עבדו את השם; בשמחה!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
עבדו את השם; בשמחה!
דער גאנצער לאנד לעבט מיט די נייעס, וואו דער אויג פאלט נאר אראפ באגעגנט ער זיך מיט רעדלעך און קופקעס וועלכע קייען און דרעשן אויס די לעצטיגע געשעעניש פון לאנד מיט אלע באקציינער.
דער פרעזידענטס בן יקיר'ל - איז אריינגעפאלן אין א טיפער דערפרעסיע זינט זיין טאטע האט נישט געקענט דורכפירן א וועטאאירונג אויף זיין נייעם געזעץ, נאכדעם וואס דער מאיאריטעט קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן.
א שטאב פון די גרעסטע פסיכאלאגן און פסיכיאטארן מיט די גרעסטע מעדאלן און לענגסטע ערפאלג ליסטעס זענען גערופן געווארן צום הויפטשטאט, אויסצוקוריקן דעם זון וואס שטעלט צו באליידיגענדע ווארע פאר די נייגעריגע זשורנאליסטן וועלכע מעלקן אויס יעדן לעקל קאמישן און אינטערעסאנטן אינפארמאציע, אבער מיט אלע זייערע טאבלעטן און היפאנטיזירונגען, האבן די דיאגנאזן געברענגט גאנץ קנאפע רעזולטאטן.
עד שבא חכם אחד אן געגעבן אן עצה, מזאל ברענגען א העמד פון א מענטש וואס איז תמיד בשמחה, אבער תמיד מיינט שטענדיג, אייביג, און וויבאלד 'שמחה' האט א נאטור אז עס קלעבט זיך אן ווייטער און איז זייער אנשטעקיג, וועט דאס מעגליך דינען אלס לעזונג צום בושה'דיגן פראבלעם, דער געהיים אגענטור איז איינגעשפאנט געווארן אפירצוברענגען אזא
קאנדידאט אבער סאיז פשוט נישט געגאנגען.
די קאנגרעסלייט, סענאטארן, ביזנעסלייט, עסקנים, טעקסי דרייווערס, און אפי' די הצלה מעמבערס מיט זייערע לעקטער- באדעקטע עס.יו.וויס, קיינער פון זיי האט נישט באקומען א 'פאזיטיוו נאוט' גייענדיג אונטער דעם ליי דיטעקטער.
אין קורצן: אין גאנצן לאנד איז נישטא קיין איין גליקליכער בירגער... די שפיאנאזש אגענטורן האבן גענישטערט מיט די בעסטע אגענטן און בעסטע טעכנאלאגיע ביז...
מען האט געפונען א קאנדידאט!!! ווער?! טראמפ? פוטין? מארקעל? ווער?!
עפעס א סירישער אימיגראנט וואס איז שוין געזעסן אין טורמע נאכן אים חושד זיין אלס אן אייסיס אפיליאירטער, אצינד איז ער היימלאז, דער לאטערי האט ער נישט געווינען, ביים מאסיוון שניי בליזארד האט ער קיין שוץ בכלל נישט פארמאגט, אבער ער איז העפי! גליקליך! פרייליך! בשמחה!
אבער עפעס אנדערש האט דא געשאפט א פראבלעם: דער פארשוין פארמאגט נישט קיין העמד! לויט ווי ער האט איבערגעגעבן פארן רעפארטער, זאגט ער איין א סטעיטמענט: צו וואס אן העמד? סברענגט עפעס חוץ פון דאגות?...
א באקאנטער פאלקס מעשה, אבער מיט א טיפן באדייט.
עבדו את השם בשמחה, וואס איז שמחה? וואס ברענגט שמחה? ווערן מיר דען בשמחה בשעת'ן עסן, טרינקען, טאנצען אדער ליינען? אמת סברענגט הנאה, מאינדזשויעט עס, אבער דער אמת'ער שמחה, סיפוק, צופרידנהייט, גליקליכקייט,וואס ברענגט דאס? פון וואס קומט דאס?
א סטאטיסטיק פון פארשידענע חוקרים האט פעסטגעשטעלט אז די סאמע גליקליכסטע מענטשן אויפן פלאנעט זענען די וואס האבן רצונות און פירן דאס אויס גענוי וויאזוי זיי האבן זיך
דאס אויסגע'פיקטשער'ט.
רבותי, מיר ווייסן אלע אז משפירט א גוטער געשמאקער טעם נאכן לערנען א בלאט גמרא, דאווענען מיט א ברען, בכלל נישט אזא סארט שמחה פון זינגען קעלבל ניגונים, קוקן די מנחה קליפ, און אראפרייסן אדער אויפבויען טראמפ צו אבאמא.
נאך א זאך: שמחה איז אנשטעקיג, א מענטשנס געזיכט איז א 'רשות הרבים' ווען איינער וועט צו דיר שמייכלען וועסטו צוריקשענקען א שמייכל, און ווען איינער וועט דיר אטאקירן דאן גאט באהיט.
לאמיר נישט זיין ווי יענער עושר שירד מנכסיו און זיך געקויפט א טייערן קאדילאק, ווען מהאט אים געפרעגט פארוואס אלץ עושר איז ער געווען צופרידן מיט א סיענע און אצינד שטעכט ער אויס די אויגן פונעם ציבור, האט ער געענטפערט: ווען סגייט מיר גוט זאל פאר יענעם אויך גוט גיין, אבער אויב פאר מיר גייט דאס נישט אמבעסטן דאן זאל יענעם אויך גיין מיטן פוטעם אראפ...
ליבע ברודער! לאמיר פרובירן צו זיין מיט א שמחה אמיתית, דורך אויסניצן די צייט מיט תורה, עבודה וגמ"ח, ווייל נאר אזוי וועלן מיר שפירן דעם 'ריכטיגן שמחה' נאר אזוי!
עבדו את השם בשמחה!
(געשריבן לע"נ ר' יצחק חיים ב"ר יוסף אליהו ע"ה)

די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
- נערישער אינגרמאן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 327
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
שמעלקא געליינט מיט דארשט און הנאה געהאט
איך קען קוים ווארטן פארן נעקסטן ארטיקל,
אויב ווערט די פארזעצונג אויפגעהאלטן וועגן די ארטיקלען, זאג איך דיר עס איז ווערט
(פאר אונז זיכער... איך האף פאר דיר אויך)

איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
-
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
- לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2319
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
שמעלא'לע נאדיר א
א מוראדיגע געדאנק דאס......
קיפ אפ יאר ווארק!! יעדער דא האט הנאה דערפון....

טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

- האסט נייעס
- שר האלף
- תגובות: 1101
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
- לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל