קאמענטארן אויף "די מיסטריעזע טאשקע"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 05, 2017 6:36 pm

שטיי מיר מיט שפאנונג אין דערזייט און ווארטן מיר אויפן המשך.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 05, 2017 6:45 pm

משוגע געווארן פון דיין רייכע שפראך ביז יעצט
און מיר זענען אנגעצויגן אויף ווייטער.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
חייקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 09, 2017 12:18 am
לאקאציע: פארנעפלט

תגובהדורך חייקל אלצווייסער » מיטוואך יולי 05, 2017 7:30 pm

שמו האט געשריבן:משוגע געווארן פון דיין רייכע שפראך ביז יעצט
און מיר זענען אנגעצויגן אויף ווייטער.

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך יולי 05, 2017 7:37 pm

דער האט א כח המושך. צי נאר נישט צו לאנג.
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

משה11
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:23 pm

ווען גייט מען ווייטער
????????????????????????????

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:40 pm

משה11 האט געשריבן:ווען גייט מען ווייטער
????????????????????????????

אין מיסט קאסטען
הרב שמעלקע איז שוין לאנג נישט אויפן וועלט..... (כ'מיין צו זאגן אויפן אידישען וועלט....)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

פאר'מוח'ט
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 6:39 am

האט איינער א פי די עף?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:20 pm



לייענט און האט הנאה!
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:44 pm

פיינע נייעס דער.
מ'דארף נאר איבערליינען אלע אלטע פארן גיין ווייטער....

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » זונטאג נובעמבער 12, 2017 1:58 pm

פיין יישר כח, מיך געדרייט ווי א כפרה הינדל, און וואס ווייטער?
איך מיין ווען ווייטער, ביטע לאז נישט ווארטן נאך א 6 חדשים.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:38 pm

געוואנדן אין מיין צייט, אבער פיל מער אין דעם ציבור'ס אינטערעסע.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



ggg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:48 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:

לייענט און האט הנאה!

Thanks for your time for the public! its a nice job!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:25 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:

לייענט און האט הנאה!

WOW WOW WOW
באמת א דאנקכלל ישראל שטייט שוין אזוי לאנג און ווארט אויף דעם...
ביטע זיי ממשיך ביתר שאת ויתר עוז...
אייער שכר איז אומשאצבאר גרויס...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 4:53 pm

ייש"כ שמעלקא! איך ווארט אויפ'ן פארזעצונג!
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » זונטאג נובעמבער 12, 2017 5:11 pm

דונש האט געשריבן:ייש"כ שמעלקא! איך ווארט אויפ'ן פארזעצונג!

WOOOOOOOOOOOOOOOOOOOOOOW מיין אויגן איז נאם ביים סקרין... מיין פיס ווארפט זיך פון פחד... מיינע הענט זענען געפרוירן מיט ציטער...
נאך ווי וואנט מאר
צווישן וכך היה אומר און וכך היה מונה פאלט מען זיבן מאל כורעים (קרעדיט הרב שאול קליין שליט"א)
הנני מוכן לקבל מזומן... קרעדיט הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו
כאפט אייך אריבער

מיר וועלן מעגליך נעמען אוועקאציע

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 6:31 pm

א חזרה פאר מיר גייען ווייטער..?

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 8:39 pm

נו גוט, לאמיר מאכן א שנעלע און קורצע חזרה, זיך אויפצופרישן מיטן געשיכטע ביז אהער.

מיר האבן אנגעהויבן אז פארשידענע אגענטורן און לענדער זוכן גאר וויכטיג א טאשקע, קיינער ווייסט נישט וואס עס ליגט דארט און ווער עס האט דאס. א מענטש מיט א טאשקע ווערט פארשווינדן אין א עליוועיטאר, פון וואו ער איז מער קיינמאל נישט געזען געווארן. א קאמאנדיר באפעלט פאר זיין אגענט צו געוואר ווערן וואס גייט פאר. דער קאמאנדיר באקומט א מעלדונג אז 'עפעס' ווערט געזוכט ביים איזראעלי שפיאנאזש אגענטור, ער שיקט עס ווייטער דורך זיין האנט זייגער. איינער זוכט עפעס אין א טיפן קעלער און באמערקט ווי ער איז נישט אליין דארט, צוויי אויגן פאלגן אים נאך.

אין א פארק קומט פאר א באגעגעניש ווען צוויי מענטשן טוישן זיך טאשקעס, אבער אן אראבער וואקסט ארויס און הייסט הייבן די הענט אין די הייעך. א מוסד אגענט באהאלט זיך אונטער א בוים מיט זיינע קאלעגעס, און אויף די ארומיגע ביימער געפינען זיך אמעריקאנע אגענטן. ארום דער פארק איז פול מיט אראבער, און יעדער פון זיי דארף איין זאך:

די מיסטריעזע טאשקע...

***

אויפן שווארצן ים ווערט א כינעזער אונטערוואסער שיף נאכגעקוקט דורך א רויסישע סובמארין, אויפן פלאץ געפינען זיך שווימער'ס פון דובאי און נאך איינער וואס פאלגט אלעס נאך, די כינעזע האבן געשיקט אהין זייער סובמארין בלויז צו וויסן ווער עס דארף די טאשקע און פארוואס. דער מצב ווערט ערנסט און די דובאי דייווער האבן געהרגעט א כינעזער מאטראז וואס האט זיך דערוואגט ארויסצושטעקן פון סובמארין.

איינער רופט אן אין די הויפטקווארטין פון די אמעריקאנע סי איי עי אז ער זאל נישט גיין צום שווארצן ים, ווייל די טאשקע איז אויפן וועג צו סאודיע אראביע, ווען דער קאמאנדיר גלייבט אים נישט, זאגט יענער אז ער ווייסן פון "אפאראציע פויגל געטראנק", איינע פון די גרעסטע סודות פון אמעריקע. ווען דער קאמאנדיר ווערט צושאקלט און לויפט אריין צו זיינע אגענטן וואס האבן געארבעט אין קאליפארניע אויפן פראיעקט, ווערט די דרשה וואס ער זאגט א ליצנות נאכדעם וואס א אגענט מאכט זיך נאריש, און ווען דער קאמאנדיר כאפט איינע פון די אגענטן מיט אן אפאראט, שיסט יעדער ווידער אויס אין א געלעכטער... דער קאמאנדיר פארלירט קאנטראל און איז זייער פארצווייפלט.


***

א טאטע רופט אריין אין אפיס פון יד לאחים, אז זיין זון אבא האט זיך באפריינדעט מיטן שרעק ווארפענדער אראבער "אכמעד" וואס האט זיך געקענט מיטן פאלעסטינער פירער יאסיר עראפאט, כדי צו נאשן פון אים אינפארמאציע איבער טעראריסטישע אקטן וואס ווערן פלאנירט אין מדינת ישראל, און דאס אפשטעלן.

למעשה איז אבא געגאנגען מיטן אראבער זיך צו טרעפן מיט עראפאט, אבער ער איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

יד לאחים האט באטראכט די מעגליכקייטן וואס עס קען זיין, אפווארפנדיג דעם טאטנ'ס השערה אז ס'איז בלויז א קידנעפינג פראוו צו באפרייען משכונות, ווייל ווען יא וואלטן שוין די אראבער געלאזט וויסן אז ער איז אין זייערע הענט.

זיי באשליסן צו מאכן א געפארפולער אקציע ארויסצוראטעווען אבא פון דעם לייבן גרוב, זיך צוטיילנדיג אין דריי גרופעס. איין גרופע קומט אן אין אן אראבישער דערפל, נח דער דרייווער שפירט זיך אומבאקוועם, און זיין קאלעגע מושי בארואיגט אים. נאכן באשלוסן אז זיי גייען אוועק ווייל דער וועמען זיי האבן געדארפט טרעפן איז פארשוואונדן, באמערקן זיי אז די רעדער פון זייער קאר איז געלעכערט.

ווען נח גייט ארויס קוקן וואס גייט פאר קומען צו פארן 3 ווייסע דזשיפס מיט אראבער, עס ברעכט אויס א געשלעג צווישן זיי, פון וואס נח פארוואונדעט עטליכע אראבער. נאך א פייער אויסטויש מיט מושי, פאלט נח א פארוואונדעטער, און ווען ער האט פרובירט צו אנטלויפן מיט איינע פון די דזשיפס שלעפנדיג נח, האט זיך נח ארויסגעגליטשט ווען מושי פליעט אוועק פון דארט פאר זיין לעבן.

נח ווערט געפירט צו אן אונטערערדישער בונקער, וואו ער ווערט אויסגעפארשט, אבער ער קאאפארירט נישט. דער ריזיגער אראבער וויל אים שעדיגן, אבער עפעס האלט אים אפ דאס צו טון...

***

א גרויסער גאסט קומט קיין פאלעסטינע פון דובאי צו פינאנצירן אן אטאקע קעגן איזראעל, אבער ווי נאר ער קומט אן און לייגט די פיס אויפן טיש, ווערט ער ארעסטירט און אריינגעשליידערט אין קעלער, וואו ער טרעפט זיך מיט איינעם, און גרייט זיך צו זוכן געוויסע דאקומענטן אינעם קאנפערענץ צימער פון אראפאט.

***

העראלד גוטוויין א דייטשער אדוואקאט ווערט אפגעשטעלט דורך א יונעגער אמעריקאנער אין מאנהעטן וואס שטופט אים אריין א צעטל, דאס ליינענדיג אין א רעסטוראנט איז די צעטל אוועקגעשלעפט געווארן פון אים, ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי... ער פרובירט זיך צו שטארקן אבער דאן ווערט ער אטאקירט דורך אן אלטער מאן, וואס זאגט אים שטיל אין אויער אז ער זאל נישט גיין צו זיין קאנטאקט מענטש...

ער נעמט אויפגערעגטערהייט א טעקסי צו זיין אפיס, אבער ווען דער דרייווער שטעלט זיך ארויס צו זיין אן אגענט, מאכט ער זיכער אז די טעקסי ווערט פארמישט אין אן עקסידענט, און ער ווערט פארשוואונדן צום הויז פון זיין חבר, אויפן טיר קומען א בלינדער מיט זיין באגלייטער שנארן, דערווייל כאפן זיי זיך אריין אין שטוב און ראנגעלן זיך מיט גוטוויין וועלכע שפרינגט ארויס פון פענסטער, וואו צוויי מענטשן פארכאפן גוטוויין און אנטלויפן, צום אנטוישונג פון די צוויי אגענטן, וועלכע האבן עלעקטיריזירט דעם גאסטגעבער מיטן בלינדן שטעקן, און אפגעטראגן פון דארט מיט הארץ ווייטאג.

גוטוויין ווערט געפירט אין אן ארט וואו ער באקומט סטראשונקעס ער זאל שוין דערציילן וואו דער טאשקע געפינט זיך, מ'האט אים געסטראשעט אז ביי יעדע מאל וואס ער ענטפערט נישט וועט מען אים אפשניידן נאך א פינגער, אבער גוטוויין האט נישט קיין אהנונג פון וועלכע טאשקע דער רעדע איז.

***

דער נאצי גוסטאוו האט ערמארדעט עטליכע אידן אין לאגער מיטן אויסרייד אז מ'האט גע'גנב'עט ברויט פון קאך. נחום האט זיך מודה געווען אין די גניבה, און ווען זיין ברודער אלטר האט פראטעסטירט האט מען זיי ביידע גענומען אין וואלד. אלטר איז געשאסן געווארן און מער נישט געהערט פון נחום, ער וועקט זיך אויף שפעטער, זיך כאפנדיג אז מ'האט אים געשאסן ביים אויער.

ער שטעלט זיך צו מיט די פארטיזאנען, ביי איין אקציע טרעפט ער דעם נאצי גוסטאוו, און וויל אים אומברענגען פאר נקמה, נאכדעם וואס גוסטאוו האט אים געזאגט אז ער האט געווארפן זיין ברודער נחום צו די הונט. צוליב די קוילן האט אלטר געמוזט אנטלויפן, און געשוואוירן נקמה צו נעמען אינעם דייטש גוסטאוו. נאכן קריג האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן און חתונה געהאט, ער באשליסט אז ס'איז צייט צו טון עפעס וועגן די נקמה וואס ער האט געשוואוירן.

אלטר טרעפט זיך מיט א פריוואטער דעטעקטיוו וואס זאגט אים צו נאכצוגיין די קעיס און טרעפן גוסטאוו, פארשטייט זיך פאר א פעטע פרייז.

אצינד לייענט ווייטער:

לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום זונטאג נובעמבער 12, 2017 9:46 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 8:46 pm

אההה. יעצט גיימיר קענען ליינען.
א הערצליכן דאנק

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:35 pm

Wow שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט!!!! ;l;p-

בארבער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 11:41 pm

שכח שמעלקע ווארט מיר מיט שפאנונג

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 6:08 am

wow
א גרויסע שכוח
לאמיר האפן מיר וועלן שוין נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג אויף די קימענדיגע

שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:58 pm

נעכטן דורכגעליינט די גאנצע פון אנהייב..

יע.. דעס איז זאפטיג און שמעלקעדיג!

מיר ווארטן בכליון עינים פאר די ווייטערדיגע פארזעצונגען.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן און ווערן באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:05 pm

בבבררר, א שרעק. ווארט מיר שוין דא אויפן המשך.

אוועטאר
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 12:47 pm

אפגעליינט אלע פערצן קאפיטלעך מיט איין אטעם! זאפטי, דו ביזט מאסיוו!!!

איך האב נישט נאך פאסיגע ווערטער אין באזיץ פאר דעם...
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3548
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 6:21 pm

שמועסער האט געשריבן:נעכטן דורכגעליינט די גאנצע פון אנהייב..

יע.. דעס איז זאפטיג און שמעלקעדיג!

מיר ווארטן בכליון עינים פאר די ווייטערדיגע פארזעצונגען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באגלייבט, ראפאט קראמפלי און 12 געסט