע שטובער זאלען האבען ווידעא.

עס איז נאך די עפאכע פון דיזשיטעל קעמארעס מיט די סמארט פאונס וואס האט אריינגעברענגט ווידעא ביים היימישען עולם, עס זעהט אויס ווי מען האט יא לכתחילה אנגענימען די איסור פון ווידעא.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » זונטאג פאברואר 19, 2017 2:32 am

איז דאס א אשכול

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 4:53 am

Jobless האט געשריבן:איז דאס א אשכול
Get your facts first, then you can distort them as you please.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 19, 2017 6:42 am

מטעמים האט געשריבן:א גאר חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי אז די איסור פון ווידעא מיט טעלעוויזשען זענען נישט אייניג.

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן ווייל אין די ערשטע צען - פופצען יאר וואס ווידעא איז ארויסגעקומען האט מען כמעט נישט געהערט אז היימישע שטובער זאלען האבען ווידעא.

עס איז נאך די עפאכע פון דיזשיטעל קעמארעס מיט די סמארט פאונס וואס האט אריינגעברענגט ווידעא ביים היימישען עולם, עס זעהט אויס ווי מען האט יא לכתחילה אנגענימען די איסור פון ווידעא.

איך האב געהאט געשריבען עפעס אויף דעם נאר מען האט עס אויסגעמעקט גיי איך איבער שרייבען אויף א אופן וואס וועט זיכער זיין גוט (איך האלט נישט אז עס האט אויסגעפעלט צו מעקען די איינציגע סיבה פארוואס איך קען טראכטען אז מען האט עס אויסגעמעקט איז אז מען האט עס באטראכט אלס א פערזענליכע אטאקע וואס איז נישט אמת ווען מען קוקט אויף די פאוינט)

די זאך איז אז היינט קוקט און כאפט יעדער ווידאו חוץ ווער עס האט א KDC און עס די זעלבע ווידאו געכאפט מיט די זעלבע קעמרע יעצט די סקונדע וואס ווידאו איז געווארען מותר (אויב נישט דארף מען טרעפען א לימוד זכות אויף די ערליכסטע און חניקשטע אידען וואס איך אליין האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטען)
איז קלאר אז עס איז דא חילוק פון טעליוויזע און ווידאו
און קלאר אז א קליפ פון א פרעס קאנפרענס אדער עני זאך אויב זעהט מען נישט אויף דעם קיין ראיות אסירות איז עס נישט קיין שום פראבלעם עס איז א פשוטע ווידאו קליפ געכאפט מיט א קעמרע

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג פאברואר 19, 2017 7:07 am

די איסור פון טעלעוויזשן און ווידעא זיינען נישט געווען אויף דעם זעלבן בלאט, אין די זעלבע צייט, און נישט צוליב די זעלבע אורזאך. די איסור פון טעלעוויזשן איז געווען צוליב די אומפערמיידליכע ראיות אסורות, און פון חינוך שטאנדפונקט אויס צוליב די צוגעבינדענקייט דערצו, ווען מען וויל נישט פערפאסען א סעריע, וואס ביי ווידעא איז דאס נישט שייך, ווייל וואס מען זעהט נישט היינט קאן מען פארזעצן שפעטער.
שטודיע נומערע צוויי: טעלעוויזשען איזו ואס יענער וויל דיר ווייזען און ווידעא איז עפעס ביי מיינס א שמחה, צוזאמענקום וואס איך וויל איבערקוקען אן אנדערס מאהל. ווי אויך קאן מען עדיטן א ווידעאו וואס יא אדער נישט צו צייגען די קינדער.
נ.ב. נישט אז איך מאך א היתר דערמיט, און נישט אז איך האב ווידעא פלעיער, אבער צומאל ווען מען מאכט א קאלעקטיווען איסור, ווען באמת איז עס נישט דער זעלבער איסור, דאן קאן מען אויך מאכען אז מען זאל נישט אננעמען דעם עכטן איסור, וואס דא איז עס די טעלעוויזיע.
לעצט פאראכטן דורך צו געזונט אום זונטאג פאברואר 19, 2017 7:26 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
בוי זיך זעלבסט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 19, 2017 7:10 am

וואס הייסט דו האסט נישט ווידאו?
דו כאפסט נישט קיין ווידאו מיט דיין קעמרע?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג פאברואר 19, 2017 7:27 am

תקנתי, און מיין פריוואטע קאמערא איז א גדר קאמערא
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג פאברואר 19, 2017 7:39 am

ארטסקרול האט געשריבן:ווער קען אפלאדען די אינטערוויו וואס טורקס האט געהאט מיט פאקס ניוס נעכטן?
ווער קען ארויפלייגן די 'קליפ' פון די ענאגערעשן אבער סענסערן די צורה פון די ערשטע פרוי?
ווער קען אפלאדען אויף 'דראפבאקס' די דעבאטע אבער אראפנעמען די נאציאנאלע ענטום געזינגען דורך א פרוי?
ווער קען ארויפלייגן אויף באקס די דעבאטע פון טראמפ-קלינטאן, אבער אויסמעקען די צורה פון פרוי קלינטאן?
וואו קען מען זען די דעבאטע? באל שפיל? אדער דזשימי קימעל פליקט אריין די פרעזידענט?


דאס ווייזט די הייליקייט פון אייוועלט.
אעדו וואס האבן נישט קיין עקסעס צו אנדערע פלאטפארמעס בעטן זיך פון די דאזיגע וואס האבן יא משום איזה טעם שהוא אז מ'זאל זיי מהנה זיין, און געבן די ווידיאו גע'כשרט'ערהייט.

איך וויל זיך נישט טענה'ן, איך זאג נאר מיין מיינונג.
...

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » זונטאג פאברואר 19, 2017 8:03 am

איז אזוי עס איז דא אין עס איז דא
א יונגערמאן וואס גייט אין א שטריימל בעקיטשע וואס ווען ער טיט אן עוולה ריפט עם די צייטונג ראביי איז אריזשענל געמאכט צי לעבן א העכערע לעבן אין די אלע מותריגע כשרע 100% אויסגעהאלטענע זאכען נעמט ביי עם נישט קיין מקום א סימפל חסיד מיינט ליפנים משורת הדין
אבער די יודען די תלמידי בעל שם זענען אזוי געווארען ביי טשויס ממילא האט מען נישט געדארפט קיין אסירים אין תקנות
אינז (רוב פין אינז) זעמער ליידער געמאכט אין א גולם מען האט גענומען פארעם אין אינז אנגעפילט סיי מיטען אויסזעהן אין סיי מיט די מעשים ממילא מאכט מען אלע מיני תקנות אבער אויב פאר די אין די גולם וועט עס סייווי נישט העלפען

ביטע איך האב נישט אזא גיטע טייפינג סקיל ווער עס פארשטייט וואס איך מיין ווערט געבעטן צי מסברן ברחל ביתך

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג פאברואר 19, 2017 8:18 am

צ/ק ונושא האשכול,

מעגליך איר זענט גערעכט אז עס איז טעלעוויזיע, מעגליך אז נישט, איך ווייס נישט.

אבער הנח להם לישראל, נישט אייביג דארף מען זיך שטעלן אויף דוקדוק, דא איז א פיין כשר פלאטץ, עוולות קען מען טרעפן איבעראל, אבער לא נהגו ארויסצוזיכען מיט דוקדוק די נקודה הרע פון יעדע דבר טוב, אדער פון א התנהגות, אויב הייבט מען אן זוכען פראבלעמען ביי כלל ישראל וועט עמיש טאון נישט זיין גענוג הייליג.. בכגון דא זאגט מען: live and let live

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 19, 2017 9:45 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:צ/ק ונושא האשכול,

מעגליך איר זענט גערעכט אז עס איז טעלעוויזיע, מעגליך אז נישט, איך ווייס נישט.

אבער הנח להם לישראל, נישט אייביג דארף מען זיך שטעלן אויף דוקדוק, דא איז א פיין כשר פלאטץ, עוולות קען מען טרעפן איבעראל, אבער לא נהגו ארויסצוזיכען מיט דוקדוק די נקודה הרע פון יעדע דבר טוב, אדער פון א התנהגות, אויב הייבט מען אן זוכען פראבלעמען ביי כלל ישראל וועט עמיש טאון נישט זיין גענוג הייליג.. בכגון דא זאגט מען: live and let live

אמת ויציב! פאר ווער עס פיהלט גוט ווען מען מאכט זיך אויף אייגענע חילוקים צווישען איין איסור און די אנדערע איסור זאל ווייטער אזוי טוהן און ווער עס וויל מודה זיין אז עס איז יא דא א איסור און מיט דעם אלעם שווימט ער מיט מיטען ירידת הדור און ער איז זיך מקיל אין דעם ענין און עס מאכט סך מער סענס.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 9:54 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א גאר חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי אז די איסור פון ווידעא מיט טעלעוויזשען זענען נישט אייניג.

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן ווייל אין די ערשטע צען - פופצען יאר וואס ווידעא איז ארויסגעקומען האט מען כמעט נישט געהערט אז היימישע שטובער זאלען האבען ווידעא.

עס איז נאך די עפאכע פון דיזשיטעל קעמארעס מיט די סמארט פאונס וואס האט אריינגעברענגט ווידעא ביים היימישען עולם, עס זעהט אויס ווי מען האט יא לכתחילה אנגענימען די איסור פון ווידעא.

איך האב געהאט געשריבען עפעס אויף דעם נאר מען האט עס אויסגעמעקט גיי איך איבער שרייבען אויף א אופן וואס וועט זיכער זיין גוט (איך האלט נישט אז עס האט אויסגעפעלט צו מעקען די איינציגע סיבה פארוואס איך קען טראכטען אז מען האט עס אויסגעמעקט איז אז מען האט עס באטראכט אלס א פערזענליכע אטאקע וואס איז נישט אמת ווען מען קוקט אויף די פאוינט)

די זאך איז אז היינט קוקט און כאפט יעדער ווידאו חוץ ווער עס האט א KDC און עס די זעלבע ווידאו געכאפט מיט די זעלבע קעמרע יעצט די סקונדע וואס ווידאו איז געווארען מותר (אויב נישט דארף מען טרעפען א לימוד זכות אויף די ערליכסטע און חניקשטע אידען וואס איך אליין האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטען)
איז קלאר אז עס איז דא חילוק פון טעליוויזע און ווידאו
און קלאר אז א קליפ פון א פרעס קאנפרענס אדער עני זאך אויב זעהט מען נישט אויף דעם קיין ראיות אסירות איז עס נישט קיין שום פראבלעם עס איז א פשוטע ווידאו קליפ געכאפט מיט א קעמרע



קושיות קענען נישט מבטל זיין קיין איסורים. א איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קען נאר נתבטל ווערן דורך גדולים מהן בחכמה ובמנין. ביז דעמאלט איז עס קאי וקיים. נישטא אין ערגעץ אזא הלכה אז אויב דער עולם איז זיך מקיל-ווען מען ווייסט אז ס'קומט סתם פון התרשלות- ווערט עס פלוצים אויס איסור.

די איינציגע זאך וואס מען קען זאגן איז 'מוטב שיהיו שוגגין וכו'' וואס דאס איז בכלל נישטו קיין היתר, נאר א סיבה נישט צו מעורר זיין, און אויך נאר ווען מ'ווייסט אויף 100% אז ס'גייט נישט אויפטוען אפילו איין מענטש זאל זיך א משהו פארבעסערן.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 10:01 am

לעצם הנושא.

איך זעה יעדן זיך טענה'ן צו דער איסור איז געווען וועגן הסתכלות בנשים וכדו' וואס אויב אזוי קען מען מתיר זיין ווען מ'פארמעקט די נשים, אדער ווי דער פותח טענה'ט אז עס ברענגט נאנטקייט צום גוי און לויט דעם וויל ער טענה'ן אז ס'איז אלעמאל אסור.

איין נקודה האב איך אבער נישט באמערקט דא.

איינמאל מ'האט גע'אסר'ט א זאך איז שוין נישט קיין נפק"מ פארוואס מ'האט עס גע'אסר'ט. די רבנים פון פריעדריגן דור האבן גע'אסרט טעלעוויזשאן. ווען א יוד גייט ארויף קומען אויפן עולם האמת און האט ח"ו יא געקוקט טעלעוויזשאן גייט מען אים שמייסן פאר יעדע ראיה אסורה און ניבול פה וכו' וואס ער האט געזעהן און געהערט, און דערנאך, ווען מען גייט ענדיגן מיט אלע דברים אסורים, דעמאלט גייט ער באקומען א עקסטערע שטראף פשוט פארן 'קוקן טעלעוויזשאן'.

איינמאל גדולים האבן גע'אסר'ט טעלעוויזשאן, איז די עצם טעלעוויזיע א 'איסור' נישט די ראיות אסורות שבו, ווייל דאס איז שוין גע'אסר'ט געווארן ביים בארג סיני.

זיי האבן געלייגט א 'נייע' איסור אויפן עצם טעלעוויזיע.

און ממילא, ווען איינער קוקט טעלעוויזיע עטה"ק, אין הכא נמי ער וועט נישט באקומען די פעטש פארן קוקן ראיות אסורות וכדו', אבער יא די פעטש פארן 'קוקן טעלעוויזיע'.

כך נלפענ"ד
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » זונטאג פאברואר 19, 2017 11:30 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לעצם הנושא.

איך זעה יעדן זיך טענה'ן צו דער איסור איז געווען וועגן הסתכלות בנשים וכדו' וואס אויב אזוי קען מען מתיר זיין ווען מ'פארמעקט די נשים, אדער ווי דער פותח טענה'ט אז עס ברענגט נאנטקייט צום גוי און לויט דעם וויל ער טענה'ן אז ס'איז אלעמאל אסור.

איין נקודה האב איך אבער נישט באמערקט דא.

איינמאל מ'האט גע'אסר'ט א זאך איז שוין נישט קיין נפק"מ פארוואס מ'האט עס גע'אסר'ט. די רבנים פון פריעדריגן דור האבן גע'אסרט טעלעוויזשאן. ווען א יוד גייט ארויף קומען אויפן עולם האמת און האט ח"ו יא געקוקט טעלעוויזשאן גייט מען אים שמייסן פאר יעדע ראיה אסורה און ניבול פה וכו' וואס ער האט געזעהן און געהערט, און דערנאך, ווען מען גייט ענדיגן מיט אלע דברים אסורים, דעמאלט גייט ער באקומען א עקסטערע שטראף פשוט פארן 'קוקן טעלעוויזשאן'.

איינמאל גדולים האבן גע'אסר'ט טעלעוויזשאן, איז די עצם טעלעוויזיע א 'איסור' נישט די ראיות אסורות שבו, ווייל דאס איז שוין גע'אסר'ט געווארן ביים בארג סיני.

זיי האבן געלייגט א 'נייע' איסור אויפן עצם טעלעוויזיע.

און ממילא, ווען איינער קוקט טעלעוויזיע עטה"ק, אין הכא נמי ער וועט נישט באקומען די פעטש פארן קוקן ראיות אסורות וכדו', אבער יא די פעטש פארן 'קוקן טעלעוויזיע'.

כך נלפענ"ד


די איסור "טעלעוויזיע" איז געווען צו קוקען טעלעוויזיע, אדער צו פארמאגען א טעלעוויזיע אינדערהיים?
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 19, 2017 11:32 am

ברענג די קו"ק וועט מען קענען דן זיין
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:02 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לעצם הנושא.

איך זעה יעדן זיך טענה'ן צו דער איסור איז געווען וועגן הסתכלות בנשים וכדו' וואס אויב אזוי קען מען מתיר זיין ווען מ'פארמעקט די נשים, אדער ווי דער פותח טענה'ט אז עס ברענגט נאנטקייט צום גוי און לויט דעם וויל ער טענה'ן אז ס'איז אלעמאל אסור.

איין נקודה האב איך אבער נישט באמערקט דא.

איינמאל מ'האט גע'אסר'ט א זאך איז שוין נישט קיין נפק"מ פארוואס מ'האט עס גע'אסר'ט. די רבנים פון פריעדריגן דור האבן גע'אסרט טעלעוויזשאן. ווען א יוד גייט ארויף קומען אויפן עולם האמת און האט ח"ו יא געקוקט טעלעוויזשאן גייט מען אים שמייסן פאר יעדע ראיה אסורה און ניבול פה וכו' וואס ער האט געזעהן און געהערט, און דערנאך, ווען מען גייט ענדיגן מיט אלע דברים אסורים, דעמאלט גייט ער באקומען א עקסטערע שטראף פשוט פארן 'קוקן טעלעוויזשאן'.

איינמאל גדולים האבן גע'אסר'ט טעלעוויזשאן, איז די עצם טעלעוויזיע א 'איסור' נישט די ראיות אסורות שבו, ווייל דאס איז שוין גע'אסר'ט געווארן ביים בארג סיני.

זיי האבן געלייגט א 'נייע' איסור אויפן עצם טעלעוויזיע.

און ממילא, ווען איינער קוקט טעלעוויזיע עטה"ק, אין הכא נמי ער וועט נישט באקומען די פעטש פארן קוקן ראיות אסורות וכדו', אבער יא די פעטש פארן 'קוקן טעלעוויזיע'.

כך נלפענ"ד


ממש דאס געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:איסורים וואס זענען באזירט אויף קדושה פרינציפן, וועלכע זענען שוין נישט אנגעונמען היינטיגע צייטן קענען זיך אויך נישט טוישן. דאס הייסט, אז טראצדעם וואס טעלעוויזיע איז outdated ווען מען באטראכט איר צו די אינטערנעט, ווערט נאכנישט טעלעוויזיע מותר.


הנח להם לישראל איז א גאר שוואכע אויסרייד. די שמועס דא איז נישט וועגן ראדיא, נישט וועגן קול מבשר, נישט וועגן דער בלאט, נישט וועגן א ווידיא קעמערע, די שמועס איז וועגן "טעלעוויזיע", "טיווי", נישט ווידיאוס, נאר טיווי. לאמיר איבער חזר'ן "טיווי" נישט וועגן ווידיאו.

אראפגעשניטענע שטיקלעך פון טיווי איז טיווי טראץ עס געפינט זיך אויף דראפבאקס.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:04 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ברענג די קו"ק וועט מען קענען דן זיין

דיין מיינונג איז געבויעט אויף א הנחה אין דעם איסור אויף טעלעוויזיע, - נעמליך - אז דאס מיינט 'קוקן' נישט 'פארמאגן אינדערהיים'. האסטו דורכגעלערנט די נושא פארדעם, און צוגעקומען צו אזא מסקנה ? אדער דו רעדסט מכוח השערה ?


לגבי, די איסור פון ווידיאו, דענק איך אז דאס איז געווען אויף 'ווידיאו' די אמאליגע ווערסיע פון קוקן גויאישע שפילן. לאו דוקא קוקן אויף רוקעדיגע בילדער.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:13 pm

אה! כ'האב הנאה זיך צו דרייען דא מיט אזא חשובע ציבור וואס האבען נישט קיין אנונג וואס טעלעוויזיע מיינט...

איך וואלט אויך צוגעלייגט אז ליינען צייטונגען איז פונקט ווי קוקן נייעס אונליין...

מיינען ענק אמת'דיג אז קוקן א קליפ איז אזוי ווי קוקן טעלעוויזיע וואס אלע זענען מודה אז עס הארגעט א מענטש, מענטשן ווערן עדיקטעד צו דעים און מ'האט נישט קיין לעבן.

ריקעדיגע בילדער איז נישט טעלעוויזיע, קוקן אונטערן ריקן אויפן קאמפיוטער איז נישט טעלעוויזיע, דעיס וואס בעלזא טוט איז נישט קיין טעלעוויזיע, דעיס וואס סאטמאר האט געטוהן יענע וואך ביי די פראטעסט אין וואשינגטאן געוויזען ווידיאו אויפן סקרין איז נישט קיין טעלעוויזיע.

טעלעוויזיע האסטו נישט קיין שליטה וואס צו זעהן, זיי קענען דיר ווייזען וועלעכע שמוץ זיי ווילן, ס'פארט א גאנצע טאג, משא"כ קליינע קליפס אדער ווען מ'זעהט א רבי פירן טיש זעהט מען גארנישט אנדערש.

אפשר קענסטו זאגען אז מ'טאר נישט האבען קיין קאמפיוטערס אדער סמארטפאון'ס, אבער צוגלייכען דעיע צוויי זאכען איז זייער קינדעריש.

באלד גייט איינער אריין קומען דא און זעהן אז טעלעוויזיע איז אזוי ווי קליפס גייט ער טראכטען אז די רבנים האבען דאך נישט ארויס געגעבן קיין איסור אויף קליפס אפשר מעג איך אריין ברענגן טעלעוויזיע אין שטיב.

איך וואלט פארמעקט די גאנצע אשכול ס'זאל נישט ארויס קומען ח"ו קיין זלזול אין קוקן טעלעוויזיע.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:24 pm

זינגער דאס גייט שוין אריין אין גדר פון ליצנות.

ריקעדיגע בילדער איז נישט טעלעוויזיע, אמת, ווער האט געזאגט אז יא? 'אונטערן ריקן' איז קיין טעלעוויזיע, ווער האט געזאגט אז יא? א פראטעסט ווידיאו איז קיין טעלעוויזיע, ווער האט געזאגט אז יא?

מיר רעדן פון שטיקער ווידיאו וואס ווערט געוויזן אויף טעלעוויזיע, און מען כשר'ט עס ביים דאנלאדען. טעלעוויזיע האסטו נישט קיין שליטה, אבער דאס איז איינס פון די פראבלעמען געווען פון טיווי, עס איז דא נאך אסאך. זאכן וואס קומען פון טעלעוויזיע איז טעלעוויזיע, נישט קיין חילוק וויאזוי דו ווילסט עס דרייען. ביטע זיך האלטן צום נושא.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:25 pm

ארטסקרול האט געשריבן:די שמועס איז וועגן "טעלעוויזיע", "טיווי", נישט ווידיאוס, נאר טיווי. לאמיר איבער חזר'ן "טיווי" נישט וועגן ווידיאו.

אראפגעשניטענע שטיקלעך פון טיווי איז טיווי טראץ עס געפינט זיך אויף דראפבאקס.

דו קענסט עס איבער חזר'ן וויפעל מאל דו ווילסט
אבער דאס איז נישט טיווי בשעת זיי כאפען עס אפ כאפען זיי עס אפ אזוי ווי דו מיט א דיזשיטעל קעמרע דהיינו זיי כאפען א ווידיאו נאכדעם בראודקעסטען זיי עס צו די טיווי סאו אפילו טאמער דו זאגסט אז א שטיקעל קליפ פון טיווי איז אויך טיווי
איז אבער די אלע זאכען וואס מענטשען ברענגען דא קיינמאל נישט געווען אויף טיווי עס איז אלעס פון די אריזשינעל ווידיאו...

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:27 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לעצם הנושא.

איך זעה יעדן זיך טענה'ן צו דער איסור איז געווען וועגן הסתכלות בנשים וכדו' וואס אויב אזוי קען מען מתיר זיין ווען מ'פארמעקט די נשים, אדער ווי דער פותח טענה'ט אז עס ברענגט נאנטקייט צום גוי און לויט דעם וויל ער טענה'ן אז ס'איז אלעמאל אסור.

איין נקודה האב איך אבער נישט באמערקט דא.

איינמאל מ'האט גע'אסר'ט א זאך איז שוין נישט קיין נפק"מ פארוואס מ'האט עס גע'אסר'ט. די רבנים פון פריעדריגן דור האבן גע'אסרט טעלעוויזשאן. ווען א יוד גייט ארויף קומען אויפן עולם האמת און האט ח"ו יא געקוקט טעלעוויזשאן גייט מען אים שמייסן פאר יעדע ראיה אסורה און ניבול פה וכו' וואס ער האט געזעהן און געהערט, און דערנאך, ווען מען גייט ענדיגן מיט אלע דברים אסורים, דעמאלט גייט ער באקומען א עקסטערע שטראף פשוט פארן 'קוקן טעלעוויזשאן'.

איינמאל גדולים האבן גע'אסר'ט טעלעוויזשאן, איז די עצם טעלעוויזיע א 'איסור' נישט די ראיות אסורות שבו, ווייל דאס איז שוין גע'אסר'ט געווארן ביים בארג סיני.

זיי האבן געלייגט א 'נייע' איסור אויפן עצם טעלעוויזיע.

און ממילא, ווען איינער קוקט טעלעוויזיע עטה"ק, אין הכא נמי ער וועט נישט באקומען די פעטש פארן קוקן ראיות אסורות וכדו', אבער יא די פעטש פארן 'קוקן טעלעוויזיע'.

כך נלפענ"ד

די פארגלייכסט טאקע די איסור צו אן איסור פון די גמרא און די לערנסט אריין פשטים? אפשר איז די איסור בדווקא צו קוקן אויף די טעלעוויזיע אליין'ס צוליב חשש ראיות אסורות אדער עדיקשען אבער אן איינזאמע קליפ איז בכלל נישט אסור, עס איז נישט קיין איסור אויף וואס די קענסט צולייגן דאס אטו דאס
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:38 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:א גאר חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי אז די איסור פון ווידעא מיט טעלעוויזשען זענען נישט אייניג.

עס איז מיר אינטערסאנט צו הערן ווייל אין די ערשטע צען - פופצען יאר וואס ווידעא איז ארויסגעקומען האט מען כמעט נישט געהערט אז היימישע שטובער זאלען האבען ווידעא.

עס איז נאך די עפאכע פון דיזשיטעל קעמארעס מיט די סמארט פאונס וואס האט אריינגעברענגט ווידעא ביים היימישען עולם, עס זעהט אויס ווי מען האט יא לכתחילה אנגענימען די איסור פון ווידעא.

איך האב געהאט געשריבען עפעס אויף דעם נאר מען האט עס אויסגעמעקט גיי איך איבער שרייבען אויף א אופן וואס וועט זיכער זיין גוט (איך האלט נישט אז עס האט אויסגעפעלט צו מעקען די איינציגע סיבה פארוואס איך קען טראכטען אז מען האט עס אויסגעמעקט איז אז מען האט עס באטראכט אלס א פערזענליכע אטאקע וואס איז נישט אמת ווען מען קוקט אויף די פאוינט)

די זאך איז אז היינט קוקט און כאפט יעדער ווידאו חוץ ווער עס האט א KDC און עס די זעלבע ווידאו געכאפט מיט די זעלבע קעמרע יעצט די סקונדע וואס ווידאו איז געווארען מותר (אויב נישט דארף מען טרעפען א לימוד זכות אויף די ערליכסטע און חניקשטע אידען וואס איך אליין האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטען)
איז קלאר אז עס איז דא חילוק פון טעליוויזע און ווידאו
און קלאר אז א קליפ פון א פרעס קאנפרענס אדער עני זאך אויב זעהט מען נישט אויף דעם קיין ראיות אסירות איז עס נישט קיין שום פראבלעם עס איז א פשוטע ווידאו קליפ געכאפט מיט א קעמרע



קושיות קענען נישט מבטל זיין קיין איסורים. א איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קען נאר נתבטל ווערן דורך גדולים מהן בחכמה ובמנין. ביז דעמאלט איז עס קאי וקיים. נישטא אין ערגעץ אזא הלכה אז אויב דער עולם איז זיך מקיל-ווען מען ווייסט אז ס'קומט סתם פון התרשלות- ווערט עס פלוצים אויס איסור.

די איינציגע זאך וואס מען קען זאגן איז 'מוטב שיהיו שוגגין וכו'' וואס דאס איז בכלל נישטו קיין היתר, נאר א סיבה נישט צו מעורר זיין, און אויך נאר ווען מ'ווייסט אויף 100% אז ס'גייט נישט אויפטוען אפילו איין מענטש זאל זיך א משהו פארבעסערן.

אן איסור וואס איז נישט געבויט אויף אן עקזיסטירנדן איסור פון חז"ל איז שווער צו מחייב זיין דעם עולם דערמיט, פונקט ווי די איסור אויף סענסא קליפּס פארשטייט עפעס יעדער אז עס אים נישט מחייב
עס איז ברור כשמש אז עס איז נישט דא היינט די כח פון אסר'ן א זאך אן א מקור בחז"ל אויף דעם איסור, אזוי ווי מען קען נישט אסר'ן די שבת סוויטש אטו א מענטש וועט זיך טועה זיין מיט א געהעריגע סוויטש, די כח האבן חז"ל געהאט, די אלע היינטיגע איסורים איז געבויט אויף עקזעסטירענדע איסורים

אויב קען איינער אראפברענגן די קול קורא אויף ווידעא און טעלעוויזיע וואלט געווען א געוואלדיגער זאך
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:41 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
קושיות קענען נישט מבטל זיין קיין איסורים. א איסור וואס רבנים האבן ארויסגעגעבן קען נאר נתבטל ווערן דורך גדולים מהן בחכמה ובמנין. ביז דעמאלט איז עס קאי וקיים. נישטא אין ערגעץ אזא הלכה אז אויב דער עולם איז זיך מקיל-ווען מען ווייסט אז ס'קומט סתם פון התרשלות- ווערט עס פלוצים אויס איסור.

טבילת עזרא
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט