הכוכבים במסילותם...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג ינואר 16, 2017 11:16 pm

אהער דערמיט! מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט!
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 17, 2017 4:13 am

super-star האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עס מאכט עפעס נישט קיין סענס
ווייל די מבול האט פארוקט די וועלט אויף ארויף נישט אויף די ברייט, און די י"ב מזלות לויפן אין איין שורה קרייז ארום און די ברייט פון די סאלאר סיסטעם
וואס דער רמב"ם זאגט (כאנישט נאכגעקוקט נאר געהערט נאכזאגן) איז אז די כוכבי שבת רוקן זיך יעדע 70 יאר איין מעלה, דאס קומט אויס אווי שוועמל זאגט
די מבול איז געווען אויף די ערד און האט נישט צוטוהן מיט די שטערנס לכאורה

אמת, דער רמב"ם שרייבט אז דאס וואס מיר ווייסן אז ניסן איז טלה און אייר שור און אזוי ווייטער, איז נאר געווען אזוי בזמן המבול ( וואס דאן האבן מענטשן געגעבן די נעמען פאר די י"ב מזלות, לדעת הרמב"ם אז די מזלות האבן נישט קיין שום שליטה פון הימל ), אבער פונעם מבול ביז זיינע צייטן האבן זיך די מזלות שוין אפגערוקט אביסעלע, איין מעלה יעדען 70 יאר.

וז"ל רמב"ם בהלכות יסודי התורה פרק ג הלכה ז:
ואלו השנים עשר צורות לא היו מכוונות כנגד אותן החלקים אלא בזמן המבול שאז העלו להן שמות אלו אבל בזמן הזה כבר סבבו מעט לפי שכל הכוכבים שבגלגל שמיני כולם סובבים כמו השמש והירח אלא שהן סובבין בכבידות וחלק שיתהלך השמש והירח כנגדו ביום אחד ילך כנגדו כל כוכב מהן בקירוב משבעים שנה.


און אזוי ווי שוועמל האט שוין געשריבן, היינט זעט מען שוין די מזלות אפגערוקט מיט 30 מעלות, דהיינו יעדע מזל איז אפגערוקט מיט די גרויסקייט פון א גאנצע מזל, און דערפאר איז אין ניסן די זון אין מזל דגים און אין אייר אין מזל טלה וכו'.

איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטער ביאור אויף די סיבה פארוואס די זון איז אפגערוקט פון איר פלאף אויף די מזלות. מיר ווייסן דאך אז די טבע איז משועבד צו די צורה, און וויאזוי דער בי"ד של מטה פסק'נט שטעלט זיך דער מציאות צו דערצו. א דוגמא וואס די גמ' גיבט איז אז א קינד ווערט ענטוויקלט בנוגע א געוויסע זאך ביי די דריי יאר. אויב איז בי"ד געגאנגען און מעבר געווען דעם יאר, נאכדעם וואס דאס קינד איז געווארן דריי יאר אלט, און לויט דעם נייעם חשבון איז זי נאך נישט קיין דריי יאר, ווערט זי צוריקגעדרייט במציאות.
לפי"ז קומט אויס, אז אויב בי"ד האט מעבר געווען דעם חודש צוליב איינער פון די סיבות וואס די גמ' זאגט אין ר"ה מאיימין על העידים, אדער אויב עס איז פארוואלקנט און מען זעהט נישט די לבנה, קומט אויס אז באמת האט די זון און די לבנה זיך נאך נישט געדארפט טרעפן, אדער האבן זיי זיך שוין געדארפט טרעפן נעכטן, נאר היות בי"ד האט מחליט געווען אנדערש שטעלן זיך די זון און די לבנה צו, און זיי עדזשאסטן זייער גאנג צום נייעם פסק פון בי"ד. אויב אזוי איז זייער פארשטענדליך אז במשך די 1500 יאר וואס מען האט מקדש געווען עפ"י הראי', וואס דאן האט זיך געקענט אפט מאכן אז עס זאל זיך פארדרייען כדי זיך צוצושטעלן צום בי"ד, האט זיך עס פאררוקט אזוי ווייט אז עס האלט יעצט 30 טעג אפגערוקט..
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:28 am

משהזוךמיר האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטער ביאור אויף די סיבה פארוואס די זון איז אפגערוקט פון איר פלאף אויף די מזלות. מיר ווייסן דאך אז די טבע איז משועבד צו די צורה, און וויאזוי דער בי"ד של מטה פסק'נט שטעלט זיך דער מציאות צו דערצו. א דוגמא וואס די גמ' גיבט איז אז א קינד ווערט ענטוויקלט בנוגע א געוויסע זאך ביי די דריי יאר. אויב איז בי"ד געגאנגען און מעבר געווען דעם יאר, נאכדעם וואס דאס קינד איז געווארן דריי יאר אלט, און לויט דעם נייעם חשבון איז זי נאך נישט קיין דריי יאר, ווערט זי צוריקגעדרייט במציאות.
לפי"ז קומט אויס, אז אויב בי"ד האט מעבר געווען דעם חודש צוליב איינער פון די סיבות וואס די גמ' זאגט אין ר"ה מאיימין על העידים, אדער אויב עס איז פארוואלקנט און מען זעהט נישט די לבנה, קומט אויס אז באמת האט די זון און די לבנה זיך נאך נישט געדארפט טרעפן, אדער האבן זיי זיך שוין געדארפט טרעפן נעכטן, נאר היות בי"ד האט מחליט געווען אנדערש שטעלן זיך די זון און די לבנה צו, און זיי עדזשאסטן זייער גאנג צום נייעם פסק פון בי"ד. אויב אזוי איז זייער פארשטענדליך אז במשך די 1500 יאר וואס מען האט מקדש געווען עפ"י הראי', וואס דאן האט זיך געקענט אפט מאכן אז עס זאל זיך פארדרייען כדי זיך צוצושטעלן צום בי"ד, האט זיך עס פאררוקט אזוי ווייט אז עס האלט יעצט 30 טעג אפגערוקט..

עס איז זייער א שיינע ביאור, אבער עס שטימט לכאורה נישט מיטן מציאות, און מיטן הלכה. קוק נאך אין רמב"ם הל' קידוש החודש פרק י"ח די גאנצע פרק, און בעיקר הלכה ו' און ח'.

-------

איך לייג דא נאכאמאל איבער מיין שאלה און בקשה צום עולם:
איך טראכט פון ארבעטן אויף קלארע און נוצבארע חודשליכע הימל-מאפעס.
לויט די פידבעק פונעם ציבור וועל איך זעהן צו עס לוינט זיך די מיה.
ביטע מיר מודיע זיין אויב איר ווילט עס, און וויפל נוצן וועט איר האבן דערפון.
ייש"כ.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג ינואר 17, 2017 11:58 am

מים שלנו האט געשריבן:אהער דערמיט! מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט!

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 17, 2017 12:24 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:
super-star האט געשריבן:איך טראכט פון ארבעטן אויף קלארע און נוצבארע חודשליכע הימל-מאפעס.
לויט די פידבעק פונעם ציבור וועל איך זעהן צו עס לוינט זיך די מיה.
ביטע מיר מודיע זיין אויב איר ווילט עס, און וויפל נוצן וועט איר האבן דערפון.
ייש"כ.


א פראגע? מיר וועלן דיר זייער דאנקבאר זיין.

איך מיין אז אונזער סופער סטאר איז די קלארסטע פון אלע שטערנס פון הימל... איך האב עס קיינמאל נאכנישט אזוי קלאר ארויסגעהאט.


ג"א מצטרף
1 + 1 = חלה דעקל...

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דינסטאג ינואר 17, 2017 1:04 pm

זייער אינטערסאנט איך הער אויס יעדע ווארט !!!
נישט אנגעקומען דערווייל צו באזוכן דעם הימל אפשר היינט

איין שאלה סופער.
סוואלט מעגליך געווען צו גיבן סטעדי שיעורים אין איינע פון די ספרים וואס דו ברענגסט אויבן ??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דינסטאג ינואר 17, 2017 5:37 pm

חאכאם האט געשריבן:זייער אינטערסאנט איך הער אויס יעדע ווארט !!!
נישט אנגעקומען דערווייל צו באזוכן דעם הימל אפשר היינט

איין שאלה סופער.
סוואלט מעגליך געווען צו גיבן סטעדי שיעורים אין איינע פון די ספרים וואס דו ברענגסט אויבן ??

איך פלעג אסאך לערנען די ספרים אויף תכונה, ביז איך האב זיך אויסגעלערנט אז די גרינגסטע און ריכטיגסטע וועג זיך צו באקענען מיט די מהלך פון די כוכבים, איז דורך ארויסגיין אינטערן קלארן נאכט-הימל מיט א מאפע און זיך אויסלערנען זיי צו דערקענען, דערנאך מיט די צייט זעט מען די שינוי וואס געשעט אין די הימלען דורכאויס די חדשים און יארן, ביז מען ווערט א בקי אין די מהלך זייערע.
דאס איז די וועג וויאזוי מען פלעגט אמאל זיך לערנען די שטערנס, אין די צייטן ווען נאכט איז געווען נאכט, שטאק פינצטער, און מענטשן האבן נישט געהאט בעסערס וואס צו טון ביינאכט, ווי שלאפן אדער פליען אין די הימלען, אסאך האבן בוחר געווען אין די צווייטע.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג ינואר 17, 2017 7:56 pm

וואו טיילן זיך אפ די מזלות?

פון וואו ווייסט מען אויף די שטערנס, וועלכע עס באלאנגט צו דעם, און וועלכע צו יענעם, און וועלכע זענען בכלל סתם אינדרויסן?

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 9:16 pm

שואלכענין האט געשריבן:וואו טיילן זיך אפ די מזלות?

פון וואו ווייסט מען אויף די שטערנס, וועלכע עס באלאנגט צו דעם, און וועלכע צו יענעם, און וועלכע זענען בכלל סתם אינדרויסן?

אלע גרויסע שטערנס זענען א חלק פון א מזל.
די אמאליגע וועלט האט נישט גערעכנט די פילע קליינע שטערנס צווישן איין מזל און די אנדערע אלס א חלק פון א מזל. אבער היינט איז מען געוואוינט אריינצורעכענען אלע שטערנס אין מזלות, און די אסטראנאמערס האבן דערפאר געמאכט "גבולות" צווישן איין מזל און די אנדערע.

לדוגמא:
גבולות המזלות.PNG
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 11:16 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:אהער דערמיט! מיר ליינען מיט דורשט יעדעס ווארט!

גא"מ. עס איז זייער אינטערסאנט.

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 11:27 pm

א שאד.......מקען נישט זען היינט גארנישט
:-( :-(
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג ינואר 20, 2017 4:42 pm

א הארציגן דאנק.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:29 pm

super-star האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:וואו טיילן זיך אפ די מזלות?

פון וואו ווייסט מען אויף די שטערנס, וועלכע עס באלאנגט צו דעם, און וועלכע צו יענעם, און וועלכע זענען בכלל סתם אינדרויסן?

אלע גרויסע שטערנס זענען א חלק פון א מזל.
די אמאליגע וועלט האט נישט גערעכנט די פילע קליינע שטערנס צווישן איין מזל און די אנדערע אלס א חלק פון א מזל. אבער היינט איז מען געוואוינט אריינצורעכענען אלע שטערנס אין מזלות, און די אסטראנאמערס האבן דערפאר געמאכט "גבולות" צווישן איין מזל און די אנדערע.

לדוגמא:
גבולות המזלות.PNG


טייטשט אז יעדע מזל האט א אנדערע סייז, ס'איז דא קלענערע און ס'איז דא גרעסערע?

די 12 מזלות זענען יא די זעלבע סייז יעדע איינס? אויב נישט וויאזוי רוקט זיך יעדע מזל פונקט א חודש?

א גרויסן ישר כח אויף ביז אהער און מ'ווארט מיר אויף נאך..
1 + 1 = חלה דעקל...

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:39 pm

די מיינסט די סייז פלאץ וואס ס'פארנעמט אויפן גלגל?
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:42 pm

יא, קוק די מעפ וואס סופער סטאר האט צוגעצייכענט
1 + 1 = חלה דעקל...

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 9:19 pm

צו super פשוט דיר צו-וויסן טון אז איך גיי נאך ארויס יעדע נאכט באטראכטן דעם הימל אבער אן ערפאלג דערווייל.... שווערע וועטערס........
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:24 pm

חאכאם האט געשריבן:צו super פשוט דיר צו-וויסן טון אז איך גיי נאך ארויס יעדע נאכט באטראכטן דעם הימל אבער אן ערפאלג דערווייל.... שווערע וועטערס........

I feel your pain
אויף אונז האט דער כה"ג געדאוונט, בעטנדיג אויף רעגן, "אל יכנסו לפניך תפילת עוברי דרכים..."
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:44 pm

איין גרוסע שטערן זעט מען אלץ ווען סהייבט נאר אן טונקל ווערן ווער איז ער ?
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 12:00 pm

חאכאם האט געשריבן:איין גרוסע שטערן זעט מען אלץ ווען סהייבט נאר אן טונקל ווערן ווער איז ער ?

אויב זעהסטו אים אויף דרום מערב איז עס "נוגה" (venus), עס איז א פלאנעט ( כוכב לכת ) און נישט קיין שטערן.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 12:55 pm

וואו מעסט זיך די חילוק?

איך ווייס אז סאיז דא שבעה כוכבי לכת אבער זיי קען מען אויך רופן שטערן ניין??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:47 pm

חאכאם האט געשריבן:וואו מעסט זיך די חילוק?

איך ווייס אז סאיז דא שבעה כוכבי לכת אבער זיי קען מען אויך רופן שטערן ניין??

עוד חזון למועד, וועלן מיר ארומרעדן איבער די פלאנעטן.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

מאפע פןן הימל - ווינטער

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 1:54 pm

איך לייג דא ארויף מיין מאפע פון די הימל, וועלכע איז גילטיג פאר די קומענדיגע פאר וואכן. בערך 6 - 7 ביינאכט. שפעטער ביינאכט רוקן זיך די מזלות שטייטלעך קיין מערב.

די מאפע איז נאך היפש רוי ( עס איז אויך נישט כולל די צוויי פלאנעטן, נוגה און מאדים, וועלכע מען קען יעצט זעהן ). שאלות און קאמענטארן ווערן נתקבל ברצון.
אי"ה וועל איך ארויפלייגן אינסטראקציעס וויאזוי צו ניצן די מאפעס, אבער איין וויכטיגע יסוד וועל איך נישט אויסלאזן יעצט:

די מאפע איז פון די גאנצע הימל. די + צייכן אינמיטן די מאפע צייכנט אפ די נקודה אין הימל העכער אינזער קאפ.
ווען איר ווילט זען די שטערנס וועלכע געפינען זיך אויף דרום זייט פונעם הימל, דארפט איר האלטן די מאפע אזוי אז דער ווארט דרום זאל זיין אינטער די מאפע. אז איר ווילט זען די שטערנס צפון זייט פונעם הימל, דרייט ארום די מאפע אזוי אז די ווארט צפון זאל זיין אינטן.

https://www.dropbox.com/s/cez6tl2cia0ui ... y.pdf?dl=0
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:35 pm

דא האט איר די מאפע אין PNG פארמאט (צו זעהן קלאר און שארף, גייט צו די דראפבאקס לינק, געברענקט פריער):
צוגעלייגטע
מפת שמיים.png
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:48 pm

שכויעח הרב סופער! הערליכע מאפע! (א שאד נאר אז אויפן הימעל איז נישט דא די ליינס, ס'וואלט מיר אסאך פארגרינגערט..)

פון די 12 מזלות זענען אלע די זעלבע סייז? אדער ס'איז דא גרעסערע און קלענערע?

וואס איז פשט אז נישט אלע גרופעס שטערן האבן א באקומען א נאמען? (למשל, צווישן גור ארי - לינקס - הזנב הגדול)

ווואס איז בכלל פשט פון די נעמען און צורות? נעם אראפ אלע ליינס קען איך דיר אויס'משל'ען אויפן הימעל אינגאנצן אנדערע צורות, פארוואס האט מען מחליט געווען אז דאס זענען די מזלות? (כ'פארשטיי אז אסאך מזלות איז מקורם מדברי נביאים וחז"ל, איך פרעג נאר צו מ'פארשטייט פארוואס ס'מוז אזוי זיין)
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:07 pm

ס'מוז נישט אזוי זיין. ס'איז פשוט א מיטל צו 'מסדר זיין' די הימלען
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אפסטעיט איד, יקר מציאות, מי בן שיח, מי יודע, שמן און 21 געסט