טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

תגובהדורך ארטסקרול » פרייטאג פאברואר 17, 2017 2:40 pm

ווער קען אפלאדען די אינטערוויו וואס טורקס האט געהאט מיט פאקס ניוס נעכטן?
ווער קען ארויפלייגן די 'קליפ' פון די ענאגערעשן אבער סענסערן די צורה פון די ערשטע פרוי?
ווער קען אפלאדען אויף 'דראפבאקס' די דעבאטע אבער אראפנעמען די נאציאנאלע ענטום געזינגען דורך א פרוי?
ווער קען ארויפלייגן אויף באקס די דעבאטע פון טראמפ-קלינטאן, אבער אויסמעקען די צורה פון פרוי קלינטאן?
וואו קען מען זען די דעבאטע? באל שפיל? אדער דזשימי קימעל פליקט אריין די פרעזידענט?

איינער געדענקט אזא זאך ווי 'טעלעוויזיע'? עפעס וואס אלע ארטאדאקסישער רבנים האבן גע'אסר'ט, ואין גם אחד וואס האט דאס מתיר געווען בדיעבד?

אכשר דרא!

וויפיל איך ווייס, און וויפיל רוב פרומע ליינער וואס ליינען און שרייבן אויף די פארום ווייסן, אז איסורים וואס זענען באזירט אויף קדושה פרינציפן, וועלכע זענען שוין נישט אנגעונמען היינטיגע צייטן קענען זיך אויך נישט טוישן. דאס הייסט, אז טראצדעם וואס טעלעוויזיע איז outdated ווען מען באטראכט איר צו די אינטערנעט, ווערט נאכנישט טעלעוויזיע מותר. און אויך פארשטייט יעדער פרומער איד, אז אפילו אין די היינטיגע מאדערענע צייטן וואו נארישקייט און זוהמא זענען אינפעסטעט בחוצת העיר, און דער אינטערנעט פענאמענען פלאקערט, מיינט נישט אז טעלעוויזיע, אינטערענט אדער אויסגעלאסענע נייעס איז מותר.

טעלעוויזיע איז נישט גע'אסר'ט געווארן נאר צוליב ראיות אסורות, טעלעוויזיע כאראקטעריזירט די גאנצע גוי, ווי נייעס, שאוס, מיינונוגען, אנאליזן, שמועסן, אפילו ווען זיי האבן נישט קיין פרויען. מאנכע מאכן א שטערבליכן טעות, אז טעלעוויזיע מיינט 'פרויען'. ניין! עס מיינט 'דער שנעלע עקסעס צו גוי'. וואס וואלט פאסירט ווען עמיצער קומט אויף מיט א טעלעוויזיע אדער א טשענעל, וואס פארשווארצט די צורות נשים, און דיספלעיט נאר אינטערוויוס פון טורקס, געשטעטנער, און שארק טענק, וואלט דאס געווען מותר?

אן אינטערוויו פון טראמפ מיט פאקס ניוס איז טעלעוויזיע!, אפילו עס איז דאנלאדעט, אפילו עס איז אויף וואטסעפפ אדער אמ"ג, און אפילו עס איז אויף דראפבאקס, און אפילו די נשים זענען פארמעקט.

א פרעזעדענטליכע דעבאטע איז טעלעוויזיע! אפילו עס איז אויף וואטסעפפ אדער אמ"ג, און אפילו עס איז אויף דראפבאקס, און אפילו די נשים זענען פארמעקט.

עס איז גוט צו וויסן ווען מ'איז א טובל ושרץ בידו. די טענות אז איך פארמאג נישט קיין אינטערנעט, קיין סמארטפאון, קיין טעלעוויזיע, נאר איך האב לימיטעט עקסעס צו אייוועלט און דראפבאקס, וואו דארטן כשר'ט מען 'טעלעוויזיע', איז פונקט ווי מתיר זיין טעלעוויזיע מיט א כשר'ע טשענעל.

פארוואס דארף א צווייטער זיין דיין שבת גוי, אויסמעקן פרויען, סענסערן פרויען, סענסערן גואישער ניגונים, אלעס ווייל דו ווילסט טעלעוויזיע על טהרת הקודש?

איך זיך נישט דא צו זיין דער ראדיקאלער וואס זוכט אוועק צו נעמען דאס באשיידענעם פארום וואו פרומע אינגעלייט שמוסן זיך שיין ארום. אבער עס איז וויכטיג צו געדענקן אז מ'זאל זיך נישט טובל זיין ושרץ בידו.

אויב איז טעלעוויזיע אסור, איז דאס אסור בכל אופן, צו זאל דאס זיין offiline צו זאל דאס זיין אויף וואטסעפפ, צו זאל דאס זיין אויף טוויטער אדער אמ"ג. ווייל אויב דו האלסט אז דער דעבאטע איז נישט קיין פראבלעם, קענסטו האבן טעלעוויזיע מיט א פילטער. און טאקע דאס האט [נמחק] געטאן, ווען זיי האבן געמאכט א אייגענעם טיווי טשענעל, דראפבאקס איז גארנישט אנדערש.

און אויף די טענה אז מ'איז הבוחר רע במעוטו, געדענק! דו קוקסט טעלעוויזיע!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 17, 2017 2:44 pm

ביזט הייליג גערעכט!
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג פאברואר 17, 2017 3:00 pm

גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג פאברואר 17, 2017 3:36 pm

בכלל נישט. איך נעם נישט אן די פרעמיס. אז דו ווייסט פאר א פאקט אז טעלעוויזשאן האט מען נישט געאסערט בלויז צוליב די שמוץ וואס איז דא דארט דאן קען איך זיך נישט מחולק זיין, אבער אז די מאכסט אייגענע תורה׳ס דאן דינג איך זיך מיט דיר.

די קליפס ווי די רביס טאנצן ביי נעילות החג אדער פונעם פורים טיש איז אפשר אויך ״טעלעוויזשאן״? לויט דיר איז די איסור אויף ׳מאושין פיקטשור׳ נישט אויף טעלעוויזיע, און אן קלארע ״איך
בין דארט געווען״ פאקטן בין איך נישט גרייט אננעמען אז דאס איז געווען די איסור. ס׳מאכט פלעין נישט קיין סענס.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » פרייטאג פאברואר 17, 2017 3:51 pm

ערליך און הייליג גערעכט! שוין געוויזען פאר אפאר.
די אנדערע שעמעדיגער איז נישט מיך!
אידענטעטעט שווינדל... ווארשיינליך א אינדיאנער
(באמערקט זיין שטרעכל אויפן ש)

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג פאברואר 17, 2017 3:51 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:בכלל נישט. איך נעם נישט אן די פרעמיס. אז דו ווייסט פאר א פאקט אז טעלעוויזשאן האט מען נישט געאסערט בלויז צוליב די שמוץ וואס איז דא דארט דאן קען איך זיך נישט מחולק זיין, אבער אז די מאכסט אייגענע תורה׳ס דאן דינג איך זיך מיט דיר.

די קליפס ווי די רביס טאנצן ביי נעילות החג אדער פונעם פורים טיש איז אפשר אויך ״טעלעוויזשאן״? לויט דיר איז די איסור אויף ׳מאושין פיקטשור׳ נישט אויף טעלעוויזיע, און אן קלארע ״איך
בין דארט געווען״ פאקטן בין איך נישט גרייט אננעמען אז דאס איז געווען די איסור. ס׳מאכט פלעין נישט קיין סענס.

;l;p- די גרעסטע ראי' דערצו איז אז ראדיא וואו מען זעט נישט קיין פרויען אבער האט אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען האט מען קיינמאל נישט "קלאר, אזוי שטארק" גע'אסר'ט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » פרייטאג פאברואר 17, 2017 4:19 pm

האב איך נישט קלאר געשריבן? רעד איך דען פון די כשר׳ע קעמרע? רעד איך פון כל העולם כולו?

איך רעד פון זאכן וואס ערשיינען אויף טעלעוויזיע און מען כשר׳ט עס. אראפ ארויף דראפבאקס, פארשווארצט די פרוי, און כשר. פון דעם רעד איך. דו האסט זייער גוט געוויסט וואס כאב געשריבן.

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » פרייטאג פאברואר 17, 2017 4:21 pm

משה כספי האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:בכלל נישט. איך נעם נישט אן די פרעמיס. אז דו ווייסט פאר א פאקט אז טעלעוויזשאן האט מען נישט געאסערט בלויז צוליב די שמוץ וואס איז דא דארט דאן קען איך זיך נישט מחולק זיין, אבער אז די מאכסט אייגענע תורה׳ס דאן דינג איך זיך מיט דיר.

די קליפס ווי די רביס טאנצן ביי נעילות החג אדער פונעם פורים טיש איז אפשר אויך ״טעלעוויזשאן״? לויט דיר איז די איסור אויף ׳מאושין פיקטשור׳ נישט אויף טעלעוויזיע, און אן קלארע ״איך
בין דארט געווען״ פאקטן בין איך נישט גרייט אננעמען אז דאס איז געווען די איסור. ס׳מאכט פלעין נישט קיין סענס.

;l;p- די גרעסטע ראי' דערצו איז אז ראדיא וואו מען זעט נישט קיין פרויען אבער האט אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען האט מען קיינמאל נישט "קלאר, אזוי שטארק" גע'אסר'ט

טאקע ווייל ראדיא איז קיין טעלעוויזיע. די השפעה פון טיווי איז אינו דומה לחלוטין.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג פאברואר 17, 2017 4:31 pm

שווער צו זאגן אז די טאָלק שאו האבן נישט אזא השפעה
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג פאברואר 17, 2017 4:33 pm

ארטסקרול ביסט ערליך גערעכט.

זשאסט פאר די רעקארד די ראדיא פון היינט איז מסתם שמיציגער צו הערן פון די טיווי פון 50 יאר צוריק.

גוט שבת

-כספי האקט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

סתם געהאקט

תגובהדורך פרידן » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:08 pm

עס איז אפשר נישט געמאכט פאר א יונגערמאן א בן תורה אבער מיט די פראבלעם אין מיט די מציאות פין טעלאווישאן איז עס ניטאמאל א קאזין,

מאכסט דאס נישט הארב ווען דעי שרייבסט אזוי, אויב עפעס מאכסטו טעליווישאן גרינג,

אין דאס איז שוין אז מען זאל אנעמען אז מען האט עס נישט געאסר'ט וועגען שמוץ, איז אויך נישט דומה ווען מען ברענגט אראפ קליפס דא דארט פין הויפט נייעס זאכן, צו א כלי ווי עס לויפן א גאנצע טאג יעדע קליינע נייעס פין איבער די גאנצע וועלט, פין יעדע גוי וגויה,

איך גראדע מיין היסטערי דא איך בין פאר פרומקייט אין ערליכקייט, אבער מישן אין מדמה זיין הודו צו כוש איז סתם געשפילט פרום, עס איז זייער באקוועם צו שפילן די פרומע געים אבער עס איז זייער ראנג אין נישט אויסגעהאלטן צו צוזאם שטעלן זאכן וואס פאסט נישט צו זאכן וואס זענען עבירות חמורות, עס מאכט אז אנדערע זאכן וואס איז באמת א פראבלעם זאל מיטגיין מיט דעי מחאות

קוקן קליפס דורך דראפבאקס פין אינטערוויאס אין דעביטס ווען די נשים זענען אויסגעמעקט העכסטענס פאסט נישט פאר א ערנסטע אינגערמאן, אין קען זיין ליידיגיין
האבן אין וואטשען טעלאווישאן איז א עבירה וואס ברענגט צו צו די ערגסטע עבירות

ארטסקרול האט געשריבן:ווער קען אפלאדען די אינטערוויו וואס טורקס האט געהאט מיט פאקס ניוס נעכטן?
ווער קען ארויפלייגן די 'קליפ' פון די ענאגערעשן אבער סענסערן די צורה פון די ערשטע פרוי?
ווער קען אפלאדען אויף 'דראפבאקס' די דעבאטע אבער אראפנעמען די נאציאנאלע ענטום געזינגען דורך א פרוי?
ווער קען ארויפלייגן אויף באקס די דעבאטע פון טראמפ-קלינטאן, אבער אויסמעקען די צורה פון פרוי קלינטאן?
וואו קען מען זען די דעבאטע? באל שפיל? אדער דזשימי קימעל פליקט אריין די פרעזידענט?
[/b]

גראדע פין די נוסח דא בין איך חושש אז ביזט נכשל געווארן :lol:
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:41 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:23 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:ארטסקרול ביסט ערליך גערעכט.

זשאסט פאר די רעקארד די ראדיא פון היינט איז מסתם שמיציגער צו הערן פון די טיווי פון 50 יאר צוריק.

גוט שבת

-כספי האקט

קיין ספיק אין דעם, ווייל אין א זומער טאג וואקן אין ווילי צוויי גאסן קעמען זעהן מער ראיות אסורות ווי דיין זיידע האט געזעהן אין זיינע 70 יאר

פארשטייט זיך אויף ביידע ראדיאו און טיווי קען מען טרעפן איינצעלע טשענעלס יוצאים מן הכלל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:50 pm

פרידן האט געשריבן:עס איז אפשר נישט געמאכט פאר א יונגערמאן א בן תורה אבער מיט די פראבלעם אין מיט די מציאות פין טעלאווישאן איז עס ניטאמאל א קאזין,

מאכסט דאס נישט הארב ווען דעי שרייבסט אזוי, אויב עפעס מאכסטו טעליווישאן גרינג,

אין דאס איז שוין אז מען זאל אנעמען אז מען האט עס נישט געאסר'ט וועגען שמוץ, איז אויך נישט דומה ווען מען ברענגט אראפ קליפס דא דארט פין הויפט נייעס זאכן, צו א כלי ווי עס לויפן א גאנצע טאג יעדע קליינע נייעס פין איבער די גאנצע וועלט, פין יעדע גוי וגויה,

איך גראדע מיין היסטערי דא איך בין פאר פרומקייט אין ערליכקייט, אבער מישן אין מדמה זיין הודו צו כוש איז סתם געשפילט פרום, עס איז זייער באקוועם צו שפילן די פרומע געים אבער עס איז זייער ראנג אין נישט אויסגעהאלטן צו צוזאם שטעלן זאכן וואס פאסט נישט צו זאכן וואס זענען עבירות חמורות, עס מאכט אז אנדערע זאכן וואס איז באמת א פראבלעם זאל מיטגיין מיט דעי מחאות

קוקן קליפס דורך דראפבאקס פין אינטערוויאס אין דעביטס ווען די נשים זענען אויסגעמעקט העכסטענס פאסט נישט פאר א ערנסטע אינגערמאן, אין קען זיין ליידיגיין
האבן אין וואטשען טעלאווישאן איז א עבירה וואס ברענגט צו צו די ערגסטע עבירות

אינגערמאן עס וועט דיך נישט העלפן קיין טבילות, קוקן דעבאטעס אנע נשים אויף דראפבאקס איז טעלעוויזיע, עס האט גארנישט צו טון מיט ערנסקייט. אויב עפעס שפילסטו פרומקייט, אז דעבאטעס אדער אנדערע זאכן וואס קומען פון טעלעוויזיע, איז אויסגעהאלטן בלויז ווייל עס איז אויף דראפבאקס. איר קוקט טעלעוויזיע!

הערטס שוין אויף מיט די פאלשקייט, א גאנצע טאג איז מען ביזי, פארמעק נשים, נעם אראפ אים, שנייד אראפ יענעם, שאלטער אויס יענע גוף, און פעינט אראפ יענע ברייטביינערדיגע גוי. הערטס שוין אויף! דאס מיינט דעם קעפל טעלעוויזיע על טהרת הקודש, מ'קען שוין קוקן אלעס פון טעלעוויזע אויב איז עס אויף דראפבאקס און אויב נשים זענען פארמעקט. צביעות!

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:55 pm

ארטסקרול האט געשריבן:אינגערמאן עס וועט דיך נישט העלפן קיין טבילות, קוקן דעבאטעס אנע נשים אויף דראפבאקס איז טעלעוויזיע, עס האט גארנישט צו טון מיט ערנסקייט. אויב עפעס שפילסטו פרומקייט, אז דעבאטעס אדער אנדערע זאכן וואס קומען פון טעלעוויזיע, איז אויסגעהאלטן בלויז ווייל עס איז אויף דראפבאקס. איר קוקט טעלעוויזיע!

ניין עס איז נישט!
עס איז פשוטע ווידאו קליפס וואס איז אינגאנצען א אנדערע שמועס

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 10:22 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:אינגערמאן עס וועט דיך נישט העלפן קיין טבילות, קוקן דעבאטעס אנע נשים אויף דראפבאקס איז טעלעוויזיע, עס האט גארנישט צו טון מיט ערנסקייט. אויב עפעס שפילסטו פרומקייט, אז דעבאטעס אדער אנדערע זאכן וואס קומען פון טעלעוויזיע, איז אויסגעהאלטן בלויז ווייל עס איז אויף דראפבאקס. איר קוקט טעלעוויזיע!

ניין עס איז נישט!
עס איז פשוטע ווידאו קליפס וואס איז אינגאנצען א אנדערע שמועס

א פשוט'ע טעלעוויזיע! גע'כשר'ט, איבערגעמאכט, גע'טובל'ט, און ויקרא שמו בישראל 'קליפ' 'ווידיא', 'דראפבאקס'. מזל טוב!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 10:27 pm

ווידיא האט פונקט אזא איסור ווי טעלעוויזיע - די חילוק איז נאר וואס דער מענטש וויל מודה זיין.

איי פארוואס זעהט מען עס ביי גאר א גרויסע טייל פון היימישע יודען? ווייל.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 10:32 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:עס איז אפשר נישט געמאכט פאר א יונגערמאן א בן תורה אבער מיט די פראבלעם אין מיט די מציאות פין טעלאווישאן איז עס ניטאמאל א קאזין,

מאכסט דאס נישט הארב ווען דעי שרייבסט אזוי, אויב עפעס מאכסטו טעליווישאן גרינג,

אין דאס איז שוין אז מען זאל אנעמען אז מען האט עס נישט געאסר'ט וועגען שמוץ, איז אויך נישט דומה ווען מען ברענגט אראפ קליפס דא דארט פין הויפט נייעס זאכן, צו א כלי ווי עס לויפן א גאנצע טאג יעדע קליינע נייעס פין איבער די גאנצע וועלט, פין יעדע גוי וגויה,

איך גראדע מיין היסטערי דא איך בין פאר פרומקייט אין ערליכקייט, אבער מישן אין מדמה זיין הודו צו כוש איז סתם געשפילט פרום, עס איז זייער באקוועם צו שפילן די פרומע געים אבער עס איז זייער ראנג אין נישט אויסגעהאלטן צו צוזאם שטעלן זאכן וואס פאסט נישט צו זאכן וואס זענען עבירות חמורות, עס מאכט אז אנדערע זאכן וואס איז באמת א פראבלעם זאל מיטגיין מיט דעי מחאות

קוקן קליפס דורך דראפבאקס פין אינטערוויאס אין דעביטס ווען די נשים זענען אויסגעמעקט העכסטענס פאסט נישט פאר א ערנסטע אינגערמאן, אין קען זיין ליידיגיין
האבן אין וואטשען טעלאווישאן איז א עבירה וואס ברענגט צו צו די ערגסטע עבירות

אינגערמאן עס וועט דיך נישט העלפן קיין טבילות, קוקן דעבאטעס אנע נשים אויף דראפבאקס איז טעלעוויזיע, עס האט גארנישט צו טון מיט ערנסקייט. אויב עפעס שפילסטו פרומקייט, אז דעבאטעס אדער אנדערע זאכן וואס קומען פון טעלעוויזיע, איז אויסגעהאלטן בלויז ווייל עס איז אויף דראפבאקס. איר קוקט טעלעוויזיע!

ר' איד איך פארשטיי איר ווילט עפעס טוען אין שובבים, שיינע זאך אבער איר האקט סתם א קאפ
טעלעווישאן איז א כלי בלויז אין נאר פאר אינטערטעמענט פאר נייעס, אין דאס איז א פראבלעם אפ' אן חזעריי, סיי די הרגל אין סיי דעי סתם פוסטע גוישע לעבן, אעפ"כ וואלט נישט געווען קיין מלחמה אזוי עס איז געווען ווען נישט די עבירות חמורות וואס עס קומט מיט,
קליפס אויף דראפבאקס איז קליפס אין גארנישט מער האט מיט טעלעווישאן אין איר פראבלעם גארנישט

הערטס שוין אויף מיט די פאלשקייט, א גאנצע טאג איז מען ביזי, פארמעק נשים, נעם אראפ אים, שנייד אראפ יענעם, שאלטער אויס יענע גוף, און פעינט אראפ יענע ברייטביינערדיגע גוי. הערטס שוין אויף! דאס מיינט דעם קעפל טעלעוויזיע על טהרת הקודש, מ'קען שוין קוקן אלעס פון טעלעוויזע אויב איז עס אויף דראפבאקס און אויב נשים זענען פארמעקט. צביעות!

צביעות איז צו פרומעצען אין שרייען טעלעווישאן
לו ציור זאל ווען שוין זיין גערעכט אז עס גייט אריין אין די איסור פין טעלאווישאן, אין די איסור פין טעלאווישאן איןז וועגן זעהן לעבדיג די נייעס,
ע"כ ווען א אינגערמאן בעט א אזאך וואס איז א איסור דאורייתא איז עס צביעות, למשל דיין איסור פין טעלאווישאן איז גלייך מיט די איסור פין קוקן אויף נשים?, אויב במציאות איז למעשה היינט נישט הארב "דיין" טעלאווישאן איסור טאר מען שוין נישט פארלאנגען עס זאל נישט זיין איסורים חמורים ווייל עס איז צביעות ווייל די איסור פין טעלאווישאן לויט ווי די לערנסט עס אפ פייפט מען דאך אן, נאכדעם מאכט מען זיך ווי א פרומער אז מען וויל נישט קוקן אויף נשים
אז א צאנזער אייניקל גייט א שייטל איז צביעות נישט מסכים צו זיין צו אייגן האר

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 10:40 pm

רב פרידן, קען זיין איר האט זיך נישט געכאפט עד היכן הדברים מגיעים, עס איז קיין פראבלעם, כאפט א טיפען אטעם, און פעיס די רעאליטי. דיין גאנצע ביאור אז טעלעווישאן איז א כלי בלויז אין נאר פאר אינטערטעמענט פאר נייעס וכו', באפעסטיגט פשוט מיינע רייד, אז מען כשרט טעלעוויזיע פאר די ווארט קליפס, וואס איז גארנישט ווייניגער אינטערטעמענט, און גארנישט ווייניגער נייעס.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 10:56 pm

ארטסקרול האט געשריבן:רב פרידן, קען זיין איר האט זיך נישט געכאפט עד היכן הדברים מגיעים, עס איז קיין פראבלעם, כאפט א טיפען אטעם, און פעיס די רעאליטי. דיין גאנצע ביאור אז טעלעווישאן איז א כלי בלויז אין נאר פאר אינטערטעמענט פאר נייעס וכו', באפעסטיגט פשוט מיינע רייד, אז מען כשרט טעלעוויזיע פאר די ווארט קליפס, וואס איז גארנישט ווייניגער אינטערטעמענט, און גארנישט ווייניגער נייעס.

קען זיין איך כאפ נישט עד היכן הדברים מגיעים אבער איר ווייסט זעכער נישט עד היכן הטעלעווישאן מגיע,

טעלאווישאן איז דא דריי זאכן איינס די הרגל די עדיקשאן וואס מאכט א חורבן פין א מענטש, צוויטע די גויאשע געדאנקען גאנג אין לעבנס שטייגער, ועל כולם די נבלה אליין שאכמ"ל

כשרע טשענעל איז דא שטארק די ערשטע פראבלעם, אין בעיקר אזאך וואס האט די דריטע פראבלעם טאר מען נישט מכשיר זיין כ"ש וכ"ש ווען די כלי האט נישט קיין אנדערע געברויך חוץ אינטערטעמענט

קליפס אויף דראפבאקס איז סך הכל א צייטונג וואס דערציילט מיר די נייעס לעבעדיג, נישטא קיין עדיקשאן עס איז נישט אז איך דריק די לינק אין איך זעה איינס נאכן אנדערן פרישע סחורה סך הכל ווען עס איז דא א גרויסע נייעס ברענג עס איינער אראפ דעי שטיקל, אויך נישט בשעת ווען עס פאסירט, אין איך האב נישט קיין עקסטערע כלי דערפאר איך זעה עס אויף מיין קאמפיוטער וואס איך האב פאר פרנסה
נישט ווייל עס איז אינטערסאנט אין עס רוקט זיך מאכט עס פאר טעלאווישאן
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מוצ"ש פאברואר 18, 2017 11:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 11:01 pm

אויב קענסטו אראפברענגן א "איסור" אויף קוקן וואס דער גוי האט צוזאגן געב איך דיר גערעכט! חז"ל האבן גע'אסר'ט בתי טרטיות וועגן מושב לצים, נישט וועגן גוי! אוודאי ע"פ השקפה איז עס נישט אויסגעהאלטן אבער האבן א כח צו "אסר'ן" איז א גרויסע זאך, עס מוז האבן א איסור צו וואס עס ווערט צוגעשטעלט, צייטונגען האט מען געאסרט וועגן "כפירה" וואס איז אסור אלס הרחק מעלי' דרכיך
מען האט געוואלט אסר'ן ראדיא בימי מרן הק' מסאטמאר האט ער געזאגט אז וויבאלד עס איז נישט "ברור כאחותך" אז עס איז אסור קען מען עס נישט אסר'ן! (ער איז מאריך אין ויואל משה אז עס איז היינט נישט דא די כח צו אסר'ן א זאך צוליב א חשש) אבער אויף טעלעוויזיע האט ער יא געזען ברור כאחותך אז עס איז אסור
אדרבה פארוואס זיך קריגן זאל איינער אראפברענגן די איסור און לאז מיר זיך איבערצייגן אויף וואס די איסור איז באזירט

---
האקט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:09 am

שיין געשריבן און ייש"כ אייך הרב ... אופס... פונקט פון ארטסקרול אזעלכע דיבורים?
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:30 am

קרעטשמער אין די תקנות אשכול האט געשריבן:
ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:32 am

={'}
פארוואס נישט האט געשריבן:
קרעטשמער אין די תקנות אשכול האט געשריבן:
ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

א פשוטע איד.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג פאברואר 19, 2017 12:51 am

איך וויל נישט אריינרעדן אין די גאנצע דעבאטע וואס איז לדעתי געקראכן אויף גראדע ווענט צו טרעפן פירצות און ממש געמאלן וואסער על לא דבר. נאר איין נקודה אויב איז קליפ'ס פון נייעס און פרעסע קאנפרענצן וכדומה ווי מ'זעהט נישט קיין פרויען אדער סיי וועלכע דבר האסור טעלעוויזיע על טהרת הקודש, דאן איז קול מבשר א טריפה'נע ראדיא טשענאל על טהרת הקודש...
איך וועל בכלל נישט זיין סופרייזד אז איינער וועט נאך באלד זאגן אז ס'טאקע אזוי...

שטיגליץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » זונטאג פאברואר 19, 2017 1:05 am

איך רעספעקטיר שטארק אייערע דברי התעוררות איבערהויפט אין די ימי השובבים, אבער לדעתי העניה והשפלה האט עס מיטן איסור א קנאפע שייכות.

אויב די איסור איז באזירט אויף בכלל נישט האבן קיין שייכות מיטן גוי און זיין לעבנס שטייגער וואלט מען קיין צייטונגען נישט געטארט ליינען און על אחת כמה וכמה זיך טרעפן מיט א גוי פנים אל פנים וואלט געווען פילפאכיג הארבער ביהרג ואל יעבור.

אבער אונזערע גדולים האבן עס נישט געאסרט און טעלעוויזיע יא, פארוואס? ווייל האבן א טעלעוויזיע אינדערהיים באדייט אז די גאנצע מסך המבדיל צווישן ישראל ובין העמים איז בטל ומבוטל, אין יעדע פרייע מינוט קען מען מיט איין קנעפל האבן דעם גאנצן גאס ביי זיך אין סאלאן און והיו לבשר אחד מיטן גאנצן קנאק .

אבער זען א קליפ במקום שאין איסור מאן דכר שמיה??!!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט