פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להשיג - פראדאקטיוו אנקעטע

איך בין געווען ביי פראדאקטיוו עטליכע חדשים צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
6
3%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו א יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
2
1%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו צוויי יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
3
2%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו דריי יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
8
5%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו עטליכע חדשים צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו א יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
3
2%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו צוויי יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
4
2%
איך בין געווען ביי פראדאקטיוו דריי יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
1
1%
איך בין געווען ביי להשיג עטליכע חדשים צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
7
4%
איך בין געווען ביי להשיג א יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
5
3%
איך בין געווען ביי להשיג צוויי יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
3
2%
איך בין געווען ביי להשיג דריי יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
13
8%
איך בין געווען ביי להשיג עטליכע חדשים צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי להשיג א יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי להשיג צוויי יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי להשיג דריי יאר צוריק און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי עוז וחדוה און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
1
1%
איך בין געווען ביי עוז וחדוה און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי האגער און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין געווען ביי האגער און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
1
1%
איך בין געווען ביי אן אנדערער קורס (רעכן אויס) און איך האב דערפון נוצן ביז היינט
2
1%
איך בין געווען ביי אן אנדערער קורס (רעכן אויס) און עס איז ארויסגעווארפן געלט - א לופטיגער באלאן
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
איך בין נישט געווען ביי קיינע פון די קורסן, אבער איך קלער נאך אמאל פון גיין (זיי מסביר פארוואס)
13
8%
איך בין נישט געווען ביי קיינע פון די קורסן און איך קלער נישט פון גיין
100
58%
 
סך הכל שטימען: 172

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

א גוט יאר.

קוקנדיג דא איבער די פילע אשכולות איבער די סעלף קאנפעדענט קורסן (וויבאלד איינער וויל מיר אנטראגן די סארט קורסן, האב איך ארומשפאצירט זוכנדיג דא וואס טוט זיך), באמערק איך ווי מענטשן שעמען זיך צו שרייבן די אמת, צי מען איז יא אדער נישט געווען ביי די קורסן און וויפיל עס איז משפיע. פאראן וואס וועלן זיך שעמען צו זאגן אז אמאל זענען זיי געווען א פאאל און די קורסן האט זיי אויפגעבויעט, אנדערע וועלן זיך שעמען צו זאגן אז די קורסן האט גארנישט אויסגעמאכט און זיי האבן פלעין געפלאשט טייערע געלטער. יעדער קומט מיט מעשיות פון זייערע חברים וואס האבן יא אדער נישט געזען וואונדער (זאג דעם חבר זאל אהערקומען זאגן אז זיין חבר וכו'...). האב איך באשלאסן דא צו עפענען אן אשכול, וואו מען קען שטימען אנאנעמעס, אן דארפן דערציילן יעדן ווער דו ביסט און פון וואו דו קומסט.

אין דעם אנקעטע קען יעדער שטימען זיין מצב אין צוזאמענהאנג די קורסן, וויפיל ער האט הנאה געהאט דערפון און וויפיל עס איז ווערד. אויף דעם אופן קען מען זען די צופרידנהייט ראטעס פון יעדע סארט קורס, ווי אויך וואס דער עולם האלט אין אלגעמיין אויף די קורסן.

איר קענט אויך צולייגן א הסבר און וואס איר האט געזען פון עקספיריענץ אין צוזאמענהאנג פון די קורסן.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

צו קאצליצירטע אנקעטע... צופיל אפציעס
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

געשטימט אויף:
איך בין געווען ביי להשיג דריי יאר צוריק און איך האב דערפון נוצן ביז היינט

איך האב גענומען דעם להשיג קלאס שוין מער פון דריי יאר צוריק, עס נישט נאר וואס איך האב דערפון ניצן, נאר עס האט מיך געטוישט צו גוטן סיי אין פערזענליכן לעבן -וואס איך גיי נישט אריין גיין אין- נאר עס האט מיך גענומען פון א ארבעטער פאר 15 א שטונדע, ביז א סוקסעספולע ביזנעס אייגענטומער, נישט נאר אין דאלער אמאונט, נאר אין אויפשטעלן א ביזנעס אויף יסודות וואס עס איז מיר א געשמאק יעדן צופרי אריינצוקומען, א סערוויס ביזנעס -געבויט אויף די קאנצעפטס וואס איך האב געלערנט ביי להשיג- ווי קליענטן האבן אונז ליב און קומען צוריק און שיקן זייערע פריינד און פאמיליע, איך האב אן עמעזינג רילעישאנשיפ מיט מיינט קליענטן וואס איך האב קיינמאהל נישט געגלייבט אז עס איז מעגליך.

א אינטערעסאנטע זאך וואס איך געדענק, אין די לעצטע וואכן פונעם קורס האב איך אהנגעהויבן פילן ווי צוויי סענס, יא, איך האב געלערנט שיינע זאכן, אבער למעשה האב איך נישט געזעהן די מעשיק טויש וואס איך האב ערווארטעט, נאך א שטיק צייט וואס איך בין כסדר איבערגעגאנגן די זאכן וואס איך האב געלערנט האב איך צוביסלעך אהנגעהויבן זעהן פראגרעס, ווי מער איך בין געליגן דערין אלץ מער בין איך געוואקסן, פעסט פארווערד אפאר יאר, דערקען איך מיך אליינס נישט.

איין זאך נאר @חסדי אבות, אויב אלעס וואס די זיכסט איז סעלף קאנפידענס און דעץ איט, קען איך דיר געבן אפאר יוטוב ווידיאוס צו קוקן און וועסט זיין א געהאלפענער, להשיג איז פיל מער פון דעם.

אז איך שרייב שוין יא, איך בענטש דעם טאג וואס איך האב מיך באקענט מיט ר יודל מעלבער, א זעלטענע טאלאנטפולע און געשמאקע מענטש, סיי בשעתן קורס און ווי אויך ווען איך טרעף אים דא דארט, א יוד פול מיט אינספערעישאן און ווארעמקייט, די להשיג חומר איז פאר זיך אליין גאר שטארק, אבער די וועליו וואס ר יודל געט צו צו דעם איז אומשאצבאר.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך שטים איין צו יעדן ווארט פון "אינוועסטער" איבער דעם להשיג קורס בכלליות, און ספעציעל איבער ר' יודל מעלבער בפרטיות.

הגם פאר איינער וואס איז נישט דארט געווען קען עס אפשר אויסקוקען ווי ער איז אולי א איינגעשטעלטער וואס זוכט פשוט צו מארקעטן דעם קורס, אבער פאר איינער וואס איז געווען דארט פארשטייט אז דאס איז דער ריכטיגער געפיהל פון יעדן משתתף אינעם קורס. (דאכט זיך אז ר' יודל האט אפילו נישט קיין ארבייטערס, נאר ער איז א one man band).

איין זאך אבער, אז מען דארף זיין באמת גרייט צו ארבעטן אויף זיך און שטארק פאקוסען צו טוהן און פראקטיצירן דאס וואס ער לערנט אויס, ווייל אן דעם איז עס טאקע א געשמאקע קורס צו הערן, אבער עס וועט ווייט נישט האבן דעם ריכטיגן עפעקט.

אזוי ווי ר' יודל זאגט אלעמאל, אז צו הערן און זיך אויסלערנען די אלע שיינע ידיעות און מעטאדן זענען דא אסאך וועגן וויאזוי צו אנקומען דערצו, אבער זיין קורס איז א Workshop ווי מ'פראקטיצירט די אלע זאכן אויף למעשה און מ'ברענגט עס אריין אינעם טאג טעגליכן מהלך החיים.

נאך א נקודה פון וואס איך האב זייער הנאה געהאט ווי אלעס גייט צו מיטן העכסטן מאס נארמאלקייט, און זיין גאנצע מטרה איז דירעקט נישט צו איבערדרייען נארמאלע מענטשן פאר קוריאזע בשר ודם'ס, נאר פונקט פארקערט צו נעמען דעם מענטש'נס אייגנארטיגע טבעיות און עס פשוט ארויסברענגן צום אויבערפלאך אויפן נארמאלסטן וועג וואס איז שייך.
---
ווייל אזוי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 31, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל אזוי »

א גוטן טייערע חבירים,

איך שטים צו צי יעדעס ווארט פון "אינוועסטער" און "בשבילי נברא", איך בין אויך אדורך די "להשיג" קורס און איך בין מעיד אז איך האב גאר אסאך קונה געווען ב"ה, און יא, די פערזעינליכקייט פון הר"ר יודל איז א שטארקע באנוס פאר זיך, עס איז עפעס וואס נאר איינער וואס איז אדורך די קלאס קען ריכטיג פארשטיין.

יישר כח בשבילי פארן ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון זיך commiten צי די קלאס, איך פיל אז אין דעם איז אנגעוואנדן די גאנצע הצלחה.

איך וויל ארויסברענגען נאך א נקידה, אסאך מענטשן מיינען אז מען דארף האבן עפעס א פראבלעם כדי צי גיין צי א קורס, דער אמת איז אבער אז די קורס איז געמאכט אזוי ווי ר' יודל זאגט, "For successful people to become more successful", און איך מיין אז א יעדע מענטש קען ווערן מער סוקסעספול, צי אין פערזענליכן לעבן צי אין פראפעשאנעל לעבן (אין ביזנעס וכו').
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

געשטימט אויף געווען ביי פראדאקטיוו פאר צוויי יאר צוריק און איך האב נאך אלץ ניצן דערפון.
איך האב דאס געשטימט ווייל דאס איז די נאנסטע צו מיין אפציע. מיין אפציע איז: איך האב נאך אלץ ניצן דערפון, אבער זייער ווייניג.

דאס איז חוץ וואס כ'מוז מוסף זיין אויב דו האסט אין פלאן אהינצוגיין. ר' יעקב יצחק שטיינמעץ האט א מורא'דיגע כח הדיבור, און פון זיין וועג פון רעדן זעהט אויס ווי די גן עדן גייט זיך דיך עפענען באלד נאכן דורכגיין די קורס, אבער די אמת איז נישט ממש אזוי... עס העלפט נאר לויט ווי סאך ארבעט דו האלסט ביים אריינלייגן. יש עוד מה להוסיף, אפשר אין א צווייטע געלעגנהייט.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ווייל אזוי האט געשריבן:א גוטן טייערע חבירים,
איך בין אויך אדורך די "להשיג" קורס.

פארוואס א נייע ניק?
וואס איז די בושה פון גיין צו להשיג?
נאכדערצו ווען דו ביזט א בלויזער ניק....
ווייל אזוי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 31, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל אזוי »

איסר האטלקי האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:א גוטן טייערע חבירים,
איך בין אויך אדורך די "להשיג" קורס.

פארוואס א נייע ניק?
וואס איז די בושה פון גיין צו להשיג?
נאכדערצו ווען דו ביזט א בלויזער ניק....


קיין בושה.

איך בין ניט געוואוינט צי שרייבן, נאר דא פיל איך אז עס קען האפענטליך העלפן מענטשן וואס ווילן גיין.
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

איך בין געגאנגען אין קאלידש פארשטייט זיך מיט רשות פין מיין רב עס טוט אויף למעשה צו ברענגען פרנסה עס איז היינט דא פארשידענע דעגרי פראגראמען וואס איז אויסגעהאלטן אויך איז דא נבנים מיין חבר איז אהינגעגאנגען אין ער איז זייער שיין מצליח
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

די נושא דא איז סעלף אימפראוומענט קאורסעס
אפשר טאקע
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר טאקע »

געוואלט פרעגן אויב איינער איז געווען ביי ביידע אדער איינער וואס ווייסט קלאר די פאקטן . ווי לוינט זיך ענדערש צו גיין (ערענסט גערעדט)
ביטע מיך ענטפערן אין אישי.א דאנק
אפשר טאקע
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר טאקע »

אויך קאסטן ביידע די זעלבע אדער איז איינס מער טיייערער ?
פראטאגטיוו בעט 2 אלפים .וויפיל איז להשיג ?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אפשר טאקע האט געשריבן:אויך קאסטן ביידע די זעלבע אדער איז איינס מער טיייערער ?
פראטאגטיוו בעט 2 אלפים .וויפיל איז להשיג ?

1500
און ס'איז 15 שיעורים אויסגעשפרייט אין 15 וואכן
---
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אין די פארגאנגענהייט האבן אזאנע אשכולות געצויגן אסאך טרעפיק און היץ....
דזשאסט סעינג
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דערווייל אינאך גאנץ קיל דא

פארוואס ארויף דרייען די סטיעם?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

געלעגער האט געשריבן:אין די פארגאנגענהייט האבן אזאנע אשכולות געצויגן אסאך טרעפיק און היץ....
דזשאסט סעינג

א תגובה וואס וואלט ווען געדארפט געמעקט ווערן, ספעציעל אין די יעצטיגע מעקן עפאכע.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

איז עס א פרישע זאך די פרויען קלאסן? און בחורים ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

פראדאקטיוו.jpg
פראדאקטיוו.jpg (16.71 KiB) געזען 3622 מאל
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

איך זוך די קאנטאקט אינפארמאציע פון פראדאקטיוו און להשיג. ולמצוה גדולה יחשב.

א אימעיל עדרעס איז דאס בעסטע
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

רופא נפשות האט געשריבן:איך זוך די קאנטאקט אינפארמאציע פון פראדאקטיוו און להשיג. ולמצוה גדולה יחשב.

א אימעיל עדרעס איז דאס בעסטע

[email protected]
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

א גרויסן יישר כח!

פראדאקטיוו האט איינער?
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

I reserve the right to disagree
12:56
אתרוג בוים
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2020 4:11 pm

Re: פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג בוים »

Does anyone have the email address? פראדאקטיוו
אוועטאר
פייף דיך אן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 1:05 pm

Re: פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייף דיך אן »

איך בין געווען ביי להשיג און איך האלט אז עס איז א מוז פאר יעדע יונגערמאן - איך ווייב אז עס פאסט נישט פאר יעדעם אבער איך האלט אז איז א מוז פאר יעדעם - יעדער קען בענעפיטן מיר פערזענליך האט עס געטוישט אסאך זאכן אין מיין לעבן,
אגב וועגן פראדאקטיוו האב איך 2-3 חברים וואס זענען געווען און זיי האבן מיר אפגערעדט פון גיין און מיינע חברים וואס זענען געווען ביי להשיג האבן מיר אלע געשטיפט דערצו.....
אוועטאר
שרייבען
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 8:49 pm

Re: פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבען »

פייף דיך אן האט געשריבן:איך בין געווען ביי להשיג און איך האלט אז עס איז א מוז פאר יעדע יונגערמאן - איך ווייב אז עס פאסט נישט פאר יעדעם אבער איך האלט אז איז א מוז פאר יעדעם - יעדער קען בענעפיטן מיר פערזענליך האט עס געטוישט אסאך זאכן אין מיין לעבן,
אגב וועגן פראדאקטיוו האב איך 2-3 חברים וואס זענען געווען און זיי האבן מיר אפגערעדט פון גיין און מיינע חברים וואס זענען געווען ביי להשיג האבן מיר אלע געשטיפט דערצו.....


Same here
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: פראדאקטיוו vs להשיג אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

איך בין געווען ביי posable you פין הרב יום טוב גלעזער פין איך האב זייער שטארק הנאה געהאט אין יעדער וואס איז דארט געווען (וואס איך ווייס) זאגט די זעלבע
ממש א life Changer ....
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”