די מצב הפרנסה ביי אחב״י - אנקעטע רעזולטאטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

די מצב הפרנסה ביי אחב״י - אנקעטע רעזולטאטן

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג ינואר 22, 2017 5:46 pm

ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן איז ארויסגעלייגט געווארן אן אנקעטע מיט שאלות איבער די מצב הפרנסה ביי אחינו בני ישראל. א קלארקייט אין די פאקטן מאכט גרינגער צו באשלוסן וויאזוי זיך צו פארבעסערן. ברוך השם דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן און ביי צוויי הינדערט שטימען איז די אנקעטע פארשלאסן געווארן כדי צו קענען רעכענען די רעזולטאטן.

מען קען אנקוקן די רעזולטאטן פון אסאך פרעספעקטיוון, מען קען מאכן פארשידענע קאלקולאציעס, און באמת עס איז א מים שאין להם סוף. אבער ערגעץ דארף מען זיך דאך אפשטעלן, אשר על כן לייגן מיר דא ארויף די בעיסיק קאלקולאציעס, און באזונדער אטעטשן מיר אן עקסעל פייל מיט אלע שטימען כדי יעדער זאל קענען רעכענען וואס ער וויל.

בעפאר מיר גייען צו צי די רעזולטאטן איז אין פלאץ זיך צו באדאנקען פאר חברינו היקר המכונה בשם ״עין טובה״ וואס כשמו כן הוא, ער איז כסדר גרייט געווען צו העלפן מיט אלע טעכנישע חלקים אינערהאלב דעם פראיעקט. תשוחח״ל. ווי אויך ווילן מיר דאנקען די אלע וואס האבן געשטימט, נאר מיט ענקער שטימע זענען מיר אנגעקומען צו די רעזולטאטן.

די רעזולטאטן צוטיילט לויט ״עוורידש״
דרוקט דעם בילד צו זעהן אין גרעסער

IMG_0541.JPG


די עקסעל פייל

האט הנאה און נעמט מיט די אינפארמאציע אויף למעשה.

ווער עס קען זיך אויס אין בודשעטינג און קען באשטיין צו אנאליזירן די רעזולטאטן וועט האבן א גרויסע זכות.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 22, 2017 5:50 pm

וואף!...

מעג"א
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג ינואר 22, 2017 5:54 pm

פשט, אז מען קומט גאנץ פיין אויס.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 22, 2017 5:55 pm

שכוח מה פתאום.

איך מיין מען ברויך אויך האבן די MEDIAN עווריזש נאמבערס, נישט נאר די MEAN.

ביי MEAN עווריזש קענען עטליכע וואס פארדינען דראסטישע הויך אדער נידריגע אינקאם SKEWען די עווריזש.

(ביי רוב סטאטיסטיקס שרייבט מען טאקע ביידע).

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג ינואר 22, 2017 5:57 pm

הייסט אין אפסטעיט פארדינט מען אביסל ווייניגער און מען האט אביסל מער הוצאות. מען סעיווט ווייניגער.

פארוואס טאקע? איז נישט דאס לעבן אין שטאט פיל טייערער?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 22, 2017 6:23 pm

וויפיל קינדער האבן די שטאטישע וועלכע סעיוון 15 אלפים א יאר?

אויך קען זיין אז די שטאטישע זענען מער געדריקט צו סעיוון זייער געלט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג ינואר 22, 2017 6:29 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:וויפיל קינדער האבן די שטאטישע וועלכע סעיוון 15 אלפים א יאר?

אויך קען זיין אז די שטאטישע זענען מער געדריקט צו סעיוון זייער געלט.

קענסט דאך זעהן, קוק די דריטע שורה.

זיי האבן 2-3 קינדער.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג ינואר 22, 2017 6:31 pm

דאס לעבן און קרית יואל איז טייערער ווי למשל עסן גראסערי רעסטאראנט שיך קליידער טעקסעס ממיז האבן א קאר וכ'ו וכ'ו

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 22, 2017 6:42 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:הייסט אין אפסטעיט פארדינט מען אביסל ווייניגער און מען האט אביסל מער הוצאות. מען סעיווט ווייניגער.

פארוואס טאקע? איז נישט דאס לעבן אין שטאט פיל טייערער?

איך טענה דאס שוין זייער לאנג.

מען שרייט אז מען זאל ארויס מופן פון שטאט ווייל דארט זענען די דירות ביליגער, אבער מען כאפט נישט אויף אז די וועידשעס זענען דארטן קלענער ווי דא...

און נאך מער, אז מען רעכענט צוזאם די חילוק פון די וועידשעס פון דא אין שטאט ביז אפסטעיט וועט מען זעהן אז אין שטאט קען א עורידש אינגערמאן באצאלן יעדע חודש רענט (טאקע נישט גרינג אבער עס איז מעגליך) משא"כ און אפסטעיט וואס די וועידשעס זענען אזוי קליין אז מען קען נישט באצאלן די מינימאלע הוצאות.

עס איז נישט פשט אז די הוצאות זענען דארטן מער ווי אין שטאט, עס איז פשט אז דער עולם מאכט דארטן כמעט העלפט ווי אין שטאט אין די צייט וואס די הוצאות זענען נאר א פערטל ווייניגער ווי אין שטאט, דאס מיינט אז מען בלייבט מיט א לאך אין טאש.

איך האב שוין גערעדט מיט אפאר אידן וואס האבן געמופט קיין אפסטעיט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז וויבאלד דארטן צאלט מען ווייניגער פאר א דירה ווערט מען עשירים איבער נאכט, און למעשה האבן זיי חרטה ווייל זיי קענען נישט טרעפן קיין דשאב דארטן וואס זאל זיי דעקן די הוצאות, משא"כ אין שטאט וואס אפילו די הוצאות זענען טאקע גרעסער ווערט עס אבער געדעקט מיט די וועידשעס.

ודו"ק היטב פאר די ביסט מגיב, טראכט גוט צו איך בין גערעכט, אסאך האבן מיר שוין געוואלט אפווענדן, אבער נאכן אריין טראכטן מיט א קלארע בליק איז דאס די בילד וואס קומט ארויס!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג ינואר 22, 2017 8:12 pm

הייסט עס אז אין אלגעמיין מאכן רוב אידן אויף אייוועלט - וואס האבן אינטערנעט, לצורך פרנסה פארשטייט זיך - מער וויפיל די הוצאות זענען.
די פראבלעמען הייבן זיך אן בלויז ביים חתונה מאכן. חוץ פון די וועלכע זיצן און לערנען. כנלע"ד לויט דעם אנקעטע.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

חכם ארזים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 11:06 am

תגובהדורך חכם ארזים » זונטאג ינואר 22, 2017 11:20 pm

איין זאך זעה איך אויף דעם chart אז מענטשען מיט צען אדער מער קינדער דרייען זיך נישט דא אויף אייוועלט

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מאנטאג ינואר 23, 2017 9:24 am

טשאלענט האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:הייסט אין אפסטעיט פארדינט מען אביסל ווייניגער און מען האט אביסל מער הוצאות. מען סעיווט ווייניגער.

פארוואס טאקע? איז נישט דאס לעבן אין שטאט פיל טייערער?

איך טענה דאס שוין זייער לאנג.

מען שרייט אז מען זאל ארויס מופן פון שטאט ווייל דארט זענען די דירות ביליגער, אבער מען כאפט נישט אויף אז די וועידשעס זענען דארטן קלענער ווי דא...

און נאך מער, אז מען רעכענט צוזאם די חילוק פון די וועידשעס פון דא אין שטאט ביז אפסטעיט וועט מען זעהן אז אין שטאט קען א עורידש אינגערמאן באצאלן יעדע חודש רענט (טאקע נישט גרינג אבער עס איז מעגליך) משא"כ און אפסטעיט וואס די וועידשעס זענען אזוי קליין אז מען קען נישט באצאלן די מינימאלע הוצאות.

עס איז נישט פשט אז די הוצאות זענען דארטן מער ווי אין שטאט, עס איז פשט אז דער עולם מאכט דארטן כמעט העלפט ווי אין שטאט אין די צייט וואס די הוצאות זענען נאר א פערטל ווייניגער ווי אין שטאט, דאס מיינט אז מען בלייבט מיט א לאך אין טאש.

איך האב שוין גערעדט מיט אפאר אידן וואס האבן געמופט קיין אפסטעיט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז וויבאלד דארטן צאלט מען ווייניגער פאר א דירה ווערט מען עשירים איבער נאכט, און למעשה האבן זיי חרטה ווייל זיי קענען נישט טרעפן קיין דשאב דארטן וואס זאל זיי דעקן די הוצאות, משא"כ אין שטאט וואס אפילו די הוצאות זענען טאקע גרעסער ווערט עס אבער געדעקט מיט די וועידשעס.

ודו"ק היטב פאר די ביסט מגיב, טראכט גוט צו איך בין גערעכט, אסאך האבן מיר שוין געוואלט אפווענדן, אבער נאכן אריין טראכטן מיט א קלארע בליק איז דאס די בילד וואס קומט ארויס!


הייסט אז סוואלט געווען א גוטע זאך צו וואוינען אין אפסטעיט און ארבעטן און סיטי
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:30 am

חאכאם האט געשריבן:הייסט אז סוואלט געווען א גוטע זאך צו וואוינען אין אפסטעיט און ארבעטן און סיטי

זיכער אזוי, אבער רוב מענטשן ווילן נישט טרעוולען צו א לאנגע וועג, מחמת עטליכע סיבות, ערשטענס וויל סמוטשעט זייער שטארק אויס, צווייטנס ווייל יעדער וויל זיין נאנט צו די ווייב און קינדער על כל תבוא שלא צרה, און ווי אויך וויל מען וואוינען לעבן די פלאץ ווי מען ארבעט אז אין א פארנומענע טאג וואס מען האט נאר עטליכע שעה צו ארבעטן זאל נישט האלב פון די צייט ווערן פארשווענדעט מיטן פארן און קומען.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:35 am

די chart מאכט נישט קיין סענס... די עעוו ראי דזש פער חודש קאמפערט צו די יאהר איז דאבעל....... מען קען נישט ניצען אויף למעשה

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:43 am

אסאך מענטשן האבן יערליכע אינקאם׳ס/הוצאות וואס זעהן זיך נישט אן אויפן חודש׳ליכן בודשעט.

Volunteer
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

travel expences

תגובהדורך Volunteer » זונטאג ינואר 29, 2017 12:34 pm

remember even if you make more money working in the city travel expenses going down of that higher wage

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » זונטאג ינואר 29, 2017 12:49 pm

Volunteer האט געשריבן:remember even if you make more money working in the city travel expenses going down of that higher wage


די גאנצע הוספה גייט אוועק מיטן רויעך פונעם באס??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

Volunteer
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

תגובהדורך Volunteer » זונטאג ינואר 29, 2017 2:14 pm

that's right

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג ינואר 29, 2017 3:25 pm

That's not right

The difference is bigger than a book of bus tickets
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג ינואר 29, 2017 3:29 pm

עס איז דא עטליכע זאגן וואס שטימען נישט געהעריג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 29, 2017 9:03 pm

שאינו יודע האט געשריבן:That's not right

The difference is bigger than a book of bus tickets

הונדערט פראצענט אזוי!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:05 pm

אט אזוי האט געשריבן:דאס לעבן און קרית יואל איז טייערער ווי למשל עסן גראסערי רעסטאראנט שיך קליידער טעקסעס ממיז האבן א קאר וכ'ו וכ'ו


בכלל נישט אמת ,אבי געשטויגן און נישט געפלויגן

עסן ביי העלט מארט איז ביליגער פון רוב וויליאמסבורגע גאסן
און אפשר אפילו נאך גראסעריס

שיך און קליידער זענען נישט טייערער

די פאקט איז אז א ריזיג פארצענט קויפט אין וואל מארט און וואבערי קאממאן וואס זאכען זענען ביליגער פון שטאטישע געשעפטן

טעקסעס איז ביליגער פון שטאט

די פאקט באווייזט אז 50 פארצענט קרית יואל פארמאגט נישט קיין קארס

סאיז א אנרעדעניש און שוין

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:11 pm

א שאד זיך צו טענהען אויף פאקטן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 10:16 am

וואס הייסט דאס א שאד זיך צו טענה'ן אויף פאקטן? איז עס א פאקט; ווייז עס אויף. קענסט עס נישט אויפווייזן, איז עס טאקע נישט קיין פאקט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 11:03 am

טשאלענט האט געשריבן:
און נאך מער, אז מען רעכענט צוזאם די חילוק פון די וועידשעס פון דא אין שטאט ביז אפסטעיט וועט מען זעהן אז אין שטאט קען א עורידש אינגערמאן באצאלן יעדע חודש רענט (טאקע נישט גרינג אבער עס איז מעגליך)

וואאףףף!! גילוי אלערט!
וואס איז די גילוי? אז דו וואוינסט נישט אין שטאט. עכ''פ נישט אין ווילי. אין ב''פ ביסטו כמעט גערעכט, אבער אין ווילי, וואו א יונגערמאן צאלט גלייך נאך ד חתונה ווען ער איז נאך אין כולל און די ווייב ארבעט פול טיים $2,600 א חודש פאר א פיצי צוויי בעדרום דירה, און גראסערי א חודש קאסט לכה''פ $500 ביז $750 א חודש (פאר ווער עס ווייסט נישט, גראסעריס אין וומס''ב זענען בערך 30-40 פראצענט טייערער ווי אין ב''פ), פלאס לעקטער געז טעלעפאן אינשורענס וכו', איז אוממעגליך צו דעקן. און דערנאך ווען מ'גייט ארויס ארבעטן מאכט מען אפשר אביסעלע מער, אבער רעכן צו די הוצאות פון פעמפערס-קליידונג-פורמילא-בעיבי דזשארס- און וואס נישט, פלאס די רענט פון א גרעסערע דירה.
עס איז פשוט אוממעגליך צו קאווערן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט