וואס האט פאסירט מיט די דעלקעלעך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

וואס האט פאסירט מיט די דעלקעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

די וואך איין אידערפרי קום איך אריין אין ביהמ"ד איך בין שוין גראדע געווען גאנץ היגעריג אויפן וועג צו מאכן דעם קאווע
וואס GB האט געספאנסערט גיי איך אדורך די שטיבלעך ווי מען דאווענט
אין יא היינט איז דא תיקון א גרויסע באקס בראוני קעיק אין סאיז נאך פיל
נו לוינט זיך צו גיין דאווענען היינט...
נאכן אוודאי דורך מאכן די שבעה מדורי גיהנם בשעתן מאכן די קאווע
אין דערנאך למען השם איז דא אפיינער באמפ וואס שטעקט זיך ארויס פון די פלאר אין ביהמ"ד
אז ווען איינער וואקט אדורך מיט זיין קאווע זאל ער בלית ברירה מוזן כאפן א גיס אראפ .....
נאך אלע הכנות צום דאווענען גיי איך איך אריין אין יענע שטיבל ווי ס'איז דא תיקון דאווענען
אין וואונדער איביר וואונדער נישט נאר בראוני קעיק איז דא
נאר דער משמש ברענגט אריין א גאנצע באקס טשיס דעלקעלעך פשי קיקט דאס אויס גוט
איך קלער צו מיר זאל איך מיר אוועק לייגן צוויי שטיק פארן דאווענען?
נע ס'פאסט נישט פאר דיר. נו פרעסעריי שוין ס'העט זיכער זיין געניג פאר יעדן
געמיר א ווארף ארויף דעם טלית ברכי נפשי מיט א שמייכל אויף די לעפצן היינט גיימיר זאט ווערן תיקף נאכן דאווענען
לייגמיר תפילין אין יעדע פאר סקונדעס דרייט מען זיך אויס קוקן צו די דעלקעלעך
אין יא נאך אפאר יודן קוקן אהין מיט שפאנונג צו קענען קנאקן דערפון נאכן דאווענען
אינמאל איך דריי מיר אויס זעע איך ווי א איד וואס האט שוין געדאווענט קומט אריין אין ער נעמט ארויס צוויי דעלקעלעך
(נישט קיין מארבעל) אין ער וואקט ארויס
א מינוט שפעטער דריי איך מיר נאכאמעל אויס זעע איך נאך א געדאוונטער קומט אריין
ער קומט שוין מיט א שאפינג בעג אין פאקט אריין נאר דעלקעלעך אין גייט זיך ווייטער
דרייי מינוט שפעטער קומט אריין א אינגערמאן ווארשיינדלעך א כולל אינגערמאן ער האט נאך זיננע צוקנייטשטע פיאות
אין גארנישט ער קומט אויך מיט א שאפינג בעג אין פאקט דעלקעלעך איינס נאכן צווייטן
דער עולם ארום שטייט אזוי אינמיטן דאווענען יעדער האט דאך אן טלית ותפילין
קיינער וואגט זיך נישט צו געבן א ווינק מיטן פינגער ווייל טאמער יא וועט ער דאך זיין א פראסטער אינג
האסט נישט בעסער וואס צו טוען אינמיטן דאווענען נאר טראכטן פון טשיס דעלקעלעך?
איי דו טראכסט דאך די זעלבע ? נישקאשע
אזוי גייט אריבער דאס דאווענען אין וואס מיינט איר ?
דער חזן ענדיגט ביום ההוא יהיה ושמו אחד
איך גיב מיר א דריי אויס צו די דעלקעלעך אין די וואסע פעיפער אויף וואס די דעלקעלעך זענען נאר וואס געווען צוגעשמידט
שמייכלען אזוי ארויס פונעם באקס
אבער א דעלקעלע? מאן דכר שמיה נישט געבליבען אפילו איינס אויך נישט
אזוי אנטוישט האט מיר נישט געפאסט זיך אראפ צוזעצן צו די בראוני קעיק אויך נישט
בין איך ארויס הינגעריגערהייט פון ביהמ"ד
אלזא טייערע קרעטשמע זיצער וואס האלט איר ווי אזוי קען מען זיך א עצה געבן
אין אזא שווערע פאל ?????????
לעצט פארראכטן דורך איך ווייס אום מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איי פיל יאר פעין.....

כהאב אויך געהאט ענליכס, אבער נישט מיט קיין דעלקעלעך, נאר א גאנצע פרישטאג.....

ער לייגט אזוי אראפ אויפן טיש א קאנטעינאר מיט אוואקאדא סאלאט, סעשמייכלט אזוי צו מיר, און איך שמייכל אזוי זיס צוריק, און קומט נאכן דאווענען און איך האב געמוזט אליין גיין קויפן ביי שטיינבערג אן אוואקאדא סענדוויטש אז סזאל מיר נישט בלייבן א גאנצן טאג די תאווה'דיגע שפייעכץ...........

און פאר דיר, 'איך ווייס' אז דו האסט א פיינע פענע, שרייב נאר נאך
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

נעקסטיים מאך א ברכת כהנים אינמיטן דאווענען, לייג איבער דיין טלית העכער דעם גאנצן טיש און הייב אן רוימען דעלקעלעך איינס נאכן צווייטן. ווי אהין? קודם אין לינקן ביזעם טאש און דערנאך אין רעכטן, אדער פארקערט. קיינער מוז דאך נישט וויסן פון גארנישט.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דו שטעלסט אראפ דעם קעפל פון אשכול מיט א פראגע צייכן, כאילו דו ווייסט אליינס נישט דעם ענטפער, בשעת ווען דער ליינער ווערט גאנץ שנעל אינפארמירט פונקטליך וואו די דעלקעלעך געפונען זיך. 2-3 געפונען זיך יעצט אין די בני מעיים פון צדוק, דער פריער דאווענער, 3-4 ווערן יעצט - בשעת די שורות ווערן געשריבן - געגעסן דורך פנחס דער גאלדענער כולל אינגערמאן בשעת זיין לאנטש ברעיק איבער א מנחת חינוך, און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער א זאפטיגע שפראך פארמאגסטו, און דאס מיין פריינט איז וויכטיגער ווי אפאר נארישע טשיז דעלקעלעך...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואס דאס?דא מבזה זיין ברבים איך בין שיעור נישטרויט געווארן אימיטן ליינען איך האב גענומען די דעלקעלעך דארט אינמיטן דאווענען
איך האב דיר אפילו געזען דארט שטיין ביי די ...טיש
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

לכאורה האט געשריבן:דו שטעלסט אראפ דעם קעפל פון אשכול מיט א פראגע צייכן, כאילו דו ווייסט אליינס נישט דעם ענטפער, בשעת ווען דער ליינער ווערט גאנץ שנעל אינפארמירט פונקטליך וואו די דעלקעלעך געפונען זיך. 2-3 געפונען זיך יעצט אין די בני מעיים פון צדוק, דער פריער דאווענער, 3-4 ווערן יעצט - בשעת די שורות ווערן געשריבן - געגעסן דורך פנחס דער גאלדענער כולל אינגערמאן בשעת זיין לאנטש ברעיק איבער א מנחת חינוך, און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער א זאפטיגע שפראך פארמאגסטו, און דאס מיין פריינט איז וויכטיגער ווי אפאר נארישע טשיז דעלקעלעך...

אראפ מיטן פראגע צייכן מען קען זיך אלס פארבעסערן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט כאפ איך אז דיין ניק נאמען איז גאר אן ענטפער אויף די פראגע פון "וואס האט פאסירט מיט די דעלקעלעך"..
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מיטמאכנדיג אמאל אזא סיטואציע האב איך מיר אויסגעוויינט פאר א חבר, גיבט ער מיר א גוטע עצה, אז מ'קען אראפציפן עטליכע דעלקעניו'ס איידער מ'דאווענט, און דערנאך מאכן א ויאכלו ענווים וישבעו.

הערנדיג דאס האב איך מיר ארויסגעלאזט אויף א ביזנעס טור איבערן סמעדרעש...

נעבן יאנקל ליגן דריי אומשולדיגע זאפטיגע דעלדקעס, גיי איך צו צונעם, "יאנקל איינער זוכט דיר אינדערויסן"... ער יאאאגט ארויס, ווען ער איז צוריק בין איך שוין געווען ביים פערטן, און אלע דריי שטייען און שטוינען: וואס האט פאסירט מיט די דעלקעלעך? (יא, שוין איינמאל מיט א פראגע צייכן...)

אקיצור, שוין לאנג נישט געוואקט אזוי שווער נאך א שחרית ווי יענעם טאג...

וממני ילמדו וכן יעשו...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יישר כח איך ווייס

נהניתי מאד
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

היינט האב איך עס ב"ה געמאכט!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

און וואס פאסירט ווען איינער קומט אריין אין ס'מעדרעש,
און שפאצירט ארויס מיטען גאנצען פלעשעל ברוינפען,,,,,,,,??? הא? וואס קוקסטו אזוי? יא אזוי ווי איר הערט,
ביי אונז אין ס'מעדרעש איז דא א אידעל, (איינס?) אזא פיינער איד רעדט נישט קיין דברים בטלים אין סמעדרעש, (ער טוט נאר צו די זאך)
ער קומט אריין מיט א גרויסע קאווע גלעזעל, זעצט זיך לערנען ,און אזוי ווי ער גומערט עס, מאכט ער א ריעפיל מיט די ברוינפען ,און ער איז שוין נישטא,
אמאל האט מען אים פארגעהאלטען האט ער גענטפערט נא,, נא,, נא, ''כבוד סמעדרעש'' ''דברים בטלים '' שוין נישטא צו וועמען צו רעדען,,,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:היינט האב איך עס ב"ה געמאכט!


און וואס האסטו אים גענטפערט ווען ערט געוואלט וויסן ווער סהאט אים געזוכט אינדערויסן??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אז איך מיין ס'געווען זיין ווייב, בינעכניש זיכער ווייל כ'קוק נישט אויף די יעניגע...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יישר כח איך ווייס

נהניתי מאד
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שוין לאנג נישט געזען אזא גיטס דא... נישט אויסגעלאזט קיין איין דיטעיל, איר האט א פיינע שריפט.
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

כפארשטיי בכלל נישט די דזואק?! ווער טראכט אינמיטן דאווענען פון דעלקעלעך!?!!!

#אתעמעוואטע!

איך ווייס קום נאר אהער.. נאדיר א דעלקעלע! ;l;p-
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

היום - עמנו הייתם!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:היום - עמנו הייתם!

בישות די ביסט געזיצן אויף מיין טיש ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ניין, מיין שכן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ניין, מיין שאטן. (כצ"ל)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

טשאלענט האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ניין, מיין שאטן. (כצ"ל)


להד"ם!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מיטמאכנדיג אמאל אזא סיטואציע האב איך מיר אויסגעוויינט פאר א חבר, גיבט ער מיר א גוטע עצה, אז מ'קען אראפציפן עטליכע דעלקעניו'ס איידער מ'דאווענט, און דערנאך מאכן א ויאכלו ענווים וישבעו.

הערנדיג דאס האב איך מיר ארויסגעלאזט אויף א ביזנעס טור איבערן סמעדרעש...

נעבן יאנקל ליגן דריי אומשולדיגע זאפטיגע דעלדקעס, גיי איך צו צונעם, "יאנקל איינער זוכט דיר אינדערויסן"... ער יאאאגט ארויס, ווען ער איז צוריק בין איך שוין געווען ביים פערטן, און אלע דריי שטייען און שטוינען: וואס האט פאסירט מיט די דעלקעלעך? (יא, שוין איינמאל מיט א פראגע צייכן...)

אקיצור, שוין לאנג נישט געוואקט אזוי שווער נאך א שחרית ווי יענעם טאג...

וממני ילמדו וכן יעשו...

:lol:
שיעור נישט אויסגעשאסן דעם שווער אויסגעהארעוועטן דעלקעלע פון מיין מויל...
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

געלאכט פון יעדע תגובה עקסטער!

איך ווייס ביסט פיינע נייעס!
איזי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

חחחחחחאחאחחחא...

אלע איינס ביי איינס. דער עולם איז פיינע נייעס דא!
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

מער גיי איך שוין נישט ארויס אינמיטען דאווענען גענוג איינמאל דערלייגט,
אגב פארוואס האסטע אויך אויסגעגאסן די ברוינפען?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”