בלאט 2 פון 2

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 19, 2017 3:14 pm
דורך לכאורה
טשולענט איז די מען!

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 2:02 am
דורך אויסגערעכנט
יעצט אפגעליינט, דער טשולענט שלעפט יעדעם מיט אין זיינע חלומעלעך... גיימער צום נעקסטן.

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 3:19 am
דורך מאכט סענס?
טען פוינטס טשולי! :lol:

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 12:24 pm
דורך בערל קראקאווער
איי טשאלענט טשאלענט וואס האסטו געטוהן..

האסטעך אינגאנצן אוועק געלייגט...

האסטעך אנטפלעקט במלא מובן הפירוש מילות.

יאפס איינמאל פאר אלעמאל, קומט זיך דיר, האסטו אין פנים אריין, האסט געמיינט עסט קענען מאכן פון אונז אלעמאל ס'גנער?

ניין זאג איך דיר.

יא, האסטעך פאררעדט, כ'מיין פערשריבן, אבער נישט סתם אזוי, נאר ביג טיים.

וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך..... אוי ווי בין איך דא, אנטשולדיגט איך קום שוין צוריק צום ענין, אה ווי האלט איך, יא דא.
דו וועסט אוודאי זאגן אז מיין טעלעפאון בוק איז שוין געווען אינגאנצן באפימפעלט מיט אזוינע גרויסע פיצי מארקער פינטלעך ביז איך האב דיר אנדעקט, ניין.

פשוט און פראסט, איך בין געזעצן פאריגע וואך ביי פעטער שייעס שעבע בראכעס און....

איך?

יא!

די איידעלע שעמעדיגע אינגערמאן מיט די קליינע שווארצע בערדל, ביי די לינקע זייט, וואס דו האסט געמאכט חוזק פון מיר מיט אלע דיינע ברודער'ס ווען א גאנץ טעלער הייסע זופ האט זיך פארגאסן אויף מיין שיינע געביגלטע הויזן, און א טאמאטישע רויטקייט האט זיך פונאדיר געשפרייט פון איין נאז לאך ביזן צווייטן.

כאפסט?

ס'גאונות, כ'רעד פון ארינגס און ארינגס, בקיצור לאמעך צוקומען צום ווארט, האק מיר נישט אריין.

אה יא, די קאמשמארן פון פעטער שייעס ש"ב.

מיין איך איז די קלימאקס ווען ער שטעלט זיך אויף בכבודו ובבשרו ודמו, פשוט ער האט דאך נישט קיין ברירה, איינער מוז דאך באשיינען דעם שמחה, אפגערעדט פון משמח זיין דעם חתן,..

דאס כאפט ער נישט אז דאס געשעהט ווען ער פאלט שוין ענדליך אנידער אנמאכט אויף זיין בענקל און כאפט זיך צוריק דעם אטעם מיט שמעלקע'ס צוויי אנליינערס פון די זייטן (ע"ש).

יא, איז דעמאלטס גיסט זיך ממש פערל רייד אן אויפהער, אן קיין רחמנות אויף קיינעם, ווען ער ווארפט צאם שטוינענדע גימטריאות וועלכע האבן זיך אין וויסטן חלום נישט קיינמאל, און נאכאמאל קיינמאל, אפילו פאר א מיסטעיק זיך משדך געווען.

יא, אזוי ווייסט מען שוין יעדע ש"ב, ביז דער אייבערשטער העלפט, ווי זאגט מען נאר, מען שלאגט נישט אייביג, און עס ענדיגט זיך אין א גוטע שעה.

שוין, אבער נישט פאר דעם בין איך דא.

וואס יא?

וויל איך דיר זאגן.

איך קום אריין צו די ש"ב, זעה איך גלייך עס זיצט א גאנצע כאפטע אינגעלייט, מיט אנגעבלאזענע פענעמער, מען האט געפילט אין די לופט, אז די חעוורע ווארטן פשוט צו אויסגעלייזט ווערן, און אפטראגן פון דאנעט, אפ פיצן פון דא, אהיים יאגן און זיך ארויף ווארפן אויף די טעפ וועלכע ווארעמען זיך אויפן שפאר.

אבער פלוצים, הייב איך אן באמערקן ווי יעדע פאר מינוט ציעט א צווייטער ארויס א קליין נאטיץ ביכל פון בוזעם, און דאן מאכט מען אן אפיעל פאר א פעדער, און מען פארצייכענט זיך שנעל עטליכע נאטיצן..

און געגאנגען ווייטער צו די עבודה פון צוברעקלען די בילקע צו איר שאנדפולע ענדע.

א. א. וו. יעדע פאר מינוט א צווייטער מיט דעם מאדנעם אקט.

איך האב נישט געקענט פארשטיין מיט מיין בעסטן ווילן, וואס גייט דא פאר, די חברה זענען דא אויף א שפינאזאש אקציע? און טאמער יא, נאך וועמען?

איין זאך האב איך נאר באמערקט, אז יעדע אזא נאטירן אין די געהיימע נאטיץ ביכל, האט געברענגט אז די אנגעצויגענע אטמאספערע זאל אביסל נאך לאזן, און זיי האבן זיך שוין געקענט ערלויבן א שמייכל ארויף צו ברענגען אויף די געזיכטער.

איז וואס וויל איך דיר זאגן.

איך האב געזעהן במו עיני הקוה"ט ווי דו זיצט ביים שפיץ און פירט אן מיטן גאנצן רעדל.


איך קען דאך שוין דיינע מאנשעס, דו וועסט מיר אויסשיסן אין א הילכיגן געלעכטער און אנהייבן מעקצען און זאגן, דרייען מיטן צינג, דו מיינסט אז איך בין געווען דער אייינציגער מיט א זאק גארבידזש און פעמפער בראשו אין יענעם גאלדענעם טאג, און וואס ווען ווי, ס'געווען מיין שוואגערס ברודערס קאזינס קנעפל'ס באבע וכו' וכו', וואס ער האט מיר פארציילט די מעשה וואס וואלט געקענט פאסירן.

איז הער צו, גענדיגט מיט די מאשעס.

כ'האב דיר געכאפט ביי די מאשע הייס און רויט, זאג מיר נישט גארנישט, גענדיגט מיט דעם זיי עס מקבל באהבה, און גענדיגט ביי דעם.

טשאלענט בלייבט אין טעלער.

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 1:34 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
שעפעלע טשולי מיט בערי זענען קאזינען...

ווער נאך?!

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 1:51 pm
דורך חאכאם
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שעפעלע טשולי מיט בערי זענען קאזינען...

ווער נאך?!


קענסט נאך אויך..........

געשריבן: זונטאג ינואר 22, 2017 2:10 pm
דורך טשאלענט
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שעפעלע טשולי מיט בערי זענען קאזינען...

ווער נאך?!

דו האסט זיך טועה געוועזן דא...

שעפעלע איז א ברודער מיט טשולי, (און נאך דריי אנדערע...)

בערל האט אויך געוואלט זיין, אבער אזויווי אין ריעל לייף איז ער נישט קיין ברודער ווערט עס נישט אנגענומען......

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 2:03 pm
דורך בערל קראקאווער
סקומט שוין שבת
דו מוזט גיין ווייטער.
נא נא אהער.. געגאנגען.

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 8:50 pm
דורך חאכאם
טשאלענט האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:שעפעלע טשולי מיט בערי זענען קאזינען...

ווער נאך?!

דו האסט זיך טועה געוועזן דא...

שעפעלע איז א ברודער מיט טשולי, (און נאך דריי אנדערע...)

בערל האט אויך געוואלט זיין, אבער אזויווי אין ריעל לייף איז ער נישט קיין ברודער ווערט עס נישט אנגענומען......


סזעט אויס ממש ווי עכט......
בערל קראקאווער האט געשריבן:סקומט שוין שבת
דו מוזט גיין ווייטער.
נא נא אהער.. געגאנגען.


ג"א מצטרף לבקשת ראש קהלתינו
חיים טועמיה בחמימות להושיטינו
ואנו בשבע ברכות נברכהו
ובברכה אחריטע נכבדהו

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2017 8:54 pm
דורך טשאלענט
רבותי! איך בין זייער פארנומען, איך וועל פרובירן אראפ צו ציפן אביסעלע פון מיין טייערע צייט פאר מיינע נאכפאלגער צו מהנה זיין בל"נ!

Re:

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2020 2:11 pm
דורך מצה בעקערי
טשאלענט האט געשריבן:רבותי! איך בין זייער פארנומען, איך וועל פרובירן אראפ צו ציפן אביסעלע פון מיין טייערע צייט פאר מיינע נאכפאלגער צו מהנה זיין בל"נ!

any update how was the sheva beruches?

Re: א שבע ברכות ביי פעטער שייע!

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2020 2:44 pm
דורך חוח בין השושנים
טאקע דעמאלטס, איבער דריי יאר צוריק אין דער ווינטער, איז פעטער שייקע באפאלן טשולי מיט יללות אויף דעם וואס ער באשמוצט אים, "כ'האב געמיינט אלע יארן אז... דערווייל... אזא כפוי טובה... געוואלד געשריגן..." וכו' וגו'.
זעענדיג ווי טשולי שמייכלט זיך אונטער, האט ער פארשטאנען אז ס'כלו כל הקונצן, און מיט בייזן וועט עס נישט ארבעטן. מוז מען דאך אבער זען צו פארשווייגן דעם טשולי איידער ער געבט ארויס די הויכפונקטן פונעם שעוועבראכעס, איז פעטער שייקע אריבער צו plan b. ער האט אונטערגעשמירט פאר טשולי א 100'ער אלס לא יחרץ געלט... און ס'האט וואונדערליך געארבעט!



טשולי, פאר א נארישע הונדערטער לאזטו אונז אלע מיטן צונג אינדרויסן???

Re: א שבע ברכות ביי פעטער שייע!

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 2:34 pm
דורך טשאלענט
חוח בין השושנים האט געשריבן:טאקע דעמאלטס, איבער דריי יאר צוריק אין דער ווינטער, איז פעטער שייקע באפאלן טשולי מיט יללות אויף דעם וואס ער באשמוצט אים, "כ'האב געמיינט אלע יארן אז... דערווייל... אזא כפוי טובה... געוואלד געשריגן..." וכו' וגו'.
זעענדיג ווי טשולי שמייכלט זיך אונטער, האט ער פארשטאנען אז ס'כלו כל הקונצן, און מיט בייזן וועט עס נישט ארבעטן. מוז מען דאך אבער זען צו פארשווייגן דעם טשולי איידער ער געבט ארויס די הויכפונקטן פונעם שעוועבראכעס, איז פעטער שייקע אריבער צו plan b. ער האט אונטערגעשמירט פאר טשולי א 100'ער אלס לא יחרץ געלט... און ס'האט וואונדערליך געארבעט!



טשולי, פאר א נארישע הונדערטער לאזטו אונז אלע מיטן צונג אינדרויסן???

העי חוחי!! האסט מיר אהערגעשלעפט צו אן אלטן פארגעסענעם געשרייבאכץ...

איך געדענק מיר נישט אזוי לאכן פון מיינע אייגענע דשאוקס...

יע... ווען איך וואלט ווען געהאט די צייט וואלט איך עס זיכער פארענדיגט...

#געווען אמאל צייטן...