אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:03 pm

דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר ביישפילן פון נעריש'ע מאדעס און סטיילס, מאדנע גשמיות'דיגע סטאנדארטן וואס איז איינגעגעסן געווארן ביים היימישן ציבור בלי שום סיבה, און די באן פארט אזוי ווייטער אין פוצה פה. ווי אויך איז פאראן געוויסע סטאנדארדן וואס האט בעצם יא א געוויסע געשמאק, אבער דאך האט נישט קיין פשט די פרעסעפציע אז "בלויז דאס" מעג זיין דער סטאנדארד, און גארנישט עפעס אנדערש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:03 pm

לאמיר אנפאנגען מיט א קליינעם ביישפיל:

הארדוואוד פלאר'ס.

יעדע היים ביי אונז קומט ביינעזאם מיט א הילצערנע פאדלאגע וועלכע מען ברויך כסדר מעינטענען און איבערשמירן. עס האט גראדע א געוויסע רייכע שיינקייט וועמענס נאסטאלאגישע מיטל-אלטער כ' יארן אויסקוק איז אפן פאר דעבאטע און געוואנדן לויטן פסק פונעם יענטישן אומזעבארן געשמאק.

די שאלה איז ווי פראקטיש און דויערהאפטיג דאס איז. די קאסטן סיי פון אינסטאלירן און אויך פון שמירן האט זיך געטאפלט ברבות השנים, און דער היינטיגער אפגרעידעט סטאנדארד פארברויכט ברייט-געשניטענע שטיקער פינזן-האלץ מיט עטליכע שיכטן בלאסע גלאנץ און בלאש-ווארפנדע געמישטע קאלירן, וואס דאס אלעס האט אריינגעברענגט א ברייטע אינדעסטרי אין די גלות-ארימע עקענאמיע. שוין אפגערעדט די פראבלעם פון די שארפע אומגעזונטע בענזין גערוכן וועלכע טוט פאראורזאכן מען זאל זיך מוזן ארויסציען פאר א וויילע, און טוט אפעקטירן די פאליטישע באציאונגען מיט אלע שכנים אינעם בנין, פיזיש און גייסטיש.

עס ווערט אויך זייער שנעל צוקראצט, און דער פרישער מאטע גלאנץ ווערט גאנץ שנעל צעווישט דורך די געשיקטע ערלית כעמיקאלן וועלכע וואשן די פלאר. די האלץ גייט אויך קאליע אין פאל עפעס גיסט זיך אויס און מען פארפעלט דאס גלייך אפצוווישן, א טעגליכע אינצידענט אין א דורכשניטליכע קינדער-באלומפערטע פאמיליע. אזוי ארום אז די גאנצע חשיבות פון די שיינע פורניטשער פאדלאגע ווערט היבש פארמינערט ביז געציילטע חדשים.

עס איז למעשה שוין היינט פאראן א צאל אלטערנאטיווע אפציעס אין די אלגעמיינע וועלט, וועלכע טוען איבערנעמען די גלאבאלע פלארינג מארקעט. אבער פארשטייט זיך נישט ביי אונזערע קרייזן. עס איז פאראן טיילס פון מערערע מאטריאלן דיזיינס און פארמען, געוואנדן לויט די געברויך און די קעשענע. עס איז דערביי אויך פאראן די מעלה אז מ'קען אריינבויען סטיעם אונטער די פלאר, פאר די וועלכע קענען זיך דאס ערלויבן.

אבער כמעט קיינער פון אונז וועט זיך נישט וואגן צו טוישן די מסורת אמהות.

די שאלה איז פארוואס...???
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:10 pm

אויב זענען די אלטערנאטיוון ביליגער, אדרבא, אל תמנע טוב מבעליו, לאמיר הערן!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:15 pm

א הילצערנע פלאר האט מעלות איבער הארטע (שטיינערנע) טיילס ווען א היי טשעיר דרייט זיך ח"ו איבער.

קארפעט איז פאר דעם נאך בעסער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:25 pm

געהאקט אין קאפ, יעדער טוישט היינט "ווייל ס'איז היינט אין סטייל", ווער ס'טוישט נישט קענעס נאכנישט עפארדען

טיילס זענען זייער טייער, ביליגער איבערצומאכן די פלאר יעדע יאר פאר 15 יאר ווי צולייגן שטיין

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:40 pm

גוגל האט געשריבן:געהאקט אין קאפ, יעדער טוישט היינט "ווייל ס'איז היינט אין סטייל", ווער ס'טוישט נישט קענעס נאכנישט עפארדען

טיילס זענען זייער טייער, ביליגער איבערצומאכן די פלאר יעדע יאר פאר 15 יאר ווי צולייגן שטיין

פארן האקן אין קאפ, זאגט דאך שוין שפושמן איז "קארפעט" די בעסטע...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:41 pm

שמאטע האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:געהאקט אין קאפ, יעדער טוישט היינט "ווייל ס'איז היינט אין סטייל", ווער ס'טוישט נישט קענעס נאכנישט עפארדען

טיילס זענען זייער טייער, ביליגער איבערצומאכן די פלאר יעדע יאר פאר 15 יאר ווי צולייגן שטיין

פארן האקן אין קאפ, זאגט דאך שוין שפושמן איז "קארפעט" די בעסטע...

קארפעט איז נישט פאר יעדן געזונט, עס זאמלט שטויב ווי א סוער

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:47 pm

טיילס איז קאלט און די ווינטער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:47 pm

קארפעט קומט נישט אין באטראכט. עס איז אבער פאראן מערערע צוגענליכע אפציעס וועלכע ווערן הייס באנוצט אינדרויסן פון אונזער שאכטל. אויב ס'איז ביליגער אדער פראקטישער איז אפן פאר דעבאטע.

סטאנדארד וועט ווייטער בלייבן סטאנדארד אפגעזען אייער מיינונג דערויף.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:49 pm

אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן....ב...א....ג....א.....ב.....ו...... א מוז פאר יעדעם, אפילו מען איז קוים ארויס פון די ווינדלען, נישט קיין חילוק צו די עלטערן האבן שוין אויסגעצאלט די חובות פון די חתונה.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג פאברואר 06, 2017 7:54 pm

חדשות האט געשריבן:אומפארשטענדליכע היימישע סטאנדארטן....ב...א....ג....א.....ב.....ו...... א מוז פאר יעדעם, אפילו מען איז קוים ארויס פון די ווינדלען, נישט קיין חילוק צו די עלטערן האבן שוין אויסגעצאלט די חובות פון די חתונה.

דו גייסט כאפן פארן מיך אויסכאפן... כ'האב געוואלט מאכן א באזונדערן אנאליז דערויף...
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג פאברואר 06, 2017 8:06 pm

ר׳ יום טוב, גארנישט איז נישט אויסגעכאפט, מיר ערווארטן א באגעבו אנאליז...

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:00 pm

Chandelier...

You people need it to study the bible.

(from my employee who helped me move)
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 06, 2017 9:40 pm

מיין פארקעי פאדלאגע איז בלויז איין מאל געסקרעיפט געווארן מיט 9 יאר צוריק, תיכף נאכן בויען די דירה. קוקט מיר נישט אויס צו טייער צו מעינטעינען.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:14 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
Chandelier...

You people need it to study the bible.

(from my employee who helped me move)


גאר גוט!
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:29 pm

הויכע שטריימלעך.

וואס זאל איך טוהן אז איך גלייך בעסער די פלאכע, נאר איך שעם מיך צו טראגן אזוינס ?
------------
עפ"י רוב ווען דו וועסט זעהן א סטאנדארט זיך איינעסן ביים עולם, קומט עס צוליב איר פראקטישקייט (פאר אונזער באנוץ) און איר דויערהאפטיקייט.


גראדע אויף די גויאישע גאס, זעה איך אין אלע דירות אריינגעלייגט פארקעי פלארס

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:39 pm

טשיינע קלאזעט
די קאפעל האט חתונה בשעטומ"צ מ'מוז דאך אויספאקן די זילבערווארג. א בעכער, לייכטער, מנורה, אתרוג פושקע דארף מען האבן אלץ הידור מצוה, נו זאל שוין זיין.
אבער קענדי דישעס, נעפקין האלטער א. ד. ג. קויפט מען נאר אז מ'זאל קענען אנפילן די טשיינע קלאזעט. אדרבה, האט איר שוין אמאל געניצט די זילבערנע קענדי דיש וואס מומע יאכטשא האט געקויפט צום תנאים?
די ד' על ד' דיינינג רום קען מען מיט צרות אריינשטיפן די טשיינע קלאזעט און ווען מ'זיצט ביים טיש און די בענקל איז ארויסגעריקט קען מען נישט אריבערגיין. אבער מיט מסי"נ וועט מען נישט אויפגעבן אויף אונזער מסורה.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:57 pm

דריידל האט געשריבן:טשיינע קלאזעט
די קאפעל האט חתונה בשעטומ"צ מ'מוז דאך אויספאקן די זילבערווארג. א בעכער, לייכטער, מנורה, אתרוג פושקע דארף מען האבן אלץ הידור מצוה, נו זאל שוין זיין.
אבער קענדי דישעס, נעפקין האלטער א. ד. ג. קויפט מען נאר אז מ'זאל קענען אנפילן די טשיינע קלאזעט. אדרבה, האט איר שוין אמאל געניצט די זילבערנע קענדי דיש וואס מומע יאכטשא האט געקויפט צום תנאים?
די ד' על ד' דיינינג רום קען מען מיט צרות אריינשטיפן די טשיינע קלאזעט און ווען מ'זיצט ביים טיש און די בענקל איז ארויסגעריקט קען מען נישט אריבערגיין. אבער מיט מסי"נ וועט מען נישט אויפגעבן אויף אונזער מסורה.


פארגעס נישט א וואך פארדעם איז ער געשלאפן אין דארמעטארי אויף א באנק-בעט מיט א לאקער פון פלייוואוד.
צוויי וואכן שפעטער מוז ער שוין האבן צוויי סעט׳ס טישן מיט בענקלך מיט א טשייניק קלאזעט.
(ב.ד.וו. איך האב אויסגעריכט לויט די סקווער פיס עס קאסט מיר בערך 500$ רענט א יאר די פלאץ ווי די טשיינק קלאזעט שטייט).

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:05 pm

און די אדעסי - סיאנעי מיניווען? (מען ברויך עס פשוט האבן פאר פלאץ אויף צו פיקען די קמחא דפסחא פעקלעך)
א גוי פרעגט מיר אמאהל צו מען באקומט עס ביי מעדיקעט אפיס!!

---
א איד האט זיך אמאל אפגעשטעלט אויפן טראוועי ביי עקסיט 16. פרעגן ווי אזוי מען קומט אן קיין ברוקלין.??
זאגט אים דער שטייער באאמטער.
!!You see that Odyssey? Just follow him
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:07 pm

לכאורה האט געשריבן:מיין פארקעי פאדלאגע איז בלויז איין מאל געסקרעיפט געווארן מיט 9 יאר צוריק, תיכף נאכן בויען די דירה. קוקט מיר נישט אויס צו טייער צו מעינטעינען.


איר זענט פון די ארויסגעפאלענע... די ריטיגע באגעבו יאכנעס מאכן זיכער צו סקרעיפען כאטש איין מאל אין צוויי יאר, ווייל די פלאר טאר נישט האבן קיין פגם אזוי ווי דער שוחט מעסער.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:33 pm

מסתמא ווענדט זיך דאס אויב די דירה איז געדינגען אדער געקויפט. אין מיין פאל איז עס געדינגען.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:11 am

El Rushbo האט געשריבן:הויכע שטריימלעך.

וואס זאל איך טוהן אז איך גלייך בעסער די פלאכע, נאר איך שעם מיך צו טראגן אזוינס ?

My next one IYH is gonna be a Matzah one, my current is also not too tall, but the new one iYH is gonna be even more flat

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:19 am

מצה איז היינט גאנץ א טייערע ארטיקל...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:34 am

א טשייניק קלאוזעט!
כ'רעד נישט פון די עשירים וואס האבען ריזיגע הייזער... אבער קאם אן! א יונגערמאן מופט זיך נעבעך אריין און א פיצי הויז מוז למען השם האבען א אופגעבלוזענע טשייניק קלאוזעט?!
נישט דא קיין פלאטץ פאר א קאוטש אדער עט ליעסט פאר א רוקליינער אבער די טשייניק קלאוזעט אויף דעם געט מען נישט אויף!!!!

איך גיי נישט דא אריינגייען און די ווייטאג פארוואס אונז מוז מיר האבען ריזיגע דיינוגרום בענקלעך... וכו'
איזי

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

"באגעבו" קערידזשעס.

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:03 am

"באגעבו" קערידזשעס.

אה. דאס איז אונזער באליבטער טעמע און טרויעריג-בארימטער משל געצייג אין אלע ארטיקלען.

און דאס איז נישט ווייל דאס איז א טייערע ברענד מאדעל און מיר זענען שפארזאמע. אויסדריקליך נישט. מיר זענען רייכע קאפיצעטעיטן און מיר ווילן גראדע יא קויפן דאס בעסטע און טייערסטע פאר אונזערע פיצעלעך. און אפילו אז מיר זענען נישט פון די טאפ 30 פראצענט, קענען מיר זיך גראדע יא ערלויבן אביסעלע ארויסצוצייגן הכרת הטוב פאר אונזער געזינדל דורך אויפעפענען דאס הארץ און בערזל בעת שמחתינו.

אבער וואס עפעס "באגעבו"...?? וואס האט דער אומסטאבילער פיר-עקיגער חן'לאזער שפילצייג-קערידזש פאר א גוט יאר פארלוירן אין די היימישע עריע-קאודס..?! לויט ווי מען הערט צוריק פונעם צד השני איז דאס פיל מיט חסרונות. ער לייגט זיך נישט געהעריג אראפ אין די ליגעדיגע פאזיציע, נאר עפעס גאר שטארק ליגעדיג אין א בחינה ווי א דענטיסט שטול. עס איז אויך שווער צו גיין דערמיט טרעפ.

די ארגינעלע קלאציגע עלעף-הונדערט דאללער מאדעל איז צו מאסיוו און אלט-מאדיש. די קליינע ניי-אויפגעכאפטע אכט מאות 'באגעבו-בי' מעוטי-יכולת-מאדעל איז היבש נידריג און פיצל, ספעציעל פאר די גרויסע יונגע מענער וועלכע קענען זיך קוים אן עצה גיבן צו האלטן קאנטראל ביים שפילן מיט איין האנט דאלי-וויגעלע בשעת'ן היימגיין פון שוויגער שבת נאך די מיטאג סעודה.

ווי אויך טוישט זיך די סטייל פון די הוד-איבערציער געוואנדן לויטן לינקן געוויסן פון די אייביגע אלס-ווייסער, ווי אויך לויט די סעזאן פון יאר און צו ס'איז א אינגל' אדער מיידל. א פרישע קאסט א 80 טאללער. נישט טוישן צו א פרישע איז נישט קיין אפציע, וויבאלד די אפגעריבענע לייוונט-סחורה ווערט שנעל קאליע.

אנדערע זאגן אז ס'איז שווער צו דערקענען די אייגענע וויגל אין א גרעסערע געשעפט אדער שמחה-זאל, וויבאלד דאס פלאץ איז איבערגעפילט מיט מערערע פון די זעלבע סארט קערידזשעס.

'באגעבו' איז דער פאסיגער עקזעמפל פאר די אלע העצערישע שונאי הדת אנצוצייגן איבער די ארימקייט שטאפל פון אונזער קאמיוניטי. גערעכט זענען זיי נישט. איך האב די פולסטע רעכט דאס צו קויפן ווען מיין טאש ערלויבט דאס. אבער איר וועט דאס כסדר טרעפן אין זייערע בלאגס.

באגעבו איז דער גרעסטער סימבאלישער ביישפיל אין אונזער קאמיוניטי וואס מאכט אוועק די נאטורליכע מסך המבדיל, דער צווישנשייד פון ארים און רייך. די רויע סטאטיסטיק וואס איך האב נאכגעפארשט צייגט אז בערך זיבעציג פראצענט קערידזשעס ביינונז זענען באגעבו'ס, מיט אזויפיל ווי אכציג פראצענט ביי די ארימערע העלפט ציבור..!! אן אינטערעסאנטע אנעקטאד איז, אז ביי די קלענערע רענטאל אפארטעמענטס איז טאקע יעדע פיר פון פינעף וויגעלעך באגעבו'ס, דאקעגן ביי די גרעסערע אייגענע וואוינונגען וועט איר טרעפן היבש ווייניגער.

אויך איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז די טייערסטע סארט באגעבו מאדעל וועט איר געווענליך טרעפן ביי די סארט וועלכע האבן עס באקומען אלס א פוירסט-בעיבי פרעזענט פון עלטערן וועלכע מען האט זיי געברויכט צוזאמשטעלן גרויס געלט ביים חתונה מאכן. ודו"ק.

נו, איז פארוואס טאקע פונקט 'באגעבו'..?

אין די אלגעמיינע גויאישע אפסקעיל מארקעט, איז די באגעבו פירמע גאנץ קנאפ באקאנט. אדרבה, קוקט אייך אביסל ארום אויף די אלגעמיינע טייערע קינדער געשעפטן און אויך אויף די געוועב וועט איר דאס זייער זעלטן טרעפן. ווען יא, וועט עס זיין פארשטעקט אלס א שטיף-קינד צווישן די אנדערע טייערע ברענדס. עס איז אויך בכלל נישט שיין-אויסזעענד און צוציענד קעגן די קאמפיטישאן, און ביי די סאציאלע בעיבי-ארטיקלען גרופעס ווי אויך ביי קאנסומער רעיטינג פירמעס איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקל.

עס איז פאראן א צאל פירמעס וועלכע מאכן ענליך-אויסזעענדע שטארקערע מאדעלן מיט בעסערע אפציעס און פיטשעווקעס פאר ארום $350. דערנאך איז פאראן אין די אלגעמיינע מארקעט טייערע אויפגעכאפטע לוקסוס ברענדס פארן בעסערן עלעמענט אין די רענדזש פון $500 ביז $1300. ווי 'מאמא'ס ענד פאפאס' 'סטאקק' 'אפפא-בעיבי' 'בעיבי-רויעסס' און נאך פילע. אבער דאס איז נאציאנאל-אנערקענטע גאר שיינע אריסטראקטיש טייערע ברענדס, וואס יעדע פאר זיך האט זיך זיין ערליך פארדינטע סיבה פארן טעג-פרייז, און זיי האבן א 100 פראצענט צופרידנהייט ראטע ביי אלע קויפער.

נו, זאג שוין, איז פארוואס טאקע באגעבו..און פארוואס פונקט ביי אונז...???

ווי עס שיינט איז די תשובה קאנספיראטאריש און קאנטרעווערסיאל.

ווען איך האב געוואלט קויפן א פרישע וויגל ביי מיין פערדע קינד, האב איך געטראכט פון א טייערע זיך ערלויבנדיג צו שפילן ברייטער בעל שמחה. דער געשעפט אייגנטומער האט מיר געגעבן 2 אפציעס, אדער מערערע מאדעלן און פירמעס פון די גאר ביליגע פשוט'ע, אדער א... 'באגעבו'. זעלבסט-פארשטענדליך אז קיין באגעבו האב איך נישט געקויפט, זעמיר געבליבן מיטן ביליגן.

עד כאן אומרים.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, ווייסעכנישט גארנישט, טעאריע וואס לעבט און 23 געסט