די פארגעסענע מענער און פרויען אין אונזער לאנד, ווער זענען זיי?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

די פארגעסענע מענער און פרויען אין אונזער לאנד, ווער זענען זיי?

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג ינואר 31, 2017 9:55 pm

די פארגעסענע מענער און פרויען פון אונזער לאנד וועלן מער קיינמאל נישט זיין פארגעסן! האט געדונערט די קול פונעם שוין היינט ערוויילטער און די פאקטא פרעזידענט דאנעלד טראמפ מערערע מאל ביי אויפטריטן און ראליס.

האט זיך איינער שוין אפגעשטעלט טראכטן ווער עס זענען דאס די "פארגעסענע מענער און פרויען"? וואו טרעפט מען זיי?

המגיד הנפלא ר' אלימלך בידערמאן שליט"א פארציילט: אין די גלות צייטן פונעם בעל שאגת אריה האט ער געהאט א חומרה אין כשרות נישט צו עסן אין די פרעמד, ער פלעגט אייביג האבן ביי זיך א פעקעלע רויע בונדלעך און וואו ער איז אנגעקומען האט ער געבעטן פון די מכניסי אורח זיי זאלן אים אפקאכן די בונדלעך. איינמאל איז ער אנגעקומען צו א חתונה און ווי זיין מנהג האט ער נישט געגעסן פון די סעודה נאר געווארט אז די בעל שמחה זאל באמערקן אז ער עסט נישט און דאן וועט ער אים בעטן ער זאל אים א טובה טוהן און אפקאכן די בונדלעך זיינע.

למעשה איז אדורכגעגאנגען די גאנצע שמחה און קיין פיפס האט ער נישט געהערט פון קיינעם, עס האט אויסגעזעהן ווי מען האט נישט אויפגעכאפט אז ער איז הינגעריג געבליבן. נאך די חתונה האט מען אבער באמערקט אז עס איז גע'גנב'עט געווארן א זילבערנע לעפל, גלייך איז די בעל שמחה אויפגעשפרונגען אז ער האט עס זיכער דערשנאפט און צוליב די טירדת הגניבה האט ער נישט צוגעלייגט קיין קאפ צו עסן. די שאגת אריה האט דעמאלטס געטייטשט: "נשכחתי כמת מלב" איך בין געווען פארגעסן ווי א מת, "הייתי" ווען בין איך געווארן א יש? "ככלי אובד" ווען די כלי איז פארלוירן געווארן. דעמאלטס איז דער עולם פלוצלונג געוואויר געווארן אז איך עקזיסטיר...

איך געדענק אין ישיבה איז געווען א געוויסע צאל חברים וואס זענען גערופן געווארן בשם "יעדער", ווען ראובן שמעון און לוי האבן אפגעמאכט צו טוהן א געוויסע טאהט האט יעדער גלייך איינגעזען אז "יעדער" האט שוין געמאכט די החלטה צו טוהן דאס וואס די דריי חברה האבן אפגעמאכט און די נידון איז געווארן פארמאכט פאר דיסקוסיע. כתוב וחתום. ווער איז פורים רב? ראובן און לוי האלטן אז שמעון איז דער פאסיגסטער קאנדידאט פאר דעם אמט, איי זבולון האלט אז ער קומט אויך נאך די פארלאנגטע קוואליפיקאציעס? גיי קריג זיך מיט ראובן און לוי, זיי זענען די זאך...

אין חדר, ישיבה, כולל, ביזנעס, צווישן חברים, משפחה, און וואו נישט, איז אייביג דא א קליינע צאל "דעה זאגער" וואס מאכן אפ וואס די "גאנצע עולם" גייט טוהן. די איבעריגע מוזן האלטן זייערע געדאנקען אין בויך און אין בעסטן פאל זיך בעטן ביים דעה זאגער זאל באוויליגן אים אויסצוהערן, און אפילו אויב פרובירט ער אליין צו ארגאניזירן עפעס א פראיעקט טרעפט ער זיך גאנץ שנעל אלס איין מאן באנד וואס ווי פארשטענדליך גייט אלעס כאדאראם און לערנט א לעקציע אז קומענדיגע מאל טוט מען נישט "אליין".

עס איז דא א ריזיגע פראצענט פון אונזער באפעלקערונג וואס שפירן זיך פארגעסן. קלוגע מענטשן, געלונגענע מענטשן, בעלי כשרון, נישט קיין חילוק ווער, די אלע האבן די אויסזיכטן צו שפירן פארגעסן, און, צו זיין אפן, עס איז טעם גיהנם התחתון. ביסט געבוירן געווארן מיט איינס פון די דריי סימני ישראל? נעמליך, אלס "ביישן"? געב אויף אויף דיינע אמביציעס, עס וועט דיר גארנישט העלפן, דיין דעת איז גוט פונקט אויף דעם, אלס דעת. למעשה וועסטו נישט אנקומען ווייט.

יעדער מענטש איז שוין אמאל געווען אין א פארגעסענע סביבה, דער גרעסטער מויל מאכער קומט אמאל אהן אין א פלאץ וואו ער דארף וויילן פאר אפאר שעה און דארט לאכט מען פון אים. אונזער ארבעט איז צו נעמען די שלעכטע עקספיריענס און אנערקענען ווי שעדליך די געפיל איז פאר איינעם וואס איז עס טועם 24 שעה א טאג.

מיר דארפן העלפן די פארגעסענע מענטשן! טראמפ גייט זיי העלפן מיט העלט אינשורענס, עס גייט זיי אבער נישט מאכן שפירן בעסער... בעליוו מי... מיר דארפן זיך אויפהייבן די קאפ, ארומקוקן אויף די וועלט, טרעפן די אויסגעלאשענע אויגן, און זיי דערלייכטערן.

"כי באפם הרגו איש", מיט א דריי פון די נאז קען מען דער'הרג'נען א מענטש לעולמים. פארוואס זיין א רוצח? אמעריקא טאלערירט מער נישט קיין רוצחים... קומענדיגע מאל איר הערט א זאך וואס געפעלט אייך נישט טראכט אריין "פארוואס" זענען יענעם'ס ווערטער ארויסגעקומען אזוי אומסטאביל? אפשר האט ער מורא? אפשר ווייסט ער נישט וויאזוי ארויסצוברענגען זיינע הגינות אויף א געזונטער אופן? און אנשטאט דרייען מיט די נאז קאמפלימענטירט אים אויף די גוטע חלק פון זיינע ווערטער.

דער פארגעסענער אינגערמאן האט זיך געזעצט אין ביהמ"ד נעבן אייך? זאג אים עפעס, רעד צו אים! אבער נישט בתורת עלטער פעטער וואס פרעגט קשיות צוליב די בלויזע סיבה ווייל מיר האבן זיך יעצט געטראפן, נאר ליבערשט אלס געטרייער חבר וואס איז אינטערסירט צו פארברענגען מיט אים א מינוט.

דעה בינה והשכל איז א זאך וואס מען קען נישט געבן, יעדער דארף אבער פארשטיין וויאזוי צו רעדן צום פארגעסענעם אינגערמאן אויף אן אופן וואס וועט אים דערלייכטערן אביסל. מאכן שפירן ווי ער איז עפעס ווערט אויף די וועלט, ער איז עפעס מער פון נאך א סטאטוע וואס קען גערעכנט ווערן צו מנין פונקט ווען איר יאגט זיך.

קאנגראטולאציעס, א פרישער שנה ראשונה אינגערמאן איז ערשינען אין שטיבל, זיינע טריט זענען קענטיג אביסל ציטערדיג, ער ווייסט נאכנישט וואו די סידורים ליגן, וועלכע פלעצער זענען מקומות קבועים און וואו ער מעג זיך יא זעצן, ווייניג זענען די וואס באמערקן אים, און נאך ווייניגער זענען די וואס זענען אים מקרב מיט א סידור און א זיץ פלאץ מיט א שמייכל און געפיל, זאכן וואס מאכן דעם מענטש שפירן ווילקאמען און אקצעפטירט.

מיר וואוינען אין ריזיגע שטעט, דאס איז א רעצעפט וואס פארמערט פארגעסענע מענטשן, ער האט נישט זיין קרעמל וואו ער קומט זיך אויס, וואו ער זאגט זיינע דעות והגינות, ער איז א פראדוקט וואס דרייט זיך אדורך די גרויסע מנינים צענטער וואש מאשין און גייט אזוי שנעל ווי ער איז געקומען. דאס איז נאך א סיבה פאר די אלטגעזעסענע וואס זענען שוין באקוועם אין זייער ווינקל צו אנטפאנגען דעם פרישן פרצוף בדרך כבוד.

אייער חבר דער שטילער מאכט א וואך נאכט? גייט צו! ער דארף עס מער ווי דער גרויסער מויל מאכער אין מקוה.

אזוי קען מען מאריך זיין א גאנצע נאכט מיט משלים, די סאב-טאטעל פון אונזער היינטיגער שמועס, טראכט פון יענעם, באמערק יענעם, באלייכט יענעם.

נאך קורצער: יענעם, יענעם, יענעם.

טראכט שוין נישט אזוי סך פון דיר...

דיסקלעימער, איך רעד צו מיר

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:07 pm

גאנץ א גוטע טריק צו אריינברענגען דעם עולם דא..... ;l;p-

אז דו שרייבסט פיין דארף איך נישט זאגן, אבער דאס אז דו האסט דא בארירט גאר א וויכטיגע און אונטערסאנטע נושא מוז איך דיר שוין זאגן, מען ווייסט נישט וואס א קלייניקייט טוט פאר דעם פארגעסענעם אינגערמאן בחור אינגל שכן אא״וו.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:17 pm

וויכטיגע נושא, הערליך געשריבן.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:21 pm

ווער נאך ווי אזא הארץ ווי מה פתאום איז געאייגנט ארויסצוברענגן אזא טייערע נקודה, און נאך מיט אזא פליסיגן פעדער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

א קאנאדער
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:23 pm

הרב מה פתאום
עפעס מורעדיג
הערליך שיין באשריבן
העמיר מקרב זיין די שנה ראשונה יונגעערמאן :lol:

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:27 pm

איך האב מיר אלס געוואונדערט וואס די פראגע צייכנס אין דיין ניק דינען, יעצט פארשטיי איך. זיי דערמאנען נו, נו, נו!

א סמעטענע פון א שריפט

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1942
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג ינואר 31, 2017 10:36 pm

פרעג איך דיר: האט נישט געלוינט א טראמפ געווינס...?
פייוו סטאר!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג ינואר 31, 2017 11:52 pm

מוראדיג פיין, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אזא שיינע באשרייבונג.

הערליך!!!!
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 10:24 am

תגובהדורך גדלי וואסער שעפער » דינסטאג ינואר 31, 2017 11:54 pm

Wow!
שטארקע ריכטיגע ווערטער
מען דארף דאס אבער טין מיט שכל אין געפיל
....בפרט אמאל א אלטע בחור/גרוש/יתום

Wow! Very strange words....
יא סאיז 2017 מיר דארפן פראבירן טין פארן אייבישטערס
...פארגעסענע קינדערלעך

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 01, 2017 12:27 am

גאר גוט געשריבן.
פיינע איידיע פארן קעפל (תרתי משמע)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

חיים יענקל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » מיטוואך פאברואר 01, 2017 12:37 am

האב איך מיך שוין אנגעגרייט מיין קאנטער תגובה אין.... מיטן צינג אינדרויסן...


א דאנק מה פתאום!!!

גאר הארציג! גאר גוטע געדאנקען! גאר אמת'ע נקודות! אין פארשטייט זיך גאר גוט געשריבען!

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך פאברואר 01, 2017 5:38 am

הערליך! א שטארקע נקודה און א גלעצנדע שריפט!
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך פאברואר 01, 2017 5:44 am

מונאוויטש האט געשריבן:הערליך! א שטארקע נקודה און א גלעצנדע שריפט!

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:00 am

יישא כת פאר די ווארימע ווערטער!!
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:23 am

@מה פתאום???,

וויכטיגע נושא און גאר גוט געשריבן. שכח
;l;p- ;l;p- ;l;p-
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 12:47 pm

א גרויסן שכח,

גאר א וויכטיגע נושא, זייער גיט געשריבן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך פאברואר 01, 2017 1:00 pm

איך וועל נישט שרייבן אז דו האסט א פליסיגע שריפט, ווייל דאס האבן שוין אנדערע ארויסגעברעגט...

איך וועל אויך נישט שרייבן אז מען דערקענט דיין ווארעמהארציגע געפיל און נשמה פאר א צווייטן, ווייל דאס זעט מען צווישן די שורות...

וואס כ'וואלט יא געפרעגט איז, וואס קענען די פארגעסענע זעלבסט טון צו אריינקומען מער אין צענטער? איז דא עפעס א עצה פאר א נישט זעלבסטזיכערע אינגערמאן אריינצוקומען צווישן א גרופע און טון עפעס אויף א נארמאלע וועג אז מען זאל אים באמערקן?
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 1:11 pm

מה פתאום!!!
זייער גוט ארויס געברעגט.....

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך פאברואר 01, 2017 1:31 pm

יישר כח פאר אלע וואס האבן באדאנקט, עס איז א גרויסע חיזוק והנאה, מער ווערט ווי די פרייז וואס מען צאלט פאר א שרייבער איז די אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס...

---

אוי... הרב פארבינדן, איר עפנט א קופה של שרצים, א פארוויקלט פעקל, עס איז גאר א האקעלע זאך.

די שליסל ווארט ענטפער בקיצור נמרץ איז: ארבעט און פיר זיך אויף אויף אן אופן וואס מענטשן זאלן דיר ליב האבן. ברענג אהבה אויף דיר.

אבער בעפאר מיר גייען אריין וואס יא צו טוהן לאמיר קודם אראפלייגן די גרויסע טעות וואס די פארגעסענע מענטשן מאכן ווען זיי זוכן ארויסצוקריכן פון זייער פלאנטער:

שטעלט אייך פאר איר ארבעט אין א ביזנעס יארן לאנג, מיט סוקסעס, אלע געדאנקען און איידיעס אינערהאלב דעם געשעפט ווערן אדורכגעשמועסט און אפגעמאכט דורך די בעל הבית, מיט נאך אפאר ארבעטער, איר צווישן זיי. איר ווייסט שוין מער ווייניגער וויאזוי יעדער פון די ״דיסיזשאן מאכערס״ וועלן רעאגירן צו יעדע סארט שאלה וואס קומט אויף, אלעס איז עסטעבלישט, און עס פארט א באן.

קומט אבער די טאג וואס די ביזנעס פארברייטערט זיך, מען נעמט אויף נאך אן ארבעטער, א מויל מאכער וואס שערי דעה לא ננעלו מפניו, וואו ער קומט ווארפט ער אריין זיין דעת קודש. עס איז זיכער אז אזא אויפפירונג וואלט נערוועז געמאכט די אלטגעזעסענע, הלמאי ער רוקט זיך אן און האט שוין א דעה אויף יעדע זאך וואס מען האט שוין מיליאן מאל אדורכגעשמועסט און אפגעמאכט.

דער נייער ארבעטער וואלט זיכער גענאסן פון גרויסע קוואנטומעו עטיטוד ביז ער וואלט געכאפט אז זיין אויפפירונג איז נישט אין פלאץ.

יעדע סביבה איז ווי א ביזנעס. יעדע קרעמל האט זיך אירע מויל מאכערס, יעדער איז שוין צוגעוואוינט צו יעדעם, יעדער ווייסט שוין וואס צו ערווארטן פון יעדעם, מען ווייסט שוין וועלכע זאך אינטערעסירט וועם, וכו׳. און די קרעמל האט אויך א צאל שטילע ״פארגעסענע מיטגלידער״ אזויווי יעדע סביבה אויף די וועלט.

יעצט שטעלט אייך פאר דער פארגעסענער קומט אריין איין טאג צו מנחה מעריב, ערר האט נארוואס געענדיגט הערן א קאנפידענטס שיעור, ער ציעט זיך ארויף די ארבל און איז פולקאם גרייט צו וויסן ווער ער איז עכט.

ער קומט אריין אינמיטן א פייערדיגע פאליטישע שמועס, ראובן דער טראמפיסט גיסט פעך און שוועבל אויף די דעמאקראטן, שמעון ענטפערט צוריק מיט א פנים רויט ווי א בוריק, לוי ווארפט אריין א וויץ צו בארואיגן די געמיטער, און יהודה פארציילט די לעצטע אנטוויקלונגען אין וואשינגטאן.

אבער אט קומט אונזער קאנפידעטס פולער אינגערמאן אריין מיט די ארבל ביי די אקסלען, אין א נארמאלער טאג וואלט ער זיך געזעמט אויף א באנק אונטער די קופקע און פרובירט הערן יעדעם׳ס דעות, היינט ווייסט ער אבער נישט פון קיין מעשיות און רופט זיך אן מיט א פעלזן פעסטע שטימע: ״די אלע זאכן זענען שטותים, איך גיי פולי פאר די גרין פארטי קאנדידאט גרין!״

די מיטשמועסער קענען זיין פנים אבער ווייסן נישטאמאל וויאזוי ער הייסט, אבער... ער איז דא... ער זאגט, ער האלט, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? כ׳מיין וואס מישסטעך אריין?

לאמיר א רגע אויסשמועסן די טעות פון דעם יונגערמאן, עס איז אין די דעפיניציע פון ״שטארק״. ער מיינט אז אויב וויל ער ווערן שטארק ביי זיך דארף ער ״רעדן מיט א שטארקייט״ דאס הייסט זאגן זיינע בויך קרעמפפן אויף אן אופן וואס עס איז נישטא קיין צוויי וועגן אבאוט איט. ער דארף זאגן זיי דעה כלה כמות שהיא.

דער אמת איז אבער אז שטארק מיינט בכלל נישט דאס, א שטארקע כאראקטער איז נישט דער וואס רעדט מיט א שארפקייט, דאס מאכט נערוועז און ברענגט בכלל נישט קיין אהבה אויף זיך.

דאס איז א גרויסע טעות וואס האט שוין געפירט צו גאר אסאך מיספארשטענדענישן, איך געדענקט נעבעך אזא פארגעסענע אינגערמאן וואס קיינער האט נישט געטארט אדורכגיין צו נאנט צו זיין פלאץ און אויב יא איז ער צוגעלאפן צו יענעם רויט און דערשראקן און געשעפשעט מיט א אזויגערופענע שטארקייט ״דאס איז מיין פלאץ״... און יעדער מיט א מוח בקדקדו האט גלייך געקענט כאפן אז ער מיינט נישט די פלאץ, ער וויל פשוט מען זאל נישט טרעטן אויף אים, ער האט אפגעמאכט אז אנשטאט זיך לאזן ווי א נער׳עלע וועט ער ״ווייזן וואס ער קען״. פארשטייט זיך אז דאס האט אים נישט צוגעגעבן קיין פאפולאריטעט.

חז״ל זאגן אז עס איז דא א דרך ארוכה וקצרה און א דרך קצרה וארוכה. די ריכטיגע און עפעקטיווע וועג איז די דרך ארוכה וקצרה. מען קען נישט ווערן פאפולער פון איין טאג צום צווייטן. נישטא אזא זאך. נאדא.

די ארבעט איז ארויפצוברענגען אויף זיך אהבה. וויאזוי? המשך יבא איך דארף לויפן...

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך פאברואר 01, 2017 2:23 pm

איך יאג מיך... איז קוידם א שכח אויף די צווייטע העלפט אויכט

ווי מען האט שוין געשריבן
א גרויסן שכח,

גאר א וויכטיגע נושא, זייער גיט געשריבן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך פאברואר 01, 2017 2:49 pm

מה פתאום; כ'האב שטארק הנאה פון דיר

די לעבסט אויף דער פלאץ מיט דעה בינה והשכל

האסט א סאך צו פארקויפען און א גלענצענדע פיוטשער דא.

א דאנק פאר דעם אשכול, און פאר אלע אשכולות וואס כ'האב נישט אנגעיאגט באצייטענס צו רעאגירען און באדאנקען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:16 pm

האב איך נישט אזויפיל צייט צו ליינען לעצטנס, אבער ווען מה פתאום שרייבט איז עס געשריבן

ישר כח גדול! אמת ויציב ונכון וקים וישר!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:37 pm

Wow! גדול האחרון מן הראשון, זייער זייער שיין געשריבן און ארויסגעברענגט.

ארויסהעלפן אידן אין די נושאים קענען אסאך מאל ממש ראטעווען א מענטש'נס לעבן, יעדער קען אזעלכע מענטשן וואס זענען פון די א.ג. "פארגעסענע", אבער אסאך מאל זעהט עס אויס ווי יענער האט זיך לכתחילה בוחר געווען אזא לעבנס-שטייגער און דאס איז מיט וואס ער פילט זיך באקוועם צו לעבן אין זיין באשיידענעם וועלטל,

אבער אין גאר אסאך פעלער איז דאס ממש להיפּוך, אזא מענטש לעכטצט נאך אביסל אויפמערקזאמקייט, איינער זאל אים אביסל אנקוקן און זיך וויסענדיג מאכן פון אים, אים זאגן א גוט ווארט וכדו', ער וואלט זייער געוואלט זיין פון די אנגעזעהנע אינעם געזעמל, אבער ער איז נעבעך א צוריקגעצויגענער וואס קען זיך נישט דאס מויל עפענען, און דאס קלאפט אים אראפ זיין גאנצע מוט און זעלבסט ווירדע, און פארשטייט זיך אז דאס טוט אפעקטן זיין גאנצע לעבן ארום אויך.

און ווער עס זוכט אויף די אידן קען ממש מחי' זיין נפשות, און ער קען מיט א פשוט'ע גוט ווארט און א שמייכל פאר יענעם ממש איינקויפן זיין חלק עולם הבא.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך פאברואר 01, 2017 4:57 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:Wow! גדול האחרון מן הראשון, .
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך פאברואר 01, 2017 5:42 pm

ס'קומט טאקע נישט אויס דא צו פארברענגן
אבער פאר אזא ארטיקל ברויך מען זיך איבערשטרענגן
מה פתאום אינעם נפש אריין געדרינגען
צו שענקן אן אויג צום דער יונגערמאן נישט אזוי געלונגען
מיט א שריפט וואס באנעמט-העלפן די הערצער פארקלעמט
די פארגעסענע נשמות - מחי' זיין שלא ימות
און גיבט נאך אן עצה פאר די אינעם פעקל
זאל די דאנק שורות דינען אנשטאט א טשעקל...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א שדכן, טיפיקעל און 27 געסט