עגיפטישע קאבינעט מיטינג ענדיגט זיך מיט שרעקליכע רעזולטאטען!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

עגיפטישע קאבינעט מיטינג ענדיגט זיך מיט שרעקליכע רעזולטאטען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

דער הייליגער אור החיים הקדוש (אין פרשת בא) האט א הייליגע אנאליז איבער וויאזוי פרעה האט זיך זעלבסט פארענטפערט אויף זיין הארטנעקיגקייט נישט ארויסצילאזן די אידן. הגם טאקע אז הקב"ה האט געזאגט 'כי אני הכבדתי', האט אבער פרעה הרשע ווארשיינלעך געברויכט כאטש ביי זיך האבן עפעס וואס א סיבה אויף וואס זיין עקשנות איז געווען געבויט.

דער הייליגער אור החיים לאזט זיך אריין אין א "סיטשועשען רום" היי לעוועל נעשאנעל סעקיורעטי קאונסיל מיטינג פונעם מצרי'שע פרעזידענט און זיין קאבינעט אין וועלכע מען דיסקאסירט דעם פארלאנג פונעם אידישע גאט'ס שליח פון א פאליטישע פאונט אוף וויא, און וויאזוי דאס האט געפירט צו די טעות פונעם מצרי'שע קאבינעט און צו זייער סוף.

דער אוה"ח הקדוש ברענגט ארויף א אינטערסאנטע קשיא. נעמליך, מען זעהט ביי מכת ארבה האבן פרעה'ס קאבינעט מעמבערס געטענה'ט "הטרם תדע כי אבדה מצרים?! שלח את ישראל". און פרעה האט זאגאר צוריקגערופען משה רבינו, און אים געפרעגט דעם "מי ומי ההולכים". און באקומענדיג דעם "בנערינו ובזקנינו נלך - #ברבבותינו..." תשובה - 'ויגרשום מפני פרעה'.

פרעגט דער אור החיים הקדוש, היתכן מען זעהט נישט אז די מיניסטארן זאל נאכאמאל אין די נאכפאלגענדע מיטינגען אויפברענגען די "הטרם תדע" טענה, צו איז נאך מכת ארבה שויניש געווען שייך די "הטרם תדע"?! פארוואס האבן זיי עס נישט געשריגען נאך ארבה?? פארוואס זאגן זיי עס נישט נאך מכת חושך? פארוואס זאגן זיי עס נישט נאכן ווארענען איבער מכת בכורות?!

זאגט דער הייליגער אור החיים הקדוש, לייג צו קאפ וועל איך אייך מסביר זיין א הייליגע אנאליז איבער די פאליטישע אנטוויקלונגען אינעם מיצרישען קאבינעט.

זאגט דער אור החיים הקדוש הייליג!
ווען משה רבינו האט געברענגט די שליחות צו פרעה "שלח עמי ויעבדינו" האט משה רבינו נישט גערעדט בכלל איבער וואס ס'וועט זיין נאכן "שלח עמי", צו וועלען די אידן בלייבן אייביג אינדרויסן, צו וועלען זיי צוריק-קומען ווי נאר די "יעבדינו" ענדיגט זיך? די פרט איז נישט געווען אינקלודעט אין די מעסעדש.

די מצרי'שע נעשאנעל סעקיורעטי קאונסיל - מיט פרעה בראש - האט זיך געזעצט דן זיין בכובד ראש וואס די מעסעדש באדייט. און צו ס'איז פארהאנען דערין עפעס א באהאלטענע מעסעדש...

זיי האבן ארויסגעלייגט צוויי מהלכים וואס די מעסעדש קען מעגליך באדייטען‏:
צד א' - אז דער אידישער באשעפער וויל נאר אפאר טאג און נאכדעם וועלען די אידן צוריק-קומען.
און די סברה צו זאגן אז דאס מיינט די מעסעדש איז ווייל דער אידישער באשעפער קען דאך אלעס טוען, און אויב וויל ער דוקא אז זיין פאלק זאל ארויסגיין פאר אייביג וואלט ער דאך געשיקט זיין שליח צו זאגן ספעסיפיקלי "שיק ארויס אויף אייביג". אלא מאי אז ער זאגט עס נישט, איז יתכן ער וויל טאקע נאר א "טעמפארערי בען"...

די אנדערע מיניסטארן האבן גע'טענה'ט אז יעדע מטבע האט צוויי זייטן. און דא איז דא א צד ב' אויך.
צד ב' איז - אז דער אידישער באשעפער וויל עכט יא ארויסנעמען זיין פאלק אויף אייביג. דאן פארוואס בעט ער עס נישט?
נאר כביכול ער האט נישט די יכולות אליינס דאס ציטוען, דעריבער איז דער אידישער באשעפער אויפגעקומען מיט א פלאן 'אויסצינארן' די מצרים, און זיי זאגן "שיקטס ארויס די אידן נאר פאר אפאר טעג" אבער עכט וועלען זיי נאכדעם אנטלויפען.

זאגט דער אור החיים הקדוש. די מצרים צוליב זייער חסרון האמונה האבן זיי ענדערש אנגענומען די "פאליטישע" צד ב' מהלך אז דא קומט פאר א 'אויסנארן' אקציע, און אז דער אידישע באשעפער קעניש עכט אליינס ארויסנעמען זיין פאלק, און פארדעם בעט ער נאר אפאר טעג.‏ נו אויב אזוי, - האט די קאבינעט – געטענה'ט אז מען זאל זיך עקשנ'ן!. ווייל אז דער אידישער באשעפער קען נישט אליינס, האבן די מצריים נישט וואס מורא צו האבן. "מיר ברעכען זיך נישט פאר טעראר...."

גייט אבער דורך 7 קנאקעדיגע מכות אין וועלכע דאס לאנד גייט כאדאראם.... דם, צפרדע, כנים, ערוב, דבר, שחין און ברד. און יעצט קומט מען שוין ווארענען אויף א פרישע מכה. האבן די מיניסטארען אנגעהויבן איבערטראכטען אז אפשר דאך איז ‏יא דא א מעגליכקייט אז צד א' אז דער אידישער באשעפער וויל נאר אפאר טעג און נאכדעם וועלען די אידן צוריק-קומען איז די ריכטיגע?

האבן זיי געזאגט פאר פרעה, קעניג טייערע, אונז האב מיר אנגעהויבן טראכטען אז ס'איז מעגליך דאס דער אידישער באשעפער איז יא אמת'דיג מיטן זאגן אפאר טעג', און די אידן וועלן צוריק-קומען נאכדעם.

פרעגט זיי פרעה 'וואס מאכט ענק טראכטן אז צד א' איז ריכטיג?'.

אויפדעם ענטפערען זיי: "הטרם תדע כי אבדה מצרים"?! קוק דיך אום. מצרים איז חרוב ונחרב. זעהסטו דאך אז דער אידישער באשעפער קען טוען אלעס! נו, אויב קען ער שיקן אזאנע מכות כדבעי' קען ער דאך זיכער יא אליינס ארויסנעמען זיין פאלק ריגארדלעס אויב אונז וועל מיר מסכים זיין אדער נישט. און דעריבער טראכט מיר אונז אז זיין זאגן אפאר טעג איז טאקע וועגען ער וויל 'באמת נאר אפאר טעג', נו אז דאס איז די גאנצע וואס ער וויל דאן "שלח את העם ויעבדין את אלוקיהם"!.

זאגט פרעה, נו נו, לאמיר עס וועריפייען!

פרעה שיקט צוריקרופען משה רבינו און פרעגט אים "מי ומי ההולכים?". - פון די ענטפער אויף די קשיא האט פרעה געוואלט ארויסהאבן וועלכע צד ס'איז גערעכט. צד א' אדער צד ב'.

ווען משה רבינו‏ האט גענטפערט דעם "בנערינו ובזקנינו נלך". האט פרעה געזאגט פאר זיינע חברה "אט האט איר א קלארע ראיה אז אפשען 2 איז די ריכטיגע און דא קומט פאר א "אויסנארונג" אקציע! - עטס קענטס מיר זאגן זינט ווען דארף מען בנערינו ובזקנינו נלך, בצאנינו ובבקרינו אויב גייט מען נאר פאר "אפאר" טעג?

אלא מאי - שרייט פרעה - דער אידישער באשעפער וויל ארויסנעמען די אידן אויף אייביג! איי פארוואס זאגט ער פאר פרעה "אפאר טעג"? ווייל כביכול דער אידישער באשעפער קען זיי נישט אליינס ארויסנעמען און ער וויל אונז אויספאפן אז אונז זאל מיר זיי קודם ארויסלאזן און נאכדעם וועט ער זיי שוין קענען האלטן אינדרויסען פאר אייביג!

און דעריבער "ויגרשום מאת פני פרעה!!". און די מיניסטארן האבן טאקע מער נישט אויפגעברענגט די "הטרם תדע" טענה, ווייל זיי האבן זיך איבערצייגט אז - לדעתם הטמאה והרשעה - אז כביכול דער אידישער באשעפער קען נישט אליינס און ער וויל זיי נאר אויספאפן.
און דאס האט זיי אפגעהאלטן פון זיך דערשרעקן ביי די קומענדיגע מכות, און האט זיי געגעבען א תירוץ אויף וועלכען זיי האבן תולה געווען זייער עקשנות.

זי"ע!

(ז) עד מתי יהי' וגו': לא שהסכימו לשלח ישראל בהחלט, כי הנבואה שאמר ה' למשה הכבדתי וגו' תכחיש זה, אלא שרצו שילכו באופן שיחזרו ודאי. ולזה תמצא כשאמר משה בנערינו ובזקנינו וגו' וגרשו פרעה לא יספו דבר עוד בדבר הזה, גם פיהם ענה בם, כי לא האמינו בסדר המעשה כי אלהי העברים הגדול הגבור והנורא נטה ידו בהם לשלוח ישראל אלא שהיו יוקשים בהם. ואין לך כפירה באמיתות הענין כזה:

הטרם תדע: פי' האם קודם שתשלחם תרצה לדעת שאבדה מצרים?! לזה שלח אותם קודם שיגיע גדר זה של אבידת מצרים:

וראיתי לתת לב במה הסכימה דעתם על אבידת מצרים אחר כך ושתקו והלכו להם?

ולהבין הענין נשכיל בחקור בענין 'מה היתה דעתו של פרעה ועבדיו מתחילת הענין?' האם יש שוטה גמור בעולם שיסבול כל הרעות והצרות ההמה ויכנים עצמו בסכנות נפשות?! ועוד לו, שלקה אלוהו וספו מקניו ואבדו צמחי אדמה וכמעט ספו תמו - כאומרו הטרם תדע כי אבדה מצרים. ומן הסתם לא יאמן כי כל כך טפש היה. והגם כי הקשה ה' את רוחו, עכ"ז צריך שתהיה לו 'איזה סברא שבה יתגלה טפשותו'.

ותגדל הקושיא בראות כי לא שאל ה' ממנו אלא דרך שלשת ימים! (והגם שכתבנו שם כי ה' לא אמר פרט זה אלא לישראל, עם כל זה הרי בכל שליחותיו לא אמר אלא 'ויחוגו לי במדבר, ויעבדוני', זה יגיד כי לא לחלוטין יצו ה').

ואבין דבר. כי הוא זה אשר הטעהו לפרעה ולכל עמו 'אופן השליחות' אשר שלח ה' לשלוח ישראל 'לחוג במדבר' שהכוונה הוא לשוב אחר כך. הרי הוא גלוי לפרעה ולעמו כי לא בהחלט הוא שואל. ומזה נפל הטעות.

כי יש בדבר שני צדדין:
הא' - כי דבר ה' אמת הוא, כי אינו חפץ אלא דרך שלשת ימים.
והב' - כי הדברים באו דרך ערמה ואין דעתו אלא להוציאם לחלוטין, ולפי זה, הדברים מעידים כי כביכול אין כח בו להוציאם בהחלט בר מנן, הא למדת שיש לו מניעה חם ושלום לרצון אשר יחפוץ.

ולזה, פרעה ועבדיו, לצד שלילת עיקר האמונה בהם חשבו צד הב', ולזה הקשו ערפם ומאנו לקבל מאמר ה', כי אמרו אין בכוחו ח"ו להכריח הכרח גדול, וזה לך האות המופלא שערום יערים. ולזה הקשו לבם.

ואחר כך כשראו עבדיו שעברו עליהם שבע מכות והתרה במכה שמינית של הארבה, נתנו לב לצדד צד הא' כי האמת הוא שטעמו של האלוה ב"ה הוא שאינו חפץ להוציאם לחלוטין.
והוא אומרם עד מתי יהיה וגו' "שלח את האנשים ויעבדו". פירוש, שאין כוונת השם אלא על פרט זה. והטעם שבו הכרחנו הדבר, כי הכרנו כי כל יכול, ואם היתה כוונתו שילכו לחלוטין היה אומר כן בפירוש ויאבד כל מסרב וממאן בדבריו. ואמרו "הטרם תדע כי אבדה מצרים" במכות אשר הכה?! הא למדת כי יכול הוא לעשות כל אשר יחפוץ.

ולפי זה הכריחו שני דברים:
הא' - שישראל לא ילכו בהחלט.
(וב' - ) והצדיקו מפלאי המכות כי אם היה ה' חפץ להוציאם בהחלט אין מידו מציל.

ותמצא כי נתחכם פרעה הרשע, והשיבם במרמה, "ויושב את משה וגו' ויאמר להם מי ומי ההולכים?"
והשיבוהו "בנערינו ובזקנינו נלך".
ואמר להם (פרעה) "ראו כי רעה נגד פניכם, לכו נא הגברים וגו' כי אותה אתם מבקשים" - ויגרש אותם וגו'".

ומאמצעות המעשה נסתרה דעת עבדי פרעה. כי לא כמו שחשבו שאין הליכתם אלא לשעה, שהרי מהענין מוכח כי ערמה בדבר והליכתם הליכת עולם.
ולפי זה חזרו גם כן למיחוש הראשון, כי זה לך האות כי לא כל יכול, כנזכר למעלה. ובזה לא הוסיפו לדבר עוד כדבריהם הראשונים:
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג פעברואר 06, 2017 3:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

הערליך הערליך!

האמיר שוין געלערענט אויך היינט....
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

wow, הערליך אראפגעלייגט!
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

;l;p- wow
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

דער קעפל איז געוואלדיג
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

חאכאם האט געשריבן:דער קעפל איז געוואלדיג

יאפ! שמאטע האט א פיין קעפל!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א שיעור אין פאליטיק, נישקשה.

איך מיין אז דאס באלאנגט אין בית מדרש, נישט אין קרעטשמע.

שמאטע, אפשר הייבסטו אן א וועכנטליכע שיעור?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הערליך! ייש"כ פאר די מיה און עס מאכן אזוי זאפטיג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

זע נאר, ווי ענין אחד עולה לכאן ולכאן כמין חומר. שכח שמאטע.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

הערליך. אפשר טאקע א וועכענטליכע שיעור?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שמאטע בתפארתו!!!
private האט געשריבן:אפשר טאקע א וועכענטליכע שיעור?

שמאטע טייערע! מיר זענען אלע גרייט דערפאר, דאן זיידשע ביטע מוחל און שאר ארויף ס'ארבל און נעמט אייך די מיה...

יישר כח
טשולי
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פיין שמאטע.... שוין געלערענט הייינט א שטיקל אור החיים, און אלס מיין ערשטע תגובה צו ליינען דא היינט, האב איך שוין הנאה געהאט פון אייוועלט אויך.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קיטשי האט געשריבן:
חאכאם האט געשריבן:דער קעפל איז געוואלדיג

יאפ! שמאטע האט א פיין קעפל!

;l;p-
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שכח אלע דאנקערס...

אין פרשת בשלח איז דער אור החיים הקדוש ממשיך מיט די הנחה.

זאגענדיג וואס איז פשט אז "ויגד למלך וגו' כי ברח וגו' ויהפך לבב וגו' אל העם"? האט זיי פרעה נישט "ארויסגעלאזט" נאכן כאפן מכות רצח?! וואס איז יעצט געשען אז "ויהפך לבב פרעה"?

זאגט דער אור החיים הקדוש - (צוויי מהלכים באמת. אבער מיר וועלען גיין מיט איין מהלך) - אז ווען פרעה האט באקומען די מעסעדש "כי ברח העם", האט ער אנגעהויבען רייסן די האר פון קאפ זאגענדיג "די חברה האבן אונז גוט אויסגעפאפט! די גאנצע 'אנטלויפן' ווייזט דאך נאר אז די ארגינעלע הרגשה אז מען פאפט אונז אויס איז טאקע יא געווען ריכטיג! און דער אידישער באשעפער האט טאקע געוואלט ארויסנעמען זיין פאלק אויף אייביג. און ער האט נישט קיין יכולת דאס צוטוען אליינס (חס ושלום!) און דאס בעטן "נאר אפאר טעג" איז געווען א אינטערגעשטעלטע שפיצל אונז אויסצי'נאר'ן!"

דעריבער "ויאסר את רכבו ואת עמו לקח עמו"!

{ה} ויגד למלך וגו' כי ברח וגו' ויהפך לבב וגו' אל העם.
צריך לדעת אומרו כי ברח ולא אמר כי הלך שיראה שראו בהם סימן בריחה. עוד קשה אומרו ויהפך וגו' משמע שנתחרטו על הדבר אשר עשוהו והדברים תמוהים וכי לרצונם עשו והלא הוכו מכות גדולות עד כמעט ספו ותמו ובעל כרחם שלחום ואיך יהפך לבם בדבר שלא לרצונם עשוהו, וקשה עוד אומרם מה זאת עשינו וגו' כמתרעמים על עצמם על עשות דבר שלא כהוגן והלא לא עשו אלא בעל כרחם ומה יתאונן אדם על דבר שעשאו בעל כרחו.
...וכו'...
עוד נראה על פי מה שפירשתי בפרשת בא (י' ז') כי טעם שהקשו ערפם פרעה ועבדיו הוא לחושבם כי דברי ה' בדרך זה הם דרך ערמה, וזה יגיד כי לא יוכל עשות כל חפצו חם ושלום.
והנה ביום הכות ה' אותם מכת בכורות וימדדם פגרים מתים רעשו ורעדו והצדיקו הדברים כי אלהי ישראל כל יכול להחריב עולם ומכל שכן מצרים, ולפי סברא זו יתחייבו לומר כי מה שאמר ה' דרך ג' ימים אין ערמה חס ושלום אלא אמת יהגה, (והוכחת פרעה ממה שהולכים 'כלם יחד' אינה הוכחה כטעם האמור בדברי משה (שם) כי חג ה' וגו') - וזה היה להם למשען שהשאילו ממונם לישראל והונם כי נתחזק בלבם כי שוב ישובו ישראל מצרים.
גם לא חששו כי עשה ה' הדבר בדרך זה כדי שישאילום, לצד שהכירו שהי' ה' יכול להכריחם גם על זה לתת כל ממונם, [ומה גם לדבריהם ז"ל (שמות רבה פי"ד) שגילו מצפוניהם בימי חושך מצרים וידעו מצרים בזה ואם כן מטעם זה היה להם ליטול הכל באין רואה].
וכאשר הגיד המגיד לפרעה אמר אליו כי 'ברח העם'. פירוש, לפי מה שעלה במסקנתם כפי ההוכחות כי מה' לא היה הדבר בהחלט הליכות עולם, אם כן מה שלא רצו ישראל לחזור כי רצו לברוח ממצרים וללכת הליכה מוחלטת ולא מן ה' הוא הדבר, לזה "ויהפך לבב פרעה ועבדיו אל העם" – פירוש, לא לצד המוציא, כי המוציא עדיין בחזקת כי לא הוציא אלא לשעה, אלא למה שנוגע לעם למה לא חששו להם שיברחו.
והוא אומרם "מה זאת עשינו כי שלחנו את ישראל מעבדנו" – פירוש, הגם שהיה לנו לשולחם לגזירת אלקיהם אף על פי כן לא היינו שולחים אותם בדרך זה שיוכלו לברוח מעבדנו, כי היו יכולין לשלוח עמהם חיל מצרים ורכבו ופרשיו עד עבוד אלקיהם במדבר וישובו למצרים:
או יאמר כי באמצעות המגיד שהגיד ש'ברחו' נתהפך לבב פרעה על מה שהכריעו כי אלהי ישראל כל יכול. והרי זה לך האות בבירור כי לא יכול על הכל, ממה שדבר דרך ערמה. אמור מעתה במופת חותך כי לא היה בו חס ושלום כח להוציאם בהחלט והוצרך לגניבת דעת.
ודקדק הכתוב לומר 'לבב' לומר כי ב' לבבות הוכרעו בדבר, כי הגם שבתחלה קודם שלח ישראל היה חושב מחשבה זו כי אין כח בידו להוציאם בהחלט ממה ששואל בדרך זה, אף על פי כן היה לו לב אחר דוחה סברא זו ואומר אולי כי אינו חפץ בהם אלא לשעה. ומעתה פרחה לה טענה זו והסכימו ב' הלבבות יחד אל העם לבלתי שלחם, שהוברר אצלם צד האחר. ואמרו מה פעולה רעה זאת עשינו כי שלחנו וגו'? שלמפרע אנו רואים שלא היה יכול להוציאם בהחלט, מטעם שכתבנו:
לזה: {ו} ויאסר את רכבו ואת עמו לקח וגו'.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מיר ווארט אויף די ווייטערדיגע אנעליזן פון די מלחמה גופא.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

;l;p- הערליך שיין. מיר ווארטן אויפ'ן וועכנטליכע שיעור...
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ. קלאר און געשמאק אראפגעשטעלט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח שמאטע

הייליגע דיבורים מיט א געשמאק נוסח שמאטעניו
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הערליך הערליך...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

אזוי הערליך שיין אראפגעלערנט.

דאס איז וואר קיין שמאטע ניקס,
אפשר א שמעתתא
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

ייש"כ הר"ר שמאטע שליט"א

נאך קיינמאל נישט אזוי גוט אפגעלערנט א שטיקל אור החיים הקדוש,

מיר האב שטארק הנאה געהאט.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קריאה מעורר...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קברנה סובניון
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קברנה סובניון »

זייער שיין אראפגעלייגט
"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow עמעזינג!
לע״נ רבינו חיים בן משה בן עטר זי״ע
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

הערליך!

אינטערעסאנט אז ביים זען דעם קעפל פונ'ם אשכול האב איך תיכף געטראכט אז שמאטע איז דער מחבר...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”