מיין חלום. א גריס פון וויליאמסגראוו - אינדיאנא.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:02 pm

ר' יום טוב נאט אייך ;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:45 pm

דיין שריפט איז געוואלדיג ר' יום טוב.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:59 pm

לכאורה האט געשריבן:דיין שריפט איז געוואלדיג ר' יום טוב.

;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך ינואר 18, 2017 9:15 am

דאס צייטווייליגע בית מדרש אין די גאראדזש ביי ר' מענדל ארגל אינדערהיים
628 Williams ct
IMG_20170118_091225.jpg

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך ינואר 18, 2017 9:33 am

דאכצעך אז ער הייסט 'נאגעל'
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך ינואר 18, 2017 10:05 am

געוואלדיג ר' יונטעל.
אז מ'ען יא, ברויך מען מער אהער שטעלן.
ייש''כ
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך ינואר 18, 2017 10:25 am

נאגעל ספאנסערט די של''ש אבער מ' דאווענט נישט ביי איהם

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך ינואר 18, 2017 12:35 pm

נאגעל ארגעל... עס וועט קיינמאל ארבערטען מיט די משפחות, מען מיז האבן לעפקאויטש יאקאבאוויטש גליק אד"ג
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך ינואר 18, 2017 12:48 pm

אפשר איז דאס אויך א חלק פון די חלום

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 18, 2017 3:36 pm

המשך

ריעל עסטעיט.

מ'האמיר שוין עטוואס בארירט די לאקאלע ריעל עסטעיט מארקעט ווען מ'האמיר באהאנדלט 'האוזינג'.

אבער די תגובה בנוגע דעם אכטן האט מיך געמאכט זיך אביסל מער ארומקוקן דארטן אויף די פרייזן פון די הייזער. מ'האמיר גערעדט אז אן עווערידש סינגל פעמעלי הויז איז ביי $200K, למעשה קען מען טרעפן עטוואס קלענערע פאר פיל ביליגער. עס איז דא גאר שיינע פאר 140-150K. אזוי אז ספעלט אפי' נישט אויס קיין אכטער אפילו פאר די ארימסטע שיכט פונעם ציבור.

אויך ברויך מען אנצייגן, אז די הייזער אין די געגנט זענען גאר גוט געבויעט און איז עפי"ר אין כמעט נייע קאנדישאן, אנדערש ווי אין די גלילות פון קר"י-מאנסי ווי די הייזער זענען א 50-60 יאר אלט. די בויען קאסט פאר אזא 140K הויז איז ווארשיינליך נישט ווייניגער פון $150K.

עס איז אויך פאראן מערערע נייע דעוועלאפמענטס אין אלע געגנטער אינעם טאון. א ביישפיל איז די ריזיגע נאציאנאלע בילדער פירמע "רייען האומס" וועלכע בויט איצט דארט 2 דעוועלאפמענס, וואס די אנהויב פרייז ביי איינע איז $160K פאר א סינגל פאמיליע הויז!!..
http://www.ryanhomes.com/find-your-home ... sity-park#
אגב ווערט דארט צוגעצייכנט אז ביז קיין דאונטאון אינדענאפאליס געדויערט בלויז 15 מינוט.

איי וועט איר פרעגן פארוואס זענען די פרייזן אזוי ביליג?? איז מעגליך פאראן עפעס א חסרון וואס מיר ווייסן נישט??...

אה, דע שלא מחכמה שאלת זאת בני. אונזערע מוחות זענען אזוי געשוואנקען אז אויב עפעס איז נישט זייער קאסטבאר איז עס ווארשיינליך נישט ווערט. (איבערצייגט אייך אליין, פרעגט עני געשעפטמאן..). מיר זענען שוין אזוי געבוירן און סיסטעמאטיש אויפגעהאדעוועט געווארן, אז ס'איז א דבר פשוט צו זיין אן עבד עברי פאר דאס איבריג פון לעבן פארן "רעכט" צו האבן א דעכל איבערן קעפל. דאס ברויך שוין טעראפי. סעד.

עס איז לאו דווקא אינדיאנא. אין 80 פראצענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז איינגעפירט אז די פרייז פון א הויז איז מיינסטנס לאגיש באזירט אויף וויפיל עס קאסט דאס בויען. שטחים באדארף נישט צו זיין קאסטבאר, ווארום ס'איז דאך דא דערפון איבער גענוג ברווח. די איבריגע 20 פראצענט באשטייט פון טייערע שטעט מיט פיינאנציעלע און טעכנעלאגישע מארקעטן, עקסלוסיוו געגנטער, אדער שטעט וועלכע זעען מחמת איזה סיבה א פארמינערונג אין פאפולאציע און דעריבער ווערן די הייזער פארקויפט פאר פיל ווינציגער ווי קאסט-פרייז.

און יא, די היזיגע טאון אוו גרינוואד מיט א פאפולאציע פון קרוב צו 60,000 איינוואוינער, האט א בליענדע ריעל עסטעיט מארקעט פון בערך 600 הייזער צו פארקויפן. און עס איז פאראן דארטן טייערע פאלאצן אויכעט, ביי 300K - 400K צו אלעמענס געשמאק.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך ינואר 18, 2017 4:08 pm

ק/פ די גאנצע ארטיקל פאר קרית יואל תשל״ז. (חוץ בערגיג און אז רבהקוה״ט מ׳סאטמאר זיע איז געווען אונטערנעמער)
למעשה 40 יאר שפעטער קוקט עס אויס ווי ס׳קוקט אויס.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך ינואר 18, 2017 4:25 pm

דעמאלטס איז בכלל געווען א דירות קריזיס אין די געגנטער ווי מען האט געוואינט?
פאר קריטיק דריקט דא

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מיטוואך ינואר 18, 2017 8:42 pm

מען רעדט פון די ראויגקייט פונעם אייבערשטענס נאטור ווערסעס שטאטישער לעבן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 16, 2019 7:40 pm

ארויפגעברענגט לכבוד ר לעיזער קרויס'נס שמועס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 16, 2019 9:20 pm

רבי יו״ט זייער וואויל געשריבען!

נאר יעצט געזעהן צום ערשט.

איין הערה נאר, גערעכט אז ניו יורק איז גאר א טייערע געגענט, און די האוזינג איז גאר טייער, די טייערערסטע צו פון די פאר טייערסטע סטעיטס, אבער קומט אויך מיט - מיט דעם, אז ס׳דא דא עוועליבעל אסאך מער און גוטע well paying דזשאבס. ממילא...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 16, 2019 9:53 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:רבי יו״ט זייער וואויל געשריבען!

נאר יעצט געזעהן צום ערשט.

איין הערה נאר, גערעכט אז ניו יורק איז גאר א טייערע געגענט, און די האוזינג איז גאר טייער, די טייערערסטע צו פון די פאר טייערסטע סטעיטס, אבער קומט אויך מיט - מיט דעם, אז ס׳דא דא עוועליבעל אסאך מער און גוטע well paying דזשאבס. ממילא...

דאס איז באמת איינע פון די חסרונות אין נ.י. , אז אלעס מעסט זיך ארום די "דזשאב". אויב האסטו א גוטע דזשאב שטייסטו גוט, און אויב נישט ביסטו א שלימזל. און היינט איז שוין נישט גענוג סתם א גוט באצאלטע דזשאב. ווייל בכדי צו קענען בלייבן רעלעוואנט אין היימישן ניו יארק מוזטו מאכן מינימום א פערטל מעלאנע א יאר. און דערפאר זענען מאנכע עצה געבער מציע אז דו מוזט נעמען א עמעזאן אדער אקאונטינג קורס, עפענען א ביוונעס, און דערנאך וועט מען שארן פאסיווע אינקאם מיליאנען, און קענען דרייען מיט דזשאמבא לאונס ביליאנען... און ווער עס פאלגט נישט די דאקטארינע איז א טאטאלער לא יצלח.

משא"כ אין וויליאמסגראוו אינדיאנא, נעמט נישט די "דזשאב" איבער דער ראבאטישער חלק אין די לעבנסשפאן פון א פערזאן. קודם קומט דער עצם מציאות פון א מענטש. זיין פאמיליע. געזונט. וועטער. קאמיוניטי. עסן-טרונקען-שלאפן. דינען דעם אויבערשטן. און ערשט דערנאך דארף מען דאך האבן צו טאן איבערן טאג. דעריבער אויב זאל איינער איין טאג נישט גוט שפירן און נישט אריינקומען צו די ארבייט, וועט ער נאכאלס קענען ענדיגן דעם חודש מיט א פלאס. אויב זאל איינער פארלירן זיין דזשאב פאר א תקופה מיינט דאס נאכנישט די שאול תחתית. דאס איז וויבאלד א דאלער איז טאקע נישט מער ווי 'איין גאנצע דאללער', און עקפענסעס און רעגולאציעס זענען רעאליסטיש.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דינסטאג יולי 16, 2019 9:57 pm

ארויסגעפרינט שכח ר' יו''ט

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » מיטוואך יולי 17, 2019 12:29 am

משה כספי האט געשריבן:פארוואס עפעס ביסטו אזוי פאר אינדיאנא וואס איז מיט די אנדערע 49 שטאטן?

אינדיאנע האט SCHOOL CHOICE פאר ריליגיעזע סקולס סיי פאר מיטלע אין נידריגע פארדינער סא שכר לימוד איז פרי ביז ישיבה גדולה (וואס דעמאלטס איז שוין דא PROGRAM COLLAGE)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 12:09 am

ר' יום טוב מיר ווארטן אויפן המשך.

דאס דארף מען איבערטייטשן אויף ענגליש און פארשפרייטן צווישן די נשים. זיי ווייסן באמת נישט אז אין רוב אמעריקא וואוינט מען אין שיינע אפארדעבל הייזער פאר $2,000 א יאר פראפערטי טעקס. מען דארף זיי עפענען די באקס.

זאל אונז דער פון אויבן שוין אויסלייזן פון דעם ניו יארק'ען גלות במהרה בימינו.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:06 am

פעטער שמואל האט געשריבן:דאס דארף מען איבערטייטשן אויף ענגליש און פארשפרייטן צווישן די נשים. זיי ווייסן באמת נישט אז אין רוב אמעריקא וואוינט מען אין שיינע אפארדעבל הייזער פאר $2,000 א יאר פראפערטי טעקס. מען דארף זיי עפענען די באקס.

נשים קענען נישט קיין אידיש?
די וואס זייער באקס איז שוין לאנג ברייט אפען און ווייסן יא זייער גוט אז ס'איז דא בעסערע אלטערנאטיווע געגענטער, טון עפעס דערוועגן?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 1:33 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:דאס דארף מען איבערטייטשן אויף ענגליש און פארשפרייטן צווישן די נשים. זיי ווייסן באמת נישט אז אין רוב אמעריקא וואוינט מען אין שיינע אפארדעבל הייזער פאר $2,000 א יאר פראפערטי טעקס. מען דארף זיי עפענען די באקס.

נשים קענען נישט קיין אידיש?
די וואס זייער באקס איז שוין לאנג ברייט אפען און ווייסן יא זייער גוט אז ס'איז דא בעסערע אלטערנאטיווע געגענטער, טון עפעס דערוועגן?

מיין פוינט איז אז א גרויסע פראצענט מענער האבן נישט קיין שום פראבלעם צו מופן מארגן צו נייע פלאץ אויב די פינאנציעלע מצב דארט וועט זיין 75% לייכטער. עס בלייבט אבער שטעקן ביי די נשים, און ווייניג נשים זענען לכתחילה מסכים צו מופן אפילו פון וומסב''ג קיין מאנסי. פרעג עניבאדי וואס איז דעס דורכגעגאנגען.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:36 pm

נישט געדאגה'עט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום
מער נישט זיין,
א מינוט'קאלע געבליבען
משיח'ן מקבל פנים זיין,
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים,
צי א רואיג שטעטל
גאר געשמאק און פיין,
מער ווי מ׳קען זיך משער זיין.

אוועטאר
סעלצער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » זונטאג יולי 28, 2019 7:37 pm

כ'האב נישט געטראפען וויליאמסגראוו אינדיאנא, אבער דאס האב איך יא געטראפען וויליאמסגראוו פענסעלוועיניע

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יולי 28, 2019 8:12 pm

מאסיווער ארטיקל!!!

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 29, 2019 9:57 am

וויליאמסגראוו - Google Docs.pdf
(64 KiB) דאונלאודעד 44 מאל
שמייכלען פארלאשן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט