הכוכבים במסילותם...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 3:15 pm

גיי מיר ווערן א שטערן זעהר.... נישט ממש אבער זיך כאשט אביסל באקענען מיט די שטערען'ס..

א ריזיגע יישר כח פאר דיין הערליכע ארבעט און עקסטרעים קלארע שריפט!

וואס מיינט למשל מזל אדר דגים? אז חודש אדר איז דער מזל דגים אינמיטן די הימעל אינמיטן די נאכט אין אנפאנג נאכט קומט עס ארויף פון מזרח? ביטע זיי עס אביסל מסביר פאר אזוינע מתחילים כמוני..

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 3:40 pm

מזל אדר דגים מיינט אז אדר קומט מזל דגים ארויף די ערשטע שעה אינעם "טאג" צוזאמען מיטן זון, און עס גייט אונטער פארנאכט צוזאמען מיטן זון.
אין אנדערע ווערטער: אין אדר געפינט זיך דער זון אין מזל דגים.
ממילא איז נישט מעגליך צו זען די מזל דגים אין חודש אדר.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 3:49 pm

ישר כח!

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 5:45 pm

ישר כח סופער שטערן. מיר האלטן מיט מיט אינעטרעסע.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 6:16 pm

זייער שיין אייערע זאכן גייטס אן

איין פראגע, איר שרייבט:
super-star האט געשריבן:עס זענען דא 48 מזלות,


וואספארא נומער איז דאס? וואס רעכענט איר יא און וואס נישט?

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 8:17 pm

דאס מיינט א רואיגער קלארער בעל מסביר!!!
געוואלדיג!!!
כה לחי!!!

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:54 pm

גראדע איך - וואס איך הייב נישט אן צו קענען דעם הימל - האב שוין יא געזעהן אפאר מאל מזל עגלה וואס איך האב געדענקט פון די פיקטשער גמרא'ס, אינמיטן זומער פארשטייט זיך, אויך בין איך דעמאלטס געווען אין ניו העמפשיר וואו ס'איז מער ווייניגער נישטא קיין לעקטער'ס אין גאס, און אנהייב חודש ווען די לבנה איז נישט אזוי שטארק קען מען דארטן זעהן טויזנטער און טויזנטער שטערנס, ס'איז ניטאמאל מעגליך דאהי צו קענען זעהן אזוי פיל שטערנס, ממש צו גאפן אפילו מ'קען נישט די הימל, און אזוי ווי די גמרא זאגט אז עגלה לעולם בדרום ועקרב בצפון האב איך עס גרינג געקענט טרעפן, און לויט דיין הקדמה זעהט אויס אז חודש אב גייט עגלה ארויף אום 4:00 אדער שפעטסטנס אום 6:00 נאכמיטאג (אויב נישט פאררעכט מיר)
אויך מוז איך זאגן אז נאכדעם ווי איך האב געשריבן אז דא אין וומ"ס קען מען עס נישט זעהן, בין איך ארויס אין גאס און נאכאמאל געקוקט און עס יא קלאר געזעהן, אפילו די דריי קליינע שטערנס די "גארטל" האט מען אויך געקענט זעהן אפילו זיי זענען געווען ממש נעבן די לבנה, כה לחי! זיי ממשיך מיט דיין טל של תחי'דיגע באריכטן וואס געבן א פיצעלע השגה פון אויבערשטן'ס וואונדער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 13, 2017 1:21 am

super-star האט געשריבן:מזל אדר דגים מיינט אז אדר קומט מזל דגים ארויף די ערשטע שעה אינעם "טאג" צוזאמען מיטן זון, און עס גייט אונטער פארנאכט צוזאמען מיטן זון.
אין אנדערע ווערטער: אין אדר געפינט זיך דער זון אין מזל דגים.
ממילא איז נישט מעגליך צו זען די מזל דגים אין חודש אדר.

כדאי צו באמערקן אז היינטיגע צייטן נאך באלד זעקס טויזענט יאר פון צירקולירן, איז שוין די י"ב מזלות נישט פונקטליך צוזאמען מיטן חודש. דהיינו די מזלות לויפן א משהו שנעלער פון א חודש און זיי האלטן שוין פאראויס מיט באלד דרייסיג דעגרי מערב דאס מיינט אז אדר קומט היינט ארויף מיט טלה און ניסן מיט שור וכו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג ינואר 13, 2017 7:40 am

איך ווייס נישט צי דאס האט מיט זעקס טויזנט יאר צירקולירן. איך מיין אז עס האט צו טאן מיט'ן מבול.

ענליך צו דעם וואס דער רמב"ם שרייבט, אז אמאל האבן די מזלות אויסגעזען מער ווי די בילד וואס מען רופט זיי אן, אבער נאכן מבול האט זיך עס פאררוקט (כמדומה לי, איך האב נישט יעצט נאכגעקוקט אין רמב"ם).

כידוע אז פאר'ן מבול איז די זון געגאנגען אין א גראדע קרייז, און דעריבער איז דער וועטער אלעמאל געווען אייניג, און נאכן מבול האט זיך אנגעהויבן דער קיץ וחורף חום וקור וכו'. דעמאלט האבן זיך אסאך זאכן פאררוקט (אויך דער כימה, ווי חז"ל זאגן).

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג ינואר 13, 2017 11:58 am

עסב מאכט עפעס נישט קיין סענס
ווייל די מבול האט פארוקט די וועלט אויף ארויף נישט אויף די ברייט, און די י"ב מזלות לויפן אין איין שורה קרייז ארום און די ברייט פון די סאלאר סיסטעם
וואס דער רמב"ם זאגט (כאנישט נאכגעקוקט נאר געהערט נאכזאגן) איז אז די כוכבי שבת רוקן זיך יעדע 70 יאר איין מעלה, דאס קומט אויס אווי שוועמל זאגט
די מבול איז געווען אויף די ערד און האט נישט צוטוהן מיט די שטערנס לכאורה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג ינואר 13, 2017 12:11 pm


אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש ינואר 14, 2017 7:48 pm

נישט די מזלות ריקען זיך נאר יעדע שטערן פאר זיך סא עס איז שוין בכל נישט אין די שעפ פון די מזלות
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » זונטאג ינואר 15, 2017 9:57 am

יש ברירה האט געשריבן:זייער שיין אייערע זאכן גייטס אן

איין פראגע, איר שרייבט:
super-star האט געשריבן:עס זענען דא 48 מזלות,


וואספארא נומער איז דאס? וואס רעכענט איר יא און וואס נישט?


אלע שטערנס וועלכע ווערן געזען דורך די וועלכע וואוינען צפון זייט פון קו המשוה, זענען צוטיילט געווארן דורך די גריכן נאך אין צייט פונעם בית ראשון אין 48 מזלות, א חלק פון זיי זענען אסאך עלטער און האבן שטארקע אידישע מקורות, ווי למשל די י"ב מזלות, און כסיל עש וכימה ומזרות.
די 48 מזלות ווערן דערמאנט מיט אידישע נעמען אינעם ספר פון אבן עזרא אויף אסטרולוגיה ( מיר האפן נאך מאריך צו זיין אויף דעם ), און אזוי אויך אין ספר צדה לדרך לאחד מהראשונים. ר חיים ויטאל אין זיין קונטרס אויף אסטרונומיה ( וועלכע איז בעצם א קיצור פון דעם אלמאגעסט פון תלמי ) איז אויך מעתיק אלע 48 מזלות מיט די אידישע נעמען פונעם אבן עזרא.
דער גר"א אין זיין ספרא דצניעותא אויפן זוהר, ברענגט אז עס איז דא 48 מזלות, ער איז מרמז טיפע זאכן אונעם נומער 48, און עס איז משמע פון זיינע ווערטער אז אלע 48 מזלות האבן אן השפעה דא אויף דער וועלט.

פאטאקי08 האט געשריבן:עסב מאכט עפעס נישט קיין סענס
ווייל די מבול האט פארוקט די וועלט אויף ארויף נישט אויף די ברייט, און די י"ב מזלות לויפן אין איין שורה קרייז ארום און די ברייט פון די סאלאר סיסטעם
וואס דער רמב"ם זאגט (כאנישט נאכגעקוקט נאר געהערט נאכזאגן) איז אז די כוכבי שבת רוקן זיך יעדע 70 יאר איין מעלה, דאס קומט אויס אווי שוועמל זאגט
די מבול איז געווען אויף די ערד און האט נישט צוטוהן מיט די שטערנס לכאורה

אמת, דער רמב"ם שרייבט אז דאס וואס מיר ווייסן אז ניסן איז טלה און אייר שור און אזוי ווייטער, איז נאר געווען אזוי בזמן המבול ( וואס דאן האבן מענטשן געגעבן די נעמען פאר די י"ב מזלות, לדעת הרמב"ם אז די מזלות האבן נישט קיין שום שליטה פון הימל ), אבער פונעם מבול ביז זיינע צייטן האבן זיך די מזלות שוין אפגערוקט אביסעלע, איין מעלה יעדען 70 יאר.

וז"ל רמב"ם בהלכות יסודי התורה פרק ג הלכה ז:
ואלו השנים עשר צורות לא היו מכוונות כנגד אותן החלקים אלא בזמן המבול שאז העלו להן שמות אלו אבל בזמן הזה כבר סבבו מעט לפי שכל הכוכבים שבגלגל שמיני כולם סובבים כמו השמש והירח אלא שהן סובבין בכבידות וחלק שיתהלך השמש והירח כנגדו ביום אחד ילך כנגדו כל כוכב מהן בקירוב משבעים שנה.


און אזוי ווי שוועמל האט שוין געשריבן, היינט זעט מען שוין די מזלות אפגערוקט מיט 30 מעלות, דהיינו יעדע מזל איז אפגערוקט מיט די גרויסקייט פון א גאנצע מזל, און דערפאר איז אין ניסן די זון אין מזל דגים און אין אייר אין מזל טלה וכו'.

סאדאם חוסעין האט געשריבן:נישט די מזלות ריקען זיך נאר יעדע שטערן פאר זיך סא עס איז שוין בכל נישט אין די שעפ פון די מזלות

די צורה פון די מזלות האבן זיך כמעט נישט געטוישט, דאס קענען מיר זען פון די מאלערייען פון מזלות נאך פון די צייטן פון די ערשטע מצריים און בבליים.
דאס וואס דו שרייבסט אז נישט די מזלות רוקן זיך נאר די שטערנס, ווייס איך נישט פון וועלכע חדר דו קומסט. אויב גלויבסטו אין העליאצענטריק שיטה ( אז די שטערנס שטייען און די וועלט דרייט זיך ) דאן איז דאך זיכער אז די שינוי וואס דער רמב"ם רעדט איז א שינוי אינעם סיבוב פונעם כדור הארץ, און די צורות מזלות זענען פונקט ווי אמאל.
אויב גלויבסטו אין געאצענטריק שיטה ( אלע שטערנס פארן ארום די וועלט ), דאן גלויבסטו דאך אינעם גלגל השמיני, וואס אין אים זענען אלע י"ב מזלות אריינגעבויט, נו, רוקן זיך דאך יא די מזלות.
אפשר מיינסטו אנצורירן די סוגיא אין פסחים צד ב די מחלוקת חכמי ישראל מיט די חכמי אומות העולם אויב גלגל קבוע ומזלות חוזרים אדער פארקערט, אבער לויט ביידע ביזטו נישט גערעכט, עיי"ש.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 15, 2017 10:35 am

יישר כח פארן הסברה
לאמיר נאר נאכאמאל קלאר מאכן שיטת הרמב"ם לויטן מהלך אז די גלגל השמיני איז די כדור הארץ דרייט זיך ארום איר עקסיס אזוי ווי א דריידל
מיינט דאס אז דער ערד דרייט זיך א משהו פון א משהו ווייניגער פון 24 שעה? דעריבער קומט עס אויס 70 יאר איין מעלה אפגערוקט פון די מזלות, אבער אין אמת'ן די שטערנס אליינס רוקן זיך נישט קיין כי הוא זה די אלע טויזנטער יארן?
איז דאס וואס דער רמב"ם זאגט?
לויט דעם ווי איך פארטיי מיינט דאס אז די תוצאה פונעם מבול איז נאר געווען אינעם ערד קוגל און דאס האט אויך גורם געווען די חילוק אינעם גלגל השמיני האריזענטל און נישט ווערטיקל, אבער די זון איז ווייטער אויפן זעלבן פלאץ א קעגן די מזלות, סאיז נאר ווי אונז אויף די וועלט זעה מיר עס
שטימט?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 15, 2017 10:48 am

עס קומט בכלל נישט אריין צו די גלגול היומי דרייט זיך צו די וועלט דרייט זיך,
ווייל לויט יעדעם דרייט זיך די לבנה און די זון לויט זייער אייגענע מהלכים, די מחלוקה איז נאר אויף די גלגול היומי,
און פונקט ווי די זון דרייט זיך ארום די וועלט פון מזרח צו מערב איינמאל א יאר,
און די לבנה איינמאל אין 27 טעג, דרייען זיך די שטערנעס אויף זייער מהלך איינמאל אין 24.920 יאר, און פון דעם רעדט די רמב"ם,
ביטע נישט מישען מיט די גלגון היומי וואס גייט אויפן פארקערטע דירעקשען.
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום זונטאג ינואר 15, 2017 10:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 15, 2017 10:52 am

גלגל השמיני און גלגל היומי איז די זעלבע זאך, ניין?
מיין פראגע איז צו די פיקטשער פון די מזל דגים למשל איז די זעלבע פיקטשער ווי 5 טויזנט יאר צוריק צו נישט
די דאזיגע פראגע פאר זיך האט נישט צוטוהן צו די וועלט דרייעט זיך צו נישט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 15, 2017 10:56 am

פאטאקי08 האט געשריבן:גלגל השמיני און גלגל היומי איז די זעלבע זאך, ניין?
מיין פראגע איז צו די פיקטשער פון די מזל דגים למשל איז די זעלבע פיקטשער ווי 5 טויזנט יאר צוריק צו נישט
דאס האט נישט צוטוהן צו די וועלט דרייעט זיך צו נישט

אונז זענען מיר אויף איין פעדש, דאס זאג איך, אז די מחלוקה איז נאר אויב די גלגול היומי/השמיני [די זעלבע זאך] דרייט זיך,
אבער נישט אויב די מזלות דרייען זיך, אין ווען די רמב"ם רעדט אז עס דרייען זיך די שטערנס מיינט עס איז די שטערנס צופארן יעדער אויף זיין אייגענע מהלך סא היינט איז שוין נישט דא דעי פיקטשער פון די שטערנס
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » זונטאג ינואר 15, 2017 11:16 am

לויט די היינטיגע אסטראנאמיע, וועלכע נעמט אן אז די וועלט דרייט זיך, געשעט די נקיפה ( די שינוי אין די מזלות וואס דער אויבנדערמאנטע רמב"ם רעדט ארום. אין ענגליש רופט מען דאס Axial precession) דורך א עקסטערע סיבוב וואס דער קוטב הצפוני פונעם כדור הארץ מאכט, איינמאל אין בערך 26000 יאר ( דאס מיינט אז עס האט נאך קיינמאל און וועט קיינמאל נישט ענדיגן איין סיבוב).
330px-Earth_precession.svg.png
330px-Earth_precession.svg.png (36.46 KiB) געזעהן 3944 מאל


די ווייסע געהאקטע פיילען איז די גלגל היומי, די רינג פון אויבן איז די נקיפה.

לויטן אמאליגע אסטראנאמיע
, וועלכע נעמט אן אז די הימלען דרייען זיך ארום די וועלט, געשעט די נקיפה דורך דעם וואס דער גלגל השמיני רוקט זיך צוריק זייער שטאטלעך פון מערב צו מזרח, אקעגן דעם גלגל היומי.

און ניין, דער גלגל היומי איז נישט דער גלגל השמיני.

איך ברענג נאר ארויס אז נישט קיין חילוק וועלכע הסבר איר וועט געבן אויפן נקיפה, האבן זיך די צורות המזלות נישט געטוישט.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 15, 2017 11:36 am

איך הייב אן טראכטען אז דו ביסט גערעכט ווייל זה לשון הרמב"ם
גַּלְגַּל הַתְּשִׁיעִי עַצְמוֹ אֵין בּוֹ לֹא חֲלוּקָה וְלֹא צוּרָה מִכָּל הַצּוּרוֹת הָאֵלּוּ וְלֹא כּוֹכָב. אֶלָּא בְּחִבּוּר הַכּוֹכָבִים שֶׁבַּגַּלְגַּל הַשְּׁמִינִי הוּא שֶׁיֵּרָאֶה בְּכוֹכָבִים גְּדוֹלִים שֶׁבּוֹ תַּבְנִית הַצּוּרוֹת הָאֵלּוּ אוֹ קָרוֹב מֵהֶן. וְאֵלּוּ הַשְּׁנֵים עָשָׂר צוּרוֹת לֹא הָיוּ מְכֻוָּנוֹת כְּנֶגֶד אוֹתָן הַחֲלָקִים אֶלָּא בִּזְמַן הַמַּבּוּל שֶׁאָז הֶעֱלוּ לָהֶן שֵׁמוֹת אֵלּוּ. אֲבָל בַּזְּמַן הַזֶּה כְּבָר סָבְבוּ מְעַט. לְפִי שֶׁכָּל הַכּוֹכָבִים שֶׁבְּגַלְגַּל שְׁמִינִי כֻּלָּם סוֹבְבִים כְּמוֹ הַשֶּׁמֶשׁ וְהַיָּרֵחַ אֶלָּא שֶׁהֵן סוֹבְבִין בִּכְבֵדוּת. וְחֵלֶק שֶׁיִּתְהַלֵּךְ הַשֶּׁמֶשׁ וְהַיָּרֵחַ כְּנֶגְדּוֹ בְּיוֹם אֶחָד יֵלֵךְ כְּנֶגְדּוֹ כָּל כּוֹכָב מֵהֶן בְּקֵרוּב מִשִּׁבְעִים שָׁנָה:
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 15, 2017 1:04 pm

פארוואס פארן מבול האבן מענטשן געלעבט טויזנט יאר און וואס האט זיך געטוישט נאכן מבול
ווייל פארן מבול איז נישט געווען קיין ווינטער אדער זומער עס איז געווען נאר איין טעמפראטור און די געוואוקסן בהמות מענטשן זענען נישט געווען אויסגעשטעלט צו קיין טעמפערטער טוישנגען און לכבוד דעם זיך געהאלטן לענגער

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » זונטאג ינואר 15, 2017 6:25 pm

אה! היינט איז א הערליכע וועטער, לאמיר ממשיך זיין זיך צו לערנען די הימלען.

די ווינטער צייכן
א גרינגע וועג זיך צו באקענען מיט 6 גרינגע מזלות וועלכע זענען זעעבאר יעצט אין די ווינטער, איז דורך די ווינטער צייכן. דאס איז א דמיונדיגער ריזן באקס מיט 6 שפיצן, וואס יעדע שפיץ איז א גרויסע שטערן פון א אנדערע מזל.
wintersign.jpg



די ווינטער צייכן געפינט זיך דעם חודש אין די ערשטע שעות פונעם נאכט אויף דרום מזרח, און שפעטער אויף דרום. דרייט אייך אויס צו דרום מזרח אדער דרום, און הייבט אויף די אויגן צום הימל.
פארשטייט זיך אז מיר וועלן אנהייבן מיט אונזער באקאנטן מזל, מזל כסיל, וועלכע מען דערקענט דורך די דריי שיפע שטערנס פון זיין גארטל. די דריי שטערנס זענען נישט די שטערסקטע שטערנס אין הימל, אבער זענען זייער ניכר.
נאכדעם טרעפט מען די צוויי שטערנס פונעם אקסל פון כסיל. די לינקע (betelgeus) שיינט זייער שטארק.
דערנאך טרעפט מען די צוויי שטערנס אינעם פיס פון כסיל. די רעכטע (rigal) שיינט זייער שטארק, און ער איז איינע פון די שפיצן פונעם ווינטער צייכן.

יעצט אז מיר קענען שוין כסיל, מאכט מען א גלייכע ליין פון די גארטל פון כסיל, ביז מען קומט אן צו די גרויסע שטערן Sirius וועלכע געפונט זיך אין מזל "הכלב הגדול". ער איז די נידריגסטע שפיץ פונעם "ווינטער צייכן".
wintersign2.jpg


דערנאך ציט מען א ליין דורך די אקסלען פון כסיל, ביז מען קומט אן צו procyon , א שטערן אין מזל "הכלב הקטן".
wintersign3.jpg
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » זונטאג ינואר 15, 2017 6:30 pm

דערנאך ציט מען א ליין פונעם רעכטן פוס פון כסיל, אריבער די לינקע אקסל פון כסיל, ביז מען קומט אן צו צוויי שטארקע שטערנס איינס נעבן צווייטן, זיי זענען די צוויי "קעפ" פון מזל תאומים.
wintersign4.jpg


דערנאך ציט מען א ליין פון Sirius אריבער דעם רעכטן אקסל פון כסיל, ביז מען קומט אן צו "עין השור" aldabran, די גרויסע שטערן אין מזל שור.
wintersign5.jpg


די לעצטע שפיץ פונעם "ווינטער צייכן", דער שטערן capella געפינט זיך הויעך אינעם הימל, כמעט איבער אונזער קאפ (זעה זיין נאמען: קאפעלע), ער איז גרינג צו טרעפן נאכן קענען דעם גאנצן "ווינטער צייכן".
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 15, 2017 9:41 pm

וואף!

דער איז סופער דופער
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

תגובהדורך super-star » מאנטאג ינואר 16, 2017 6:30 pm

איך טראכט פון ארבעטן אויף קלארע און נוצבארע חודשליכע הימל-מאפעס.
לויט די פידבעק פונעם ציבור וועל איך זעהן צו עס לוינט זיך די מיה.
ביטע מיר מודיע זיין אויב איר ווילט עס, און וויפל נוצן וועט איר האבן דערפון.
ייש"כ.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מאנטאג ינואר 16, 2017 6:59 pm

super-star האט געשריבן:איך טראכט פון ארבעטן אויף קלארע און נוצבארע חודשליכע הימל-מאפעס.
לויט די פידבעק פונעם ציבור וועל איך זעהן צו עס לוינט זיך די מיה.
ביטע מיר מודיע זיין אויב איר ווילט עס, און וויפל נוצן וועט איר האבן דערפון.
ייש"כ.


א פראגע? מיר וועלן דיר זייער דאנקבאר זיין.

איך מיין אז אונזער סופער סטאר איז די קלארסטע פון אלע שטערנס פון הימל... איך האב עס קיינמאל נאכנישט אזוי קלאר ארויסגעהאט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט