אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:28 am

באמת קומט עס נישט דא אריין נאר רעדענדיג פין ווי אזוי די גוי קוקט עס אן האב איך מיר דערמאנט פין א מעשה וואס איך האב נעכטען געזהן
בין איך געוועם נעבן א וואלמארט געשעפט קומט ארויס א עלטערע אידענע מיט א שייטל וואס מען האט געזהן פין די ווייטענס אז עס נישט עכט קומט ארויס א שווארצער אין פרעגט איר אויב איז אמת אז מען שערט זיך ?
פרעגט ער איר פארוואס דארפסטו זיך שערן אין צאלן $3000 פאר א שייטל ?

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו

תגובהדורך שמאלציג » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:34 am

נישט גע'אייגענט פאר ווער עס קען נישט פארנעמן אן אנדערע מיינונג, נאר פאר אזעלעכע וואס זיכן א צוויי זייטיגע דיסקאשען

יא, א באגעבו איז ערלויבט צו קויפן און א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו

ווען די אינגעמאן זיכסט א קאר וואס די גייסט ניצן פאר 20-45 מינוט א טאג, זיכסטו די בעסטע און שענסטע, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די זיכט א גוטן פרישטאג וועסטו נישט קוקען ווי קען מען באקומען פאר א דאלער ביליגער, וועסט גיין צו די בעסטע, געשמאקסטע רעסטאראנט, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די גייסט ארויס מיט דיינע חברים הוצקען א נאכט זיכסטו די באקוועמסטע פלאץ פאר דיר, זיכסט נישט ביליג, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די פרוי וואס האט זיך מוסר נפש געווען א געברענגט פאר דיר א קינד/ער אויף די וועלט, און גייט נאך ארבעטן הונדערטער שעות פאר דיר און פאר'ן קינד קומט זיך איר די בעסטע און די שענסטע, אפילו עס זאל נאר זיין א משוגעת, אן אנרעדעניש, אן איינמאליגע זאך.
כל שכן וכל שכן וואס א גוטע באקוועמע קעריזדש און נישט קיין לוקסוס פאר א פרוי וואס דרייווד נישט, און וועט שטיפן דעם וועגעלע שעות אויף שעות, דארף איינשלעפן דעם וויינענדיגן בעיבי אויף'ן וועג אהין און צוריק, איז זי 100% בארעכטיגט צו האבן די בעסטע און די שענסטע און באקוועמליכסטע.

מיינד און באדי ארבעטן צוזאמען, זאל זי האבן וואס יעדער זאגט אז עס איז די באקוועמסטע, נישט וואס איר חשובע'ר מאן וויל זאגן אז עס אי באקוועם, זאל דער מאן איר לאזן מאכן דעם באשלוס וואס איז גוט און באקוועם, אפילו נאר פאר די קאמפלימענטס פון אירע חבר'טעס זאל זי אויך מעגן האבן די בעסטע און די שענסטע צוליב וואס זי האט און וועט ארבעטן גענוג שווער פאר דעם קינד.

און מ'קען מיינען פון וואס רעדט מען דא, קוים א נישטיגע 1000-1200 דאלער, זאל זי עס האבן פרייליכערהייט און ניצן מיט א שמחה,
עס איז ביליגער פון דיין טייערע וואכנאכט וואס די מאכטס פאר דיינער חברים, ביליגער ווי דיין קאפי פאר א יאר, ביליגער ווי דיין פרישטאג פאר א פאר חדשים, ביליגער ווי דיין קאר פאר א חודש/צוויי, ביליגער ווי צענדליגער אנדערע זאכן וואס אינגערלייט ערלויבן זיך אן טראכטן צוויי, סא עס איז נישט גערעכט אויסצוגיסן די כעס אויף די ניצבארא באגעבו וואס די אפגעמיטשעטע מאמע דארף פאר איר באקוועמליכקייט,
יא, דוקא די אראפגעקוקטע חסידישע אידינעס וואס דרייוון נישט און וואס איז זיך מוסר נפש צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט איינס נאכ'ן צווייטן איר קומט זיך די טייערע באגעבו און זאל זי דאס וויסן אז עס קומט זיך איר און מיט שטאלץ זאל זי דאס פירן מיט באקוועמליכקייט,

ווילט איר באמת שפארן? הייבט אן קוקן ווי איר ספענט אין די וועלט אריין פאר זאכן וואס לעסט נישט צו לאנג, ביטע צוריע לאזן די אפגעמיטשעטע פרויען און זיי לאזן אביסל ענזדשויען לייף לויט זייער באקוועמליכקייט.
לעצט פאראכטן דורך שמאלציג אום דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:43 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:36 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:און די אדעסי - סיאנעי מיניווען? (מען ברויך עס פשוט האבן פאר פלאץ אויף צו פיקען די קמחא דפסחא פעקלעך)

פאר א משפחה מיט אסאך קינדער איז די אדעסי /סיענע זייער פארשטענדליך. רוב מיני ווענס האבן פלאץ פאר 7 מענטשן און די אדעסי/סיענע האט אכט פלעצער פלאס א גרויסע טראנק.
א גרויסע suv האט אויך אזויפיל פלאץ אבער ס'איז טייערער, נוצט מער געס און שווערער צו טרעפן פארקינג ווייל ס'איז גרויס

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:45 am

[*]
שמואל שמעלקא האט געשריבן:באמת קומט עס נישט דא אריין נאר רעדענדיג פין ווי אזוי די גוי קוקט עס אן האב איך מיר דערמאנט פין א מעשה וואס איך האב נעכטען געזהן
בין איך געוועם נעבן א וואלמארט געשעפט קומט ארויס א עלטערע אידענע מיט א שייטל וואס מען האט געזהן פין די ווייטענס אז עס נישט עכט קומט ארויס א שווארצער אין פרעגט איר אויב איז אמת אז מען שערט זיך ?
פרעגט ער איר פארוואס דארפסטו זיך שערן אין צאלן $3000 פאר א שייטל ?


דערמאנט מיר וואס איך האב געהאט. איך האב געוויילט פאריאר אין נעוואדע, האב איך שפאצירט אין א שפינג מאלל איז צו געקומען א פרוי צו אונז פרעגן איבער די אידישע שייטלעך און הלכות. זי האט געזאגט אז זי איז חתונה געהאט מיט או איזריעלי און זיי ווילן פירן א מער ערליכע לעבן און זי וויל קענען הלכות, האב איר געגעבען די לאקאלע חב"ד רב'ס אינפארמאציע. ווער ווייסט? אפשר לעבט זי היינט וואויל און ערליך?!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:46 am

שמאלציג האט געשריבן:יא, א באגעבו איז ערלויבט צו קויפן און א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו

הונדערט פראצענט. איך אליין וואלט דאס געקויפט אויב ס'וואלט געווען א פארלאנג דערויף.

די ווינדער איז ווייט נישט אויף די הוצאה, וועלכע איז אקצעפטירבאר, ווי אויפן 'סטאנדארד' וועלכע איז אומפארשטענדליך.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:03 am

שמאלציג האט געשריבן:נישט גע'אייגענט פאר ווער עס קען נישט פארנעמן אן אנדערע מיינונג, נאר פאר אזעלעכע וואס זיכן א צוויי זייטיגע דיסקאשען

יא, א באגעבו איז ערלויבט צו קויפן און א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו

ווען די אינגעמאן זיכסט א קאר וואס די גייסט ניצן פאר 20-45 מינוט א טאג, זיכסטו די בעסטע און שענסטע, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די זיכט א גוטן פרישטאג וועסטו נישט קוקען ווי קען מען באקומען פאר א דאלער ביליגער, וועסט גיין צו די בעסטע, געשמאקסטע רעסטאראנט, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די גייסט ארויס מיט דיינע חברים הוצקען א נאכט זיכסטו די באקוועמסטע פלאץ פאר דיר, זיכסט נישט ביליג, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די פרוי וואס האט זיך מוסר נפש געווען א געברענגט פאר דיר א קינד/ער אויף די וועלט, און גייט נאך ארבעטן הונדערטער שעות פאר דיר און פאר'ן קינד קומט זיך איר די בעסטע און די שענסטע, אפילו עס זאל נאר זיין א משוגעת, אן אנרעדעניש, אן איינמאליגע זאך.
כל שכן וכל שכן וואס א גוטע באקוועמע קעריזדש און נישט קיין לוקסוס פאר א פרוי וואס דרייווד נישט, און וועט שטיפן דעם וועגעלע שעות אויף שעות, דארף איינשלעפן דעם וויינענדיגן בעיבי אויף'ן וועג אהין און צוריק, איז זי 100% בארעכטיגט צו האבן די בעסטע און די שענסטע און באקוועמליכסטע.

מיינד און באדי ארבעטן צוזאמען, זאל זי האבן וואס יעדער זאגט אז עס איז די באקוועמסטע, נישט וואס איר חשובע'ר מאן וויל זאגן אז עס אי באקוועם, זאל דער מאן איר לאזן מאכן דעם באשלוס וואס איז גוט און באקוועם, אפילו נאר פאר די קאמפלימענטס פון אירע חבר'טעס זאל זי אויך מעגן האבן די בעסטע און די שענסטע צוליב וואס זי האט און וועט ארבעטן גענוג שווער פאר דעם קינד.

און מ'קען מיינען פון וואס רעדט מען דא, קוים א נישטיגע 1000-1200 דאלער, זאל זי עס האבן פרייליכערהייט און ניצן מיט א שמחה,
עס איז ביליגער פון דיין טייערע וואכנאכט וואס די מאכטס פאר דיינער חברים, ביליגער ווי דיין קאפי פאר א יאר, ביליגער ווי דיין פרישטאג פאר א פאר חדשים, ביליגער ווי דיין קאר פאר א חודש/צוויי, ביליגער ווי צענדליגער אנדערע זאכן וואס אינגערלייט ערלויבן זיך אן טראכטן צוויי, סא עס איז נישט גערעכט אויסצוגיסן די כעס אויף די ניצבארא באגעבו וואס די אפגעמיטשעטע מאמע דארף פאר איר באקוועמליכקייט,
יא, דוקא די אראפגעקוקטע חסידישע אידינעס וואס דרייוון נישט און וואס איז זיך מוסר נפש צו ברענגען קינדער אויף דער וועלט איינס נאכ'ן צווייטן איר קומט זיך די טייערע באגעבו און זאל זי דאס וויסן אז עס קומט זיך איר און מיט שטאלץ זאל זי דאס פירן מיט באקוועמליכקייט,

ווילט איר באמת שפארן? הייבט אן קוקן ווי איר ספענט אין די וועלט אריין פאר זאכן וואס לעסט נישט צו לאנג, ביטע צוריע לאזן די אפגעמיטשעטע פרויען און זיי לאזן אביסל ענזדשויען לייף לויט זייער באקוועמליכקייט.

אה״נ. פון דעם רעדט מען.
ווען פלעגן אונזער עלטערן ארויסגיין עסן אין טייערע רעסטעראנט א סטעיק???
מיר האט געזאגט א איד א נגיד. (מען האט גערעדט פון פארן און קאנטרי וואס דאס קאסט אפ.) אז ער פארשטייט נישט ווי די היינטיגע אינגעלייט קויפן זיך פרישטאג יעדן טאג פאר 10-12$.
ער למשל עפענען יעדן א קען טונא און שטוב מיט צווי סלייסעס ברויט מיט א פיקל/ טעמאטע. ס׳קאסט אים גאנצע דריי אהאלב דאלער. אויב בלייבט ער הונגעריג עסט ער צו א יאגערט (נישט קיין גריכישע),
מען לעבט היינט אן קיין חשבון. (מען האט עניוועי נישט זאל שוין זיין די לאך גרעסער).


דריידל האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:און די אדעסי - סיאנעי מיניווען? (מען ברויך עס פשוט האבן פאר פלאץ אויף צו פיקען די קמחא דפסחא פעקלעך)

פאר א משפחה מיט אסאך קינדער איז די אדעסי /סיענע זייער פארשטענדליך. רוב מיני ווענס האבן פלאץ פאר 7 מענטשן און די אדעסי/סיענע האט אכט פלעצער פלאס א גרויסע טראנק.
א גרויסע suv האט אויך אזויפיל פלאץ אבער ס'איז טייערער, נוצט מער געס און שווערער צו טרעפן פארקינג ווייל ס'איז גרויס


איך זאג נישט אז נישט,
איך האב גראדע אויכעט.

מען רעד נאר אז יעדער מוז האבן די זעלבע שיינע קאר/קעריטש/ וואכטנאכט/ אפשערן פעקעל/ ועוד. ועוד.

למשל איינער מיט נאר 6 קינדער קען ווען נעמען א קרייסלער פאר היבש ביליגער.
אבער נעעע.. האט נישט קיין גוטע פיקאפ,,, ס׳צופאלט שנעל..., (כאילו ס׳וועט נישט האלטן 36 חדשים)

געדענקסט נאך אונזער טאטעס האבן אלע געקויפט גענוצטע קארן.!!
סקען זיין אז א ליעס קומט אויס ביליגער צום סוף. אבער וויפיל מאכן עכט דעם חשבון פארדעם??

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:17 am

ס'פעלט קרייסלערס?
און איינער מיט 5 קינדער קען טאקע נעמען א קרייסלער אבער וואס טוט ער אז ער האט נאך א קינד א יאר ארום?

איך האב אויך אמאל געהאלטן אז ס'איז איינע פון די משוגעתן אבער ווען איך האב געזיכט א קאר פאר מיך האב איך געזעהן אז ס'איז פשוט די מערסט אפארדעבל פאר א משפחה מיין סייז

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:26 am

ר' יום טוב האט געשריבן:דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר ביישפילן פון נעריש'ע מאדעס און סטיילס, מאדנע גשמיות'דיגע סטאנדארטן וואס איז איינגעגעסן געווארן ביים היימישן ציבור בלי שום סיבה, און די באן פארט אזוי ווייטער אין פוצה פה. ווי אויך איז פאראן געוויסע סטאנדארדן וואס האט בעצם יא א געוויסע געשמאק, אבער דאך האט נישט קיין פשט די פרעסעפציע אז "בלויז דאס" מעג זיין דער סטאנדארד, און גארנישט עפעס אנדערש.

א ריזן דאנק פאר מוהר''ר יום טוב, וואס האט זיך שוין איינגעקויפט דא א רעפוטאציע פון א מייסטער שרייבער מיט א גראדן געדאנקען גאנג, און נאך מער, אינהאלטספול.
ובפרט יעצט פארן עפענען דעם גאר וויכטיגן אשכול, וועלכע איז א שטארק גאנגבארע נושא ובפרט פאר רוב מיטגלידער דאהי וועלכע זענען לויט די אנקעטעס פון די ''גליקליכע וויליאמפעסט'ער איינוואוינער''.
מיט פיל דאנק.
פון די געליטענע
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:56 pm

לכאורה האט געשריבן:מיין פארקעי פאדלאגע איז בלויז איין מאל געסקרעיפט געווארן מיט 9 יאר צוריק, תיכף נאכן בויען די דירה. קוקט מיר נישט אויס צו טייער צו מעינטעינען.

וועט מען רעדן ווען מ'וועט דארפען אריין ברענגען מחותנים.

אזוי איז געוווען ביי מיר.

(נישט אז עס איז טייער, נאר ווי לאנג מען דארף נישט ממש, איז עס גוט אזוי).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:57 pm

מיר רעכטן זיך צו אוועקציען בעז"ה בעפאר מיר נעמען אריין מחותנים אי"ה (אויב איר ווייסט פון א דירה וכו')
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:04 pm

דריידל האט געשריבן:טשיינע קלאזעט
די קאפעל האט חתונה בשעטומ"צ מ'מוז דאך אויספאקן די זילבערווארג. א בעכער, לייכטער, מנורה, אתרוג פושקע דארף מען האבן אלץ הידור מצוה, נו זאל שוין זיין.
אבער קענדי דישעס, נעפקין האלטער א. ד. ג. קויפט מען נאר אז מ'זאל קענען אנפילן די טשיינע קלאזעט. אדרבה, האט איר שוין אמאל געניצט די זילבערנע קענדי דיש וואס מומע יאכטשא האט געקויפט צום תנאים?
די ד' על ד' דיינינג רום קען מען מיט צרות אריינשטיפן די טשיינע קלאזעט און ווען מ'זיצט ביים טיש און די בענקל איז ארויסגעריקט קען מען נישט אריבערגיין. אבער מיט מסי"נ וועט מען נישט אויפגעבן אויף אונזער מסורה.

די אלע שיינע זאכען מיט וואס מען האט אנגעפילט די טשיינע קלאסעט, איז נאר צו קוקען ("קוק מיר אן און ריר מיר נישט אן"), און מען דארף עס אויס וואשען און פיצען איין מאל א יאר פאר פסח - ביז... מען מאכט חתונה די קינדער און דענמאלט נעמט מען ארויס אלעס וואס מען האט און מען ניצט עס ממש. (און מען דערמאנט זיך אין מומע יאכטשא זאל זי רוהען אין גן עדן)

דאס א חוץ די בענעפיט וואס מאנכע האבען געהאט אז זיי האבען זיך איין געהאנדעלט זילבער (הלוואי גאלד) וואס איז היינט ווערט געלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:09 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:הויכע שטריימלעך.

וואס זאל איך טוהן אז איך גלייך בעסער די פלאכע, נאר איך שעם מיך צו טראגן אזוינס ?

My next one IYH is gonna be a Matzah one, my current is also not too tall, but the new one iYH is gonna be even more flat

און ווי גיייסט עס קויפען; די געשעפטען פארקויפען עס נישט.

אפשר אויף איבעי אדער אין א געראדזש סעיל קען מען עס קויפען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:14 pm

שמאלציג האט געשריבן:נישט גע'אייגענט פאר ווער עס קען נישט פארנעמן אן אנדערע מיינונג, נאר פאר אזעלעכע וואס זיכן א צוויי זייטיגע דיסקאשען

יא, א באגעבו איז ערלויבט צו קויפן און א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו



ווילט איר באמת שפארן? הייבט אן קוקן ווי איר ספענט אין די וועלט אריין פאר זאכן וואס לעסט נישט צו לאנג, ביטע צוריע לאזן די אפגעמיטשעטע פרויען און זיי לאזן אביסל ענזדשויען לייף לויט זייער באקוועמליכקייט.


הונדערט פראצענט גערעכט, מען דארף אלעמאל פארשטיין דעם חילוק פון דזשאסט לוקסוס און שיינקייט, ווי א באקוועמליכקייט וואס צאלט זיך

א באגעבו פאר א מאמע מיט צוויי פיצלעך איז נישט קיין לוקסוס

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:28 pm

SPUSMN האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:הויכע שטריימלעך.

וואס זאל איך טוהן אז איך גלייך בעסער די פלאכע, נאר איך שעם מיך צו טראגן אזוינס ?

My next one IYH is gonna be a Matzah one, my current is also not too tall, but the new one iYH is gonna be even more flat

און ווי גיייסט עס קויפען; די געשעפטען פארקויפען עס נישט.

אפשר אויף איבעי אדער אין א געראדזש סעיל קען מען עס קויפען.

For the right price I should better be getting what i want

גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

תגובהדורך גר תושב » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:14 pm

מיינס א שכן האט זיך איינגעהאנדעלט אן אלטען אוטא פאר ביליג. ווען די קינדער האבן זיך געשפיעלט אינדרויסן (איך וואוין אין מאנרא) זעענדיג דעם אלטן קאר האבן זיי זיך גענומען טאנצן אויפן דאך פון די קאר. ווען איינער פון די שכנים האט זיי אויפמערקזאם געמאכט דערויף, האבן זיי זיך תמימות'דיג פארענטפערט, אז זיי האבן געמיינט אז דאס איז א גוי'ס קאר..
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:22 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טשיינע קלאזעט
די קאפעל האט חתונה בשעטומ"צ מ'מוז דאך אויספאקן די זילבערווארג. א בעכער, לייכטער, מנורה, אתרוג פושקע דארף מען האבן אלץ הידור מצוה, נו זאל שוין זיין.
אבער קענדי דישעס, נעפקין האלטער א. ד. ג. קויפט מען נאר אז מ'זאל קענען אנפילן די טשיינע קלאזעט. אדרבה, האט איר שוין אמאל געניצט די זילבערנע קענדי דיש וואס מומע יאכטשא האט געקויפט צום תנאים?
די ד' על ד' דיינינג רום קען מען מיט צרות אריינשטיפן די טשיינע קלאזעט און ווען מ'זיצט ביים טיש און די בענקל איז ארויסגעריקט קען מען נישט אריבערגיין. אבער מיט מסי"נ וועט מען נישט אויפגעבן אויף אונזער מסורה.


פארגעס נישט א וואך פארדעם איז ער געשלאפן אין דארמעטארי אויף א באנק-בעט מיט א לאקער פון פלייוואוד.
צוויי וואכן שפעטער מוז ער שוין האבן צוויי סעט׳ס טישן מיט בענקלך מיט א טשייניק קלאזעט.
(ב.ד.וו. איך האב אויסגעריכט לויט די סקווער פיס עס קאסט מיר בערך 500$ רענט א יאר די פלאץ ווי די טשיינק קלאזעט שטייט).


זאגט מיר איינער פון ירושלים'ע טשאלענט טאפ וואס האט חתונה געהאט קיין אמעריקא, און מ'האט אים פארשטייט זיך אויסשטאפירט אמעריקאניש, "כ'האב דא צום ערשטע מאל געזעהן די מציבות אויף די בעטן און די ארון קודש פאר די וועש"...

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:26 pm

גר תושב האט געשריבן:מיינס א שכן האט זיך איינגעהאנדעלט אן אלטען אוטא פאר ביליג. ווען די קינדער האבן זיך געשפיעלט אינדרויסן (איך וואוין אין מאנרא) זעענדיג דעם אלטן קאר האבן זיי זיך גענומען טאנצן אויפן דאך פון די קאר. ווען איינער פון די שכנים האט זיי אויפמערקזאם געמאכט דערויף, האבן זיי זיך תמימות'דיג פארענטפערט, אז זיי האבן געמיינט אז דאס איז א גוי'ס קאר..


סתם פאר די רעקארד די וואינסט נישט אין מאנרא

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:32 pm

גראדע, כ'האב נישט קיין באגעבו, און כ'האב קיינמאל נישט געהאט!
וואס האלט איר, איך בין נארמאל?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:37 pm

ראספשע האט געשריבן:גראדע, כ'האב נישט קיין באגעבו, און כ'האב קיינמאל נישט געהאט!


ג"א בחלומי.

קיינמאל פארמאגט, הגם געהאט קרוב צו א מנין וועגעלעך.

ועוד, מיין בעסטע און לענגסטע באנוצטע קינדער וועגעלע איז געוועזן א גרעיקאו וואס האט געקאסט ארונטער זעכציג טאלער.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:06 pm

farshlufen האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גראדע, כ'האב נישט קיין באגעבו, און כ'האב קיינמאל נישט געהאט!


ג"א בחלומי.

קיינמאל פארמאגט, הגם געהאט קרוב צו א מנין וועגעלעך.

ועוד, מיין בעסטע און לענגסטע באנוצטע קינדער וועגעלע איז געוועזן א גרעיקאו וואס האט געקאסט ארונטער זעכציג טאלער.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:17 pm

farshlufen האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גראדע, כ'האב נישט קיין באגעבו, און כ'האב קיינמאל נישט געהאט!

ג"א בחלומי.
קיינמאל פארמאגט.

ווי אויך זוך איך נישט די טייערסטע קאר נאר וואס איז די מערטע פראקטיש,
מען דארף לעבן מיט א חשבון

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דינסטאג פאברואר 07, 2017 3:44 pm

סתם אזוי האט געשריבן:זאגט מיר איינער פון ירושלים'ע טשאלענט טאפ וואס האט חתונה געהאט קיין אמעריקא, און מ'האט אים פארשטייט זיך אויסשטאפירט אמעריקאניש, "כ'האב דא צום ערשטע מאל געזעהן די מציבות אויף די בעטן און די ארון קודש פאר די וועש"...

מען דערציילט אויף הרה"צ רבי יחזקאל'ע מערץ זצ"ל אז ווען מען האט דאס ערשטע מאל געקויפט די בעטן מיט די "מצבות" האט מען אים געזעהן שפעטער מיט א האמער ארויפהאקן א מילך קעסטל, האט מען אים געפרעגט פארוואס, האט ער געענטפערט אז דאס איז דאך געמאכט פאר די נעגל וואסער... דער צדיק האט גארנישט געזעהן עפעס אנדערש פארוואס מען דארף דארט האבן דעם קלאץ.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:28 pm

שמאלציג האט געשריבן:נישט גע'אייגענט פאר ווער עס קען נישט פארנעמן אן אנדערע מיינונג, נאר פאר אזעלעכע וואס זיכן א צוויי זייטיגע דיסקאשען

יא, א באגעבו איז ערלויבט צו קויפן און א אידישע מאמע האט רעכט צו האבן א באגעבו

ווען די אינגעמאן זיכסט א קאר וואס די גייסט ניצן פאר 20-45 מינוט א טאג, זיכסטו די בעסטע און שענסטע, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די זיכט א גוטן פרישטאג וועסטו נישט קוקען ווי קען מען באקומען פאר א דאלער ביליגער, וועסט גיין צו די בעסטע, געשמאקסטע רעסטאראנט, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב

ווען די גייסט ארויס מיט דיינע חברים הוצקען א נאכט זיכסטו די באקוועמסטע פלאץ פאר דיר, זיכסט נישט ביליג, און מיט וואספארא רעכט, פשוט ווייל איך האב ליב


פארענטפערסט איין צודרייטע סטאנדארד מיט נאך 3 צודרייטע סטאנדארדס.

סך הכל האסטו צוגעלייגט נאך 3 זאכן צו די ליסטע פון אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן.

סא צו קלארשטעלן, א נארמאלער עווריזש אינגערמאן וואס קומט קוים אויס מיטן לעבן איז העכסט אומפארשטענדליך ער זאל אי קויפן א באגעבו, אי קויפן דעם שענסטען קאר, אי קויפן אינעם טייערסטען רעסטוראנט, אי צו גיין האצקענען ביינאכט...אויפן באקוועמסטען פלאץ.

clear enough?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:47 pm

ווען נישט איך באקום עס א מתנה פון איינעם (פאר מיין 10'טע) וואלט איך עס אויך נישט געהאט, און גראדע ווען איך האב עס באקומען האב איך געקלערט עס נישט צו נוצן, איך האב מיך פשוט געשעמט...
זוכט איר דוי?

ארבעט שווער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2017 4:37 pm

תגובהדורך ארבעט שווער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 5:07 pm

איך מיין עס איז גרויסע חילוק פון פוירניטשער וואס איז שוין א סטאנדארד פון פופציג יאר צו א קערידזש וואס טוישט זיך יעדע פאר יאר

איך האב באקומען צו די ערשטע קינד הנולד לי למז"ט א אינגלעסינא קערידזש וואס קומט מיט צוויי עקסטערע חלקים מיט די גרויסע רעדער געקאסט דעמאלט בערך 6-700 אבער היינט הישמר והיזהר ארויסצוגיין דערמיט אפילו עס איז נאך אין א גוטן צושטאנד פארוואס? ווייל די געשעפטסמאן האט אפגעמאכט אז יעדער דארף קויפן נייע נישט קיין יושר צו מאכען נייע סטאנדארדן
איך ווארט ווען עס וועט צוריק אריינקומען אין סטאנדארד וועל מיר עס אי"ה צוריק אהיים ברענגען פון קאנטרי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט