דער טראמפ'ישער יוקאן.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

דער טראמפ'ישער יוקאן.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:10 pm

ציטערנדיג פאר קעלט האב איך אראפגעצויגן מיין פעלענע קוטשמע איבער די צושטרויבלטע פרי-מארגן פיאות. די שטים-לשון פון די אנטבלויזטע ביימער זענען געווען טויבע עדות צו די קלימאטישע אטמאספערע פון מאנאטיש-ברויזנדע ווינטלען און אפגעטרעטענע פארפרוירענע גראזן, בעת די הארטע איבערבלייבענישן פון די אייערנעכטיגע שניי איז מערקבאר אויף די זייטן פון די צעביך-שטויביגע טראטוארן.

איך זעץ מיך אריין אין מיין אומ-אנגעווארעמט קאר און איך באשפריץ האסטיג די געפרארענע פאדערשטע שויבן מיט א געמאכטע זעלבסט-זיכערהייט, גיבנדיג עטוואס גאז מיטן באלימפערטן ציל אז די סטיעם זאל אנהויבן ארבייטן פריצייטיג. נאך פיר לאנגע מינוטן האט דאס פאסירט, ווען א באשיידענע שווארצע קרייזלער מיני-ווען האט ארויסגעבעקט פון די 3-קאר דרייוו-וועי, און זיך גע'שלענגל'ט מיט א רואיגן געמוט אויף איר וועג צום ביהמ"ד.

מאכנדיג די פינעף מינוט וועג אינאיינעם מיט מערערע אויטאמאבילן דורך די גלייכע צענטראלע שטרויז, האבן זיך די מחשבות אויבערפלעכליך פונאנדערגעלייגט קאווערנדיג לויזערהייט מערערע וויכטיגע אספעקטן ביינעזאם פונעם קומענדיגן סדר היום. ווי צ.ב.ש. אויף וועלכע זייט שול איז פאראן א בעסערע שאנס פאר פארקינג, וועלכע סארט קאווע צו קויפן, און וויפיל צייט ס'פארבליבן צו פראווען מוח'לאז אין מקוה-שויער.

פלוצלינג, אן קיין שום ווארענונג האט דאס אומפארמיידבארע פאסירט. פארנדיג עטוואס בארג אראפ אויף א 30 מ.פ.ש. ראטע, איז דאס געשען. א בערישער מאנסטרישער 'יוקאן' (סובערבע"ן בלע"ז) האט זיך אנע הקדמות זיך געלאסן אריינגעשלייכט מלוא קומתו פון א זייטיג געסל הארט פארענט פון מיין מייעסטעיט. אין רעאקציע האב איך בליץ-שנעל געמוזט אקטיוויזירן מיין מולטי-טעסקינג פיקסטשער, פארדרייענדיג די ראד ווילדערהייט און האסטיג געקוועטשט די ברעיקס בהעלם אחת. די צייטליכע שריט האט בס"ד עושה רושם געווען, און געברענגט אז די צויבער-ראד זאל קומען צו א פרייליכע אבער קוויטשיגע אפשטעל, בעוד נשמתו באפו.

שיינע עפיזאד..?

א צווייטער וואלט זיך אפגעווישט דאס נאז, און געגאנגען ווייטער. מעשים בכל יום מיט די יוקאנס. אבער נישט אונזער ר' יום טוב. נא-נא-נא-נא,...שלעכט אריינגעביסן.

לכבוד דעם גרויסן נס פון די איבערלעבעניש האבן מיר באשלאסן אראפצוברענגען דעם הויכגעשעצטן 'יוקאן' פערזענליך פאר אן ערשטמאליגער עקסקלוסיוו אינטערוויאו דאהי צווישן די שפאלטענעס פון 'אייוועלט'.

המשך יבא בקרב הימים. סטעי טונד.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:32 pm

The expectations are high...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:41 pm

דברים אלו האט געשריבן:The expectations are high...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:16 pm

געווענליך האב איך בלויז 30 קליקס אויף מיינע אשכולות אין די ערשטע שעה. אבער א'מלייגט צו דאס ווארט "טראמפ" איז גאר א צווייטע מעשה...

גוטע מארקעטינג איידיע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:53 pm

שפאנונג איז אן אנדערסטעיטמענט.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 7:56 pm

איך גלייך דיין שפראך און אויסדריקן...

איך און שפאנונג ווארטן בענעזאם...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:23 pm

סהאט נישט מיט טראמפ נאר ענדערש מיט יוקאן..

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:31 pm

געווענליך ווען איך זעה א קעפל מיט די נאמען 'טראמפ' עפן איך ניטאמאל ס'אשכול...
דאס מאל איז געווען עפעס אנדערש... איך האב געמיינט אז דו גייסט עפעס שרייבן מיט וויכי און זיין יוקאן...
...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 01, 2017 8:48 pm

שוין געווען דא א צייט צוריק א מעשה פון צוויי יונגעלייט וואס האבן זיך ארום גע'הרג'ט אינמיטן גאס איבער קלינטאן און טראמפ און אפגעשטעלט די גאנצע פארקער מיט זייערע גלאנציגע יוקאנס



אינטערסאנט אז דענסמאל האט דער קלינטוני אויך געהאט א יוקאן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:33 pm

שפאנונג!!!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך פאברואר 01, 2017 9:38 pm

חאכאם האט געשריבן:שפאנונג!!!!
כשמ"ו כן הוא

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך פאברואר 01, 2017 10:31 pm

רבי יום טוב דער עולם ווארט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:22 pm

יאמטי, ביסט פאר די ביכער [כ'מיין צו זאגען דו דארפסט דיך נעמען שרייבן ביכער פאר פרנסה]
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:26 pm

נא וואס איז למעשה געווארן מיט דעם חוצפדיגע יוקאן?

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:17 am

יאנטיל האט א טראמפישע געזעצלאזע שפראך
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 11:00 am

העי די טראמפי'שע האבן נישט אזא אנהאלטונגס קראפט, נעם אפיר די באקאנטע טראמפי'שע פייגל, און געב שוין ארויס ווייטער.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:16 pm

למעשה איז די אינטערוויא טאקע מיט דער וואס האט אריינגעשניטן אין דיר?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 10 געסט