בלאט 7 פון 10

געשריבן: פרייטאג מארטש 09, 2018 1:07 pm
דורך פאטאקי08
איינער שטייט אויף פארטאגס?
מען קען יעצט גרינג דערקענען דעם מאדים (מארס) און שבתאי (סאטורן) און דעם צדק (דזשופיטער)
דער צדק לייכט די שטערקסטע

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 2:50 pm
דורך פאטאקי08
March 18 to 20 … Moon, Mercury, Venus The young moon will be tough to spot from Asia or the Southern Hemisphere on Sunday evening, but Europe, Africa and North America have an excellent shot at it. By Monday evening, we'll all see the young moon.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:06 pm
דורך פאטאקי08
איר קענט דאס נישט פארפאסן
די צדק (דשופיטער) נעבן די לבנה, הערליך!
די דזשופיטער איז אין די צייט פון יאר די נאנטסטע צו די ערד

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 12:29 am
דורך יש ברירה
זייער שיין היינט

מארס, סעטערן און דשופעטער אויסגעשורהט איינס נאכן צווייטן לענגאויס דעם הימל

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 10:10 am
דורך super-star
יא, שפעט ביינאכט, צווייע דרייע צייט

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 10:23 am
דורך יש ברירה
איך האב עס געזען ביים שרייבן די תגובה שטייענדיג אויף מיין באלקאן...

מארס איז נאך געווען היפש נידריג און שווער צו באמערקן שטייענדיג אויף די גאס אבער דארט אויבן האט מען שוין קלאר געזען

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 10:52 am
דורך פאטאקי08
גייט איר מקדש דעם לבנה מוצאי שבת?
די דזשופיטער וועט זיין ממש דערנעבן

דא האט איר א קליפ וואס איז פערצופאל אפגעכאפט געווארן דורך מיין דעשקעם פאריגעס מאל די לבנה איז געווען אזוי נאנט צו די דזשופיטער
http://jewishluach.com/uploads/Apr30201 ... camera.mp4

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 1:23 am
דורך פאטאקי08
היינט נאכט טרעפט דעם רויטן מארס (מאדים) נעבן די לבנה ער שיינט גאר שטארק

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 1:32 am
דורך לאלתר לחיים
האב איך געזען היינט צווישן די שטערנס אײן שטערן וואס לויפט ממש שנעל, וואס איז עס געווען? אפשר די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע? אדער ברוכווארג פון ערגעץ ?

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 1:47 am
דורך לאלתר לחיים
פאטאקי08 האט געשריבן:היינט נאכט טרעפט דעם רויטן מארס (מאדים) נעבן די לבנה ער שיינט גאר שטארק

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 3:03 pm
דורך פאטאקי08
דער מארס (מאדים) דער רויטער פלאנעט ווערט נענטער און ליכטיגער יעדן טאג
דער עולם באמערקט אים?
עס איז די נאנסטע צו אונז זינט תשס"ג אבער היצט שיינט ער גאר ליכטיגער

היינט נאכט וועט דער נייער לבנה זיין הארט נעבן דער נוגה

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 12:32 am
דורך אויפגעפרישט
יא איך האב עס באמערקט, אינטעסאנט צו יעצט איז גרינגער ארויפצוגיין צו מארס?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 9:16 am
דורך שאהן הענניטי
יאפ מ'זעמיר אים נאכט נאך נאכט

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 2:38 pm
דורך געדיך אוואש
הייסט עס, אז דער גרויסער ליכטיגער שטערן וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט הארט נעבן די לבנה, איז געווען די נוגה און נישט דער מאדים?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 3:14 pm
דורך אויפגעפרישט
געדיך אוואש האט געשריבן:הייסט עס, אז דער גרויסער ליכטיגער שטערן וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט הארט נעבן די לבנה, איז געווען די נוגה און נישט דער מאדים?

ווער זאגט עס? ווי איז געשטאנען נוגה?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 3:16 pm
דורך געדיך אוואש
אויפגעפרישט האט געשריבן:
געדיך אוואש האט געשריבן:הייסט עס, אז דער גרויסער ליכטיגער שטערן וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט הארט נעבן די לבנה, איז געווען די נוגה און נישט דער מאדים?

ווער זאגט עס? ווי איז געשטאנען נוגה?

פאטאקי08 האט געשריבן:
היינט נאכט וועט דער נייער לבנה זיין הארט נעבן דער נוגה

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 12:28 pm
דורך פאטאקי08
Watch the moon sweep past bright Mars
Earth will go between Mars and the sun later this week. It's Mars' best and brightest opposition since 2003. Note that the moon will be near Mars during Friday's total lunar eclipse. Start watching Mars and the moon tonight!

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 5:34 pm
דורך קניידל פארעם
וואס איז lunar?

מ'זעהט איהם געווענליך מיט די אויגן אז יעצט ביים ליקוי וועט מען איהם נישט זעהן?

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 6:39 pm
דורך פאטאקי08
lunar מיינט די לבנה
עס גייט זיין א פילע ליקו לבנה פרייטאג וואס גייט געזעהן ווערן פון א גרויס חלק פון דער וועלט אבער דוקא פון גאנץ יוניידעט סטעיטס וועט עס נישט זיין וויזיבעל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 12:19 am
דורך ישובניק
דעם קומענדיגן פרייטאג צונאכט וועט פארקומען אן אויסנאם זעלטענער פענאמען, ווען צוויי גאר זעלטענע ערשיינונגען וועלן זיך צוזאמען טרעפן אין דער זעלבער צייט: א זעלטן לאנגער טאטאלער ליקוי לבנה, ביינזאם מיט דעם פלאנעט מארס זייענדיג ביי איר נאענסטער פונקט אין 15 יאר.
די שלעכטע נייעס איז אז אין דעם גאנצן צפון אמעריקאנער קאנטינענט וועט עס נישט זיין זעהבאר, וויבאלד די לבנה וועט זיין אונטערן האריזאנט. אבער די איינוואוינער פון מזרח אייראפע, גאנץ מיטל מזרח, אריינגערעכנט ארץ ישראל, דרום מערב טייל פון אזיע, מזרח טייל פון אפריקע, און גאנץ אנטארקטיקע, (דארט איז איצט ווינטער / און נאכט 24 שעה!...) וועלן קענען זען דעם גאנצן ספעקטאקל.
די זעלטנהייט פון די ערשיינונגען זענען ביידע אויסנאם זעלטן:
די קומענדיגער ליקוי לבנה וועט נעמען 1 שעה, מיט כמעט 43 מינוט, דאס איז בלויז 5 מינוט קורצער ווי די מאקסימום לענגסטע צייט וואס א ליקוי לבנה קען נעמען! אזא לאנגע ליקוי לבנה פון 1 שעה, 46 מינוט איז פארגעקומען ליל י"ד תמוז, תש"ס, יולי 16-17 2000, און איז בלויז בעיקר געזען געווארן אין אויסטראליע, אנטארקטיקע.
ווען אזא לאנגער ליקוי לבנה פאסירט, ווערט די לבנה היפש טונקעלער ווי ביי א געווענליכער ליקוי לבנה.
אז אזא לאנגע ליקוי זאל קענען פאסירן, מוז צוויי זאכן זיין אין פלאץ: איינס, אז סיי די לבנה געפונט זיך ביי איר ווייטסטן פונקט פון די ערד, וואס דאן גייט די לבנה עטוואס לאנגזאמער, און סיי די זון געפונט זיך ביי איר ווייטסטן פונקט פון דער ערד, וואס דאס קען בלויז פאסירן אין יולי, די צווייטע זאך זאך וואס מוז זיין איז, אז די לבנה זאל דורך שפרייזן ממש ביים צענטער פון די ערד'ס שאטן. און ביי דעם יעצטיגן ליקוי לבנה זענען ביידע ערשיינגען פונקט אין פלאץ.
דעם פאלגענדן מאל וואס אזא לאנגע ליקוי לבנה וועט זיין איז אין איבער הונדערט יאר ארום, אין יאר תתפ"ג / 2123! משיח וועט שוין אוודאי דא זיין...
די צווייטע גאר זעלטענער ערשיינונג וועט זיין ווען דער פלאנעט מארס / מאדים וועלכער וועט זיך געפונען הארט נעבן די - 'געשלאגענער' לבנה - פאר די וועלכע וועלן זיך געפונען אויף דער אנדערער זייט וועלט, וועט פונקט אין דער זעלבער צייט זיך געפונען גאר 'נאנט' צו דער זון און די ערד, זייענדיג בלויז ביי א ווייטקייט פון קנאפע 35.8 מיליאן מייל, צו פארשטיין ווי נאנט דאס איז, מארס איז אין דורכשניט ווייט פון די ערד ארום 140 מיליאן מייל, אבער קען דערגרייכן אזוי ווייט ווי 250 מיליאן מייל!, די נאענסטע וואס מארס האט זיך געפונען צו די ערד איז געווען 15 יאר צוריק, אין תשס"ג / 2003 ווען עס איז געווען 'בלויז' 34.6 מיליאן מייל!... מארס זעט אויס איצט גאר שטארק ליכטיג רויט, און איז אצינד דער נומער 3 שטארקסטער 'שטערן' אויפן הימל, שיינענעדיג מיט א שטארקייט פון 2.8- מעגניטוד, בלויז נוגה / ווענוס מיט א שטארקייט פון 4.2- און די לבנה, (נישט בשעתן ליקוי...) שיינען שטארקער...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 12:34 am
דורך ישובניק
מאפע וואו די ליקוי לבנה וועט זיין זעהבאר

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:24 am
דורך טשאדעלע באדעלע
ישר כח ישובניק

מ׳ברויך תשובה טאן..

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:28 am
דורך שאהן הענניטי
יישר כח פאר די באריכט.

וואס באדייט דאס וואס מען זעהט טיילמאל שטערנס קוירסירן איבער די הימלען? איך האב פאריגע וואך געזעהן 4 אזאנע שטערנס אין א צירקע פון 15 מינוט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:44 am
דורך פאטאקי08
שאהן הענניטי האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.

וואס באדייט דאס וואס מען זעהט טיילמאל שטערנס קוירסירן איבער די הימלען? איך האב פאריגע וואך געזעהן 4 אזאנע שטערנס אין א צירקע פון 15 מינוט.

עראפלאנען?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:51 am
דורך יש ברירה
גראדע פאריגע וואך געזען די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע אריבעררייזן. געווען א גאר אינטערעסאנטע בילד.